טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

א גוט מארגן טייערע חבירים!!!

בראש וראשון וויל איך זיך אויסדרוקן א הילכיגע CONGRATULATIONS פארן הויך געשעצטער פרעזידענט עלעקט מרת היל...... אופס אנטשילדיגט...

[align=center]דאנאלד דשעי טראמפ ירום הודו[/align]

און אזויווי מיר ווייסן אז לב מלכים ושרים (און וועלכע קאטעגאריע פאלט ער אריין?) ביד ד', ממילא בעטן מיר א בקשה ביים בורא כל עולמים אז על מי מנוחות ינהלינו, דער פרעזידענט זאל פירן דאס לאנד מיט א שטארקע האנט און נאר טוהן גוטע זאכן, ובפרט פאר אידן זאל זיין נאר גוט, אלע שלעכטע גזירות זאלן בטל ווערן, וכל היועץ עלינו ועל עמך בית ישראל עצה שאינה טובה ומחשבה שאינה טובה תופר עצתו, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צום ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו והיתה לד' המלוכה, והיה ד' למלך על כל הארץ, ביום ההוא יהיה [אויפן וואוטיג בעלאט וועט זיין] ד' אחד ושמו אחד [עס וועט נאר זיין איין קאנדידאט וואס און אים וועט יעדער (אפילו די גויים, די אידן וואוטן שוין יעצט און אין אלע צייטן) אויסוועלן....]

און יעצט וועל איך דא שרייבן מיינע 2 סענט אויפן אויסגאנג...

איז אזוי, במשך די גאנצע צייט וואס דער קאמפיין איז אנגעגאנגען איז פאר יעדעם געווען זייער אינטרעסאנט וויאזוי דאס קען זיין, א ביזנעס-מאן וואס האט נאך אין זיין לעבן נישט געטוהן אין פאליטיק זאל אפילו ווילן איבער נעמען דאס שטול, אבער מאת ד' היתה זאת אז למעשה אקעגן (כמעט) אלע פאראויס געזאגעכצער איז ער געווארן די פראנט ראנער ביי די רעפאבליקענס, דאס האט געמיינט אראפ צו ווארפן פון סטעידש די שטערקסטע קאנדידאטן א שטייגער ווי בוש, רוביא, קרוז א. א. וו.

ווען עס האט זיך אויסגעשטעלט די בילד פון קלינטאן אקעגן טראמפ איז עס געווען היבש אן אינטרעסאנטע זאך, א קאנדידאטקע וואס ווייקט זיך שוין אין די רעגירונג פאר יארן לאנג דארף זיך מוטשענען אים צו געוואונען, למעשה האבן ביידע באקומען שרעקליכע סקאנדאלן, די פרעסע האט מיט אן איבערמידליכקייט געארבעט אז זי זאל עס מאכן און אלע פאולס האבן שטענדיג געוויזן ווי גוט עס גייט איר...

במשך'ן נעכטיגן טאג ווען די שאצונגען האבן אנגעהויבן ארויסקומען האט עס אויסגעזעהן ווי רעבעצין קלינטאן וועט זיין די פרעזידענט נומער 45, אלע פאולס האבן אזוי געוויזן (אפילו פון אייוועלט), למעשה נעכטן שפעטער נאכמיטאג האט עס שוין אנגעהויבן ווערן היבש נאנט.

אני הקטן האט נעכטן געוועלט הילערי'ן, באמת במקורי בין איך א רפאבליקאנער, טא? וואו פאסט דאס אז א רעפאבליקאנער זאל וועלן א דעמאקראט? וועל איך אייך דאס מסביר זיין.

איך האב געזעהן פון די פאולס אז זי האלט ביים געווינען, און למעשה האט זיין מויל געמאכט אויף מיר היבש א שלעכטע רושם, איך בין געווען היבש בייז אויף אים פארן אראפטראסקענען דשעב בוש, און דערנאך זענען היבש אסאך רעפאבליקאנע פאליטישאנס ארויס געקומען פאר קלינטאנען, ממילא האב איך געוועלט פארן פארברעכערין די קרימינאלע לינקע ליגענערין, אבער וואס זאל איך אייך זאגן? די גאנצע צייט האט עפעס אין מיר געזשומעט אז ער וועט עס מאכן...

