ביטע לעקט נישט אויס דעם טעלער!! יאאך ברעך שוין דערפון!!!

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

ביטע לעקט נישט אויס דעם טעלער!! יאאך ברעך שוין דערפון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

יאפ איר ליינט גוט, איך וויל דא מעלדן אז נישט מער און נישט ווייניגער...

יאאאך ברעך שוין פון פאליטיקס


שוין א אנדערטהאלבן יאר וואס יעדען טאג דרייט זיך ארום די פרעזידענטליכע וואלן, קודם איז געווען א צודרייטע פריימערי, ווי מען האט יעדען טאג געהאפט אויפן בעסטן, דאן האט מען שלום געמאכט מיטן מצב אז עפעס א צורידערטער נשמה האט פארכאפט די נאמעני, און עס האט זיך אנגעהויבן די צווייטע העלפט ווי מען האט געהאפט אז דער צורידערטער גייט באזיגען די צווייטע פארשוין'טע וואס איך גלייך זייער נישט, שוין געווען צייטן וואס האט אויסגעקוקט דערנאך, און אפאר צייטן ווי מען האט זיך געטרייסט אז יא.. אפשר וועט מען נאך ארויסקוועטש עפעס א קליינע זיג.

למעשה ווי מען שטייט יעצט, זעט נישט אויס ווי עפעס וועט ווערן, לכאורה וועט די אומבאליבטע פארשוין'טע געווינען, און אפילו דער צורידערטער געווינט, שמעקט עס מיר אויך נישט, איך וויל ניטאמאל פייערן קיין גרויס זיג, ווייל איך האב מיר טאקע געראטעוועט פון איר, אבער יעצט בין איך אויף צרות מיט אים, איך זע די סוף פאר מיינע אויגן, און איך זאל נאך האבן נערווען צו אריינגיין אין א פאליטישע אשכול...... וואס נאך פארלאנגט איר פון מיר.... צו עס זאל זיין א אנקעטע, צו עפעס א ברעקינג... גארנישט וועט נישט טוישן די צוויי חברה, די האפענונג וואס מען האט נאך געהאט, אויך מיר געהאט... אבער די ביסל וואס מען האט זיך איינגערעד אז אפשר א נס, א דורכבראך.. עפעס... וועט טוישן די מצב, איז שוין אויך אויסגערינען.

פון די אנדערע זייט שטייט אונזער וועלטל, יאפ אונזער בא'חן'טע אייוועלט שטייט אויך אויפן וואגשאהל, שרייבערס וואס האבן אמאל געוואלט ארויפריקן זייערע תגובות, פלעגן אראפשרייבן א גוט ארטיקל, דער עולם דא האט זיך אפגעלעקט די פינגערס, דער שרייבער האט פארדינט אפאר לייקס-שכוח'ס און באקומען די אפעטיט צו ווייטער דעליווערן די סחורה.
אבער זאכן האבן זיך געטוישט, מען האקט אריין אפאר תגובות צו זיך אנעמען פאר א קאנדידאט, און יעדער וואס האלט פון דעם פאר וועם די שרייבער האט זיך אנגענומען באגריסט אים מיט לויב ווערטער, און ער באקומט אזוי זיין חיזוק אויף צו גיין ווייטער אויפן זעלבען ענין, און נישט מיט אמאליגע קרעטשמיגע סחורה מיט וואס יעדער איז זיך מחיה.

די ביידע זאכן מאכן מיר ברעכן פון פאליטיק (קען זיין אז אויך ווייל עס גייט נישט ווי איך וויל), און מאכן מיר ארויסקוקן פאר א וועקעישאן פאר די קומענדיגע פאר יאר.

וויל איך בעטן פון אלע מיינע חברים דא.
עס קומט די טאג פון די וואלן, עס גייט זיין די קלימאקס פון די לעצטע 18 חדשים געשלעגן, עס גייט גיין פינקען פייער, אויבן נישט פלאמען, איך פארשטיי עס, קען זיין אז איך וועל אויך זיין אזוי... ווי נישט ווי איז עס דאך די וואל טאג, איך גלייב אז אסאך חברים וואס זענען געווען דא אין די פריימעריס וועלן זיך בענקען און צוריק קומען מיט א שטיקל אנעליז, יעדער גייט שרייען סלאגאנען ווי

"איך האב דאס פארויסגעזאגט"

"איך האב געוויסט דאס גייט זיין, זע מיינע תגובות פון נעכן"

"איך האב דאס שוין געוויסט אין די פריימעריס"

וכד' וכד', און ווי באקאנט ווער עס גייט שרייען העכער, דער איז דער געווינער.

