אידישע ביכער סעריע: "מיטגעלעבט"

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

קיקיון האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:.....חוץ פון וואס ס'שטייט שוין אז דער ביהמ"ק השלישי וועט אראפ קומען בנוי ומשוכלל מלמעלה, אבער אפי' אויב ס'וועט יא זיין כפשוטו, ווי די ערשטע צוויי בתי מקדש'ס, ס'וועט זיין פון גשמיות, אבער דאך נישט מגושם...


דאס ביכעל איז נישט קיין נביאות ווי עס וועט אויסזעהן די עלי' לרגל אין בית שלישי
נור א פאנטאזיע ווי עס וואלט אויסגעזעהן בימי בית שני ווען זיי וואלטען געהאט דעם היינטיגען טעכנאלאגיע

נאך אלץ, ס'איז געווען בגשמיות, אבער נישט מגושם,

נ.ב. דאכט זיך מיר אז פון הגר"ח קנייבסקי זאגט מען נאך, אז מ'האט אים געפרעגט צו ס'וועט זיין לעקטער אין ביהמ"ק, און ער האט געענטפערט אז מן הסתם יא.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

שמו האט געשריבן:נאך אלץ, ס'איז געווען בגשמיות, אבער נישט מגושם,

נ.ב. דאכט זיך מיר אז פון הגר"ח קנייבסקי זאגט מען נאך, אז מ'האט אים געפרעגט צו ס'וועט זיין לעקטער אין ביהמ"ק, און ער האט געענטפערט אז מן הסתם יא.

זעהט אויס אז די האסט נישט געזעהן דאס ביכעל
אז עלעקטער איז נישט מגושם פארשטייסט די יא ?
מיט וועלכע פרט איז דאס מגושם?
אז מען פארט מיט א באן און נישט מיט בהמות צום הר הבית?
אז עס איז דא אן עלעוועיטער אין הויז?
אז עס איז דא אויפען הר הבית לאקערס מיט נומערען פאר די שיך און געלט?
אז מען נאט געניצט MRI בודק זיין די בהמה?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דענק און דאנק »

שמו האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:.....חוץ פון וואס ס'שטייט שוין אז דער ביהמ"ק השלישי וועט אראפ קומען בנוי ומשוכלל מלמעלה, אבער אפי' אויב ס'וועט יא זיין כפשוטו, ווי די ערשטע צוויי בתי מקדש'ס, ס'וועט זיין פון גשמיות, אבער דאך נישט מגושם...


דאס ביכעל איז נישט קיין נביאות ווי עס וועט אויסזעהן די עלי' לרגל אין בית שלישי
נור א פאנטאזיע ווי עס וואלט אויסגעזעהן בימי בית שני ווען זיי וואלטען געהאט דעם היינטיגען טעכנאלאגיע

נאך אלץ, ס'איז געווען בגשמיות, אבער נישט מגושם,

נ.ב. דאכט זיך מיר אז פון הגר"ח קנייבסקי זאגט מען נאך, אז מ'האט אים געפרעגט צו ס'וועט זיין לעקטער אין ביהמ"ק, און ער האט געענטפערט אז מן הסתם יא.



געהערט אמאל פון הרב סיני מאלאוויצקי שליט"א האט אריין געקלערט בדרך צחות, צו אין דריטן ביהמ"ק וועט נאך אלץ זיין א כבש, אדער מען וועט ארויף פארן מיט אן עלעוועיטאר...

ערנסט גערעדט! אין צווייטן בית המקדש האט מען אויך געמאכט נייע זאכן מער מאדעריניזירט וואס איז נישט געוועןו פריער, צום ביישפיל דער מיכני מיט וואס מען האט אראפ געלאזט דעם כיור יעדער אויף דער נאכט, בימים ההם איז עס געווען א מאדערנער טעכנאלאגישער איינפאל. טא, פארוואס זאל נישט מעגן זיין אינעם דריטן ביהמ"ק טעכנאלאגישע זאכן? פארשטייט זיך על פי הדיבור. - חוץ אז מען וועט זאגן אז די אלע זאכן וועלן ממילא בטל ווערן, און דער לעבן וועט נישט אויסזען ווי היינט, וכבר דשו בה רבים.

