שומרים קארטליך
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10694
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
בקיצור נאכען דורך ליינען אלע תגובות ביז אהער זעה איך אז די עולם קען פלעין נישט אויסהאלטען אז די קינדער זאלן וויסען אז סמארטפאוןס איז א פראבלעם מ'איז אזוי צוגעבינדען צו דעם אז מרעדט צוזאם אזאלעכע נארישע און פאלשע זאכען אויף אזא שיינע זאך . בקיצור סא פון היינט און ווייטער ווען מען רעדט קעגן אינטערנעט דארף מען פאר דעם ארויסשיקען אלע קינדער און בחורים ... . איינער האט געהייסען אז די קינדער דארפן נאך שרייען מענטשען אדער גאר זייער טאטעס ??? סאיז פשוט אויף צוקלערן די שעדליכקייט פונעם משחית . רוב קארטאןס ליגט שוין סייווי די לעצטע פאר יאר אויף די לוח המודעות יעדע וואך . כ'ווייס נישט וואס די עולם האט זיך יעצט אויף געוועקט... און גראדע איז באקאנט די מעשה כ'מיין מיט די קראסנע רב זי"ע אז ער האט געהייסען מ'זאל צוברעכן די טאטעס טעלעוויזשיאן !!!(און ער וועט נאך געבן א גיטע זאך פאר יעדער וואס טוט עס) אזא מין חוצפה !!! שומי שמים ! אן דעם טאטעס רשות זאל מען צוברעכן ! שרעקליך . אזוי אויסצולערנען קינדער ? און דא האט קיינער אפילו נישט געזאגט אז מען זאל צוברעכן אדער שרייען נאר פשוט אויף צוקלערן די שעדליכקייט פונעם סמארט פאון.... רבותי כאפטץ אויף קוק ווי ווייט עס באדערט ענק ווען איינער זאגט עפעס קעגן ענקער סמארט פאון .. ס' איז סלוחות כאפטץ ענק אויף..(אנטשולדיגט פארן מוסר זאגן כ'בין נישט דער וואס קען מוסר זאגען נאר כ'זעה אז קיינער טוט עס נישט ..)
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

- מוטשע נישט
- שר חמש מאות
- תגובות: 631
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm
- לאנדאן שטופער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 352
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm
אין לאנדאן קומט ארויס א גליון שבת בשבתו איינע האט אריינגעלייגט די פאלגענדע בריוו - פרשת בראשית
אל כבוד עורכי הגליון 'שבת בשבתו' הע"י
צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אייערע הערליכע אויסגאבע און מייסטערווערק, עס איז באמת א עונג שבת ויו"ט צו ליינען די שיינע און געשמאקע און אינטרעסאנטע מעשיות און ידיעות, זכותכם הרבה מאוד.
כ'וואלט געוואלט ארויס ברענגן לשבח, דאס וואס עס האט זיך אפגעשפיעלט אין די אלע בתי מדרשים בשעת די הקפות, ווען אנשטאט הונדערטע הונדערטע קענדי"ס מיט לאלי"ס א.ד.ג. זענען געווארפן געווארן הונדערטע הונדערטע 'שומרים קארטליך'.
די פאקט האט געוויזן אז דאס האט אריינגעברענגט א אויסערגעווענליכע שמחת יו"ט פאר די קינדערליך, און חוץ פון דעם האט דאס פארמינערט פון די הונדערטע קענדי"ס וואס די קינדער פלעגן זיך אנזאמלען און עסן בשעת די הקפות.
כ'מיין אז עס האט געהאט גאר א גוטע השפעה אויף די קינדער, -כ'גיי נישט אריין דא אין דעם עצם ענין פון די שומרים קארטליך בכלל -, איך רעד דא די גרויסע מעלה פון אריינברענגן אין די קינדער א שמחת יו"ט אויף אזא איידעלע און געלונגענע אויפן, און לאמיר האפן אז עס זאל מקוים ווערן דעם והשיב לב בנים על אבות, עס זאל אויף אונז אויך ווירקן..!
א שטענדיגע ליינער

שוין גארנישט קיין שטופער...