למעשה נאכן כאפן דאס שאק נעכטן נאכט האב איך זיך אביסל צוזאם גענומען מיינע געדאנקען, יעדער פרעגט וואס איז דא געשעהן???

קענסט אפשר ענטפערן אז די מידיע האט סתם געפאמפט ליגענט, און אז זיי האבן געמיינט אז אזוי וועט זי עס מאכן, אבער אזוי צו פארנער'ן דעם עולם? קיינער ניין קיינער אפילו יאסי וואס גייט קיינמאל (?) נישט נאך וואס די פרעסע זאגט, האט נאך נעכטן געמאלדן אויף קול מבשר אז עס איז זיכער ווי די נאכט אז זי מאכט עס......

אבער דער אמת איז אז...

די אמעריקאנע פאלק איז שוין זאט פון דעמאקראטן, זיי וועלן ענדערש אריין וועלן א רעפאבליקאנער אן עקספיריענס וואו א דעמאקראט מיט עקספיריענס...

די אמעריקאנע פאלק איז שוין זאט פון קאראפשן....

די אמעריקאנע פאלק איז שוין זאט פון די ווארט קלינטאן....

פאר די אמעריקאנע פאלק באאדערט מער (לויט וואו עס האט זיך ארויס געשטעלט, פארקערט ווי פאקס האט נעכטן געזאגט...) א סקאנדאל וואס האט צו טוהן מיט די גאוועמענט וואו א סקאנדאל וואס האט צוטוהן מיט א פריוואטע מענטש...

די אמעריקאנע פאלק וויל אז די עקאנעמיע זאל ארויף גיין בעסער און בעסער....

די אמעריקאנע פאלק דארף א שטארקע פרעזידענט וואס וועט מאכן אמעריקא גרעיט עגעין....

די אמעריקאנע פאלק דארף א שטארקע פרעזידענט וואס וועט צוריק שטעלן די פעסטידש פון די מעכטיגע אמעריקא אין די וועלטס' אויגן.....

די אמעריקאנע פאלק דארף א פרעזידענט פון וועלכע אלע און ממש אלע פרעזידענטן און די גאנצע וועלט זאלן זיך ווארפן פאר פחד צו דערמאנען זיין נאמען, אריין גערעכנט פוטין נתניהו און איראנע פרעזידענט......



ממילא האט דער אמעריקאנע פאלק געמאכט די בעסטע באשלוס אויסצוקלייבן פאר פרעזידענט דעם רעפאבליקאנער דאנאלד טראמפ ירום הודו, אז ער זאל פירן דאס לאנד.....

און טאמער טראכט מען גוט אריין אין זיינע ווערטער וואס דער עולם (און איך צווישן זיי) האט עס אנגעקוקט ערגער ווי משוגע, וועט מען זעהן אז ער האט טאקע א שארף צינגל און מאכט זיך אביסל פאני, אבער ער האט זייער שטארקע פאונטס...

און דער עיקר איז אז פאר אונז היימישע אידן זאל נאר ארויס קומען דערפון גוטס עדי נזכה לישועת ד' במהרה, ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים, און עס וועט מקוים ווערן דעם כי לד' המלוכה ומושל בגויים אמן!!!!!!

און צום סוף פיר איך אויס מיט האפענונג אז פרעזידענט עלעקטעט זאל איינהאלטן זיין צוזאג וואס ער האט די גאנצע צייט געלויטעט

!!!!TO MAKE AMERICA GREAT AGAIN

-a;- -a;-


און א עקסטערע יישר כח פאר אלע וואס האבן אונז געהאלטן אינפראמירט...

