מיין בויך וויי – טשאלענט!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

מיין בויך וויי – טשאלענט!!

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 10:18 am

רבותי!! מיין בויך טוט וויי!

הע... נעוואדע טוט עס וויי, סטמער געגעסן א גוטן טשאלענט מיט בשר בהמה... (געדענקסט נאך וואו דער קעכער פלעגט ארום גיין קוקן שבת נאכמיטאג טאמער די ביה"כ זענען פיהל ווייל ער פלעגט זאגן אז דאס איז זיין קאמפלימענט? האבעך איינאל געטוהן א מצוה און אויסגעלייגט אלע מיינע ציצית אזוי ארויסגעהאנגען פון דרויסן פון אלע ביה"כ און פארמאכט די טירן און דער קעכער האט געשעפט נחת...)

אבער ניין נישט פון א טשאלענט טוט עס וויי, נאר פשוט ווייל איך האב א גוטס צו דערציילן און איך האב נישט וואו עס ארויס צו געבן...

ממילא עפן איך זיך אן אשכול וואו איך וועל זיך אביסל ארויס געבן...

און צו דיר טייערע ליינער! טאמער עס געפעלט אייך נישט דאן ביטע דריק דעם go back קנעפל, זיי דא נישט מגיב קיין קריטיק און קיין דיסקאסיעס, שקויעך!!

ווילסטעך הערן וואס סעגעווען דע מאנננסע הע?

איז די מאנננסע געווען אזוי, געווען אמאל א איד וואס האט געהאט זייער אסאך דאנננגעס, האט ער געשפאנט פערד און וואגן און געפארן צום רבי'ן פרעגן א שאנננלע, אלף-פלאנץ שפאננננצירט ער אזוי אריין שאנננבעס נאכמיטאג.... פארוואס לייגן די אלטע אידן אריין א נו"ן וואו נאר זיי קענען?

שוין זעמער דא פארקראכן פונעם נושא...

לענינינו קומער צוריק צום מענננשה, הערט נאר אויס, היינט צופרי קומעך מיר אריין אין מיין שולעכל און וויל איך זיך שטעלן דאווענען און מיין מנין קבוע, ווען פלוצים שטורעמט אריין א איד מיט נאסע צופלויגענע פיאות ארויס פון מקוה א האלבע וועסטל אפען, גיב איך א קוק ווער איז דער? עפעס א נייע פנימ'ל נישט קיין תושב ביי אונזער ביהמ"ד, שוין נא, נישעפערליך מאחצעכאמאלאזאנס אז א פרעמדע איד איז געקומען טרייען אונזער סמעדרעש, אבער די שאק איז געווען אז שמער סנישט וויינבערגער עס גייט אדורך עטליכע מינוט און ער גיט זיך אן טיאכקע ארויס פון זיין (גע'גנב'עטע) פלאץ, און מיט אן אומגעהויערען אימפעט שטעלט ער זיך צו צום ברעטל און מיט אן גריצעלדיגע פארשליימטע קול גיט ער א שריי אויס ראביש מאהעלוי מער!!!

מיר מתפללים קבועים גיבן זיך א קוק אום און נאך פאר מיר האבן געקענט כאפן וואס ער האט דא אפגעטוהן פארפירט ער שוין מיט א הילכיגן וכן שני כתובים נאכפאלגנדיג מיט אן קדיש וואס האט געשפאלטן הימ... כמיין אונזערע הערצער נאר טראכטענדיג און וואספארא חזן מיר האבן זוכה געווען היינט, חזן זאגסטו? די סימטאמס פון חז"ן האט ער זיכער.... ער האט א קול וואו יאסעלע (היינט צוטאגס...) און גריצעלט וואו א צובראכענע ספיקער...

וואסמיינסטע? שוין פון ידיד נפש האבן מיר שוין אלע געשפירט אז מיר האבן נאך א לאנגע וועג צו גיין ביז עלינו, מיט א התלהבות און א השתפכות הנפש האט ער געבעטן אנא קל נא רפא נא, דערנאך האט ער זיך צוקלאטשט מיט א שרעקליכע התלהבות ביי שירו לו זמרו לו באגלייט מיט אן הערליך זמר'ל, מיר שטייען שוין אלע ביי ישטאבאך און מיט אנגסט הערן מיר זיך צו צום פותח את ידיך... ענדליך נאך בערך 20 מינוט האט ער זיך מרחם געווען און אונז געזאגט א קדיש מיט ברכו, און דערנאך גענומען א וואקציע... מיר ווארטן אויפן ד אלקיכם אמת און פלוצים הערן מיר בעסוילחיינו מעהיירא כוימעמיעס לעארטסיינו.... מיר זענען אלע שמיר נישט דיר נישט צופלאצט געווארן.....

ענדליך נאכן ווארטן אויפן לאנגן קרישמע מיט תזזזזזזכרו און נאכן זיך צושפרינגען ביי על זאת שבחו האט ער אונז מזכה געווען מיט גאל ישראל...

