טראמפ און זיינע פילע באדייטן!!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

טראמפ און זיינע פילע באדייטן!!!!

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 9:04 am

נאך א לאנגע סומאטוכע מיטן נאמען טראמפ וואס האט ל"ע געפלאגט אונזער קרעטשמע, זענען אריין געקומען גאר אסאך פראגעס איבער וואס אלס די ווארט באדייט, מיר פרובירן דא -וויפיל עס איז שייך אין די ראמען פון אן ארטיקל- אביסל צו פארשטיין געבן דעם ציבור וואס אלס דאס קען באדייטן...

טריאומף - דאס באדייט א נצחון אויסרוף, ווען איינער האט אויסגעפירט \ געוואונען עפעס (למשל די פרעזידענטליכע שטול) קעגן א צווייטן.

טראמפייטער - דאס איז א כלי וואס ווער עס קען זיך גוט אויס דערמיט קען ארויס געבן דערמיט גאר שיינע קולות וואס פאבראצירן א ניגון, געווענליך נוצט מען עס ביי שמחות וואו חתונות.

טרוים – דאס מיינט א חלום, איינער וואס רעדט זיך איין אדער דמיון'ט אז ער גייט באקומען א גוטע זאך.

טרעמפאליען – דאס איז אזא מין כלי וואס ווען מען וויל איינעם לערנען טאנצן שיקט מען אים אהין.... ווען מען שטעלט זיך ארויף דערויף מוז מען אדער טאנצן אדער פאלן...

טרעפיק – דאס באדייט אן אנשטויס אויף א שאסיי וואס לאזט נישט די אויטאס אריבער פארן, געווענליך ווערן מענטשן זייער כעס'יג ווען אזאנס פאסירט בפרט ווען מען יאגט זיך, די עקספערטן זאגן אז געווענליך זענען די דרייווערס אליינס שולדיג, און גוגל זאגט אז מיט זייער נייע ערפינדעטע דרייווערלאזע אויטאס וועט זיך ווארשיינליך פארמיידן טרעפיק.

טרעפ (trap) – דאס איז א שם כללי אויף כאפן עפעס, (אריין כאפן אין נעץ), געווענליך נוצט מען די ווארט אויף איינעם וואס מען האט געכאפט \גייט כאפן, אדער אין גאר גאר ערענסטע פעלער (ה"י, און טאמער יא נאר ווען ס'ווייב איז נישט אינדערהיים) אויף א מייזן כאפער...

טרעפ (שטיגן, סטעפס, מדריגות) – דאס איז א מין פאטענט וויאזוי מען קען גאר גרינג (האסט שוין אמאל געטרייט? סאיז בכלל נישט גרינג...) אנקומען פון איין שטאק צום צווייטן, מען דארף נאר ארויף לייגן ס'פיס אויף א טרעפל און ארויף שלעפן דאס געביין, און ביז א קורצע וויילע איז מען אויבן.

טראפ – דאס מיינט גאר א קליינע מאס פון וואסער, געווענליך נוצט מען דעם אויסדרוק ווען עס רעגנט אויפן גאס אבער גאר גאר ווייניג דאן זאגט מען עס טראפט, אדער ווען מען וויל זיך אויסדרוקן אויף גאר א קליינע מאס ( א משהו) זאגט מען 'גיב מיר ממש א טראפ' אדער 'עס איז א טראפקעלע צו הייס'.

טרוף – דאס א ווארט אין לשון הקודש, די ריכטיגע אפטייטש דערפון איז געכאפט (טרף בקלפי, און נאך), לויט גוגל און נאך טייל קאמפיוטער מאדלס ווערט עס אויף אידיש אנגערופן 'מעשוגאַס' עס קען גענוצט ווערן אויף א פארצוקענדע חיה וואס כאפט זיינע קרבנות, אדער איינער וואס איז טרוף בדעתו דאס הייסט ער איז נישט אינגאנצן ביים פילן זינען און האט משוגעתן.

טריפל – דאס מיינט דריי אויף אמאל (חוט המשולש), מען נוצט געווענליך דעם אויסדרוק ווען איינער האט 3 קינדער אויף אמאל, אדער אויף א טריפל עי בעטערי, (פון טריפל עי זאל קיין שום איד נישט וויסן, אמן).

טריף – דאס מיינט נישט כשר לויט די אידישע רעליגיע, געווענליך נוצט מען עס אויף א געשחטענע בהמה \ עוף וואס די שחיטה איז נישט כשר אויסגעקומען אדער האט מען געטראפן א סירכה, אבער עס גייט אויך ארויף אויף אלע אידישע פארבאטענע זאגן ווי בשר וחלב, און אינטערנעט וכו' וכו', און ווי אויך אויף פארבאטענע מענטשן.

טריפ – דאס איז א שם הכולל אויף פארן \ אוועקפארן, ביי די עלטערע מענטשן קען עס אסאך מאל מיינען פרעשור אדער געלט, אבער ביי די קליינע קינדער וועט עס געווענליך מיינען א עקסייטמענט און עס וועט ארויס ברענגען גאר א גרויסע פרייד ביי זיי, ווארשיינליך וועגן די פילע בעגס וואס זיי קויפן זיך אן אויף די עלטערנס קאנטע...

רעמעפאו – דאס איז א גרופע וואס וויל חרוב מאכן ל"ע די אידישע מאנסי און וואו אויך אלע אידישע קהילות ה"י.