בכלל ווערט דאך שוין אין נביא אויסגערעכנט ווי אזוי דער דריטער בית וועט אויסקוקן, ווי אויך וועט דאך דאס אראפ קומען מן השמים כולו אש, ממילא איז דער גאנצע שמועס נאר לפלפולא בעלמא
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

הערליכע תגובה רב גרויזאמער!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

אנעים זמירות האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:ניין. איך האב נישט געחלומ'ט אז די יודן זענען געיזצן און געווארט פאר א בהמה אויף בענקלך ווי א דאקטערס אפיס, ענדערש וואלט איך געדמיונט ס'זאל אויס זעהן ווי חסידים שטייען אויף די רייע ארייצוגיין אל הקודש פנימה צום רבי'ן מיט א תהלמי'ל און א ערענסט געזיכט.


מסתמא נישט אלע - פונקט ווי נישט יעדער חסיד שטייט מיט א תהלים אוו אן ערנסטע געזיכט איידער ער גייט אריין צום רבי'ן.

סאיז ידוע פון דעם גר"א אז מ'קען אפשר האבן אן השגה אין די קדושה פון א תנא אדער אן אמורא, אבער אין די קדושה פון א פשוט'ע יוד בזמן הבית קען מען נישט האבן.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

גרויזאמער! דברים כדרבונות! ייש"כ.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

שטאלצער יוד האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:ניין. איך האב נישט געחלומ'ט אז די יודן זענען געיזצן און געווארט פאר א בהמה אויף בענקלך ווי א דאקטערס אפיס, ענדערש וואלט איך געדמיונט ס'זאל אויס זעהן ווי חסידים שטייען אויף די רייע ארייצוגיין אל הקודש פנימה צום רבי'ן מיט א תהלמי'ל און א ערענסט געזיכט.


מסתמא נישט אלע - פונקט ווי נישט יעדער חסיד שטייט מיט א תהלים אוו אן ערנסטע געזיכט איידער ער גייט אריין צום רבי'ן.

סאיז ידוע פון דעם גר"א אז מ'קען אפשר האבן אן השגה אין די קדושה פון א תנא אדער אן אמורא, אבער אין די קדושה פון א פשוט'ע יוד בזמן הבית קען מען נישט האבן.


דו האסט דאך אבער יא 'משיג' געוועהן יענע יודען, ווען דו האסט אראפגעלייגט דעם יוד וואס ווארט צו קויפען א בהמה ווי ער שטייט מיט'ן ערנסטע פנים אונ'ם תהלימ'ל.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אז ער זוכט צו קויפען ביי אן ערליכען תמימותדיג איד א בעל משפחה (כמבואר א בלאט פריער*
איז נישט קיין ערנסטקייט ?
---
די מימרא
פון דעם גר"א אז מ'קען אפשר האבן אן השגה אין די קדושה פון א תנא אדער אן אמורא, אבער אין די קדושה פון א פשוט'ע יוד בזמן הבית קען מען נישט האבן.

דארף א הסבר אויב עס איז טאקע פון גר"א א גרויסער חלק פון די תנאים זענען געווען בזמן הבית
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 11:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

ענדע צדיק! האט געשריבן:הערליכע תגובה רב גרויזאמער!
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

קיקיון האט געשריבן:אז ער זוכט צו קויפען ביי אן ערליכען תמימותדיג איד א בעל משפחה (כמבואר א בלאט פריער*
איז נישט קיין ערנסטקייט ?
---
די מימרא
פון דעם גר"א אז מ'קען אפשר האבן אן השגה אין די קדושה פון א תנא אדער אן אמורא, אבער אין די קדושה פון א פשוט'ע יוד בזמן הבית קען מען נישט האבן.

דארף א הסבר אויב עס איז טאקע פון גר"א א גרויסער חלק פון די תנאים זענען געווען בזמן הבית

יש כמה גירסאות בזה המימרא, אבל בכל אופן אם אמרה בנוסח זה, ע"כ הכוונה בין תנאים שלאחר החורבן לבין קודם החורבן.
הגע בעצמך, שהרי מנשה המלך אמר לרב אשי שמימות רבינו לא מצינו תורה וגדולה, שאין לו שום מושג בגדלותם.
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

גרויזאמער זאגט זייער גוט און אינהאלטספול סאו וויל איך זיך נישט פארהערן מיט אים,
און איך רעספעקטיר אויך זייער דער שרייבער וועלכער איז טאקע מלא תוכן.

אבער דיין תשובה איז זייער שיין גענטפערט ווען איך זאל אנמערקן די תגובה אויף א ביכל פון בכלל אפמאלן די עבודת ביהמ''ק פון די מזבח, כהנים בעבודתם (וואס איז בכלל א נושא וועגן מאהלן פנים'ער) מיט די קיעלעך דיינע וואס האט מיר געקאסט א שמייכל.