קרעדיט: משהזוךמיר
קרעדיט: משהזוךמיר
- לאנדאן שטופער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 352
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm
צוויי בריוון - פרשת נח
[align=center]ערשטע בריוו[/align]ביטע אריינלייגן אין אייער גליון, ייש"כ
איך וויל מיך באציען צו די בריוו פון פאריגע וואך בנוגע די שומרים קארטלעך, וואס יענער שרייבער האט נישט געוואלט אריינגיין אין די נושא.
איך בין זיכער אז די ארויסגעבער און מפיצים פון די שומרים קארטלעך מיינען דאס לשם שמים, צו אנפירן מיט די מלחמת מצוה אנטקעגן דער אבן הנגף הנקרא אינטערנעט, וואס איז אוודאי א געפערליכע פראבלעם ואינו צריך לפנים, אבער דאס ארויסגעבן אזעלכע קארטלעך טראגט מיט זיך אויך א געוואלדיגער אחריות, און מ'דארף האבן צו דעם אן אמת'ער דעת תורה וואס זעהט דעם גאנצן בילד, און איז מכריע אז דאס איז א גוטע מהלך.
איך וויל דא ארויסברענגן אפאר נקודות למחשבה - וואס כ'האב געהערט פון חשוב'ע מחנכים, כדי דער עולם זאל אריינקלערן אויב די קארטלעך איז טאקע א גוטע שפיל, אדער א שפיל מיט פייער רח"ל:
א') האיסור.
אויף די קארטלעך שטייט "געשטיצט דורך רבנים וגדולי הדור שליט"א", אבער דער אמת איז אז די מערכה אנטקעגן כשר'ע און געפילטערטע סמארטפאונס איז נישט געשטיצט דורך קיין שום רב אדער רבי. פון די גרויסע "כינוס כלל ישראל" איז נישט געבליבן די החלטה אז א יעדע סמארטפאון איז אסור, און קיין איין רבי האט נישט גע'אסר'ט סמארטפאונס פון אידן וואס דארפן דאס האבן! אוודאי אויב ס'איז נישט געפילטערט איז עס אסור בתכלית האיסור, אבער היינט איז די מציאות אז א יעדע מוסד איז ממילא מחייב צו האבן א פילטער אויף דעם, און קאנטראלירט פונקליך וואס די יחיד מעג האבן אויף זיין פאון כפי צורך פרנסתו.און אויף דעם באקומט מען א זיגעל. אוודאי איז איז דא דרגות אין אידישקייט, איך קען אסאך מענטשן וואס זענען זיך פורש פון א קאמפיוטער בכלל, מענטשן וואס האבן נישט קיין אימעיל אדרעס וכדו'. אויב ס'זענען דא מענטשן וואס ווילן שטיין ווייט פון יעדער שמץ פון אינטערנעט - מה טוב ומה נעים, אבער פארוואס מחייב יעדן זיך צו פירן פונקט אזוי עקסטרעם ווי דיר. שטעלט אייך פאר אז דיין טאכטער קומט אהיים פון סקול מיט א קארטל "מאמי ביזסט א רשע'נטע" ווייל דו גייסט מיט א שייטל וואס די און די רבי האט גע'אסר'ט! אדער אז מ'גייט ארום ווארפן קארטלעך אז דו ביסט "חייב סקילה" פארן טראגן מיט די עירוב, וואס דיין דומ"ץ האט דיר מתיר געווען.וכדו'
אז איינער זוכט דווקא א אמת'ע צוועק, פעהלן ליידער נישט קיין ערנסטע פראבלעמען צו מאכן קארטלעך. מ'קען מאכן א ויצעקו אויף מענטשן וואס פארפאסן סוף זמן קרי"ש, אדער סוף זמן תפילה במזיד, ואטו כי רוכלא. אבער דאס איז אויך נישט אויסגעהאלטן, כאשר יתבאר.
ב') בדרך התורה נלך.