שטרימפ – דאס איז א מין קלייד וואס מען טוט עס געווענליך אן אויפן אונטערשטן חלק פונעם פיס (אויסער פאר אן האלד אפ ווען מען ציט עס ארויף אויפן קאפ...), עס קומט מיט דערמיט אזא גרוך וואס דערמאנט פון דארמעטארי... עס זענען דא פון אלע קאלירן און סייזעס, עס זענען דא וואס דעקן עס איבער מיט די הויזן (מן הסתם פאר בושה) און עס זענען דא וואס טוען זיך אן ספעציעל לאנגע זאקן און שטעקן אריין די הויזן דערין אז דער גאנצער ציבור זאל מיטהאלטן, פאר די וואס ווייסן נישט טוען מיט מעלדן אז זאקן איז אן ארטיקל וואס מען ברויך צו אויסוואשן יעדע שטיק צייט...

טרעף – דאס איז א שם הכולל אויף א זאך וואס מען האט געטראפן נאכן פארלירן אדער זוכן א לאנגע צייט, אסאך מאל קומט עס מיט שרעקליכע קאשמארן און געלט שאדן אדער סתם ווייטאג.

טרופ – דאס איז א נאמען פון א גאס און ברוקלין, היינט איז עס שוין מער אין די אידישע געגענט, ביי די קינדער (און אויך עלטערע) טראגט די נאמען גאר א שטארקע באדייט צוליב די גרויסע תלמוד תורה געביידע וואס געפונט זיך אויף איר, גאר אסאך מעשיות וואס מיר דערציילן און דרייען זיך ארום שטאמט פון יענע בנין, און גאר אסאך אינטרעסאנטע געשענישן זענען אפגעשפילט געווארן אויף יענעם ארט...

טראמפ – דאס איז אן אויסדרוק וואס מען רופט אן איינער וואס פירט זיך נישט אויף נארמאל אדער טוט פאני זאכן, דאס רופט מען אויפן נאמען פון א קריאזע ביזנעסמאן אין ניו יארק מיטן נאמען דאנאלד j. טראמפ וואס האט איבער געדרייט גאנץ אמעריקא נאכן זיך דערקלערן אז ער וויל לויפן פאר פרעזידענט, ביזן היינטיגן טאג איז נאך נישט באקאנט וויאזוי ער האט טאקע געוואונען די פרעזידענטליכע וואלן, און וואו די היסטאריקער דערציילן איז עס געווען אזא מאדנע ערשיינונג אז ביזן היינטיגן טאג ווען איינער פירט זיך אויף מאדנע רופט מען אים אויפן נאמען פון יענעם ביזנעסמאן \ פרעזידענט 'דו ביסט א טראמפ'!!

דשאסט קיטינג!!! מיר זענען אלע מקבל אויף אונז די אויסגאנג פון די וואלן!!!!
לעצט פאראכטן דורך טשאלענט אום מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

תגובהדורך dont care » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 9:06 am

Nice
פאר א פריי סטאק דריק דעם לינק https://join.robinhood.com/josephr7439

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 9:18 am

טראמפ גייט מיט קראקס?
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום מיטוואך נובעמבער 09, 2016 2:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 9:22 am

מונאוויטש האט געשריבן:טראמפ גייט מיט קראקס?

:lol: :lol: :lol:
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 12:59 pm

פיינע נייעס טשולענט...

(האסט פארגעסן [בדוקא?] פון די ריכטיגע באדייט פון טראמפ אין ענגליש)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2522
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 2:48 pm

google translate
צוגעלייגטע
Screen Shot 2016-11-09 at 2.47.32 PM.png
סוף מעשה במחשבה תחילה.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 2:56 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:פיינע נייעס טשולענט...

(האסט פארגעסן [בדוקא?] פון די ריכטיגע באדייט פון טראמפ אין ענגליש)


ניין
ער האט דאס נאר דא געשריבן מער באריכות
טשאלענט האט געשריבן:טראמפ – דאס איז אן אויסדרוק וואס מען רופט אן איינער וואס פירט זיך נישט אויף נארמאל אדער טוט פאני זאכן, דאס רופט מען אויפן נאמען פון א קריאזע ביזנעסמאן אין ניו יארק מיטן נאמען דאנאלד j. טראמפ וואס האט איבער געדרייט גאנץ אמעריקא נאכן זיך דערקלערן אז ער וויל לויפן פאר פרעזידענט, ביזן היינטיגן טאג איז נאך נישט באקאנט וויאזוי ער האט טאקע געוואונען די פרעזידענטליכע וואלן, און וואו די היסטאריקער דערציילן איז עס געווען אזא מאדנע ערשיינונג אז ביזן היינטיגן טאג ווען איינער פירט זיך אויף מאדנע רופט מען אים אויפן נאמען פון יענעם ביזנעסמאן \ פרעזידענט 'דו ביסט א טראמפ'!!
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 3:30 pm

זייער שיין. ש'כח פאר די צייט און כח וואס דו האסט אריינגעלייגט. הערליך שיין.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » פרייטאג נובעמבער 11, 2016 3:05 am

טשולענט פון אונזערע נייע העלדן, גאר א שיינע ליקוט

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » פרייטאג דעצמבער 16, 2016 3:35 am

very nice

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » פרייטאג ינואר 20, 2017 12:54 pm

ארויף געברענגט לרגל די לעצטיגע נייעס...
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג ינואר 20, 2017 1:39 pm

יעצט האט עס שוין נאך א באדייט..

PRESIDENT OF THE US
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1724
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 9:13 am

פיין.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט