מעיק אייוועלט גרעיט עגעין!!!

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

מעיק אייוועלט גרעיט עגעין!!!

תגובהדורך פנחס בן חיים » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:00 pm

עס איז צייט, די העכטסע צייט, עס איז שוין די העכסטע צייט צירוק צו געבן די פארום פאר די איינשטענדיגע ליינער.

איך שלאג פאר אז:

1} נישט מער ווי צוויי אקטיווע טראמפ אשכולות, איינס פאר די קאבינאט און איינס פאר די נייעס ארום טראמפ.

2} נישט עפענען מער קיין אשכולות מיט שאלות אדער דעבאטעס ארום מידיא בייעס, אדער עני אנדערע אנקעטע ארום די פרעזידענט נייעס.

3} תגובות וואס איז חוזר חזרה מיט אטקאעס אויף טראמפ'ס ביהעווער, גייט אריין אין מיסט.

4} אטאקעס אויף אנדערע ניקס, תגובות מיט א ציל צו פארדרייען א אשכול, תגובות מיט פאלטשע נייעס צו דיסקרעדיטען סיי וואס, ווערט די ניק נחסם פאר א וואך אן קיין מעגליכקייט פאר א אפיעל.

איז דא איינער מיט מיר??
לעצט פאראכטן דורך פנחס בן חיים אום דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:02 pm

ניין . ווייל יעצט איז דעס די נייעס!

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5098
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:07 pm

קוידעם וואס שטערט אייך נאך אשכולות ? גייט נישט אריין דארט אין פארטיג !
אבער נומבער 3 איז ריכטיג ! יעצט דארף מען בעטן אז טראמפ זאל האבן הצלחה ! און נישט א גאנצען צייט אונטערייסען אז ער וועט נישט מצליח זיין !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6023
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:09 pm

ווען יעדער איז נארמאל דארף מען נישט קיין רולס.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:12 pm

eller האט געשריבן:קוידעם וואס שטערט אייך נאך אשכולות ? גייט נישט אריין דארט אין פארטיג !
אבער נומבער 3 איז ריכטיג ! יעצט דארף מען בעטן אז טראמפ זאל האבן הצלחה ! און נישט א גאנצען צייט אונטערייסען אז ער וועט נישט מצליח זיין !


נישט וועגן דעים, איך האלט נישט אז די אטאקעס דא קען האבן א השפעה אז טראמפ זאל נישט מצליח זיין..
נאר ווייל אלעס האט א שיעור, מען האט עס שוין מיליאן מאל דעבאטירט, און עס מאכט סתם הייס דא,

ער האט געווינען, וחסל.. אויב ווער וועט זיין אין אפיס וועט ער נישט ביהעוועין, וועט מען דאן נאכאמאל אנהייבען מיט זיינע נייע פראבלעמען.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:26 pm

מטעמים האט געשריבן:ווען יעדער איז נארמאל דארף מען נישט קיין רולס.

נא? נישט יעדער איז נארמאל!!

איך בין מסכים מיט פנחס אבער נישט אויף אזוי עקסטריעם!!

דאס יא אז אויב זעהט מען אז א ניק מאכט קינצן און צילט צו אראפ נידערן די וועליו פונעם וועלטל דארף מען אים חוסם זיין פאר א טאג צוויי אדער א וואך!!
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

זיידע ומומחה
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 12, 2012 11:09 am

תגובהדורך זיידע ומומחה » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:32 pm

eller האט געשריבן:קוידעם וואס שטערט אייך נאך אשכולות ? גייט נישט אריין דארט אין פארטיג !
אבער נומבער 3 איז ריכטיג ! יעצט דארף מען בעטן אז טראמפ זאל האבן הצלחה ! און נישט א גאנצען צייט אונטערייסען אז ער וועט נישט מצליח זיין !

איך גיי טאקע נישט אריין אבער די האסט א השגה ווי שווער עס אז צו טרעפען א נארמאלען אשכול
ווען דער פאדערטשער בלאט איז פול מוט שטיות

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:34 pm

זיידע ומומחה האט געשריבן:איך גיי טאקע נישט אריין אבער די האסט א השגה ווי שווער עס אז צו טרעפען א נארמאלען אשכול
ווען דער פאדערטשער בלאט איז פול מוט שטיות


RT

ועוד אז עס פארטרייבט פון שרייבען און געהעריגע אשכולות ווייל מען זעט עס נישט.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:52 pm

טשאלענט האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ווען יעדער איז נארמאל דארף מען נישט קיין רולס.

נא? נישט יעדער איז נארמאל!!

איך בין מסכים מיט פנחס אבער נישט אויף אזוי עקסטריעם!!

דאס יא אז אויב זעהט מען אז א ניק מאכט קינצן און צילט צו אראפ נידערן די וועליו פונעם וועלטל דארף מען אים חוסם זיין פאר א טאג צוויי אדער א וואך!!

אגרי 100%
Get your facts first, then you can distort them as you please.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:52 pm

שוין העכסט צייט צו עפענען א פאליטיק אשכול אזוי ווי אנדערע האבן שוין פארלאנגט.
אפשר זאל עס אויך נישט ארויפקומען אויף 'אקטיווע אשכולות' נאר בשעת א פארמעסט.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:54 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:שוין העכסט צייט צו עפענען א פאליטיק אשכול אזוי ווי אנדערע האבן שוין פארלאנגט.
אפשר זאל עס אויך נישט ארויפקומען אויף 'אקטיווע אשכולות' נאר בשעת א פארמעסט.

דאס איז טאקע גאר א געניאלע געדאנק!!!

מען וועט נאר דארפן קענען מבחין זיין צווישן א נייעס אין א פאליטיק.....
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2059
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:55 pm

האלא, יעדער האט עפעס אנדערש ליב... סאו זאל יעדער גיין צו וועלעכע אשכול ער וויל... טעינקס
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:57 pm

שכל'דיג האט געשריבן:האלא, יעדער האט עפעס אנדערש ליב... סאו זאל יעדער גיין צו וועלעכע אשכול ער וויל... טעינקס

אבער ווען איך קום אריין צו די אידישע און וועלטליכע נייעס זיך איך נייעסלעך און נישט אז אין יעדע אשכול וואו איך וועל אריין גיין זאל עס זיין אנגעפיטשעט מיט פאליטיק, דאס איז די גאנצע ציהל מיטן מאכן עקסטערע פארומס פאר יעדע סאבדשעקט...
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:01 pm

טשאלענט האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:האלא, יעדער האט עפעס אנדערש ליב... סאו זאל יעדער גיין צו וועלעכע אשכול ער וויל... טעינקס

אבער ווען איך קום אריין צו די אידישע און וועלטליכע נייעס זיך איך נייעסלעך און נישט אז אין יעדע אשכול וואו איך וועל אריין גיין זאל עס זיין אנגעפיטשעט מיט פאליטיק, דאס איז די גאנצע ציהל מיטן מאכן עקסטערע פארומס פאר יעדע סאבדשעקט...

מיט פאליטיק? דאס רופסטו פאליטיק? יעדעמ'ס מיינונגען, פאלשע און אמת'ע, ווערטלעך וואס שטומען יא אדער נישט.... דאס האט פאליטיק ווי טראמפ מיטן ווייסן הויז.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:03 pm

עס געפעלט מיר אבער ווי דער פנחס בן חיים האלט זיך פאר אן איינשטענדיגער ליינער...
אפשר ביזטו גאר דער מאדנער?... נאר א ווערטל.
אבער אמת'דיג גערעדט: דיינע פארשלאגן זענען נישט קיין געדאנקען. עס קומט נישט אויפן שכל.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:03 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:האלא, יעדער האט עפעס אנדערש ליב... סאו זאל יעדער גיין צו וועלעכע אשכול ער וויל... טעינקס

אבער ווען איך קום אריין צו די אידישע און וועלטליכע נייעס זיך איך נייעסלעך און נישט אז אין יעדע אשכול וואו איך וועל אריין גיין זאל עס זיין אנגעפיטשעט מיט פאליטיק, דאס איז די גאנצע ציהל מיטן מאכן עקסטערע פארומס פאר יעדע סאבדשעקט...

מיט פאליטיק? דאס רופסטו פאליטיק? יעדעמ'ס מיינונגען, פאלשע און אמת'ע, ווערטלעך וואס שטומען יא אדער נישט.... דאס האט פאליטיק ווי טראמפ מיטן ווייסן הויז.

:lol: :lol:

נא, פארדעם האט דאך פנחס געזאגט אז מען זאל חוסם זיין איינער וואס וועטזיך נישט אויפפירן שיין!
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2059
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:06 pm

מטעמים האט געשריבן:ווען יעדער איז נארמאל דארף מען נישט קיין רולס.


ווען יעדער זאל שרייבן זאכליך, שכל'דיג, אויסגערעכנט,

ווען יעדער זאל זיין א גוטע טראכטער, נאטורליך, א ארך אפים, אדער גאר א פרומער יוד,

וואלט אסאך זאכן אנדערש געווען....
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

יונה
שר האלף
תגובות: 1848
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:15 pm

אה נאך א פאליטיק אשכול..

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:20 pm

שכל'דיג האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ווען יעדער איז נארמאל דארף מען נישט קיין רולס.


ווען יעדער זאל שרייבן זאכליך, שכל'דיג, אויסגערעכנט,

ווען יעדער זאל זיין א גוטע טראכטער, נאטורליך, א ארך אפים, אדער גאר א פרומער יוד,

וואלט אסאך זאכן אנדערש געווען....

:lol: :lol: :lol: :lol:
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:25 pm

נאך אפאר זאכן מעג מען פארעכטן.

