רבי נפתלי צבי הורוויץ מראפשיץ זצ"ל - י"א אייר שנת תקפ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 2:10 am

דער הייליקער ראפשיצער האט געפרעגט א עשיר א קמצן פארוואס ער גיבט נישט קיין צדקה? האט ער געענטפערט, אז ער וויל נישט טאן א זאך קעגן דעם רצון פון דעם באשעפער, אויב דער באשפער האט זיי באשאפען צו זיין ארעם, זאל דאס זיין דער רצון השם. האט דער צדיק צוריק געענטפערט, אויב אזוי מיין איך אז דו דארפסט ווערן א ארעמאן, ווייל קענסט דאך אמאל פארגעסן און יא געבן צדקה אקעגן דעם רצון השם, און אז דו וועסט זיין א ארעמאן וועסטו נישט האבן דעם נסיון.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 2:10 am

דער ראפשיצער רב (רבי נפתלי צבי האראוויץ זי"ע בעל זרע קודש) איז באוויסט אז ער פלעגט שטענדיג זאגן ווערטליך וואס מענטשן האבן דערפון געלאכט, אבער אין אמת'ן איז דערין געליגן באהאלטן געוואלדיגע סודות התורה. ער האט זיך איינמאל אויסגעדריקט: "עס איזנישט פארהאנען קיין קרומערע זאך ווי א גלייך ווערטל".

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 2:11 am

עס ווערט דערציילט אז הרה"ק מרן דער ראפשיצער רב זצוק"ל האט אויף די עלטער אויפגעהערט צו רעדן, און עס איז געוועהן זעהר שווער פאר די שטוב מענטשן, האבן זיך די שטוב מענטשן דערפון זעהר מצער געוועהן, נישט וויסנדיג וואס ס'איז געשעהן, און נישט וויסען וואס ער דארף, איינמאהל האט זיין זוהן ר' אברהם חיים מלינסק ז"ל געזאגט צום טאטען, איך ווייס אז די קענסט יא רעדן, נאר דו ווילסט נישט, זאג מיר פארוואס די ווילסט נישט רעדן, האט דער ראפשיצער רב געזאגט מיום עמדי על דעתי האב איך נישט ארויס גערעדט א ווארט אהן מכוון זיין א יחוד, יעצט אבער, דער מח איז שוואכער, וויל איך ענדערש נישט רעדן ווי צו רעדן אהן יחודים.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 2:13 am

אין הויף פון הייליגן רבי'ן פון לובלין זצ"ל האבן זיך אמאל געטראפן די 3 תלמידים, הרה"ק השר שלום מבעלזא זצ"ל, הרה"ק מראפשיץ זצ"ל, און דער בני יששכר זצ"ל, און האבן געשמועסט צווישן זיך, פארוואס קומט זיך אזא גרויסער עונש אויף דעם וואס פארגעסט פון אויבערשטן ר"ח, ער האט דאך בלויז פארגעסזו דער בני יששכר האט ערקלערט, אז דא רעדט מען פון איינעם וואס גייט אים גארנישט אן אז ער האט פארגעסן, ווי דער לשון הפסוק איז, "והי"' אם שכח תשכח, ער איז בשמחה אז ער האט פארגעסן. רער ראפשיצער רב זצ"ל האט ערקלערט, אז אין די גמרא (ביצה ט"ז) זעט מען אז 2 מאל פארגעסן איז א פושע. שכח תשכח איז 2 מאל פארגעסן, קומט אים ריכטיג אזא שארפער עונש. נאבדעם וואס זיי האבן דאס געזאגט פאר'ן שר שלום זצ"ל, האט ער זיי ערקלערט, אז אין מס' פאה (פ"ו מ"ו) זעט מען אז ווען איינער האט פארגעסן א גרויסן שיעור ווערט דאס נישט פאררעכענט ווי שכחה, ווייל אזא גרויס פעלד איז נישט דער סדר צו פארגעסן. פון אזא גרויסן באשעפער איז נישט ערלויבט צו פארגעסן. די 2 חברים האבן שטארק אויסגעלויבט דעם פשט.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 2:15 am

ס'ווערט פארציילט אז ביים ראפשיצער רב זי"ע האט געדויערט צוויי שעה די אהבה רבה שבועות.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 2:17 am

