אומבאקאנטע קברי צדיקים אין צפון א"י

אלעס איבער א נסיעה קיין ארץ ישראל

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

אומבאקאנטע קברי צדיקים אין צפון א"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

אין די אשכול וויל איך באשרייבן אינטערעסאנטע מקומות הקדושים אין צפון ארץ ישראל וואס זענען נישט אזוי באקאנט, ובפרט פאר אידן פון חו"ל. (אלע פלעצער וואס איך באשרייב בין איך פערזענליך שוין דארט געווען, און אויב איינער וועט מיר אויסלערנען וויאזוי וועל איך ארויפלייגן בילדער בעזהשי"ת).

איך וועל אנהויבן אין טברי'.
אין טבריה ווייסט יעדער איז דא די קבר פון רמבעה"נ. אבער נישט אלע ווייסן אז א שפאן אוועק ליגן די אמוראים רב ירמיה און רב כהנא.
עס איז אין א קאמפלעקס וואס פלעגט אמאל זיין האלידעי אין האטעל, און לעצטנס איז עס געטוישט געווארן צו רימונים האטעל און קאלעדזש.
עס פלעגט דארט אמאל זיין נאך קברים, און בשנת תשמ"ג ווען די האטעל אייגנטומער (דאן האט עס געהייסן גני חמת) האבן עס אויסגעברייטערט האט מען געטראפן עצמות. עס איז דאן געווען העפטיגע מערכות און מען האט ליידער נישט באוויזן צו ראטעווען אלעס, אבער די ציונים פון רב ירמיה און רב כהנא האט מען ב"ה געראטעוועט.
צום באטאנען אז לויט טייל ראשונים איז געווען 2 אדער גאר דריי רב כהנא'ס, און עס איז נישט קלאר וועלכע דאס איז, אבער טייל ברענגען אז עס איז דער וואס האט געלעבט בתקופת ר' יוחנן.

דא איז א לינק פון גוגל מעפס פון די רימונים קאמפלעקס (אגב די פונקטליכע פלאץ איז נישט פונקטליך - אזוי ווי רוב קברים אין א"י אויף גוגל. ווער עס וויל אהינגיין קען מיך שיקן אין אישי)
https://www.google.com/maps/@32.7712026 ... .71z?hl=iw
לעצט פארראכטן דורך משהזוךמיר אום זונטאג אקטאבער 16, 2016 3:24 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

יש"כ מיר זענען נייגעריג צו הערן.
ארויף צולייגען בילדער דרוקט "צוגעלייגטע"
tmp_2718-2016-10-16 02.10.58-265609135.png

און דערנאך "לייג צו א פייל"
tmp_2718-2016-10-16 02.15.21-2066022518.png
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

יישר כח שופר
רב ירמיה
אטעטשמענטס
24 RAV YIRMIYEH 06.JPG
IMG_1390.JPG
רב ירמיה
רב ירמיה
לעצט פארראכטן דורך משהזוךמיר אום זונטאג אקטאבער 16, 2016 7:56 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

רב כהנא
11 RAV KAHANEH 01.JPG

IMG_1372.JPG


אין די בנין העכער'ן ציון פון רב כהנא (ווערט געזען די פתח המערה וואס ר"כ ליגט דערין און אויך אביסל אינעווייניג אין די מערה)
אטעטשמענטס
IMG_1383.JPG
לעצט פארראכטן דורך משהזוךמיר אום זונטאג אקטאבער 16, 2016 3:09 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

אין די מערה
אטעטשמענטס
13 RAV KAHANEH 03.JPG
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

רחל אשת ר' עקיבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

אביסל ווייטער ארויף רוט 90 איז באקאנט די בית החיים פון טברי' וואו עס ליגן די תלמידי בעש"ט.
גלייך אויבן נעבן דעם בית החיים געפינט זיך די ציון פון רחל אשת ר' עקיבא, וואס ר' עקיבא - דער יסוד פון תורה שבעל פה - האט אויף איר געזאגט "שלי ושלכם שלה."
דא איז גוגל יא פונקטליך
https://www.google.com/maps/@32.7804592 ... !1e3?hl=iw
אגב איז דא אן אפענע ספר תורה אויף דיספלעי אין א גלאז ביים ציון, איך ווייס נישט וואס איז די יחוס מיט די ס"ת און אויך וואספארא היתר עס איז דא צו לאזן א ס"ת אפן.
Capture1.PNG