נניח אז די מערכה איז יא אויסגעהאלטן, דאך האבן מיר אלעמאל געוואוסט אז א שיטה וואס פארטיילט ליטעראטור, א שיטה וואס פרובירט איבערצורעדן מיט צעטלעך, ביכער, העפליכע פראזן, און א שיינע שפראך, איז עפעס פארטונקלט. מיר האבן דאס געזען נאר אין די מיסיאנערישע באוועגונגען אדער ביי די נאציס וכדו'. ביי אונז אידן האט מען מיט שטאלץ געוואוסט אז מיר האבן א סארט אמת וואס אונזער תורה האט, און דאס איז וואס פירט אונזער מאראל, און נישט אז מיר זאלן טון אקטן פון טעראר, בעשעריי, נאכשרייעריי, פראטעסט, אטאקעס, חוצפה, און אנדערע זאכן וואס שמעקן פון ראדיקאלע שטימונגען, זאכן וואס מיר האבן נישט ליב ווען מען טוט דאס צו אונז, זאכן צו וואס מיר זענען סענסיטיוו, און זענען קאנטער אפעקטיוו. אפילו אין די קנאי'שע חדר האט מען זיך זייער אפגעשאקלט פון ווילדע עקסטרעמע פעולות פון בחורים אדער עקסטרעמע מענטשן וואס האבן גענומען די שיטה צו אן עקסטרים און געטוהן אייגענע אקטן שאין רוח חכמים נוחה הימנו, כידוע.
ג') פרוץ מרובה.
נניח אז טעראר איז יא א מהלך, אבער ווער נעמט די אחריות פון אויפקלערן די צאן קדשים שלא טעמו טעם חטא, וואס מיינט אינטערנעט און סמארטפאון וכדו', און וויפיל און וועלכע עבירות מ'קען אלס אפטוהן, רח"ל. פארוואס דארף מיין קליין 7 יעריגע וויסן וואס דאס איז בכלל די טריפה'נע אינטערנעט? אדער אפילו וואס א קליפ איז? ווער ווייסט דען וויפיל דאס רייצט זיי אהן צו די זאכן, און ווארטן שוין מתי יבא סמארטפאון לידי ה"י? דאס איז א שפיל מיט פייער ותוצאותיו מי ישורנה!
ד') חוצפה.
איך האב שוין מער ווי איינמאל בייגעוואוינט די סצענע, ווי קינדער שרייען נאך מענטשן וואס וואלטן געקענט זיין זייערע טאטעס אדער זיידעס, מיט ביליגע לשונות אשר כל שומעיהן תצילנה שתי אוזניו. מיט א חוצפה און עזות שרייען זיי נאך מיט קללות נמרצות כפשוטו - וואס דאס איז וואשיינליך די ציהל פון די קארטלעך. וואו נאך האט מען דאס אמאל געהערט, אז מ'איז מחנך קינדער זיך אויפצופירן חוצפה'דיג צו עלטערע מענטשן, ובפרט אויף א זאך וואס איז נישט אסור, נאר געוויסע מענטשן ווילן זיך מאכן אן אייגענעם גדר דערויף? ובפרט ניצענדיג אזעלכע אומאיידלע אויסדרוקן אין מיאוס'ע שפראך?
צדיקים פלעגן זאגן, אז אויב איינער איז נישט זיכער אויב עפעס איז א מצוה אדער אן עבירה, זאל ער זעהן נאכדעם וואס עס ברענגט נאך, אויב איז עס גורם א מצוה איז א סימן אז ס'איז געוועהן א מצוה ווייל מצוה גוררת מצוה, וכן להיפוך. אויב דא זעהט מען אזא מין חוצפה'דיגער ערשיינונג איז עס לכאורה א קלארע ראי' אז לא זו הדרך, און ס'גייט אריין אין די קאטאגאריע פון עבירה גוררת עבירה.
ה') חינוך.