אבער דעם אופן איז זייער מגושם, בפרט פאר קינדער, כ'האף אז דאס פארשטייסטו אז מען גייט נישט וואוטש''ן אין די עזרה אויף א גרויסע סקרין ווי מיין בהמה האלט אינ'ם פראצעדור, אדער קענען פאלאוע''ן דורך א כ'ווייס נישט וואס, ווי דעלטא וויל יעצט מאכן זייערע פעקעלך.

אבער העניוועי יש דברים בגו,
פרעג נאר א איד מיט א שמעק פונ'ם פריערדיגער דור אפילו ווען עס איז שוין געווען טעקנאלידזשי.
כ'מיין זיי העטן עס נישט אזוי שנעל עקסעפדעט.

נ. ב. לשיטתך, אויב דו ווייסט איז די זאך פון נעמען א בהמה און ברענגען צו מקריב זיין, איז געווען א זאך פארן מענטש ווי גיין און נעמען א חלק פון זיין פרנסה, ווייל דאס איז דאך געווען זייערע קראן פון פרנסה אקערן זייען פארן וכדו', און א איד האט מיט דעם געוויזן ער געבט אלעס אוועק פארן אייבערשטן אפילו זיין גאנצע פרנסה, ווייל אלעס איז סיי ווי פון איהם וכו' וכו'.
סאו לענינינו אפשר זאל מען אפמאלן לדידן שנת תש16 ווי דו ביסט מקריב און שניידסט אפ די נאז פון די סיענ''ע אדער האנדא.....
אלא מאי.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

מיוחד להניק ״שמו״ אויפן פאריגן בלאט, און ״בערל קראקאווער״, וואס האבן ביידע ארויסגעברענגט אז דער ביכל איז מגשם די הייליגע עבודה פון ביהמ״ק.

מיין פריערדיגע תגובה איז געווען געוואנדן צו ״להודיע״ וואס האט געזאגט א דבר חידוש וואס איך האב קיינמאל געהערט, אבער צו ענטפערן אויף דעם ענין פון מגשם זיין די עבודה אין ביהמ״ק:

איך כשלעצמי האב נישט געהאלטן אז ס׳איז א ״פראבלעם״, בשעת׳ן איבערגיין מיט מיינע קינדער דעם ביכל האב איך זיי געזאגט אז די באנען און עקסרעי מאשינען זענען נאר פאר א דזשאוק און עס צו מאכן אינטערסאנט, אבער עס איז נישט געווען אזוי. עס איז אויפפאלנד יא, אבער עס איז דא אן ענין פון ״חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים״, זיך אליינס אריינצולייגן אין א מצב. עס איז לכאורה געוואנדן אין די נאטור פון א מענטש, עס זענען דא מענטשן וואס וועלן נישט משיג זיין א זאך אויב מען קען עס נישט וויזשועלייזן ממש אין פראנט פאר די אויגן.

עס וואלט נישט געשאדט ווען עס זאל שטיין דארט קלאר אין אידיש אז די אלע זאכן זענען נאר לשבר את האוזן, און איז נישט במציאות אזוי געווען.


איינער האט מיר דאס אריינגעשיקט:
ר' אביגדור רעדט פון די קשיא אז פילע פסוקים זענען מגשם כביכול. עיני ד', וחרה 'אף', יד ה', און אזוי ווייטער ווי דער אנעים זמירות (נד"נ) שמועסט עס אויס. לכ' איז דאך פון די סאמע עקרי האמונה אז שהבורא יתברך שמו אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף, ואין לו שום דמיון כלל. יעדער איז טאקע מודה (עכ"פ כמעט יעדער) אז ס'איז נאר א משל לשבר את האוזן, אבער ווי קען מען אזעלכע זאכן מגשם זיין? ענטפערט ער אז עס איז טאקע א גרויסער פראבלעם צו מגשם זיין השי"ת, אבער פארגעסן פון השי"ת איז "נאך ערגער", דעריבער, אויב זאל מען עס נישט אריינלייגן לויט אונזערע מושגים ווען עס נישט אריינגיין אין קאפ און ס'וועט בלייבן א ווייט פארנעפלטע זאך, דעריבער האבן די פסוקים ענדערש יא מגשם געווען השי"ת לשבר את האוזן, טראצדעם וואס עס ברענגט אראפ די הייליגע באגריפן וואס מיר קענען נישט משיג זיין, כדי עס זאל אריינגיין אין קאפ און אין הארץ מיט עפעס א ציור.