46 RUCHEL EISHES R' AKIVEH 01.JPG
לעצט פארראכטן דורך משהזוךמיר אום זונטאג אקטאבער 30, 2016 1:24 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
לחיים ולשלום
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 7:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולשלום »

ס'איז דא ערנסטע מקורות אויף די קראנטקייט פון רחל אשת רבי עקיבא, ווייל מאנכע טענה'ן אז ס'איז זייער נישט מקורות'דיג?
אויף רבי ירמי' זעט מען דאך אין ספרי רבי חיים וויטאל בשם דעם אר"י הק' אז ער ליגט ביים עק פון די שטאט טברי'
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

אין חבת ירושלים מאמר גולת תחתיות אות ה ברענגט ער רחל אשת ר' עקיבא אין טברי', אבער ער שרייבט נישט אז עס איז נעבן דעם בית החיים, און אזוי אויך ביים ביה"ח דערמאנט ער נישט אז זי ליגט הארט דערנעבן, איז מסתבר אז עס איז טאקע נישט דאס.
אבער פארט איז עס א מקום וואו אידן זענען מתפלל און עס קען זיין אינטערעסאנט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

ר' חייא ובניו יהודה וחזקי', רב המנונא סבא און רב הונא ריש גלותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

ארויפציר אין שטאט, אויף רחוב ברנר, איז דא שטיגן אויף ארויף. נאכ'ן ארויפגיין א היבשע מהלך (עס איז נישט אזוי ווייט אין ווייטקייט נאר עס זענען שווערע טרעפ וויבאלד זיי זענען זייער לאנג) קומט מען אן צום ציון פון ר' חייא ובניו (וואס עס שטייט שוין אין חז"ל אז עס איז א סגולה דארט מתפלל צו זיין און אויף אים זאגן חז"ל כמה גדולים מעשי חייא, און אז ווען די דריי זענען ווען מתפלל אויף תחית המתים וואלט עס תיכף געשעהן), רב הונא ריש גלותא (די גמ' דערציילט [מו"ק כה.] אז ווען מ'האט אריינגעברענגט זיין ארון אין די מערה פון רב חייא ובניו האט יהודה געזאגט פאר חזקי' ער זאל זיך אויפהייבן און מאכן פלאץ און ער האט זיך טאקע אויפגעהויבן וכו' עיי"ש באריכות), און רב המנונא סבא פון זוהר - נישט אויסמישן מיט דעם פון די גמ' - וואס דער זוהר דערציילט אז אליהו הנביא איז איין טאג נישט געקומען צו רשב"י ווייל ער האט געדארפט גיין מאכן א נס צו ראטעווען רב המנונא פון תפיסה, און דער זוהר זאגט אויף אים "הני בבלאי טפשאי וכו' רב המנונא סבא כד אשתכח בינייהו לא הווי ידעי שבחיה."
עס איז דא א צווייטע וועג וואס גייט ביז ממש העכערן ציון, אבער עס איז א דורט ראוד נישט קיין אויסגעפלאסטערטע וועג און עס קען מעגליך שעדיגן די קאר (איך האב עס קיינמאל נישט פרובירט)

דא איז גוגל אויך גוט, אבער מען דארף וויסן אז די ריכטיגע פלאץ איז ביי ברנר און פון דארט גייט מען ארויף, און נישט ביי די דורט ראוד און אראפגיין
https://www.google.co.il/maps/@32.78578 ... ,17z?hl=iw

52 R' CHIYE IBUNOV, RAV HINEH RESH GULISEH, RAV HAMNINEH SABEH 05.JPG

48 R' CHIYE IBUNOV, RAV HINEH RESH GULISEH, RAV HAMNINEH SABEH 01.JPG

53 R' CHIYE IBUNOV, RAV HINEH RESH GULISEH, RAV HAMNINEH SABEH 06.JPG
לעצט פארראכטן דורך משהזוךמיר אום מיטוואך אקטאבער 26, 2016 10:55 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