ביי די גוים להבדיל ווייסט מען, אז ווי יונגער מען איז אלס קלוגער איז מען. ביי אונז כלל ישראל ווייסט מען, אז מ'קוקט ארויף צו די עלטערן און מ'הערט זיי אויס, און נישט די קינדער זענען מחנך די עלטערן. אין די היינטיגע שווערע דור בפרט, איז מער וויכטיג ווי אלעמאל אז די עלטערן זאלן האבן אן השפעה אויף די קינדער כדי זיי צו מחנך ע"ד התורה והמסורה. אבער דא איז פונקט פארקערט! מ'נעמט די קליינע קינדער וואס ווייסן נישט בין ימינם לשמאלם, און מ'נוצט זיי אלס שטעקן מחנך צו זיין זייערע עלטערן! און נישט נאר זייערע עלטערן, נאר פרעמדע טאטעס ווערן מחונך און נאכגעשריגן דורך קליינע קינדער על לא עול בכפם! ולא זו אף זו, מ'באטיטלט זיי צו זיין א "חמור", "חזיר", "שייגעץ", "דו גייסט באקומן יענע מעשה", וכו' וכו'!! וואס דארף א קינד טראכטן ווען ער קומט אהיים צום טאטן און דער טאטע וויל איהם מחנך זיין, און ביי זיך אין הארץ טראכט ער אז זיין טאטע איז א "שייגעץ וואס טוהט אפ אלע ערגסטע עבירות" אויף זיין סמארטפאון, וואס האט גראדע בלויז א קאלקולעיטער מיט אימעיל מיט איין באנק עפפ, זייענדיג גענצליך אפגעהאקט פון די אינטערנעט, מיט די הכשר פון די וועד. דאס ברעכט אונטער די יסודות פון א ריזיגן פראצענט פון כלל ישראל! אויף וועמענס אחריות?? מ'וואלט באמת געדארפט מער מאריך זיין אבער די פלאץ דא איז באגרעניצט.
ו') דעת תורה.
איך שטעל מיך פאר, אז נעקסטע וואך וועט איינער ארויסברענגען די געוואלדיגע מעלות פון די קארטלעך, און די זאכן וואס עס טוהט אויף קען מען טאקע נישט אוועקמאכן, די שאלה איז נאר, אויב דאס איז די מהלך וואס אונז דארפן טוהן און אויב דאס איז אויסגעהאלטן. כפי ידיעתי האט איין חשוב'ער רב דאהי עס נישט געלאזט טיילן ביי זיך אין ביהמ"ד, און ס'זענען שוין דא דאהי צוויי חשוב'ע תלמוד-תורה'ס וואס לאזן נישט אריין די קארטלעך ביי זיי אין מוסד, ומהם יראו וכן יעשו ביז ווען די קארטלעך וועלן זיין באמת אויסגעהאלטן עפ"י הוראת הרבנים שליט"א וואס טוען אדורך די נושא, ולאורם נשא ונלך.
ואסיים בברכה, אז יעדער זאל זוכה זיין אליין צו מחנך זיינע אייגענע קינדער אשר ברכו ה', און זעהן נאר תענוג ונחת פון זיי אלע, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו מבער זיין די צרת ה'טעכנעלאגיע - וואס קאסט ליידער אזויפיל קרבנות ביי כלל ישראל,- אבער טאקע נאר זיין עפ"י דרך התורה והמסורה וכפי הוראת הרבנים, און מיר זאלן זוכה זיין צו לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים בביאת משיח צדקנו בב"א.
ווי עס שרייבט א שטענדיגע ליינער
פ. פ.
[align=center]******[/align]
[align=center]צווייטע בריוו[/align]
א"כ הגליון שבת בשבתו, ראשית כל יישר כחכם וחילכם מיט די אידישע אויסגאבע מידי שבת בשבתו, דער אייבישטער זאל העלפן איר זאלט ווייטער קענען אנגיין מיט דעם לשם ולתפארת.
בנוגע וואס איז געשטאנען פאריגע וואך וועגן די גרויסע מעלה לשבח פון די שומרים קארטלעך בשעת'ן הקפות, האב איך געוואלט "אויפוועקן" די חשובע ציבור אז דאס איז אויכעט (עכ"פ לדעתי) מפגעי תשע"ז, וואס א יעדע טוט ע"פ רוחו, מה שעלה בלבו לעשות און דאס אייצופיהרן, (און אפי' עס האט אזוי געדארפט זיין -ע"פ הסכמת הרבנים וכדו'- איז דאס נאר געווען א הוראת שעה -פאר תשרי תשע"ז העעל"ט- און דאס מיינט נישט אז דאס מיינט אז דאס דארף זיין אויך די קומענדיגע יאהרן).