-טשאלענט-
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

אינזערע הויפט זיגער און פארלירער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

מען דארף דא באגריסן אינזער געווינער הרב פאליק'ל וואס האט באמת פאראויס געזעהן דעם סוף, און האט זיך געהאלטן אלץ מיט א שטארקייט צום פאקט אז טראמפ וועט ערוויילט ווערן צו הערשן איבער אמעריקא פאר 4 יאר.
די גרעסטע פארלירער ביי אינזער קאמיוניטי איז דער משפחה מאגאזין וואס האט זיך פארפאטשקעט אזוי מיאוס פאר א לוזערישער קאנדידאט.

---

@שלמה הילדעסהיימער מעגסט ווען קאנגרוטאלירען איזער מייסטער ניק פאליק'ל.
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

די עלערשאן איז אווער! געהאט אסאך אונטערהאלטונג ב"ה אויף א כשר'ן אופן, וויל איך מיר דא באדאנקען און איבערבעטן יעדן איינציגן ניק


די פרא'ס

@זאכליך אזוי צום זאך
@קאליפארניע א טראמפ שטימע פונעם לינקן סטעיט
@מטעמים מיט כסרדיגע מטעמים מיטן פולן ווארט
@אויסגערעכנט, דיין קריטיק האב איך טאקע ענדשויט
@וותיק וחסיד פארן זיך אזוי מתחסד זיין מיט אונז דא
@צווייפעל וואס האט אונז איבערגעלאזט פארצווייפעלט
@וואוילע שעפעלע שוין גארנישט אזא שעפעלע
@טריסקער וואס גיט צו אזויפיל געשמאק אין אלע אשכולות
@מה פתאום יא פתאום איז טראמפ פרעזידענט
@נגיד @משה זוך מיר @משה כספי @eller @יהודי @שכלדיג @ויתן לך ועוד


@חילי פאר די הילף אין אישי


די נייטראלע

@סראלי ישראל אשר בך אתפאר


און די אנטי'ס

@שלמה שמו ושלמה מעלתו, אייוועלט'ס פאליטישע קארספענדאנט
@ירוחם מיט די פונקטליכע נומערן און די הערליכע שריפט
@יש ברירה אייביג צום זאך און אזוי פרידליך (ייש"כ פאר די באגריסונג)
@אמביציע עס איז געווען א פלעדשור צו פאברענגן מיט דיר
@טוב ליהודים פאר דיינע כסרדיגע אפדעיטס
@איש חמודות פארן אזויפיל צוגעבן אויף יעדן פארנעם
@לכאורה פאר דיינע כסדרדיגע פארשאצונגען וואס וואלט לכאורה געדארפט זיין די אויסגאנג
@פנימי @פערפעקט @חיים יענקל ועוד






ואחרון חביב פאר ידידי היקר @בוידעם, פאר דיר וויל איך זאגן איך האב דיר טאקע אין בוידעם
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

איי בוידעם...
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

בן נון האט געשריבן:איי בוידעם...


@בן נון פון דיר האב איך טאקע פארגעסן
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

מיין זיג רעדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

מזל טוב מזל טוב!!


דער רעפאבליקאנער [פאלקס] נאמינירטער קאנדידאט צו לויפן פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, [b]דאנאלד דזשעי טראמפ, איז אפיציעל ערקלערט געווארן נעכטן שפעט ביינאכט אלס דער 'פרעזידענט עלעקט', דער אויסגעקליבענער פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

[/b]
טראמפ קען רואיג אריין גיין אין די היסטערי אלס די מערסט אומבאליבטער, און זאגאר די מערסט פארהאסטער קאנדידאט צו לויפן אמאל פאר פרעזידענט.

ער איז געלאפן פון די ערשטע מינוט אנטקעגן די 'עסטעבלישמענט' קוכם אנטקעגן שי רעפאבליקאנער עסט. און דערנאך אנטקעגן גאנץ וואשינגטאן. לאמיר זיך דערמאנען ווי אזוי ס'האט אויסגעזעהן ווען טראמפ האט געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר פרעזידענט אין JULY '15 . ווי אזוי האט אויסגעזעהן די רעאקציעס פון די עולם?