נאך א בילד
אטעטשמענטס
IMG_1509.JPG
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

פארוואס מעקסטו אויס די פנים' עס איז טאקע אזא בושה צו גיין קברי צדיקים?
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

1)איך האב נישט באקומען קיין רשות פון די מענטשן.
2)איך וויל נישט אז "זיי" זאלן כאפן ווער איך בין....
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

יש לסמן מחדש הרבה קברי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »

ידוע שהרבה מקברי הצדיקים בגליל [בפרט באיזור צפת], אינם מסומנים נכון.
כבר לפני עשור פורסם באחד מהירחונים התורניים מאמר שלם ובו הוא מצביע על זיהויים לא נכונים, ומאידך זיהויים חדשים המתאימים למה שכתוב בשער הגלגולים להאר"י ז"ל, ועל פי המפות הבריטיות העתיקות המצויים בגנזי הספריה הלאומית [שם מופיע כל השבילים שעליהם דיבר האר"י ז"ל כצורתם].
יש לקום ולעשות מעשה בענין, להשיג ממון לזה. ולהקים אגודה שתסמן מחדש את הקברים, [חלק מהעבודה כבר נעשתה במאמר הנ"ל (אולם בשטח עצמו שום דבר לא סומן), וצריך לבדוק אחריו האם הוא צודק בזיהוייו].
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

יש אגודה המכונה ועד להצלת קברי הקדמונים שנתמנתה ע"י בד"ץ של העדה החרדית בשנות תש"מ וכלל אנשים שכבר עסקו - אז - עשרות בשנים בתחום זה כמו ר' שלום גפנר ז"ל ויבלחט"א ר' גרשון קויפמאן נ"י לאויט"א והם בנו רוב הציונים בקברים אלו.
אגב איזה ירחון הוא זה? אולי כבו' יכול להמציאו לי? אני מעוניין מאוד בזה.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

וואנאוויטשער, דו מיינסט מן הסתם ר' ישראל הערצבערג, ער האט אויסגעפינען גאר אסאך קברים לפי אלטע מאפעס וכו', און אלעס האט ער ארויסגעגעבן (צוזאמען מיט ישראל מאיר גבאי) אין א ספר בשם: מקומות קדושים וקברי צדיקים בגליל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

טריסקער האט געשריבן:וואנאוויטשער, דו מיינסט מן הסתם ר' ישראל הערצבערג, ער האט אויסגעפינען גאר אסאך קברים לפי אלטע מאפעס וכו', און אלעס האט ער ארויסגעגעבן (צוזאמען מיט ישראל מאיר גבאי) אין א ספר בשם: מקומות קדושים וקברי צדיקים בגליל.

דאס?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

farshlufen האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:וואנאוויטשער, דו מיינסט מן הסתם ר' ישראל הערצבערג, ער האט אויסגעפינען גאר אסאך קברים לפי אלטע מאפעס וכו', און אלעס האט ער ארויסגעגעבן (צוזאמען מיט ישראל מאיר גבאי) אין א ספר בשם: מקומות קדושים וקברי צדיקים בגליל.

דאס?

יא
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

סאיז דא צוויי פלעצער קברי אביי ורבא, דארט ווי רוב עוילם גייט איז נישט די ריכטיגע, כמדומני די אמת'ע קברים זיינען היינו אין א ארמי בעיס, אפשר מאכט איר אונז אביסל סדר מיט דיירעקשינס?
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »

farshlufen האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:וואנאוויטשער, דו מיינסט מן הסתם ר' ישראל הערצבערג, ער האט אויסגעפינען גאר אסאך קברים לפי אלטע מאפעס וכו', און אלעס האט ער ארויסגעגעבן (צוזאמען מיט ישראל מאיר גבאי) אין א ספר בשם: מקומות קדושים וקברי צדיקים בגליל.

דאס?