די שמענע עסרע איז א נארטיקל פארזעך און דער ציבור האט שוין גענדיגט די יום תהילים, אנגעטון רבינו תם'ס ד' פרשיות און קרי"ש און געכאפט א שמועס'ל און נאך צוגעווארט און די זייט אז אונזער חשוב'ע בעל תפילה זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז, ווען פלוצלינג טרעט ער אויס...

און וואס מיינסטע האטער געטוהן?

ער דרייט זיך אויס און ער טשעקט צו עס זענען טאקע דא מנין...

און ער פרעגט נאך איינעם נא? וואו צופרעגן שוין געדאווענט?

און נאר נאכן זיכער מאכן אז עס איז טאקע דא א מנין האט ער צוריק געטרעטן....

די כעס האט אונז אלע געברענט, מיר האבן צוגעווארט נאכן דאווענען און פלוצים הערן מיר אז ער זאגט א קדיש'ל נאך עלינו

אהא סהייסט ער איז ליידער פאריתומט ממילא קומט ער צו אונז און שול אונז מיטטיילן מיט זיין אבילות...

גייט צו איינער פון די קביעות'דיגע מתפללים און מיט א פריינטליכקייט נעמט ער אים אויף און פרעגט אים טאמער און זיין ביהמ"ד איז נישטא קיין אוועילעבל ברעטל אז ער מוז דא קומען, ענטפערט ער מיט אן תמימות אז זיין גבאי האט אים געבעטן אז אזויווי עס דאווענען דארטן אידן וואס האבן קבועים ביי זייערע עלטערנס יארצייט זאל ער זיך בכלל נישט קובע זיין ביי זיי אין שול... (קוקט אויס אז ער ווייסט פונקטליך מיט וועמען ער האט דא צוטוהן), אזוי שמועסנדיג הערן מיר פון אים אז ער דאווענט נאך זיין טאטע...

וויאזוי זאגט מען נאך פון יענע צדיק (ווער נאר?) דיין טאטע האט דיר טאקע געמאכט פאר א יתום אבער נישט פאר א חזן...

געדענק איך אז ווען איך האב שמערגעדאכט געברויכט דאווענען פארן מאמען זאל זיין פונאנדערגעשפריידלט האט מיר דער דיין געפסקנט אז טאמער קען איך נישט דאווענען און דער עולם וועט האבן צער דערפון איז נישט קיין עליה פארן נשמה נאר ח"ו פארקערט וכך עשיתי כאגעדינגען איינעם דערפאר, און נאר געזאגט קדיש...

קומטער מיר דא און האלט מיר אויף און וויל זיך נאך באזעצן און מין שולעכל אלס בעל תפילה קבוע און איך זאל אנקומען שפעט אין דשאב יעדן טאג...

האפעך טאקע אז האט ער געכאפט דעם רמז און מארגן וועט ער נישט קומען! (טאמער קומט ער נישט וואס עלעך שרייבן? וועל איך מוזן טרעפן א צווייטען צו באשרייבן....)

און א גוטן טאג ענק אלע
טשאלענט
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

Efroiach
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 10:29 am

פיין פיין!!!

העי און טאמער ליינט ער דא?

אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

תגובהדורך גלעזעלע » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 10:37 am

גוט.! פילסט שוין בעסער ?
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 11:40 am

Efroiach האט געשריבן:פיין פיין!!!

העי און טאמער ליינט ער דא?

זאל ער טאקע וויסן!!

(פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט וויסן!!)
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג נובעמבער 06, 2016 10:31 am

פיין פיין

קיפי-טאפ!!
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג נובעמבער 06, 2016 9:04 pm

ראבויסעם! בינעך דא צוריק...

שוין געריקט די זייגער, א מחי' הייבט זיך שוין אן די געשמאקע ווינטער, ווער רעדט פון די שעה וואס מען האט פארדינט נעכטן? (איך ווייס נישט פארוואס אבער יעדעס יאר ווען עס קומט צו די מוצאי שבת וואס מען דארף ווען פארדינען א שעה בין איך די מערסטע ביזי, און איך קום נישט אן די ארבעט...) די סמאוק דיטעקטער איז שוין געטשעקט, געטוישט די בעטעריס, ארויס גענומען די ווארימע קאשמיר קאוט פון קלאזעט נאך פון פאריאר (ניסים אז עס פיט נאך...) די שטיוול און קאלאטשן, די שאוולעך און די זאלץ, די הענטשקעס און אויער שניצערס, די קוטשמע אוודאי נישט פארגעסן, און מיר זענען פולקאם באפאנצערט אויפן לאנגען קאלטן ווינטער.