איך ברענג דא אראפ עטליכע קאמענטארן פון אונזערע חשוב'ע חבירים אין יענע טעג (אן די נעמען מפני כבודם):
די מערסטע פאן וועט זיין אז מ'וועט אים אריינלאזן צו די דעבאטעס.

אה יע...

נישט סתם, טראמפ גייט זיין די אמעריקאנעם העכטל פאר די נעקסטע יאר. זיינע אויסזיכטן זענען פארשטייט זיך הינטער זערא, און ער לויפט בלויז פאר זיין קראנקע עטענטשען. A lot of fun is coming up


טראמפ זעט אויס ווי א אומגליקליכע נורסערי אינגעל וואס האט געטראפן זיין רבי׳ס היט, און לויפט ארום זאגן אז ער איז די רבי... טראמפ איז דאך אזא ״קלאני״ אז עס איז צום שטוינען וויאזוי ער קען דערשטיקן זיינע פריינד, וואס וואלטן אים זיכער געזאגט אז ער זעט אויס ווי די פורים רב פון חעלעם. מיר אמעריקאנער מענטשן ווילן זיכער הנאה פון דעם צירקוס ווען דער צורידערטער מאן וועט ארום לויפן די לאנד און אויפטרעטן מיט נארישע טיפשטתדיגער הבלים. עס זעט אויס ווי ער דינגט ספעציעל מענטשן זאלן אים אויסהערן און נישט לאכן. אנדערש זע איך נישט וויאזוי מען קען דעם מענטש אויסהערן און נישט שיווערען פאר געלעכטער..


"ער" לויפט פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן?
אקעי איך לויף אויך.


דאס שפיגלט בלויז אפ די רעאקציע אין אלגעמיין אין די דרויסנדיגע גאס. ווער האט דען געקוקט אין זיין ריכטונג?

און פארוואס דען יא? א פריוואטער ביזנעסמאן וואס האט קיינמאל געדינט און ניטאמאל געלאפן פאר פאבליק אפיס, א בעל גאוה וואס האט שוין עטליכע מאל געסטראשעט אז ער לויפט בלויז פאר עטענשאן, געטוישט פארטיי, האט נישט קיין שום שטיצע אין די פאליטישע וועלט, און ער שטעלט זיך אויף איין שיינעם מיטוואך מעלדן אז ער לויפט אנטקעגן אזעלכע מאכטפולע פאליטישענס ווי סקאט וואלקער, קריס קריסטי, רוביאו, אא"וו

אודאי האט מען געלאכט... ס'האט אויסגעזעהן דעמאלט בערך אזא וויץ ווי מיין נייע חתימה...

מיט די צייט איז זיין מאמענטום געוואקסן צווישן די המון עם און די פאולס האבן אים געגעבן גאר גוטע נומערן, ער האט אנגעהויבן באקומען הייסע שטיצער, אבער ער האט ווייטער געהייסן א ליצנות אין די גאס, ווען טייל האבן אים נישט געגעבן אפילו איין שטאט און אלע אנאליסטן זענען עכ"פ געווען ביי די מיינונג אז ער וועט נישט אנקומען אין ערגעץ, און נאך עטליכע שטאטן צומערסטנס איז ער ארויס פונעם פארמעסט.

אבער אזוי אנטקעגן אלע פאראויסשאצונגען, האט ער זיך גערוקט ווייטער און ווייטער, און אנגעהויבן געוואונען א סטעיט נאך א סטעיט, ביז ער איז צו אלעמענס שטוינונג געקרוינט געווארן אלס דער אפיציעלער נאמיני פון איינע פון די צוויי גרעסטע פארטייען אין לאנד.

דער עולם האט זיך געריבן די אויגן, וואס גייט דא פאר? מיר לעבן אין א חלום? אבער דאס איז געווען די מציאות. א אוטסיידער, אן די שטיצע פון די עסטעבלישמענט, נישט קיין אינדארסמענטס פון סענעטארס, קאנגרעסלייט, גאווערנארס, צייטונגען, אן געלט, גארנישט!