מיט דעם ספר בין איך נאך פרעמד, איך האב דאס נאך נישט געליינט...
אבער איך האב געמיינט עפעס אנדערש
התכוונתי למאמר שנדפס בשנת תשנ"ה בכתב עת תחומין ומופיע בפרויקט השו"ת בר אילן.
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

פעלעד האט געשריבן:סאיז דא צוויי פלעצער קברי אביי ורבא, דארט ווי רוב עוילם גייט איז נישט די ריכטיגע, כמדומני די אמת'ע קברים זיינען היינו אין א ארמי בעיס, אפשר מאכט איר אונז אביסל סדר מיט דיירעקשינס?

יא. זעמיר דארט געווען דעם ווינטער. ס'איז אויף איינע פון די העכסעט בערג אין ארץ ישראל.

ס'נישט ממש אין די באזע, מ'האט זיך אויסגעשלאגן אין די מ"ם יארן און זיי האבן געמאכט די צוים פון די באזע ממש ארום די ציונים, אזוי אז מ'קען היינט אהינגיין.

ס'הייסט אז פון יענע באזע קען מען די בעסטע זען ביז אין סיריע אריין, זיי האבן דארט ריזיגע מאשינען אויפגעשטעלט קעגן סיריע
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

פעלעד האט געשריבן:סאיז דא צוויי פלעצער קברי אביי ורבא, דארט ווי רוב עוילם גייט איז נישט די ריכטיגע, כמדומני די אמת'ע קברים זיינען היינו אין א ארמי בעיס, אפשר מאכט איר אונז אביסל סדר מיט דיירעקשינס?

די אמת'ע מערה איז 30 מעטער אריין פונעם צוים וואס נעמט ארום דעם באזע.

דירעקציעס:
פונעם אריינגאנג צו צפת אויף כביש 8900 (ראש פינה - עין זיתים) פארט מען צפון אין ריכטונג פון 'ביריה' און 'עמוקה'. נאך 1 קילאמעטער קומט מען אן צו א ראונדעבאוט (כיכר) וואו מ'איז ממשיך מיטן 3'טן ראוד (פונעם ראונדעבאוט) נאך 700 מעטער, דארט דרייט מען זיך איין רעכטס, און נאך 900 מעטער קומט מען אן צום טויער פונעם ארמי בעיס וואו דארט פארט מען לינקס אויף א זאמדיגע ראוד פאר נאך 450 מעטער, פון דארט גייט מען ארויף צופיס רעכטס ארום 30 מעטער אין א קליינעם שביל ביזן צוים ארום דעם באזע. דארט קען מען זעהן דעם פלאץ פונעם מערה וואס איז נאך 30 מעטער אריין.

די ראוט ביזן ארמי בעיס:
מסלול שותף
מנחל שכווי לUnnamed Road דרך כביש 8900.

9 דק‘ (6.2 ק"מ)
9 דק‘ בתנאי התנועה הנוכחיים


1. התחל צפונה לכיוון כביש 886
2. צא מהכיכר אל כביש 886
3. פנה ימינה אל כביש 8900
4. פנה שמאלה
5. בכיכר, צא ביציאה השלישית
6. צא מהכיכר
7. פנה ימינה
8. יעד סופי: Unnamed Road

לקבלת הנתיב הטוב ביותר בתנועה הנוכחית, היכנס לכתובת http://maps.google.com/maps?saddr=%D7%A ... D&dirflg=d


דעם פלאץ פונעם מערה קען מען באמערקן דורך די וואסער טאנק און די הויכע אנטענע וואס זענען העכער דעם.

די מערה איז נעבן דעם ווייסן טויער (אויפן לינקן זייט פונעם בילד)
די מערה איז נעבן דעם ווייסן טויער (אויפן לינקן זייט פונעם בילד)
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

ועד להצלת קברי קדמונים VS. אהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

איך האב מיך נישט געוואלט אריינלאזן דערין אבער איך זעה אז דער עולם איך צומישט וועל עס זאגן בקיצור:
ווען איך בין אנגעקומען צום ערשטן מאל ביים ציון פון רב כהנא, האב איך געזעהן א געזעמל שטיין בערך 20 פיס אוועק. גיי איך צו, און איך זעה א ציון:

18 R' YOICHENEN BEN NIRI 03.JPG
17 R' YOICHENEN BEN NIRI 02.JPG


איך גיי צו נענטער און איך זעה דאס:

16 R' YOICHENEN BEN NIRI 01.JPG


זייענדיג אביסל באקאנט אין די ענינים און האבנדיג געליינט גאר אסאך איבער די נושא, האב איך מיר זייער געוואונדערט ווי קען זיין אז איך האב בכלל נישט געהערט אז ר' יוחנן בן נורי ליגט דא?