דער ווינטער האט א געוואלדיגע מעלה קעגן די זומער אז מען שוויצט נישט און עס איז נישט יאמעד, עס איז א מחי' אויפצושטיין פארטאגס, די טאג איז קורץ ממילא אפילו מען טוט נישט אויף אזוי סאך האט מען סיפוק אז עס איז אויסגענוצט (משא"כ זומער אפילו ווען מען אויף אסאך קען מען פילן ווי מען האט נישט אויפגעטוהן ווייל די טאג איז לאנג...) עס איז א טעם גן עדן (פון ווי ווייסטו? ביסט שוין דארט געווען?) צו שפאצירן אויפן גאס אין די פראסטיגע קעלט ארום געפעלצט מיטן ווארימען מאנטל, און ווער רעדט נאך פון די הנאה וואס מען האט ווען מען קומט אריין אין די ווארימע הויז\ביהמ"ד, און מען דערווארימט זיך...

בקיצור די ווינטער איז שוין דא בתוקפו, עס איז שוין קאלט אינדרויסן, די סטיעם ארבעט שוין, אביסל ווארימט מען זיך אן אין די גאר היציגע (און שמוציגע) וואל קאמפיין וואס עס קומט ארויס פון דארטן א שטארקע דאמפ... נאך אביסל וועט מען אויסגעפונען צו אמעריקע וועט פאלן לדיוטא התחתונה אדער נאך טיפער... און אין דעם טוט זיך א מחלוקת הפאליטיקאנטן ווער עס גייט געווינען, לאמיר בעסער זיך נישט אריין לאזן אין די נושא און לאזן די אשכול (פון די איינציגסטע) פאליטיקלאז.

און אזויווי מיר ווייסן אז לב מלכים ושרים ביד ד', און ראש השנה איז שוין אנגעשריבן געווארן ווער עס זאל זיין אונזער פרעזידענט (האפנטליך מלך המשיח בב"א) ממילא האפן מיר און מיר בעטן אז עס זאל זיין נאר גוט פאר אידישע קינדער תמיד.

און האטס מיר אסאך הצלחה טייערע חבירים.
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג נובעמבער 06, 2016 10:30 pm

ביידע נאך נישט געהעריג געליינט, איך וועל צוריק קומען אי"ה

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג נובעמבער 06, 2016 10:35 pm

איך מאך טאג בוך קומסטו מיט בויך-טאג?

גיי אן!!
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג נובעמבער 06, 2016 10:41 pm

;l;p- ;l;p-
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 2:06 am

קודם קומט די שכוח פאר די ערשטי ארטיקל, די "ראביש מאהעלוי מער!!!" האט מיר גענומען אפאר מינוט צו כאפן... אבער יא.. מיר האבן דא איינעם מיט די קרעטשמיגע טאלאנטן, גיימער ליינען די צווייטע.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 2:10 am

אויפן צווייטען האב איך שוין קריטיק, ערשטענס, פארוואס איז עס אזוי קורץ, צווייטענס, האסט מיר אויפגעקלערט אז עס זענען פארהאן מענטשן וואס די קעלט האלט זיי נישט אפ פון ארויסקריכן פון אונטער די ווארימע דאכענע, דו זאגסט אז ווינטער שטייט זיך אויף גרינגער... הייסטעס אז איך בין דער איינציגסטער וואס ווינטער איז עס שווער, בין איך טאקע אזא מאדנע מענטש..?? דו האסט מיר צובראכן...!!!

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 8:38 pm

א גוטן אווענט!

אה... טשאלענט איז דא (ליל שישי, קרעדיט טריסקער און געדענק איך שוין נישט ווער נאך), סענייעס?

נא?? וואס פארציילסטו עפעס גוט היינט?

אה ווילסט הערן? זעץ דיך אראפ מיט א רואיגקייט, קום אריין מאך דיך באקוועם...

די מעשה איז אזוי...

אוי...... נישט אזוי האבעך געוואלט אנפאנגען....... קענסעל......

איז הער אויס, סאיז געווען די פארגאנגענע שבת, איך בין אוודאי אויפגעשטאנען פרי, געכאפט א שיין שטיקל גמרא אה, געווען א מחי'.... אלע טעמים.... נאכן לערנען גייעחמעך אהיים אויפפקין די קליינווארג, איך קום אזוי אריין אין סמעדריש (יא יענע וואס כאשוין פארציילט מיט יענע בעל תפילה... געדענקסט נישט??? דעמאלטס הייב אן די אשכול פון אנהייב...) מיטן אויפגעהויבענעם קאפ אינעם שיינעם שטריימל, און וואס זאל איך אייך זאגן? כאזעך געפילט אזוי היבש בא'גדול'ט, כמיין... כבין נישט אויפגעשטאנען יעצט... איך האלט שוין נאכן לערנען א שיינע 2 שעה...

קומעך מיר אן צו מיין פלאץ און פאנג אן מה טובו אזוי מעשה ראש הקהל, און פלוצים באמערק איך אויף די נעקסטע טיש שטייט א איד און זיין פנים איז מיר היבש באקאנט, איך קוק אים אן מיט אזא זייטיגע בליק און איך קען זיך נישט דערמאנען פון ווי איך קען אט דאס צורה'לע...

איך קוק אויף זיינע קינדערלעך קע"ה און איך זעה אז זיי לויפן אין בערך די זעלבע יארגענג ווי מיינע, ממליא מוז מען איינזעצן אז איך האב לכאורה געלערנט מיט אים אין ישיבה.