דערנאך קומט א מיטוואך, די טאג נאך די אלעקשאנס ווי מען גייט אויסשמועסן די טעות פון די פארלוירענע קאנדידאט, נישט קיין חילוק ווער עס גייט זיין.
דאן קומט ביז שבת ווי יעדער גייט נאך קייען די איבערגעבליבענע שטיקלעך פון די טעלער ביז עס וועט זיין אזוי ליידיג, און מען וועט שוין נישט האבן פון וואס צו שרייבן.

אבער ווי באקאנט זענען דא אזעלעכע מענטשן וואס נאכן אויפעסן, וועלן זיי נאך שטארק אויסלעקן די טעלער, ווער עס האט דאס שוין אמאל געזען ווייסט אז עס איז זייער נישט שיין, מען שטעקט זיך אריין דאס גאנצע פנים אינעם טעלער און מען לעקט און לעקט אזוי אז ווען די פנים קומט ארויס פון טעלער איז עס אינגאנצען באשמירט, און עס איז ממש א עקל צו קוקן דערויף.

די זעלבע זאך איז דא, ביז שבת פארשטיי איך אז עס גייט זיין העפטיגע שרייבערייען, אבער נאך שבת בעט איך ענק, צוריק צום אלטן, הייבט אן צו צוריקגיין צום אמאליגען לעבן, מאכט שלום מיטן מצב, און זעט נישט אויס ווי דער וואס לעקט אפ די טעלער, מען ווערט נאר מער פארשמירט, עס העלפט נישט גארנישט, נישט די נצחון און נישט די דורכפאל, הייבט אן צו אריינברענגען לעבן און אונזער וועלטל, ניצט אייערע געלונגענע פענע פאר געשמאקע ארטיקלען, יעדער וועט הנאה האבן, סיי דער שרייבער און סיי דער ליינער....

ביטע רופט ענק אן ווארעם, זייטס גרייט אויף זונטאג וירא, עס גייט שפראצן צענדליגער געשמאקע אשכולות.

מסכים??
לעצט פארראכטן דורך אויסגערעכנט אום זונטאג נאוועמבער 06, 2016 7:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

אויסגערעכנט!
גערעכט ווי עס קען נאר זיין
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גוט געזאגט! לאמיר נישט זיין פון די מלקקי פינכא
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

יאפ! מסכים הונדערט פראצענט!!!

אויך מיר (און נאך אסאך דא) עקלט שוין די אויסגעדראשענע אלעקשאנס מיט נארישע געפעכטן און סקאנדאלן...

מיר קענען שוין קוים ווארטן אויפן טאג ווען עס וועט אנהייבן לעבעדיג ווערן דא מיט נארמאלע זאכן...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אוי ברעך איך שוין פון פאליטיק, איך האב שוין גראדע געהאט אפגעשריבען אן ארטיקעל לעצטע וואך ווי איך געזעגען מיך פון מיין באליבטע וועלטעל ביז נאך די עלעקשאן.

אבער איך האב געוויסט אז איך גיי עס נישט קענען איינהאלטען, האב איך עס אויסגעמעקט.

יא, איך פלאן נאך צו שרייבען א געזעגענונגס בריוו צו מיין פעיווארט קאנדידאט דאנעלד טראמפ אבער נאכדעם בין איך דא צוריק מיט א נייע כאלאט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

:lol:
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

מטעמים האט געשריבן:אוי ברעך איך שוין פון פאליטיק, איך האב שוין גראדע געהאט אפגעשריבען אן ארטיקעל לעצטע וואך ווי איך געזעגען מיך פון מיין באליבטע וועלטעל ביז נאך די עלעקשאן.

אבער איך האב געוויסט אז איך גיי עס נישט קענען איינהאלטען, האב איך עס אויסגעמעקט.

יא, איך פלאן נאך צו שרייבען א געזעגענונגס בריוו צו מיין פעיווארט קאנדידאט דאנעלד טראמפ אבער נאכדעם בין איך דא צוריק מיט א נייע כאלאט.

שוין אזוי סאך מאל געוואלט טון די זעלבע, אבער זעט אויס אז איך בין נישט בעל הבית אויף מיר.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

אויסגערעכנט.

עטליכע ניקים וואס שרייבן נאר אין די פאליטישע אשכולות וועלן דא ווערן ארבעטלאז.

ברענג עפעס אן איידיע צום טיש, אז די וואליום דא אין קרעטשמע זאל נישט זיין די זעלבע ווי אין בית החיים.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

יאפ מיר זענען זאט ביז ארויף עס עקלט שוין...