אסאך ערליכע אידן [און אידענעס] האט דאס זייער נישט געשמעקט מפני כמה סיבות, ואפרטם כדלהלן:
1. "נייע זאכן".
2. די "צוקערלעך" זענען אלע יאהרן געווען, און ווי ס'ווערט געברענגט אין די פריעדיגע ספרים הק' אז דאס קומט מרמז צו זיין, אז די תורה איז זיס, אזוי ווי מ'פירט זיך אויך ביום הכנסת ילד לת"ת לערנען די א"ב מיט זיסע זאכ, און האניג, אזוי אויכעט שבועות צו עסן האניג לעקעך.
און אזוי האט מען געזעהן ביי פריעדיגע צדיקים וואס האבן געטיילט אדער "געווארפן צוקערלעך" בשמחת תורה אין ביהמ"ד.
3. די "צוקערלעך" פארנעמען נישט די קינדער -און זייערע מח, -א גאנצע הקפות, טאנצן, דאווענען, סעודה, און א גאנצע טאג, נאר מען עסט און מען טאנצט ווייטער – אבער די "קארטליך" נעמט איבער די קינדער! (איה"נ מ'דארף האבן א 'נארישע' מיטל זיך צו באגיין קעגן די 'נארישע' מענטשן מיט די 'נארישע' כלים פון די 'נארישע' דור, אבער 'נאריש' בלייבט 'נאריש'!) די קארטליך האט זיי איבערגענומען א גאנצע הקפות, קוק"ן די קארטליך, צייל"ן די קארטליך, טויש"ן די קארטליך, וכדו' וכדו'
(די פראבלעם פון די צוקערלעך און נישט געזונטע נאש האט מען אלע יאהרן געהאט, די עלטערן מיט שכל האבן געוואוסט צו עס באהאנדלן, און אויב האבן זיי דאס נישט געקענט באהאנדלן איז סך הכל אדורך צוויי טעג יו"ט, מ'שלאפט עס אויס און מ'הייבט אהן פון פריש, -משא"כ די קארטליך).
די שורות זענען נאר געשריבן געווארן להערה ולעיון בעלמא אלהבא [נישט קיין קריטיק על לשעבר], דער עיקר איז אז דער אויבישטער זאל העלפן מיר זאלן האבן געפוילט אלעס גוטס ברו"ג, און זיך מקרב זיין צום בורא כל העולמים, און מיר זאלן אינגיכן זוכה זיין צו ישועתן של ישראל מיט די גאולה שלימה, אמן
[-] נאמען געהיטן אין די מערכת
נ"ב: דער שרייבער פון די שורות האט נאך קיינמאל נישט צוגערירט צו קיין שמד-פאן!

- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
- לאנדאן שטופער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 352
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm
קונטרס לכו נא ונוכחה
ארויסגעגעבן דורך השומרים
https://www.dropbox.com/s/oeijzkmgkjssb ... 4.pdf?dl=0
https://www.dropbox.com/s/5x9ddxqc2jc8h ... A.pdf?dl=0

- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm
- מוטשע נישט
- שר חמש מאות
- תגובות: 631
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm
- קאץ און מויז
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm
.
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
- לאנדאן שטופער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 352
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm
- נערישער אינגרמאן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 327
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am
- טשאלענט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4017
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
- לאקאציע: אין טשאלענט טאפ
לאנדאן שטופער האט געשריבן:ווער איז כ"ק אדמו"ר שליט"א
קוקט אויס היימיש פאבראצירט.....
טשאלענט גמח!
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך

לאנדאן שטופער האט געשריבן:קונטרס לכו נא ונוכחה
ארויסגעגעבן דורך השומרים
https://www.dropbox.com/s/oeijzkmgkjssb ... 4.pdf?dl=0
https://www.dropbox.com/s/5x9ddxqc2jc8h ... A.pdf?dl=0
גאר א שיינער קונטרס
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm
כינוס כלל ישראל האט געהאלפן א רעטעך במחילת כבוד וכו', און יעצט רעדט מען זיך איין אז אויפהייטערן די קינדער קעגן די עלטערן וועט העלפן?! מיט אזעלכע חכמים ווער דארף נאך די כעלעמע נער'נים?!