לויף איך אדרוך אין מיין קאפ אלע חבירים וואס איך געדענק אויפן מינוט, איך פרוביר צוזאם צושטעלן ווער דאס קען זיין, און אינמיטן כאפ איך אז דאס קען גאר זיין געצל זעקל, מיט זעקלען האב איך באמת כמעט גארנישט געהאט אין ישיבה אבער דאך האב איך פון צייט צו צייט פארברענגט מיט אים, נאך די חתונה אין כולל בין איך געווארן אביסל נענטער מיט אים, אבער פון דארט און ווייטער האב איך גארנישט געהאט מיט אים.

איך גיב א קלער צו מיר, צו קען דאס טאקע זיין? צו ערשט טראכט איך אז עס קען נישט זיין ווייל זעקל וואוינט דאך אין די גאנצע אנדערע עק שטאט, טא וואס זוכט ער דא אין א גרינע שבת? אבער מען קען דאך קיינמאל נישט וויסן וואס עס קען זיין, אפשר א שמחה, אבער ביינונז אין סמעדרעש איז נישטגעווען אפילו איין קידוש פאר א רפואה, סא פארדעם איז ער נישט געקומען, אזוי קלערענדיג צו עס איז זעקל אדער נישט באמערק איך פון דערווייטענס ווי יענער מענטש וואס איךטראכט אז אפשר איז עס זעקל קוקט אויף מיר מיט א זייטיגן בליק.

'פונקט' האב איך געברויכט א טישו, אזוי דורעכגייענדיג זיין פלאץ זעה איך וואו ער קוקט מיר אזוי האלב וועגס נאך אז איך זאל נישט באמערקן, איך קום צוריק און פון אינטן פרוביר איך צו כאפן א נענטערע בליק אבער איך קען נאך אלס נישט אפמאכן, איז דאס זעקל אדער נישט?

האב איך אפגעמאכט אזוי, צוגיין צו אים וועל איך נישט, טאמער קומט ער צו צי מיר וועל איך זיך מאכן וואו איך דערקען אים נישט, און ווען ער וועט מיר דערמאנען זיין נאמען וועל איך אים אוודאי געדענקען אין זיך ווארים באגריסן...

וואס מיינטעץ? ער איז צוגעקומען?? א מכה און א רעטעך... ער האט געמאכט די זעלבע חשבון ווי מיר....

אזוי איז אריבער א גאנצע דאווענען, איך קוק (נישט) אויף אים, און ער קוקט (נישט) אויף מיר...

זונטאג אידערפרי שטיי איך אויף 7:00 פארטאגס און איך קום אין שול אריין, איך שטעל זיך דאווענען און שמער סנישט שלעזינגער און איך טרעף יענע 'אפשר זעקל' אין מיין מנין...

איך פרוביר צו קוקן אזוי מיט א קראס איי אפשר וועל איך קענען אויפכאפן זיין נאמען אויפן בייטל, אבער ער איז געווען קלוגער אין גענומען די גרעסטע סידור פון ביהמ"ד און עס געפענט אויפן לענג פונעם בייטל ווי צו פרעטעקטן אז קיינער זאל נישט קענען זעהן......

צו מארגענס אזוי אינמיטן לערנען פארן דאווענען זעה פלוצלינג ווי ער קומט אריין, ער לייגט אראפ זיין בייטל און גייט אין מקוה, מה עשה הקב"ה? איך שטעל זיך אויף און איך גיי צו צום בייטל פשוט ווייל איך דארף דעם קדושת לוי וואס ליגט אונטער דעם און איך גיב א קוק, און איך האב נאר פראטעקטעט דעם פאקט אז איך בין נישט קיין בעל דמיון... אויפן בייטל האט געפלאטערט מיט א נצחון די ווערטער 'געצל זעקל הויזן-טראגער'......

שוין קודם ווייס איך שוין אז ער איז עס.........

אבער טראכט איך צו זיך, ווער זאגט אז ער געדענקט מיר נאך? סגאנץ מעגליך אז ער האט שוין לאנג פארגעסן פון מיר.....

ממילא שעם איך זיך צוצוגיין צו אים זיך פארשטעלן....

און אזוי גייט עס שוין די לעצטע פאר טעג... איין טאג זעה איך ווי ער קוקט אויף מיין בייטל, און עס איז שוין געווען צו שפעט ער האט שוין געליינט מיין נאמען...... סעדערנאך........

און וואס א טאג שפעטער אלס מער ווערט אום באקוועם די מצב... יעצט קען איך שוין נישט צוגיין צו אים, ווייל אי מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית???

ממילא ווייס איך נישט וואס צו טוהן.......

אפשר קען מיר איינער דא אויפן וועלטל ארויס העלפן??????????