אייוועלט קען זיין שטאלץ מיט איר עלעקשין דעקונג, די אשכולות פארמאגן היסטאריע אפגעשריבן מיט זעלטענע דיטעיל שעה ביי שעה און אפי' מינוט ביי מינוט באריכטן

אבער.... 'איטס טיים טו מאוו אן!' ווי מען זאגט. חברה! see u on the other side....
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

אויסגערעכנט גוט

איך מיין עס איז שוין צייט זיך אויס צו לערנען וואס די קאבס טוהן

פערסענלי האלט איך ס'איז אינטערסאנטער
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

אויסגערעכנט, איך בין מסכים מיט דיר א טויזענט פראצענט!

איך האב אייביג ליב געהאט פאליטיק, אבער היי יאר ציט זיך עס עפעס אן א סוף! היינט איז עלעקשן דעי, און איך האף אז ביידע קאנדידאטן וועלן אננעמען די אויסגאנג פון די וואלן, און געענדיגט מיט די גאנצע איבערקערניש און איבערדרייעניש פון די לעצטע אנדערטהאלבן יאר.

היי יאר האבן מענטשן אנגענומען פאליטיק צו שטארק פערזענליך. מענטשן צוקריגן זיך, מענטשן צושרייען זיך, און מענטשן האבן ׳אמתדיג׳ מורא אויב די אויסגאנג וועט זיין אנדערש ווי זיי ווילן.

טשיל איט. די וועלט ענדיגט זיך נישט.


איך האף אמתדיג אז אי"ה נאך שבת וועט מען קענען דא אריינקומען פאר א גלעזעלע שנאפס.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

גערעכט מיר עקעלט שוין אויך דאס גערעדאכץ פון די היינטיגע עלעקשאנס.
איך קען קוים ווארטן ס'זאל זיך ענדיגן און מ'זאל אריבער גיין צו עלעקשאנס 2020
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דריידל האט געשריבן:גערעכט מיר עקעלט שוין אויך דאס גערעדאכץ פון די היינטיגע עלעקשאנס.
איך קען קוים ווארטן ס'זאל זיך ענדיגן און מ'זאל אריבער גיין צו עלעקשאנס 2020

אוי פליז...
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א גוטען, איך מיין אז מיין מאגען היילט זיך פיין, ברעכן קומט נישט יעצט אין באטראכט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

יא יא מיט א געווינסט אויף מיין זייט שפיר איך שוין אויך בעסער, אבער איך האלט נאך אלס אז אלעס האט א מאס, מען מעג שרייבן און שמועסן, אבער נישט איבערקייען די זעלבע וואסער
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

געוויסע לעקן שוין די טעלער'ס נאך בעפאר שבת.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

אויסגערעכנט האט געשריבן:יאאאך ברעך שוין פון פאליטיקס

ביטע רופט ענק אן ווארעם, זייטס גרייט אויף זונטאג וירא, עס גייט שפראצן צענדליגער געשמאקע אשכולות.

מסכים??

מסכים פאלי וויט יו
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

גראדע וואלט איך נישט געמיינד, ווען מ'לעקט אויס דעם טעלער, די פראבלעם איז נאר אז כ'האב צופיל צייט פארשווענדעט אויף אייוועלט, איבער די נושא.

פלאן מיר טאקע צו נעמען א ברעיק פאר 40 טעג, איינמאל די זאץ וועט זיך זעצען.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אינגאנצן אוועקגיין... נישט דאס האב איך געמיינט, זייטשע אזוי גוט, און בלייבט מיט אונז
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אויסגערעכנט האט געשריבן:ביטע רופט ענק אן ווארעם, זייטס גרייט אויף זונטאג וירא, עס גייט שפראצן צענדליגער געשמאקע אשכולות.

מסכים??


אויסי ווע זענען דיינע צענדליגע ארטיקלען??

שוין אריבער א וואך?!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

האסט נישט געזעהן?

זיין קאנדידאט האט געווינען....

דשאסט קידינג.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

נו אפשר ברענגסטו עפעס צום טיש דער עולם (און דו אליין) זאל פארגעסן פונעם טראמפ געווינס?...
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך האב געבעטן דעם עולם צו זיך אנרופן ווארעם, איך אליינס קען נישט טוישן די מצב
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

יש ברירה האט געשריבן:האסט נישט געזעהן?

זיין קאנדידאט האט געווינען....

דשאסט קידינג.

פאר די רעקארד: ער איז נישט מיין קאנדידאט
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

אויסגערעכנט האט געשריבן:איך האב געבעטן דעם עולם צו זיך אנרופן ווארעם, איך אליינס קען נישט טוישן די מצב

ווער דען אויב נישט אויסי?????????????

אויסי ווי וועיט פאר יא!!!!!!!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”