קוועסטשאן מארקס זענען נאר געמאכט צו נוצן ווען מען פרעגט עפעס, און אויך דאן נאר איינס (חוץ אין אויסערארדענטליכע פעלער)

די זעלבע מיט עקספלענעישאן מארקס

שמייכלען און 'גרינע' האט אויך א גבול

די אלע אנדערע טאנצעדיגע און שפרינגעדיגע קערעקטערס זענען נישט געמאכט פאר א נארמאלע אשכול. אין פארברענגען אריין. (און אויך דארט מיט א גבול)

אין א נייעס אדער פאליטיק אשכול דארף מען נישט קוואוטן יעדער וואס זאגט עפעס וואס דיר געפעלט און צולייגן א גרינע. (העכסטנס קען מען קאמפלימענטירן אין אישי)


בתקוה ללבנה
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:26 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:עס געפעלט מיר אבער ווי דער פנחס בן חיים האלט זיך פאר אן איינשטענדיגער ליינער...
אפשר ביזטו גאר דער מאדנער?... נאר א ווערטל.
אבער אמת'דיג גערעדט: דיינע פארשלאגן זענען נישט קיין געדאנקען. עס קומט נישט אויפן שכל.


איך בעט נישט קיין נייע זאכען, ביז אנדערהאלבן יאר צירוק איז דאס געווען די מהלך דא, מען האט צוזאם געשטעלט דאפאלטע אשכולות, אזוינע טראמפישע תגובות זענענן געמעקט געווארען, און ניק'ס וואס האבן נישט געכאםט די פארטעל פון שרייבען זענענן אוועק געגאנגען, אדער האבן זיי פארפירט אינעם "אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט" אשכול.

און די מהלך האט אהער געברענגט נייעס ניק'ס, ווייל יעדער האט פארשטאנען אז אזוי באלאנגט עס, נאר די טראמפ היץ האט ציווישט די קארטען,

סאו וואס איך זאג איז אז די וואלן איז שוין ב"ה אווער מען זאל צירוק גייט צו אייידער די טראמפ עפאכע.
לעצט פאראכטן דורך פנחס בן חיים אום דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:28 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:עס געפעלט מיר אבער ווי דער פנחס בן חיים האלט זיך פאר אן איינשטענדיגער ליינער...
אפשר ביזטו גאר דער מאדנער?... נאר א ווערטל.
אבער אמת'דיג גערעדט: דיינע פארשלאגן זענען נישט קיין געדאנקען. עס קומט נישט אויפן שכל.


וועל איך דעררציילען אז ביז אנדערהאלבן יאר צירוק איז דאס געווען די מהלך דא, מען האט צוזאם געשטעלט דאפאלטע שכולות, אזוינע טראמפישע תגובות זענענן געמעקט געווארען, און ניק'ס וואס האבן נישט געכאםט די פארטעל פון שרייבען זענענן אוועק געגאנגען אדער פארפירט אינעם "אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט (קעפל געטוישט)"

און די מהלך האט אהער געברענגט נייעס ניק'ס, ווייל יעדער האט פארשטאנען אז אזוי באלאנגט עס, נאר די טראמפ היץ האט ציווישט די קארטען,

סאו וואס איך זאג איז אז מען זאל צירוק גייט צו אייידער די טראמפ עפאכע, די וואלן איז שוין ב"ה אווער.

איך זע אז דו ביזט נאך ניטאמאל דא געווען אנדערהאלבן יאר צוריק........
וועט מען מוזן גלויבן אז....

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:30 pm

איך האב אסאך געליינט דא איידער איך האב אנגעהויבן שרייבען דא, איך האב קודם עוואלט קענענן די פלאטץ,
לעצט פאראכטן דורך פנחס בן חיים אום דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:33 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אין א נייעס אדער פאליטיק אשכול דארף מען נישט קוואוטן יעדער וואס זאגט עפעס וואס דיר געפעלט און צולייגן א גרינע. (העכסטנס קען מען קאמפלימענטירן אין אישי)

זייער א גוטע געדאנק, איך האב נישט געטראכט דערפון.
גראדע האב איך עס שוין אמאל געטון (עס איז פשוט געווען א האקעלע נושא) און יענער האט מיר געבעטן איך זאל עס שרייבן ברבים. זעהט אויס אז מענטשן האבן פארט ליב ווען מ'דערמאנט זיי ברבים (נישט אויף אפצופרעגן)...
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2059
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 10:34 pm

צו מיין טייערע פריינד "וויכטיג מאכער".
עס וואלט אפשר געווען פאסיג ענדערש צו פארשפארן א ניק, ווי צו פארשפארן א אשכול,

פארוואס זאל אמעריקע ליידן וועגן אפאר צולאזטע ניק'ס דא ????
מען דארף דאך מאכן גאר קריטישע באשלוסן, ווער עס זאל זיין אין "דאנעלד טראמפ'ס קאבינעט"....
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נו גוט נו שוין און 6 געסט