עניוועי שקויעך פארן אויסהערן און הצלחה אויף ווייטער
טשאלענט
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 9:11 pm

חאחא!
האסט עפעס א חוש אראפצולייגען די זאך אז דער ליינער זאל מיט חושען..... זיך געפילט דערינען....
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

תגובהדורך mini van » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 9:35 pm

כ'האף אז נעקסטע מאהל גייסטו מסביר זיין וויאזוי צי סאלווען די פראבלעם, ספאסירט ביי מיר (אין ביי מיין חבר...) פין צייט צי צייט.

פיינע שריפט קיעפ איט אפ.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » פרייטאג נובעמבער 11, 2016 2:21 am

טשאלענט.... וואף... ווערסט בעסער און בעסער.. דאס איז א ערענסטע פראבלעם.

מען זאגט נאך אז אויב לערענט מען און מען טרעפט די וואכיגע סדרה, איז עס א סימן פון תורה לשמה.
וואס טוצעך אויב מען ליינט עפעס וואס מען האט היינט געהאט, איז עס ליינען לשמה?

איז אזוי... צו די מעשה.. נישט ממש ווי טשולענט שרייבט, אבער ענדליך.
איך בין געווען היינט ביי א חתונה, און א פרעמדע אינגערמאן גריסט, נא.. וואס טוט א יוד, מען גריסט צוריק און גייט ווייטער.
אביסל שפעטער גייט ער מיר אריבער, און גיט זיך א שטעל אפ און פרעגט ״דו געדענקסט מיר?״ אוי איז עס געווען בזיונות... איך הטב נישט געהאט קיין אנונג ווער דער יוד איז, ביז ער זאגט מיר ״געדענקסט נישט אין ישיבה קטנה יענקל מאנדלבוים״ און איך געדענק נישט, דאן רעכענט ער מיר אויס מיינע חברים פון יענע צייטן, וואס קוים איך ווייס צו זיי לעבן נאך, איך זע... יאפ דער ווייסט וואס ער רעד, זעט אויס אז איך בין שנעל אלט געווארן...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג נובעמבער 11, 2016 1:55 pm

אוי איז דאס א טשולענט...

אלע טעמים...
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

תגובהדורך מחבר ספרים » זונטאג נובעמבער 13, 2016 2:23 pm

זאפטיג אראפגעלייגט אבער נישט געזארגט עס איז מעשים בכל יום וואס איך טוה אין אזא מצב איז אזוי :
איך וואלט עהם געקויפט א עליה מארגען אינדערפרי וועט ער דאך דארפן צוקומען צו דיר זאגן יישר כח ממילא וועט עס זיין אויס פראבלעם

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג נובעמבער 14, 2016 3:23 pm

זאג נאר????

וואס בין איך שילדיג אז איך בין דיין קאזין????

וואס האבן אלע דיינע גוטע פריינט געזינדיגט אז זיי קענען דיר???

אוי... כאב נישט געכאפט איך האב אנגעהויבן אינמיטן..... לאמיר צוריק גיין מיט עטליכע יאר פריער...

איז אזוי, האב איך מיר א קאזין מיינער, גראדע איז ער נישט מיין עידש, אזוי אז איך האב קיינמאל גארנישט געהאט מיט אים.

גארנישט געהאט? נישט ממש גארנישט, ווען איך פלעג אים טרעפן פלעג איך אים געבן אזא גריס מיט די האנט, און ווען איך פלעג גיין צום פעטער אינדערהיים און ער איז פונקט דארט געווען האב איך געקענט פארפירן א שמועס מיט אים, און אוודאי ביי זיין חתונה בין איך געווען פאל פארס פון קבלת פנים ביז נאך אשת חיל סייסט? א גאנצע מחותן בין איך געווען... מיין פוירסט קאזין'ס חתונה.... אבער באמת האב איך גארנישט געהאט מיט אים קיינמאל.

ביז....

ביז ווען??

ביז ווען ער האט געטראפן עפעס גאר א וויכטיגע צוועק פאר וואס ער גייט נאך צדקה....

משום כבוד המשפחה וועל איך פארדרייען די פרטים פון די מצב, אבער א משפחה וואס זענען באמת נצרכים, נאר דער פראבלעם איז אז ידידי מיין קאזין זז"ג און שטארק לאורך ימים האט זיך אריין געלייגט דערינען נאכדעם וואס א רייע גאר גרויסע עסקנים טוען שוין דערין.....

מיין קאזין האט אויסגעפינען דעם מצב און אפגעמאכט אז ער גייט ארויסהעלפן, ממילא גייט ער ארום צו אלע זיינע באקאנטע און גוטע פריינט, און אוודאי אני הטשאלענט בתוכם, און בעט דער ציבור זאל זיך משתתף זיין מיט סכומים הגונים, נישט וואוסענדיג אז נאר נעכטן האב איך געהאט א לאנגע שמועס מיט די עסקנים און זיי געגעבן מיין קארטל עס זאל לויפן א שיינע סכום יעדן ערשטן......