עס ווערט דערציילט, אז איינמאל איז דער ראפשיצער רב זי"ע געווען אויף ראש השנה ביים רבין פון לובלין זי"ע. ווען דער רבי פון לובלין איז צוריק געקומען פון תשליך, האט ער באגעגענט דעם ראפשיצער רב ווי ער לויפט. האט ער איהם געפרעגט: "ווי אהין לויפסטו?" האט דער ראפשיצער רב געענטפערט: "איך גיי צוזאמען קלויבען די עבירות וואס דער רבי האט אריין געווארפען אין טייך, ווייל וואס ביים רבי'ן איז אן עבירה, זענען ביי אנדערע מענטשען מצוות.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 2:19 am

דער ראפשיצער רב זצ"ל דריקט זיך אויס אין זיין הייליגן ספר זרע קודש (פ' בהעלותך) בזה"ל: ס'איז נישט מעגליך אויף די וועלט אז א איד א מאמין זאל זיך דאכטן אז ס'פעלט אים עפעס. ער זאגט דאך יעדן צופרי, שעשה לי כל צרכי, וואס דארט דריקט ער אויס קלארע דיבורים, אז השי"ת גיט אים "אלעס", טא וואס דען קלערט ער אז ס'פעלט אים עפעס? פירט ער אויס, א איד דארף וויסן אז דאס וואס ער האט נישט, איז זיכער אז פון הימל וויל מען אזוי.
פון די ווערטער לערנען מיר א מורא'דיגן מוסר השכל. ווען מיר זעהן אז דער ראפשיצער רב זצ"ל זאגט מיט אזא פשיטות אז ס'קען גארנישט זיין אז א איד זאל טראכטן אז ס'פעלט אים עפעס, און ווען א איד חזר'ט זיך דאס גוט איין נאך פון יונגערהייט, אז מ'קוקט נישט אויף יענעם, און נישט אלעס וואס יענער האט, מיינט דאס אז איך דארף עס אויך האבן, זאל מען וויסען אז קנאה שטאמט נישט פון חכמה, ווי דער מסילת ישרים דריקט זיך אויס אויף א פלאץ, הקנאה לא תמצא רק בחסרי דעת, די מדה פון קנאה געפינען מיר נישט נאר ביי די וואס האבן נישט קיין שכל, ווייל די וואס האבן יא שכל, ווייסן און פארשטייען אז ס'איז נישטא וואס מקנא צו זיין יענעם

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » פרייטאג מאי 16, 2008 10:51 am

פארוואס ליגט ראפיטצער רב זי"ע און לאנצעט און נישט און ראפשיטץ?
the SCY is the limit

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג יוני 06, 2008 1:36 am

scy4851 האט געשריבן:פארוואס ליגט ראפשיטצער רב זי"ע און לאנצהוט און נישט אין ראפשיטץ?
יאך האב איצטער ערב יו"ט נישט פיל איבריגע צייט אבער לכבוד יום הולדתו פון דעם ראפשיטצער רב וועל יאך נאר צוצייכענען די מראי מקומות און איר קאנט זיי נאכקוקן:

י"ג אורות חלק שני עמוד קס"ג און ווייטער, [דער ספר איז איצטער נישט דא צו באקומען אין די ספרים געשעפטן מען באדארף עס איבער דרוקן].

מפיהם ומפי כתבם חלק ראשון עמוד קס"ח אות ל"ג.

אהל נפתלי אות רצ"ד, http://wwworg/pdfpager.aspx?req=3934&pgnum=108, וועגן וואס די אייניקלעך נעכטיגן נישט אין לאנצהוט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21581
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יוני 06, 2008 8:35 am

די לינק פון הרב ביקסאד ארבעט נישט, דאס איז דער ריכטיגער לינק:
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 04, 2008 1:35 am

איך האב געטראפן א בילד פון הרה"צ ר' מענדל רובין מסערט ב"ר שמעלקא, ער איז געווען אן אייניקל בא"ב פון ר' אשר'ל ראפשיצער חדב"ן הזרע קודש, זיין טאטע ר' שמעלקא איז געווען אן איידעם ביי ר' יוסף אלתר האגער ב"ר חיים מקאסוב.

אינעם בילד ווערט ער געזעהן מיט זיין זוהן ר' משה יוסף מקימפלונג און זיין איידעם ר' שלום לאם, איינער האט מער פרטים איבער די דינאסטיע?
צוגעלייגטע
Seret.jpg
Seret.jpg (19.05 KiB) געזעהן 3265 מאל

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » מאנטאג מאי 04, 2009 12:46 am

דער ראפשיצער רב איז געבוירן דורך א ברכה פון זיין גרויסן זיידן ר' איציקל המבורגער
מעשה שהיה כך היה
זיין זיידע(איך האב פארגעסן זיין נאמען) האט מיט גענימען זיין טאטע ר' מענדלע לינסקער צי א אסיפה ווי עס איז געווען די וועד ארבע הארצות און דעמאלסט האט ר' איציקל האמברגער פארהערט ר' מענדלע לינסקער און ער האט אים זייער געפאלן און ער האט געפרעגט אויב ער וויל זיך משדך זיין מיט אים האט ער גלייך מסכים געווען צים שידוך
ווען ער איז אהיים געקימען און ער האט געזאגט פאר זיין רעביצין אז זייער געלונגענע מענדעלע איז א חתן געווארן איז זי געווארן זייער בייז היתכן מען טוט א שידוך אן די מאמע אפשר איז נישט מסכים האט זיך דער טאטע אנגעריפן לאמיר ווארטן ביז די חתונה און דעמאלסט וועסטו זעהן די כלה אויב די ביסט נישט מסכים וועט מען דעמאלסט אפזאגן די שידוך
ווען עס איז געקימען די זמן החתונה מען איז געפארן צי די חתונה איז איר שווארטץ געווארן פאר די אויגן
די כלה האט נישט אויס געקיקט גיט (מען האט איר געריפן די שווארצע ביילע) זי האט געוואלט אפלאזן די שידוך האט זיך דער טאטע אנגעריפן לאמיר פרעגן די חתן דנן אפשר איז ער יא מסכים האט זיך דער חתן אנגעריפן ער וויל בשום אופן נישט אפלאזן די שידוך וועגן עס שטייט זייער שארף הנושא אישה לשם נוי.........
ווען מען איז געקימען אפבעטן די נדן וואס ער האט ציגעזאגט האט זיך ר' איציקל אנגעריפן אז אין לי איך האב נישט
האט די מאמע ווייטער פארפירט אז זי איז נישט מסכים צים שידוך האט מען ווייטער געפרעגט דעם חתן צי ער איז מסכים אפילו עס איז נישטא קיין געלט האט ער זיך אנגעריפן אז ער האט נישט חתונה לשם ממון וואס אויף דעם שטייט אויך זייער שארף
בקיצור מען איז געגאנגען צי די חתונה בשעה טובה ומצלחת
די אנדערע טאג איז געקימען ר' איציקל האמבורגער צי זיין נייעם איידעם אזוי ווי די האסט נשט חתונה געהאט נישט לשם נוי אין נישט לשם ממון וויל איך דיר געבן דאפלט נדן און איך וויל דיר בענטשן מיט הייליגע קינדער אין מיט די ברכה איז געבוירן דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » מאנטאג מאי 04, 2009 1:00 am

דער רבי פון ליבלון האט געהאט א בעכער וואס ער האט קיינעם נישט געלאסט טרינקן מיט דעס
און דער הייליגער ראפשיצער רב האט זייער געוואלט טרינטן מיט די בעכער
איז געווען איינמאל פאר פסח עס איז נישט געווען צי בייקימען קיין צוויבל דער רבי פון ליבלין האט געהאט אגמת נפש
איז דער ראפשיצער אוועק געפארן זייער ווייט און ער האט פארשאפט צוויבל און ער האט זיך פארשטעלט ווי אגוי אוןם ער איז געקימען פרעגן דער רבי פון ליבלון אויב ער וויל קויפן צוויבל און דער רבי האט דאס געוואלט אפ קויפן האט אים דער רבי געפרעגט וויפל ער דארף האט ער געזאגט אז ער דארף נאר א פיל גלעזל ברוינפן האט מען געגעבן האט געוויזן אז ער דארף נאר און יענע בעכער פון דער רבי פון ליבלון האט דער רבי נישט געוואלט האט דער (ראפשיצער רב) צוריק געבעטן די צוויבל האט דער רבי מסכים געווען מיט א שווער הארץ אז א גוי וויל דווקא טרינקן זיין בעכער
אין מען האט אים אנגעגאסן און דער ראפשיצער רב מאכט הויעך א ברכה האט מען גיט אנגעקיקט האט מען אים דערקענט... יחיד בדורו בחכמת אלוקים ....

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » מאנטאג מאי 04, 2009 7:42 am

ווער ווייסט וואס איז פשט אז דעם הייליגען רבי ר' אשר'ל ראפשיטצער זי"ע האט געיארשענט דער ראפשיטצער רעביסטיווע און נישט אן קינד פון דער ראפשיטצער רב כדוגמת דער רבי ר' אליעזר'ל דזיקעווער זי"ע?

אגב, א סאך היינטיגע משפחות וואס טראגען זיך די נאמען 'רובין' שטימען בא"ב פון דער ר"ר אשר'ל זי"ע, אזוי ווי דער סאסרעגענער רבי ר' מרדכי דוד רובין אדער מער באקאנט זיין זון דער רב פון באבוב הרב ר' יושע רובין וכדו'.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מאנטאג מאי 04, 2009 7:51 am

כתר ישועה האט געשריבן:ווער ווייסט וואס איז פשט אז דעם הייליגען רבי ר' אשר'ל ראפשיטצער זי"ע האט געיארשענט דער ראפשיטצער רעביסטיווע און נישט אן קינד פון דער ראפשיטצער רב כדוגמת דער רבי ר' אליעזר'ל דזיקעווער זי"ע?

דאס האט שוין דער הייליגער ריזשינער געפרעגט פארן ראפשיצער רב און עס איז נישט באקאנט וואס הער האט איהם גענטפערט.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג מאי 04, 2009 11:30 am

דער רוזשינ'ער האט עס נישט געפרעגט דעם ראפשיצ'ער רב, נאר ער האט זעך אזוי אויס געדרוקט בלשון בתמיה,

דער ר"ר אשר'ל איז געווען שוין רב הצעיר בחייו, [שמעתי] בפשטות זעהט אויס אז דאס איז געווען א טייל פון דעם נדן.
ועמך כולם צדיקים

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » מאנטאג מאי 04, 2009 11:43 am

ווען דער ראפשיצער רב האט גענימען ר' אשר'ל פאר א חתן האט ער נישט געפרעגט קודם פון דעם רבין פון לובלין
האט אים דער רבי פון לובלין געפרעגט היתכן האסט מיך גארנישט געפרעגט
נאכדעם ווען דער רבי פון לובלין האט געזעהן ר' אשר'ל
האט ער זיך אנגעריפן
חכם עדיף מנביא
זי"ע

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » מאנטאג מאי 04, 2009 6:04 pm

איך ג'דענק נישט גענאו אויי האב איך דאס באמערקט אבער כפי מיטב זכרוני, ליגט מיך אין קאף אז יאך האב געליינט אמאל, (אפשר און החכמה מאי"ן פון דעם באליבסטער גאליציאנער חסיד ר' יאשע ליפשיטץ זצ"ל פון סטיטשין בני ברק) אז היות דער רבי ר' אשר'ל איז געווען מחוסר פרנסה האט ער גענומען דאס רבנות פון שטאט.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
געוואלד
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

תגובהדורך געוואלד » דינסטאג מאי 05, 2009 7:41 am

דער מוזשאיער ז"ל ולהבחל"ח זיין ברודער דער סוליצער פון פאר ראקאעוועי זענען אויך בא"ב אייניקלעך פון ר' אשר'ל

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » דינסטאג מאי 05, 2009 4:34 pm

היינט -י"א אייר יומ"ד דרביה"ק מראפשיטץ- איז בעוה"ר נקטע געווארען בדמי ימי' אן אשה צנועה וחשובה פון שטאט בני ברק און אר"י א טאכטער פון הרה"ח בנש"ק ר' שמואל רובין זצ"ל א בא"ב פון דער ר"ר אשר'ל זי"ע. וסימנא מילתא היא אז טאקע ביומ"ד פון זיערע גרויסע זיידע כ"ק דעם ראפשיטצער רב זי"ע.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » דינסטאג מאי 05, 2009 6:02 pm

כידוע איז ראפשיצער רב געווען א ברייטע מענטש
ער האט געזאגט אז ער איז ברייט פון צרות ישראל נישט פון קיין גשמיות חלילה
א רייע וועט עטס זעהן ווען עס וועט זיין שווערע צייטן
פאר אידישע קינדער וועט זיך מיין קבר אויך הייבן
אידן האבן עדות געזאגט אז ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט זיך זיין קבר געהויבן
זי"ע

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » דינסטאג מאי 05, 2009 6:12 pm

נאך וועמען האט דער ראפשיטצער רב געהייסען?

