שוין א אנדערטהאלבן יאר וואס יעדען טאג דרייט זיך ארום די פרעזידענטליכע וואלן, קודם איז געווען א צודרייטע פריימערי, ווי מען האט יעדען טאג געהאפט אויפן בעסטן, דאן האט מען שלום געמאכט מיטן מצב אז עפעס א צורידערטער נשמה האט פארכאפט די נאמעני, און עס האט זיך אנגעהויבן די צווייטע העלפט ווי מען האט געהאפט אז דער צורידערטער גייט באזיגען די צווייטע פארשוין'טע וואס איך גלייך זייער נישט, שוין געווען צייטן וואס האט אויסגעקוקט דערנאך, און אפאר צייטן ווי מען האט זיך געטרייסט אז יא.. אפשר וועט מען נאך ארויסקוועטש עפעס א קליינע זיג.
למעשה ווי מען שטייט יעצט, זעט נישט אויס ווי עפעס וועט ווערן, לכאורה וועט די אומבאליבטע פארשוין'טע געווינען, און אפילו דער צורידערטער געווינט, שמעקט עס מיר אויך נישט, איך וויל ניטאמאל פייערן קיין גרויס זיג, ווייל איך האב מיר טאקע געראטעוועט פון איר, אבער יעצט בין איך אויף צרות מיט אים, איך זע די סוף פאר מיינע אויגן, און איך זאל נאך האבן נערווען צו אריינגיין אין א פאליטישע אשכול...... וואס נאך פארלאנגט איר פון מיר.... צו עס זאל זיין א אנקעטע, צו עפעס א ברעקינג... גארנישט וועט נישט טוישן די צוויי חברה, די האפענונג וואס מען האט נאך געהאט, אויך מיר געהאט... אבער די ביסל וואס מען האט זיך איינגערעד אז אפשר א נס, א דורכבראך.. עפעס... וועט טוישן די מצב, איז שוין אויך אויסגערינען.
פון די אנדערע זייט שטייט אונזער וועלטל, יאפ אונזער בא'חן'טע אייוועלט שטייט אויך אויפן וואגשאהל, שרייבערס וואס האבן אמאל געוואלט ארויפריקן זייערע תגובות, פלעגן אראפשרייבן א גוט ארטיקל, דער עולם דא האט זיך אפגעלעקט די פינגערס, דער שרייבער האט פארדינט אפאר לייקס-שכוח'ס און באקומען די אפעטיט צו ווייטער דעליווערן די סחורה.
אבער זאכן האבן זיך געטוישט, מען האקט אריין אפאר תגובות צו זיך אנעמען פאר א קאנדידאט, און יעדער וואס האלט פון דעם פאר וועם די שרייבער האט זיך אנגענומען באגריסט אים מיט לויב ווערטער, און ער באקומט אזוי זיין חיזוק אויף צו גיין ווייטער אויפן זעלבען ענין, און נישט מיט אמאליגע קרעטשמיגע סחורה מיט וואס יעדער איז זיך מחיה.
די ביידע זאכן מאכן מיר ברעכן פון פאליטיק (קען זיין אז אויך ווייל עס גייט נישט ווי איך וויל), און מאכן מיר ארויסקוקן פאר א וועקעישאן פאר די קומענדיגע פאר יאר.
וויל איך בעטן פון אלע מיינע חברים דא.
עס קומט די טאג פון די וואלן, עס גייט זיין די קלימאקס פון די לעצטע 18 חדשים געשלעגן, עס גייט גיין פינקען פייער, אויבן נישט פלאמען, איך פארשטיי עס, קען זיין אז איך וועל אויך זיין אזוי... ווי נישט ווי איז עס דאך די וואל טאג, איך גלייב אז אסאך חברים וואס זענען געווען דא אין די פריימעריס וועלן זיך בענקען און צוריק קומען מיט א שטיקל אנעליז, יעדער גייט שרייען סלאגאנען ווי
"איך האב דאס פארויסגעזאגט"
"איך האב געוויסט דאס גייט זיין, זע מיינע תגובות פון נעכן"
"איך האב דאס שוין געוויסט אין די פריימעריס"
וכד' וכד', און ווי באקאנט ווער עס גייט שרייען העכער, דער איז דער געווינער.
דערנאך קומט א מיטוואך, די טאג נאך די אלעקשאנס ווי מען גייט אויסשמועסן די טעות פון די פארלוירענע קאנדידאט, נישט קיין חילוק ווער עס גייט זיין.
דאן קומט ביז שבת ווי יעדער גייט נאך קייען די איבערגעבליבענע שטיקלעך פון די טעלער ביז עס וועט זיין אזוי ליידיג, און מען וועט שוין נישט האבן פון וואס צו שרייבן.
אבער ווי באקאנט זענען דא אזעלעכע מענטשן וואס נאכן אויפעסן, וועלן זיי נאך שטארק אויסלעקן די טעלער, ווער עס האט דאס שוין אמאל געזען ווייסט אז עס איז זייער נישט שיין, מען שטעקט זיך אריין דאס גאנצע פנים אינעם טעלער און מען לעקט און לעקט אזוי אז ווען די פנים קומט ארויס פון טעלער איז עס אינגאנצען באשמירט, און עס איז ממש א עקל צו קוקן דערויף.
די זעלבע זאך איז דא, ביז שבת פארשטיי איך אז עס גייט זיין העפטיגע שרייבערייען, אבער נאך שבת בעט איך ענק, צוריק צום אלטן, הייבט אן צו צוריקגיין צום אמאליגען לעבן, מאכט שלום מיטן מצב, און זעט נישט אויס ווי דער וואס לעקט אפ די טעלער, מען ווערט נאר מער פארשמירט, עס העלפט נישט גארנישט, נישט די נצחון און נישט די דורכפאל, הייבט אן צו אריינברענגען לעבן און אונזער וועלטל, ניצט אייערע געלונגענע פענע פאר געשמאקע ארטיקלען, יעדער וועט הנאה האבן, סיי דער שרייבער און סיי דער ליינער....
ביטע רופט ענק אן ווארעם, זייטס גרייט אויף זונטאג וירא, עס גייט שפראצן צענדליגער געשמאקע אשכולות.
מסכים??