איך ווייס נישט וואס זיין שיטה איז, צו ווייסט ער נישט אז נאך איינער טוט דערין, אדער אפשר ווייסט ער יא נאר ער וויל צו העלפן, אדער גאר שטערן, אזוי צו אזוי קומט ער שוין די לעצטע פאר יאר און שפאנצירט אויף די רעכטע זייט פון די געהירן און כאפט זיך שטארק אן אז ער זאל נישט אראפ פאלן אפילו נאכדעם וואס איך פרוביר אים אראפצושאקלען..... איך פרוביר אים יעדעס מאל צוגעבן א דאלער אדער צוויי, און יעדע מאל קומט ער מיט א פזמון וואס וואלט ווען געדארפט מאכן עמאנעציאל ווען מען הערט עס, נאר אזויווי נעכטן איז געווען דער ערשטער און איך האב באקומען אן אימעיל פונעם גרויסן סכום וואס איז געסווייפט געווארן ווער איך בכלל נישט בארירט פון זיין דרשה, און זיכער נישט ווען מיינע נערוון ווערן בשעת מעשה פארוואנדלט פאר זיין פריוואטע גארטן און ער מאכט דארט א חיים טובים....

און ווידער דער קאזין מיינע ווערט גאר בייז, הלמאי? ער איז דאך א קאזין מיטן גביר (?), נישט סתם עפעס א קאזין.... א נאנטע קאזין.... סייסט? כפלעג דאך פארברענגען מיט אים שעות ארוכות...... און דא פאטשט ער מיר אפ מיט א פינעווער?? און פארן חתן פון ארץ ישראל געט ער עטליכע מאות??? עניי עירך קודמים ניין??

אזוי קומט ער שוין די לעצטע פאר יאר, ביז איך האב אנגעהויבן צו כאפן די סדר....

עס איז אזא הפלגה בדילוג.... (דערמאנט מיר פון כולל דארטן מיט קפ"ט....)

ער קומט אזוי יעדע צווייטע וואך, און יעדע מאל מיט א טאג שפעטער ווי פאריגע מאל......

ווען עס קומט אויס אין שבת וועט ער קומען צוויי מאל זונטאג....

אבער פון פארפאסן איז אפילו נישט קיין רעדע...

אנהייב פלעג איך זיך נאך וואונדערן, פון וואנעט ווייסט ער וואו איך גיי היינט דאווענען מנחה מעריב?

ער פלעגט אלס אנקומען צו מיין מנין, צו סאיז געווען אין ראדני, צו אין פאפא..... צו סאיז געווען אכטע אדער איינסע, אבער אייביג האט ער מיר געפאקט.....

עס האט מיר אנגעהויבן צו ווערן אינטרעסאנט אז ווען איך האב געהאט א חתונה איז ער אויך פונקט דארט געווען... טאמער איז עס געווען פון זיין זייט איז דאך אוודאי גוט, ער קען אפילו קומען מיט א שטריימל.... טאמער איז עס געווען פון די אנדערע זייט איז ער דאך גוט מיטן צווייטן מחותן, און בכלל איז ער א מחותן דא ווייל סאיז זיין קאזינס קאזין.....

און מיר האבן דאך דעם אלטן כלל אז אורח בזמנו בא, ממילא ווען איך בין אמאל געווען אין בארא פארק, אין 53 האב איך שוין געמיינט אז איך בין פטור געווארן, אבער פלוצלינג זעה איך שמער סנישט ווערצבערגער ער איז געהעריג געקומען..... איך האב ארויס גענומען די לוח און אויסגערעכנט און געזעהן ווי די חשבון שטימט........

זייט דעמאלטס האלט איך אייביג חשבון און עס שטימט... איך פרוביר געווענליך יענע נאכט צו דאווענען אין א געהעריגע ביהמ"ד, און אויב מעגליך און א גרויסע מנין.... און אוודאי נישט אוועק פארן ווייל איך וויל נישט מטריח זיין מיין קאזין....

למעשה שמועסענדיג מיט מיינס א פריינט הער איך פלוצלינג פון אים די זעלבע מעשה אקוראט..... עס איז מיר גוט געווארן, איך האב געמיינט אז איך בין די איינציגסטער וועם ער פעגערט געפון איך דא אויס אז ער האט אונטער זיך א לאנגע רעקארד פון פעגערייען..... ער איז א עקספיריענס פעגערער..... און אזוי האב איך באקומען אפאר צענדליגע אחים לצרה.... אלע זיינע גוטע פריינט און מענטשן וואס האבן אים אמאל געבלינקן מיט די אויגן.....

און אזוי קומט ער צו יעדע צווייטע וואך מיט אן התחדשות 'האסט מיר שוין לאנג נישט געגעבן......' און נעמט ארויס דאס גרויס מאשינקעלע צו ווייזן ווי ערענסט ער מיינט עס.... און קוקט מיט א בייזע בליק אויפן דאלער וואס איך גיב אים....

ממילא וויל איך פרעגן מיין טייערע קאזין:

זאג נאר????

וואס בין איך שילדיג אז איך בין דיין קאזין????

וואס האבן אלע דיינע גוטע פריינט געזינדיגט אז זיי קענען דיר???

