בראש וראשון וויל איך זיך אויסדרוקן א הילכיגע CONGRATULATIONS פארן הויך געשעצטער פרעזידענט עלעקט מרת היל...... אופס אנטשילדיגט...
[align=center]דאנאלד דשעי טראמפ ירום הודו[/align]
און אזויווי מיר ווייסן אז לב מלכים ושרים (און וועלכע קאטעגאריע פאלט ער אריין?) ביד ד', ממילא בעטן מיר א בקשה ביים בורא כל עולמים אז על מי מנוחות ינהלינו, דער פרעזידענט זאל פירן דאס לאנד מיט א שטארקע האנט און נאר טוהן גוטע זאכן, ובפרט פאר אידן זאל זיין נאר גוט, אלע שלעכטע גזירות זאלן בטל ווערן, וכל היועץ עלינו ועל עמך בית ישראל עצה שאינה טובה ומחשבה שאינה טובה תופר עצתו, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צום ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו והיתה לד' המלוכה, והיה ד' למלך על כל הארץ, ביום ההוא יהיה [אויפן וואוטיג בעלאט וועט זיין] ד' אחד ושמו אחד [עס וועט נאר זיין איין קאנדידאט וואס און אים וועט יעדער (אפילו די גויים, די אידן וואוטן שוין יעצט און אין אלע צייטן) אויסוועלן....]
און יעצט וועל איך דא שרייבן מיינע 2 סענט אויפן אויסגאנג...
איז אזוי, במשך די גאנצע צייט וואס דער קאמפיין איז אנגעגאנגען איז פאר יעדעם געווען זייער אינטרעסאנט וויאזוי דאס קען זיין, א ביזנעס-מאן וואס האט נאך אין זיין לעבן נישט געטוהן אין פאליטיק זאל אפילו ווילן איבער נעמען דאס שטול, אבער מאת ד' היתה זאת אז למעשה אקעגן (כמעט) אלע פאראויס געזאגעכצער איז ער געווארן די פראנט ראנער ביי די רעפאבליקענס, דאס האט געמיינט אראפ צו ווארפן פון סטעידש די שטערקסטע קאנדידאטן א שטייגער ווי בוש, רוביא, קרוז א. א. וו.
ווען עס האט זיך אויסגעשטעלט די בילד פון קלינטאן אקעגן טראמפ איז עס געווען היבש אן אינטרעסאנטע זאך, א קאנדידאטקע וואס ווייקט זיך שוין אין די רעגירונג פאר יארן לאנג דארף זיך מוטשענען אים צו געוואונען, למעשה האבן ביידע באקומען שרעקליכע סקאנדאלן, די פרעסע האט מיט אן איבערמידליכקייט געארבעט אז זי זאל עס מאכן און אלע פאולס האבן שטענדיג געוויזן ווי גוט עס גייט איר...
במשך'ן נעכטיגן טאג ווען די שאצונגען האבן אנגעהויבן ארויסקומען האט עס אויסגעזעהן ווי רעבעצין קלינטאן וועט זיין די פרעזידענט נומער 45, אלע פאולס האבן אזוי געוויזן (אפילו פון אייוועלט), למעשה נעכטן שפעטער נאכמיטאג האט עס שוין אנגעהויבן ווערן היבש נאנט.
אני הקטן האט נעכטן געוועלט הילערי'ן, באמת במקורי בין איך א רפאבליקאנער, טא? וואו פאסט דאס אז א רעפאבליקאנער זאל וועלן א דעמאקראט? וועל איך אייך דאס מסביר זיין.
איך האב געזעהן פון די פאולס אז זי האלט ביים געווינען, און למעשה האט זיין מויל געמאכט אויף מיר היבש א שלעכטע רושם, איך בין געווען היבש בייז אויף אים פארן אראפטראסקענען דשעב בוש, און דערנאך זענען היבש אסאך רעפאבליקאנע פאליטישאנס ארויס געקומען פאר קלינטאנען, ממילא האב איך געוועלט פארן פארברעכערין די קרימינאלע לינקע ליגענערין, אבער וואס זאל איך אייך זאגן? די גאנצע צייט האט עפעס אין מיר געזשומעט אז ער וועט עס מאכן...
למעשה נאכן כאפן דאס שאק נעכטן נאכט האב איך זיך אביסל צוזאם גענומען מיינע געדאנקען, יעדער פרעגט וואס איז דא געשעהן???
קענסט אפשר ענטפערן אז די מידיע האט סתם געפאמפט ליגענט, און אז זיי האבן געמיינט אז אזוי וועט זי עס מאכן, אבער אזוי צו פארנער'ן דעם עולם? קיינער ניין קיינער אפילו יאסי וואס גייט קיינמאל (?) נישט נאך וואס די פרעסע זאגט, האט נאך נעכטן געמאלדן אויף קול מבשר אז עס איז זיכער ווי די נאכט אז זי מאכט עס......
אבער דער אמת איז אז...
די אמעריקאנע פאלק איז שוין זאט פון דעמאקראטן, זיי וועלן ענדערש אריין וועלן א רעפאבליקאנער אן עקספיריענס וואו א דעמאקראט מיט עקספיריענס...
די אמעריקאנע פאלק איז שוין זאט פון קאראפשן....
די אמעריקאנע פאלק איז שוין זאט פון די ווארט קלינטאן....
פאר די אמעריקאנע פאלק באאדערט מער (לויט וואו עס האט זיך ארויס געשטעלט, פארקערט ווי פאקס האט נעכטן געזאגט...) א סקאנדאל וואס האט צו טוהן מיט די גאוועמענט וואו א סקאנדאל וואס האט צוטוהן מיט א פריוואטע מענטש...
די אמעריקאנע פאלק וויל אז די עקאנעמיע זאל ארויף גיין בעסער און בעסער....
די אמעריקאנע פאלק דארף א שטארקע פרעזידענט וואס וועט מאכן אמעריקא גרעיט עגעין....
די אמעריקאנע פאלק דארף א שטארקע פרעזידענט וואס וועט צוריק שטעלן די פעסטידש פון די מעכטיגע אמעריקא אין די וועלטס' אויגן.....
די אמעריקאנע פאלק דארף א פרעזידענט פון וועלכע אלע און ממש אלע פרעזידענטן און די גאנצע וועלט זאלן זיך ווארפן פאר פחד צו דערמאנען זיין נאמען, אריין גערעכנט פוטין נתניהו און איראנע פרעזידענט......
ממילא האט דער אמעריקאנע פאלק געמאכט די בעסטע באשלוס אויסצוקלייבן פאר פרעזידענט דעם רעפאבליקאנער דאנאלד טראמפ ירום הודו, אז ער זאל פירן דאס לאנד.....
און טאמער טראכט מען גוט אריין אין זיינע ווערטער וואס דער עולם (און איך צווישן זיי) האט עס אנגעקוקט ערגער ווי משוגע, וועט מען זעהן אז ער האט טאקע א שארף צינגל און מאכט זיך אביסל פאני, אבער ער האט זייער שטארקע פאונטס...
און דער עיקר איז אז פאר אונז היימישע אידן זאל נאר ארויס קומען דערפון גוטס עדי נזכה לישועת ד' במהרה, ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים, און עס וועט מקוים ווערן דעם כי לד' המלוכה ומושל בגויים אמן!!!!!!
און צום סוף פיר איך אויס מיט האפענונג אז פרעזידענט עלעקטעט זאל איינהאלטן זיין צוזאג וואס ער האט די גאנצע צייט געלויטעט
און א עקסטערע יישר כח פאר אלע וואס האבן אונז געהאלטן אינפראמירט...
-טשאלענט-