אבער דא האט שוין יעדער געהאלטן אז דאס איז עס. די רעפאב. פארטיי האט ער נאך גערענט אריין נארן אין זאק, אבער בעע די דזשענערל עלעקשאנס האט ער ניטאמאל קיין שאנס.

די מידיא איז געווען פארנומען ווייטער טרייבן קאטאוועס פון אים די גאנצע צייט, לויט די אנאליסטן און פאראויסשאצערס איז ער שוין עטליכע מאל געווען 'אווער', גרויסע רעפאב. שטיצער האבן אים נישט געשטיצט, רעפאב. פאליטישענס האבן זיך אפגעשאקלט פון אים ציטערנדיג פאר זייער אייגענע הויט, צייטונגען וואס האבן שוין דעקעדס נישט אינדארסט א דעמ. האבן געבראכן היסטאריע, עטליכע מאל געווען שמועות אז ער געט אויף די קאמפיין, בקיצור, קיינער האט נישט גע'לומ'ט אז ער האט נאך ערנסטע שאנסן.

און אזוי, נאך די אלע סקאנדאלן, מיט אלע זיינע שוואכקייטן, און מיט אלע אינדארסירונגען און געלט און מידיא שטיצע פון זיין קעגנער, האט דעס אמעריקאנע פאלק אים יא אויסגעוועלט!!

נעכטן איז געווען דער טאג ווען די אמעריקאנע פאלק איז ארויס געקומען זאג:

~ניין, מיר זענען נאך נישט אינגאנצן אינטער געווארפן אינטער די יאך פון די מידיא, מיר האבן נאך אן אייגענע מיינונג

~ניין, מיר וועלן נישט לאזן ווייטער אנגיין די קארופטירטע וואשינגטאן פאליטיק

~ניין, מיר ווילן נישט די טרעיד דיעלס וואס נעמען אוועק אונזערע דזשאבס

~ניין, מיר ווילן נישט א אלטע פאליטיקאנקטע וואס דרייט זיך שוין 30 יאר אין וואשינגטאן און האט גארנישט אויפגעטון

~ניין, מיר ווילן נישט א באגאדזש פון קארופציע און לייגן אמעריקאנע סודות אין געפאר

און יא: מיר ווילן דאנעלד זשעי טראמפ פאר פרעזידענט!!



יעצט צו מיין אייגענע אפשאצונג. איך האב באמת געהאלטן אז קלינטאן גייט עס מאכן, און אפשר נאך מער ווי די פאולס האבן איר געגעבן, ווייל זי איז געווען אויף די וועג ארויף די לעצטע פאר טעג. איך בין געווען אסאך מער גרייט פאר א קלינטאן סורפרייז ווי פאר א טראמפ סורפרייז.

דאס איז געווען מיין לאגישע אפשאצונג, בעיסד אויף די פאקטן. (הגם איך האב זיך מחזק געווען מיט די גרויסע ראליס ועוד)

אבער שטילערהייט האב איך יא געהאט א שטיקל געפיל אז טראמפ האט שטארקע שאנסן. פארוואס? לא עביד קוב"ה ניסא למגנא. די גאנצע עלעקשאן דאס יאר האט געוויזען אז עפעס אויסערגעווענדליך קומט דא פאר, דאס אז מיר זענען געשטאנען פאר די עלעקשאנס און טראמפ איז געווען אויפן בעלאט, און כמעט אייניג צו איר אין די פאולס, האט מיר געוויזן אז עפעס גרויס שפילט זיך דא אפ. פון הימל וויל מען דא עפעס איבער דרייען. און ממילא האב איך געהאט שטארקע חשדות אז טראמפ גייט עס מאכן. (באט עניוועי, וועם גייט אן מיין בויך וויי?)

און יעצט ווילן מיר דא אויסדריקן א גרויסן יישר כח פאר די אלע וואס האבן זיך איבערגעגעבו אין לויף פון די עלעקשאנס צו פארטיידיגן דעם קומענדיגן פרעזידענט. ה"ה:

-בראש וראשון פאליק הגדול
;1@

-זאכליך

-צווייפעל

-שטארק זיך

-מטעמים

סראלי

-ותיק וחסיד

-קאלעפארניע

-נעכטן

-טריסקער

-משה כספי

-משהזוכמיר

שכל'דיג

-מה פתאום

-נא שכל

-פנחס בן חיים

און אלע וואס איך האב אויסגעלאזט

אזוי אויך וויל איך באדאנקן די פון אנדערן לאגער וואס האבן אפדעיטעד די נייעס אזוי קלאר, ה"ה שלמה, לכאורה, בוידעם, יש ברירה, ירוחם, און אלע אנדערע. און ביי די געלעגנהייט וויל איך איבערבעטן אויב איינער איז ח"ו אמאל געטשעפעט געווארן פון ווערטער וואס ווערן געשריבן אין איילעניש.

אן עקסטערן דאנק פאר ידידי אוןן ידיד כל בית אייוועלט, דער טאלאנטפולער שרייבער און מייסטער אידעאלאגיסט, 'מה פתאום' פאר די ספעציעלע שכח וואס ער האט ארויף געשטעלט דא פאר מיר.

ווע אועך פאר אונזער חשוב'ער חבר פון וועם יעדער איז נהנה 'משהזוכמיר' פארן אויפנעמען אלס אגריקולטור סעקרעטאר..

א
לעצט פארראכטן דורך וואוילע שעפעלע אום מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 12:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

שכוח פאליק!

איך וואלט אויפגעמאכט אן עקסטערן אשכול דיר צו באדאנקן און אויסצורופן דיין געווינערשאפט, אבער ס'פעלט שוין נישט אויס, די צענדליגע טראמפ (און הילערי) אשכולות שרייען דאס שוין אויס פון זיך אליין!!

-----

שעפעלע האקט.

פיינע דרשה שעפעלע, האסט אונז גאר אסאך צוגעגעבן מיט דיין זיסע שפראך, טענקס פאר אלל, לאקינג פארווערד ווייטער צו פארברענגן מיט דיר.
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

פאליק האט געשריבן:די צייטונג

ב"ה. דער פון אויבן האט רחמנות געהאט אויף ר' אברהם (אלבערט) הי"ו וויסנדיג אז ער האט נישט גענוג בילדער פון א האנט איר צו באדעקן דאס פנים און כאפן דערנאך גוטע שלעק פון די מידיע. (ווי קאמיש ס'קלינגט האט ער געכאפט פעטש פארן פארדעקן דאס פנים און די עף.בי.איי. האט געכאפט פארן עס אויפדעקן, דער הסבר דערויף שרייט געוואלד).

פארלאפענע וואך האט א וואוילער איד מיר געזאגט מיט קענטליכע זארג אז לויט ווי אלע פאולס ווייזן וועט איינער פון די צוויי ארויסגיין א געווינער (וכך הוה כידוע). כ'האב אים בארואיגט אז מ'דארף זען די האלבע גלאז וואס ס'איז פול, אלעס ווייזט אז איינער פון זיי וועט פארלירן (וכך הוה כידוע). אמאל קען מען כאפן א בליק אויפן גוטן חלק אויך, ווי האט איינער דא געברענגט פאריאר? אויב געווינט זי טאר א איד נישט קוקן די דרשות און אויב געווינט ער טאר עס א איד נישט הערן.

חלילה וחלילה איך רייץ זיך נישט מיט קיינעם, נאר פשוט מודיע צו זיין אז יעצט מעג מען שוין קוקן און לאמיר זיך עפענען די אויגעלעך. און, אז מ'קוקט שוין יא מעג דער בליק זיין אמאל פאזיטיוו. מ'עפנט אויף די אויגן אינדערפרי און מ'זאגט גלייך מודה אני לפניך, ובתפלה על העתיד בעז"ה. לויט א באשטעטיגטע באריכט איז אין די פארלאפענע נאכט פארמעקט געווארן פון אלע אימעיל'ס - אופס... טעות - פון אלע דיקשאנערי'ס דאס ווארט 'אויסגעשלאסן'.