זאגטס נאר טייערע פריינט, וואס וואלט עטס געטון און אזא מצב???
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

תגובהדורך מחבר ספרים » מאנטאג נובעמבער 14, 2016 7:13 pm

אוי טשאלענט דו ביסט געוואלדיג איינס אין די וועלט זיי ממשיך

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » מאנטאג נובעמבער 14, 2016 7:52 pm

איין ארטיקעל בעסער פון צווייטען...
נעה... שטותים! אלע זענען אייזען גוט איינס ביי איינס! נאר מעיקרא מאי קסבר? ארטיקלען אחרונות משכחות הראשונות...
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2310
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג נובעמבער 14, 2016 8:01 pm

האי טשאלינתא היא ספירא גריתא!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג נובעמבער 14, 2016 8:02 pm

וויאזוי זאגט נאר פרעזידענט אבאמא, אזעלכע דעסיזשענס האלט מיר אויף ביינאכט.

טשאלענט איז ציקער זיס, יו מעיד מיי דעי.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג נובעמבער 14, 2016 9:18 pm

איינס בעסער פון צווייטען...

גיי אן!!
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג נובעמבער 14, 2016 11:43 pm

איינס בעסער פונעם צווייטען, אבער די מערסטע געפעלט מיר דיין יוניק וועג פון אנהייבן די ארטיקל, די נאז הייבט אן שמעקן אז עס קומט א גוטס, און יאפ מיר ווערן נישט אנטוישט....

טשאלענט גיי אן... מיר גלייכן דיר

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 3:19 pm

א גוטן מיינע טייערע פריינט!

די ווינטער איז שוין דא, אין עטליכע געגענטער פאלן שוין הויכע קוואנטומען שניי, דא אויפן וועלטל געפונען זיך שוין גראמען מיט הסברים אויף דעם נושא, טראכטענדיג פון שניי קומט מיר אין זכרון וויאזוי א שניי טאג קוקט אויס.

סהייבט זיך אן ביינאכט ווען די וועטער זאגערס \ נביאים שקר זאגן פאר א מאסיווע שניי שטורעם, אלע קינדער זיצן מיט די טעלעפאון אין די האנט און מאכן ביזי די ליניעס און לויפן יעדע צוויי מינוט פון קול מבשר צו די באס טראנספאטאציע (אפשר האט זיך עס שוין געטוישט אין די צוויי מינוט) און מען פרובירט די מערסטע וואס מען קען אויסצוקוועטשן פון דארט אז מארגן גייט נישט זיין קיין כיידער.

און ווען די נייעס פארט אריין אין די וויליאמסבורגע גאסן פאסירט א סאמאטוכע (נישט טריסקי'ס), פון אלע טירן און פענסטערס הערן זיך ארויס די קולות און געזאנגערייען 'מארגן גייט נישט זיין קיין כיידער, מגייט בלייבן א גאנצן טאג אינדערהיים' בניגון הידוע, און די מאמעס זיפצן שוין און פרובירן אויסצופאקן די טוי קלאזעט אפשר קען מען נאך געפינען עפעס וואס וועט האלטן די זיסע צאן קדשים אין די ראמען און זיי פארנומען מאכן אין אט די ביטערע טאג....

מ'שטייט אויף צופרי און טאמער די מזל שפילט זיי גוט זעהט מען טאקע אויפן ערד קוגל אויסגעשפרייט ווי א פאפירענע טישטוך די הערליכע ווייסע שניי, פאר די עלטערע ווערט קאלט און הייס, און די קינדער גרייטן זיך אויף א חיים טובים....

כקום מיר ארויס צופרי אויפן גאס און איך זעה טאקע די שניי, אבער וואונדער איבער וואונדער מיין קאר פארט געהעריג... אפשר נישט געהעריג אזוי ווי יעדן טאג, אבער עס פארט, די טראטורן זענען הערליך שיין געפוצט און איך קען נישט איינזעהן פארוואס למען השעמפא האט די בעדאל איינגעזעהן אז היינט איז נישט דא קיין כיידער... קוקט אויס וואו ער האט מורא צו משנה זיין פון די טראדיציע המקובל לנו אז ווען עס איז געפאלן עטליכע ברעקלעך שניי מוזן אלע ליידן, די קינדער גייען ליידיג, און די עלטערן ווערן פארנומען.....

אוודאי אין די שולן זומבענען זיי ווי בייזע פליגן, אנגעהויבן ביי די קאווע וואו זיי לאזן נישט ציריה, פרובירן אויס אלע מינע קאפיס אין אלע סייז קאפס, און ערשט ווען עס געלונגט שוין יא, שמייסט מען עס אריין אין מיסט.... ווער רעדט נאך פון די קאצקעס.... איטליכע אינגל נעמט פאר זיך א גאנץ שאכטל און נאכדעם קומען זיי שרייען צום שמש אז סהאט זיך שוין אויסגענוצט......