מ'ברענגט א ראי' פון קראסנא'ער רב זצ"ל וואס האט געהייסן צובראכן די טעלעוויזשן, וואס איז די ראי' אויף אהער?! דאס מיינט דער די טאטע און מאמע פון דאס קינד האבן שוין מער נישט געקוקט קיין טעלעוויזשן? א קינד וואס ברענגט אהיים די שומרים קארד מיינט אז דער טאטע אדער מאמע וועלן מער קיינמאל נישט צורירן צו קיין סמארט פאון?! שוטה!
אז דו האסט נישט קיין עצה מאך אן עצרת תפילה, נישט העץ אויף קינדער קעגן עלטערן!

- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
וויל וועלן האט געשריבן:כינוס כלל ישראל האט געהאלפן א רעטעך במחילת כבוד וכו'
אבי גערעדט!!
זינט דעמאלטס האבן די מוסדות זיך גענומען איבער פילטערס,
זינט דעמאלטס שפירן זיך אסאך יונגעלייט אומבאקוועם צו האבן א פאון אהן א פילטער.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:וויל וועלן האט געשריבן:כינוס כלל ישראל האט געהאלפן א רעטעך במחילת כבוד וכו'
אבי גערעדט!!
זינט דעמאלטס האבן די מוסדות זיך גענומען איבער פילטערס,
זינט דעמאלטס שפירן זיך אסאך יונגעלייט אומבאקוועם צו האבן א פאון אהן א פילטער.
דיין תגובה קלעבט ווי א בונדל צום וואנט, וואס האט "זיך נעמען איבער פילטערס" מיט נישט האבן קיין סמארט פאון, און וואס האט "זיך שפירן אומבאקוועם אהן א פילטער" מיט נישט האבן א סמארט פאון?!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
וויל וועלן האט געשריבן:ראפאט קראמפלי האט געשריבן:וויל וועלן האט געשריבן:כינוס כלל ישראל האט געהאלפן א רעטעך במחילת כבוד וכו'
אבי גערעדט!!
זינט דעמאלטס האבן די מוסדות זיך גענומען איבער פילטערס,
זינט דעמאלטס שפירן זיך אסאך יונגעלייט אומבאקוועם צו האבן א פאון אהן א פילטער.
דיין תגובה קלעבט ווי א בונדל צום וואנט, וואס האט "זיך נעמען איבער פילטערס" מיט נישט האבן קיין סמארט פאון, און וואס האט "זיך שפירן אומבאקוועם אהן א פילטער" מיט נישט האבן א סמארט פאון?!
וואס האט ״נישט האבן קיין סמארט פאון״ מיט אידישקייט?
די כינוס האט אויפגעטוהן מ׳זאל לייגן פילטערס. פילטערס זענען וויכטיג פאר אידישקייט. און דאס האט מען סוקסעספול דורכגעבראכן ביי ניינציג פראצענט פונעם ציבור. דאס איז געווען די מטרה און דאס האט מען אקאמפלישט.
עס שטייט נישט אין פסוק וסמרט פאון בכיסך אל תביא.
עס שטייט יא אין פסוק ולא תתרו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם. און דאס האט מען ב״ה פיין אקאמפלישט.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
וויל וועלן האט געשריבן:טוה מיר א טובה, צו עקאמפלישן ארויפצולייגן א פילטער מאכט מען נישט די גאנצע טאראראם פון שומרים קארטליך, מיין קליינע שכל זאגט מיר אז מ'וויל עקאמפלישן מער פון דעם, און דאס איז לופט...
איך מיין אז דו מישט,
דו האסט אריינגעווארפן אז ביים כינוס האט מען גארנישט אויפגעטוהן האב איך און מה פתאום??? דיר מסביר געווען אז עס האט אויפגעטוהן לגבי פילטערס, שרייסטו אז נישט דאס איז די מטרה פון די קארטליך,
אונז האבן יעצט גערעדט פונעם כינוס, נישט פון די קארטליך.