רצון טוב האט געשריבן:די גרעסטע פארלירער ביי אינזער קאמיוניטי איז דער משפחה מאגאזין וואס האט זיך פארפאטשקעט אזוי מיאוס פאר א לוזערישער קאנדידאט.

גערערכט, ביטער גערעכט! עלינו לשבח לאדון הכל איז אויף צוויי זאכן. שלא עשנו כגויי הארצות, און ולא שמנו כ'משפחות' האדמה. אוי האט דאס בילד געשטאכן אין די אויגן.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

פון אותיות קלינטנית איז געווארן א קטלנית כמעט דריי מאל פארלוירן......
פאר ווער ס'ווייסט נישט א קטלנית הייסט א פרוי וואס האט שוין אלמנה'ט דריי מאל...

און א בקשה צו אונזער חשובער ניק טוביה יהודה זאל ביטע אונז ווייטער אינטערהאלטן, על אף זיין קלאון גייט שטיין ביים רעדל...
אוועטאר
געפרעגלט
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 29, 2016 10:00 pm

Trumps victory speech

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפרעגלט »

מען קען זיין געפרעגלט אבער מיט א געשמאקען טעם!
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

האב איך היינט געהערט בשם א חשוב'ן רב שליט"א, אז טראמפ איז כולל אין זיך אלע דריי מידות פון בלעם הרשע, און אצינד איז שוין לייכטער צו זאגן דעם אשר בחר בנו, וראו מה בין בני לבן חמי.

לגבי דעם חלק פון "לא עביד קוב"ה ניסא למגנא" האב איך שוין עטליכע טעג צוריק ארויסגעברענגט דעם פוינט, עס איז אן אפענע יד ה', און מען קען צולייגן די באקאנטע גמרא, אז אפילו א ריש גרגותא באשטימט מען פון הימל, כ"ש וכ"ש אזא הויכע אמט, דעריבער זאל קיינער נישט צוריקקוקן, וויאזוי האט דאס געקענט געשען? א.א.וו. ווייל מען נעמט צו דעם שכל אנושי, כדי דער רצון השם זאל צושטאנד קומען.

אבער ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט, דארף מען נישט צופיל מורא האבן. ווילאנג ער איז געווען אן איש פרטי, האט ער געהאט אן אייגענע מיינונג (עכ"פ וויפיל מען לאזט פון הימל), אבער אין די רגע וואס ער ווערט איינגעשוואוירן, פארלירט ער גענצליך זיין בחירה, ער האט נישט קיין שום אייגענע מיינונג, און ער איז א פשוט'ער כלי אין באשעפער'ס הענט.

פון רבי בערל טויבער שליט"א האב איך געהערט נאך די גרויסע האריקעין סענדי, אז מענטשן (און צייטונגען) זאגן "די האריקעין האט איינגעווארפן הייזער, די האריקעין האט אויסגעריסן ביימער" א.א.וו.

משל למה הדבר דומה, איינער רופט אהיים א בוי מייסטער, אז ער זאל אים עפעס בויען אין שטוב. נאכדעם פרעגט אים א באקאנטער, וויאזוי האסטו דאס געבויעט? ענטפערט ער: עס איז אריינגעקומען דא א זעג, און א האמער, און א סקרו-דרייער, און זיי האבן עס אויפגעשטעלט...

האריקעין סענדי האט גארנישט געטאן, האריקעין סענדי איז א פשוט'ע האמער...

לענינינו, פרעזידענט טראמפ טוט גארנישט, ער קען ניטאמאל זאגן אן אות אחת, ער האט נישט קיין שום בחירה, ער איז א סקרו-דרייער (וועמען עס פעלט א שרייפעלע...) אין די הענט פונעם גרויסן בוי מייסטער.