ווער רעדט נאך פון די גרויסע גיטע טעס באכערעם, זיי דרייען זיך ארום צווישן די מנינים און רייסן זיך אויפן ברעטל.... שרייט ער אויס סגאדעל סעסקאדיש.... ווען פלוצים הערט ער דעם אלטן אידל דארטן פארפירן אז ער האט היינט יארצייט נאך די עלטערן הי"ד, און אבל וחפי ראש מוז ער ליידער אפטרעטן פונעם פאזיציע און גייט צום נעקסטן מנין פרובירן זיין מזל....

ווען סאיז אים ענדליך געלונגען צו טרעפן סברעטל איז עס אן אפקומעניש פאר יעדען רעכט דענקיגן מענטש... די צופראסקעטע נשמה'לע באקליידט זיך מיט די ריייייייזיגע טלית אוודאי שטעלט מען אויף חזקה אז ער טוט עס אן פארקערט.... און עס שלעפט זיך אזוי פון אלע זייטן.... און מיט זיין באוועסדיגן קול נעמט ער איבער דעם מנין ווען פלוצים דרייטער זיך אויס און קוקט אין ווילדן חלל אריין..... דרייט זיך ווידער צוריק און נעמט זיך שאקלן... דער ציבור ווארט אויפן מלך מהולל, אבער עפעס קומט עס נישט אן היינט... קלערט דער ציבור אז סטאמע האלט ער שוין ווייטער און מנעמט זיך פארן ווייטער ווען פלוצים הילעכט ער אפ און שמער סנישט בוכינגער ער רופט אויס צום גאנצן פארזאמעלטן ציבור 'קיע כאדאויש אשעמעלויכייני'... מיטן באקאנטן כיידער נוסח.... ענדליך דערבארעמט זיך איינער און גייט אים מודיע זיין אז דער ציבור איז שוין לאנג נישט דארטן.... גייט אריבער 15 סעקונדעס און ער האלט שוין ביי ויושע... און מיט א שמיץ אריבער פראקלאמירט ער שוין דעם ישתבח קדיש און ברכו.....

ענדליך געענדיגט מיטן דאווענען קומעך ארויס אויפן גאס און ערשט יעצט געפון איך אויס ווי שטיימער אויפן וועלט.... סקוקט אויס וואו עפעס אזא כאלעמויעד פורים......

דרייען זיך קינדער אין די גאסן מיט הויכע שטיוול וואס די מאמע האט געמוזט אנטון מיט א גרויסע פלעסטיק בעג... באוואפענט מיט אזאנע ריזן לעפלעך וואס זיי רופן שאוולען רוב דערפון זענען אריגינעל פון די געלע קאליר משפחה מיט אביסל שווארץ דעפרון ווארשיינליך שפעטער צוגעקומען פון די שמוציגע זאלציגע שניי... אבער עס זענען אויך פארהאן מיט אנדערע קאלירן... די עלטערע דרייען זיך שוין מיט גרויסע טאטע שאוולען און בונטעווען ארום דערמיט....

פון אלע בעקיארדס הערן זיך ארויס קולות וברקים....
קום מאכן א שניי מענטש!!
ניין!!! ענדערש א איגלא!!
ניין! משי האט געזאגט אז מען גייט מאכן א שניי מענטש!
אבער א שניי מענטש האט מען שוין געמאכט פאריאר... די יאר מוז מען מאכן א איגלא!
אבער דא איז משי'ס הויז און משי זאגט אז מען זאל מאכן א שניי מענטש!
יא! דא איז מיין הויז און מיין מאמע האט געזאגט אז ממעג נאר אהער קומען טאמער ממאכט א שניי מענטש מיין מאמע לאזט נישט מאכן א איגלא!
יא? כקען פרעגן דיין מאמע?
אםםםםםםם.... יא! קענסט איר פרעגן! אבער נישט יעצט.... ווייסט וואס סבעסער טאמער דו פרעגסט נישט.......
אקעי ווייסט וואס? איך משי און סענדי גייען מאכן א שניי מענטש און דו קענסט גיין מיט יאנקי און פנחס מאכן א איגלא!

און אזוי גייט פאריבער די גאנצע טאג.... איגלא שניי מענטש אהין און צוריק.... די מאמעס ווערן משוגע פון די קינדער.... די קינדער ווערן משוגע פון ליידיג גיין..... סקומט שון ביינאכט מעהארגעצעך שוין ביי די קעפ..... די מאמעס אטעמען שוין אפ.... ענדליך ווערט שוין שטיל.....

קומענדיגע צופרי מען שטייט אויף און סעשטאמער קיין זכר פון קיין שניי (נאר ביי די עקן פון די ראודס אז מען זאל למען השעמפא נישט קענען פארקן דארט....) און פון אלע פענסטערס און טירן הערט זיך ארויס א הילכיגע יוווווווייייייייייישששששששששששששששש!! די קינדער פארפירן און רייסן זיך קריעה אז מען דארף שוין צוריק גיין אין חדר............ נאר איין טאג נישט געווען קיין חדר...... סנישט פעיר...............
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], חומש און 16 געסט