והיינו הך. איבערהויפט אז די מוחות פון קינדער זענען היינט אויסגעשטעלט צו אסאך ארגער׳ס ווי דעם, אז מען מאכט אביסל מער אינטערסאנטער די צייטן פון בית המקדש און מען ווערט געוואויר ידיעות נשגבות זעה איך נישט אזא פעלער דערין. אבער איך קען פארשטיין וואס עס קען באדערן.

מען דארף זיך נאר אליינס פרעגן, צו ווען עס באדערט אזא זאך איז עס ווייל מען וויל אנטלויפן פון זיך אליינס, נישט טראכטן צופיל פון א בית המקדש און פון יענע צייטן מיט׳ן אויסרייד אז עס איז ״סייוויי ווייט פון אונזערע השגות, עס האט נישט גארנישט מיט אונז״, דעריבער קוקט מען עס אן פארנעפלט. א לולב מיט א אתרוג איז מיר נוגע, די בית המקדש איז עפעס א בחינה פאר מלאכים און חובבי היסטאריע און ווען משיח גייט אמאל קומען, גארנישט מיט די מציאות איינגעלייגט. חס מלהזכיר.

די מציאות איז ליידער אז אונטערן באוואוסטזיין טראכטן זייער אסאך מענטשן אזוי, און וועגן דעם ווען מען זעהט אזא ביכל וואס ברענגט די בית המקדש נענטער צום מציאות, מער ווי 3D אדער מפות, נאר ממש לויט׳ן היינטיגן סיסטעם, באקומט מען טשילס און מען שטעלט א ווידערשטאנד ביי זיך אין מחשבה, ״נע, די בית המקדש איז נישט דאס, קען נישט זיין, עס איז נישט קיין עכטע זאך״.

עכ״פ איינער וואס האט נעכטן ראש חודש חשון ביי מוסף געזעהן ביי זיך אין מח ווי אינגע קליינע 7 שעפסלעך ווערן געפירט צום מזבח, דערנעבן 2 ריזיגע קוען, און א ווידער, באגלייט מיט זייערע נסכים, און מקדים געווען פארדעם: ״ואת מוסף יום ראש החודש הזה נעשה ונקריב לפניך באהבה״ איז דאך ממש א געשמאק, און איך קען פארשטיין וואס עס שטערט אים מיט׳ן ביכל. אויב האט איר אבער צום ערשטן מאל זיך פראבירט דאס אויסצודמיונען בשעת׳ן ליינען יעצט, הםםםםם... זייט מוחל איר דארפט אביסל הילף ברוחניות צו וויסן אז מען רעדט דא פון זאכן וואס האבן ״עכט פאסירט״ און מענטשן האבן עס מיטגעהאלטן מיט זייער גשמיות׳דיגע אויגן און גייט בקרוב נאכאמאל פאסירן במציאות. דער קינדער ביכל ״סוכות אין ביהמ״ק מיטגעלעבט לויט די היינטיגע וועלט״ קען אייך ״מעגליך״ אביסעלע העלפן.

[offtopic]א גוטע איידיע: קרבנות כולל
דער חפץ חיים איז כידוע געווען זייער פאר׳ן לערנען היינטיגע צייטן די הלכות פון בית המקדש. טאקע ווייל ער האט דאס ממש מיטגעלעבט.

שלאגט ער פאר אין זיין מאמר צפית לישועה א געוואלדיגע אויפטוה, אז אין יעדע שטאט זאל זיין א קרבנות כולל וואס זאל לערנען די דינים, און איינער וואס האט עובר געווען אויף עפעס אן עבירה, אדער איז ער געפארן אויפן שיף אדער עראפלאן אדער געהאט אן עקסידענט וואס ער דארף גומל בענטשן, זאל קומען צו דעם כולל צאלן געלט, זיי וועלן לערנען די דינים פונעם קרבן וואס ער דארף האבן בעיון גדול, ספעציעל פאר׳ן זכות פון יענעם מענטש, און עס וועט ממש הייסן ווי ער האט געברענגט דעם קרבן.
ChCH.png

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=7[/offtopic]
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

גרויזי, שיין ווי אלעמאל

פאר מער אין די סעריע viewtopic.php?f=3&t=29864
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

עס איז דא איינער אין ארץ ישראל וואס גיבט ארויס א וועכינטלכער גליון "אז נדברו" עס איז דא א מדור דארט "הלכה [בקרוב ממש] למעשה" זייער אינטרעסאנט, די טאג טעגליכער לעבן בזמן הבית לויט די היינטיגער וועלט, לדוגמא: טומאה וטהרה, תרומות ומעשרות, עלייה לרגל, שמחת בית השואבה וכו'
אסאך זייער טשיקאווע אין גישמאקע מאמרים האב איך דארט געליינט/געלערנט. מ'דארף אבער קענען א גוטע עברית צו קענען גוט פארשטיין.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