דבר בעתו מה טוב: ראה אברהם אבינו בירה דולקת, הציץ עליו בעל הבירה ואמר לו "אני בעל הבירה"!!!
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

קאנגרעטולאציעס צו אונזער נייע פרעזידענט עלעקט דאנעלד טראמפ

ישר כח אלע ניקס וואס האבן געמאלדן די נייעס
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

געפרעגלט האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/k356oa1btzr7ug6/Donald%20Trump%20Wins%20US%20Presidential%20Election%20%281%29.mp4?dl=0

אז די ברענגס שוין ברענג די גאנצע
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

גרויסן ייש"כ שואל כענין פארן ווארט פון ר' בערל, געוואלדיג! דבר בעתו מה טוב - אויף די סדרה און אויף די פרשה.

(ווען סענדער'ס מאכט עס ווען, וואלט עס נאך געשטימט מיטן נאמען אויך, אבער אז השי"ת האט געפירט אזוי האט ער זיכער א חשבון דערביי. אני הוא בעל הבירה).
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

געפרעגלט האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/k356oa1btzr7ug6/Donald%20Trump%20Wins%20US%20Presidential%20Election%20%281%29.mp4?dl=0

ווער איז דער אינגל וואס שטייט רעכטס?
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

די אויגן שטייעןן אים נישט גראד!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

ער איז פארלוירן, סופרייזד, שעמעדיג קעגן אלע קעמערעס און טויזנטער מענטשן, א.א.וו.

וואס וואלסטו ערווארט פון א קינד? ער זאל זיך פיהלן באקוועם דארט אויבן? (גיי קוק וויאזוי רוב בחור'לעך זיצן ביי זייער בר מצוה, ווען עס איז ניטאמאל דא 100 מענטשן אין זאל.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

וואס א חילוק האט געשריבן:די אויגן שטייעןן אים נישט גראד!!

צוויי אזייגער פארטאגס איז נישטא קיין אינגעל וועמען די אויגן שטייט יא גראד...
---
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

איז פארוואס מוז ער שטיין דארט?

ווי אלט איז ער?
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

און נאכדערצו, האט זיך זיין לעבן געטוישט אויף אייביג אין דעם טאג.
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

איינער האט די גאנצע וויקטארי ספיטש?

(א לינק, כאטש אין אישי?!)
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

קאנגראטולעישאן צו אונזער נעקסטע פרעזידענט דאנאלד דזשעי טראמפ יר"ה, הנותן תשועה למלכים וכו'.

און עקסטער קאנגרעטולעשאן און א גרויסן דאנק פאר'ן חשובן ניק @פאליק , איך בין שטארק עמעיזד פון דיר, דיין פעסטקייט און אנגיין אפילו ווען קיינער האט נישט געגעבן קיין שאנסן איז באגריסונג ווערד, און ס'האט זיך דיר אויסגעצאלט,

און עקסטערן דאנק פאר די אלע אנדערע
@שלמה הילדעסהיימער
@סראלי
@זאכליך
@יש ברירה
@כאפצעם
@בוידעם
@ירוחם
@ועוד וואס איך געדענק נישט יעצט אויף די מינוט ואתכם הסליחה
פארן אונז האלטען קאנסטענט אינפארמירט און אפדעיטעד מיט די נייעס, מיר האבן שטארק הנאה געהאט,

און עקסטער א דאנק פאר די אייוועלט באהערדע פארן אהערשטעלן און אויפהאלטן דאס פלאץ, די גאנצע וואלן איז בכלל נישט געווען -מילד גערעדט-קיין גרינג פיל פאר די מנהלים/אחראים, אבער איך האלט אז נאך אלעם איז עס ווערד געווען, דאס אליינס אז צענדליגער אידן האבן געהאט א כשר פלאץ ווי אלעס מיטצוהאלטען איז גאר א שטארקע זאך, כה לחי.

-------------------
צוויי דינאסטיעס זענען געקומען צו א סוף ביי די יעצטיגע וואלן
די בוש דינאסטיע
און די קלינטאן דינאסטיע
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

Two dates America will NEVER forget
9/11
11/9
feketa
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך feketa »

ווי קען מען קויפן TRUMP VODKA?
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

feketa האט געשריבן:ווי קען מען קויפן TRUMP VODKA?


EBAY
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”