זעענדיג אז די ציון איז געבויט געווארן דורך אהלי צדיקים פון ר' ישראל מאיר גבאי, האב איך גענומען זיין ספר וואס דער עולם האט דערמאנט אויבן, און אט איז וואס איך האב געטראפן (איך האב נישט דא דעם ספר סאו איך קוואוט פון זיין וועבסייט אבער די תוכן איז די זעלבע):
מקום מנוחתו סמוך לר' מאיר:
"ומשם [מבית שאן] הלכנו לטבריא, ולפני בואנו להעיר ראינו קברו של ר' מאיר. ולפני העיר קבר ר' יוחנן בן נורי, ויש עליו בית ותחת הבית היא המערה, והוא ציוה לבנות הבית במעותיו. ולפני המערה קברו של ר' אלעזר ב"ר שמעון וקברו של רב כהנא". [מסע דפלסטינא]

מיקום וזיהוי הקבר
מקור אחד בלבד יש לקברו של רבי יוחנן בן נורי. רוב החוקרים טוענים כי טעות נפלה במקור, וכי מדובר ברבן יוחנן ב"ז, אולם נראה כי אין זו טעות. עולה הרגל מזכיר את רבי יוחנן ב"נ בצד הדרומי של העיר, ואילו רבן יוחנן ב"ז קבור מצידה הצפוני של העיר. הוא גם מזכירו ליד רבי מאיר, שקברו ללא ספק מדרום לעיר, ואכן במקום בו תיאר את קברו נמצאת המערה הנזכרת.

און אויפ'ן סמך פון דעם איין מקור וואס רוב חוקרים זאגן אז עס איז א טעות ( און ער פרעגט עס אפ ווייל עס קען נישט זיין אז ער מיינט ריב"ז, אבער אז עס איז א טעות אינגאנצן פאלט אים ווייזט אויס נישט ביי)און הגם קיינער האט נישט געוואוסט פון דעם די לעצטע כ'ווייס וויפיל יאר, ווייסט ער "פונקטליך" וואו דער נישט טעות פלאץ איז און ער איז געגאנגען און געמאכט א ציון אויף דעם חשבון.


וואס וויל איך ארויסברענגען?
איך וויל ארויסברענגען די חילוק צווישן ועד להצלת קברי הקדמונים בא"י (אויך באקאנט אלס קדמונינו) און אהלי צדיקים.