פארוואס איז דא צווי ספרים עה"ת (זרע קודש ואילה שלוחה)? און וואס איז נפק"מ ביניהם?

וואס פאר א נאך ספרים האט דער רב זי"ע מחבר געוועזען (אויס 'הנותן אמרי שפר' און ספרים הנ"ל))?
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אברמלע דער עין יעקב יוד
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2009 11:46 pm

תגובהדורך אברמלע דער עין יעקב יוד » דינסטאג מאי 05, 2009 11:08 pm

זיידעניו האט געשריבן:עס ווערט דערציילט אז הרה"ק מרן דער ראפשיצער רב זצוק"ל האט אויף די עלטער אויפגעהערט צו רעדן, און עס איז געוועהן זעהר שווער פאר די שטוב מענטשן, האבן זיך די שטוב מענטשן דערפון זעהר מצער געוועהן, נישט וויסנדיג וואס ס'איז געשעהן, און נישט וויסען וואס ער דארף, איינמאהל האט זיין זוהן ר' אברהם חיים מלינסק ז"ל געזאגט צום טאטען, איך ווייס אז די קענסט יא רעדן, נאר דו ווילסט נישט, זאג מיר פארוואס די ווילסט נישט רעדן, האט דער ראפשיצער רב געזאגט מיום עמדי על דעתי האב איך נישט ארויס גערעדט א ווארט אהן מכוון זיין א יחוד, יעצט אבער, דער מח איז שוואכער, וויל איך ענדערש נישט רעדן ווי צו רעדן אהן יחודים.
עס ווערט דערציילט אז הרה"ק מרן דער ראפשיצער רב זצוק"ל האט אויף די עלטער אויפגעהערט צו רעדן, און עס איז געוועהן זעהר שווער פאר די שטוב מענטשן, האבן זיך די שטוב מענטשן דערפון זעהר מצער געוועהן, נישט וויסנדיג וואס ס'איז געשעהן, און נישט וויסען וואס ער דארף, איינמאהל האט זיין זוהן ר' אברהם חיים מלינסק ז"ל געזאגט צום טאטען, איך ווייס אז די קענסט יא רעדן, נאר דו ווילסט נישט, זאג מיר פארוואס די ווילסט נישט רעדן, האט דער ראפשיצער רב געזאגט מיום עמדי על דעתי האב איך נישט ארויס גערעדט א ווארט אהן מכוון זיין א יחוד, יעצט אבער, דער מח איז שוואכער, וויל איך ענדערש נישט רעדן ווי צו רעדן אהן יחודים.

דער מעשה ברענגט אראפ דער הייליגער קמארנער און נצר חסד -

אברמלע דער עין יעקב יוד
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2009 11:46 pm

תגובהדורך אברמלע דער עין יעקב יוד » דינסטאג מאי 05, 2009 11:17 pm

כתר ישועה האט געשריבן:פארוואס איז דא צווי ספרים עה"ת (זרע קודש ואילה שלוחה)? און וואס איז נפק"מ ביניהם?

וואס פאר א נאך ספרים האט דער רב זי"ע מחבר געוועזען (אויס 'הנותן אמרי שפר' און ספרים הנ"ל))?

איך מיין אז אילה שלוחה האט דער ראפשיצער רב זי"ע אליינס געשריבען - דער זרע קדש האט געשריבען לכאורה א תלמיד - ראפשיצער רב האט נישט געלאזט דריקען זיינע ספרים - ביז דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט געגבען א הסכמה האט מען מורא געהאט צודרוקען

לעצטענס האט מען איבער געדריקט די זרע קודש צו זאמען מיט די אילה שלוחה - זייער א גוטע ארבעט - אויך גוט דורך געארבעט דורך א יוד פון קרית יואל א ראפשיצער אייניקעל

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » מיטוואך מאי 06, 2009 7:15 am

אויב אזוי ר' אברמאלע, קומט אויס אז די ספה"ק אילה שלוחה האט אן חביבות יתירה, אזוי מיר טרעפן ביינעם ליקוטי שושנה פון רביה"ק דער רר"א זי"ע.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אנא עבדא און 17 געסט