פורים קומט ארויס די קומעדיגע באנד אין נאכדעם חנוכה תשע"ח בס"ד
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

אידישע ביכער סעריע "מיטגעלעבט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

זעה איך אז עס זענען ארויסגעקומען עטליכע ביכער מיטן נאמען 'מיטגעלעבט' צו ממחיש זיין און 'מיטלעבן' די נסים פון יציאת מצרים און קריעת ים סוף מיטן היינטיגן בליק, פרעה פארט מיט א לעמאזין צום ים סוף, מכת דם אז מען קען אויך נישט האבן קיין געזעלין פאר די קארס, ווייל אלעס איז געווארן בלוט.

פרעה קומט אקעגן די אידן מיט טענק און עראפלאנען וכו' וכו'

קריעת ים סוף, די נחשונים פארן אריין מיט די קאר אין ים סוף, 12 לעינס מיט אייז ווענט פאר די קארס פון די פארשידענע שבטים

ווער עס האט געזעהן דעם אשכול לאליס און אייז קרים אין מצרים און איז דארט געווען נוטה צום צד אז מען דארף יא מער אראפברענגען צום היינטיגן דור, און דערציילן אפילו זאכן וואס זענען 'שקר', עס האט נישט פאסירט, וויל איך וויסן אויב ער האלט אויך לגבי דעם בוך, אז מען דארף אזוי אראפלייגן פאר די קינדער, אדער דא איז שוין אנדערש.
אם לא עכשיו אימתי
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

בכלל וואלט איך געוואלט הערן די מיינונג פונעם עולם איבער די ביכער.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נישט געזען, אבער דאס געזונדל זאגט אז די סעריע איז נאריש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

איך בין דורכגעגאנגען די אשכול, איך בין דארט נוטה צו די וואס האלטן אז עס איז 'מגשם'.

אבער איך מיין אז לגבי יציאת מצרים און קריעת ים סוף איז ער שוין געגאנגען א טריט ווייטער, ווייל קרבנות אין בית המקדש האט נישט דוקא מיט וואס עס איז געווען, עס איז מעגליך צו צולייגן דעם דמיון, און אויב איז מען מגשם, איז עס נישט קיין יסודית'דיגע פראבלעם אין אמונה.

אבער יציאת מצרים וואס איז א יסוד אין אמונה, די גאנצע תורה איז געבויעט אויף אשר הוצאתיך מארץ מצרים, ביי דעם איז לכאורה כל המוסיף גורע, א יעדע ביסל וואס ווערט צוגעלייגט נעמט אראפ פון די אמת'ע אמונה, כמבואר אינעם אשכול וואס איז פריער צוגעצייכנט געווארן, ועיין שם בארוכה.
אם לא עכשיו אימתי
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

גראדע פאריאר האב איך הנאה גיהאט פון די פסח'דיגע בפרט ביי די מכות, אבער כ'וועל מודה זיין אז ס'איז אביסעל צו קינדעריש.
די פורים'דיגע איז אין מיין מיינונג נישט צום זאך בכלל משא"כ פון חנוכה [נאכנישט דא אין אידיש] איז זייער שיין, ס'נישט אויף די גאנצע מעשה בכללית ס'נעמט ארום אביסעל א מעשה וואס האט צו טוען מיט די גזירות פון די יונים אין צום סוף פונעם נצחון רבים ביד מעטים
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

שוין ערשינען אין ענגליש מיטגעלעבט - ביכורים, וועט מסתמא בקרוב זיין אין אידיש.
סעילעסמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעילעסמען »

פארשער האט געשריבן:שוין ערשינען אין ענגליש מיטגעלעבט - ביכורים, וועט מסתמא בקרוב זיין אין אידיש.

זיי קומען נישט ארויס צוזאמען
למשל די קריעת ים סוף ביכל איז נאכנישטא אין ענגליש
איך מיין אז ביכורים ביכעל וועט נאנישט זיין היי יאר אין אידיש
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

יעצט באקומען אימעיל פון קינדער שפיל:
"עס וועט אי''ה זיין קומענדיגע יאר. די קומענדיגע מיטגעלעבט איז אויפן חורבן ביהמ''ק"
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

מיטגעלעבט - חורבן בית המקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

חדש
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (133.23 KiB) געזען 3467 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”