דער ועד להצלת קברי הקדמונים בא"י איז נתייסד געווארן בשנת תשמ"א דורכ'ן דעמאלס'דיגן ירושלים'ער בית דין, מיטן ציל צו אויפבויען ציונים אויף די קברי צדיקים אין א"י, אלס מיטל קעגן די רעגירונג וואס האט אין יענע תקופה געארבעט העפטיג אויסצורייסן וואס מער קברים איבער די לענג און די ברייט פון א"י. דער ועד איז באשטאנען פון א קבוצה מיטליעריגע יונגעלייט וואס האבן - שוין דעמאלטס, פאר 36 יאר צוריק - געהאט צענדליגער יארן ערפארונג און ידיעות איבער די קברים, און האבן געהאט געדינט אין די מיליטערישע חברה קדישא אזוי אז זיי האבן געהאט ערפארונג מיט מתים און קבורה. די קבוצה זענען געווען בחורים בשנת תש"כ ווען מען האט אויסגעגראבן די קברים ארום דעם הייליגן רמב"ם'ס ציון, און דער בריסקער רב זי"ע האט זיי געשיקט ראטעווען די ביינער. זיי זענען אהינגעגאנגען פארנאכטס ווען די ארבעטער האבן שוין פארלאזט דעם פלאץ אבער עס איז נאך געווען אויפגעשלאסן, און זיי האבן ארויסגע'גנב'עט די ביינער, און מען האט עס שפעטער צוריק מקבר געווען.
נעם למשל א איד ווי הרה"ח הישיש ר' גרשון קויפמאן, א איד שוין אין די גבורות, וואס ער האט ביי זיין בר מצוה (בערך שנת תש"י) געבעטן פונ'ם חזון איש זי"ע (ער איז געווען א שטיף אייניקל - זיין טאטע איז אויפגעוואקסן ביים חזו"א) א ברכה היות ער וויל עוסק זיין אינ'ן תחום פון קברים, און עס איז דא אסאך פלעצער וואס זענען מסוכן, וויל ער א ברכה אז עס זאל אים נישט שאדן. האט אים דער חזו"א געגעבן א הבטחה(!) אז עס וועט אים קיינמאל נישט שאדן (און עס האט אים טאקע קיינמאל נישט געשאדט, טראץ וואס ער איז שוין געווען אין די מסוכנ'דיגסטע פלעצער. פארנדיג מיט אים אין צפון קען מען הערן יעדע שטיק צייט ווי ער מאכט די ברכה "שעשה לי נס במקום הזה"... טיילמאל מיט שם ומלכות און טיילמאל אן, לויט ווי מען האט אים גע'פסק'נט נאך יעדע מעשה... אזוי אויך האט מיר דערציילט א איד וואס פארדינגט קארס אז ר' גרשון האט דריי מאל אים צוריקגעברענגט די קאר, יעדע איינציסטע שטיקל דערפון.... און ער האט נישט פארשטאנען פארוואס ער רעגט זיך, איך האב דאך אפי' צוריקגעברענגט די שליסל!... און ער האט אלעס איבערגעלעבט און גייט ווייטער אן ב"ה.)
ער איז געווען דער וועגווייזער פאר'ן רבי'ן זי"ע אין תשי"ח - נאך אלס בחור! - און אין תשכ"ה ווען דער רבי איז געגאנגען אויף מקומות הקדושים, און אזוי אויך האט ער ארומגעפירט רוב רבי'ס פון פריערדיגן דור ווי הרה"ק ר' חיים מאיר'ל מוויזניץ זצ"ל, וועלכער פלעגט אים כסדר נעמען ווען ער איז געגאנגען אויף מקומות הקדושים, סקולענער רבי זצ"ל, און אנדערע.
מען רעדט דא פון אידן וואס האבן מקבל געווען פון די "גאר" פריערדיגע דור די קבלה איבער קברים, און יעדער פון זיי האט זיך מוסר נפש געווען אפצוהיטן די קברים, זיי זענען געקראכן אויף די פיר מיט שטיינער אויפ'ן רוקן אויף הויכע מסוכן'דיגע פעלזן צו בויען ציונים.
און, דער גרעסטער ראי' אויף זייער פארלעסליכקייט איז, אז עס איז דא פלעצער ווי זיי זאגן אז זיי האבן פארלוירן דעם פונקטליכן פלאץ, און זיי ווייסן נישט וואו עס איז.

לעומת זה, ר' ישראל מאיר גבאי איז גאר א וואוילער איד וואס האט שוין אויפגעטון גדולות ונצורות אין ראטעווען בתי חיים אין אייראפע (טראץ וואס ער איז א ספרדי און האט נישט קיין שום זיידעס אין אייראפע!), אבער, בענין קברי צדיקים אין א"י איז ער זייער נישט פארלעסליך אזוי ווי אין דער אויבנדערמאנטער דוגמא. בעיקר וואס ער האט געטון אין א"י איז אז אויף כמעט יעדן קבר וואס קדמונינו האט געבויעט, האט ער גע'טענה'ט אז יענער ליגט נישט ממש דארט נאר אביסל ארויפציר, אדער גאר אין אן אנדערע געגנט אינגאנצן. אזוי אויך האט ער אין יעדע לאך (כידוע זענען די בערג אין צפון א"י פול מיט מערות קבורה, און מען קען איבעראל זען לעכער - די פתחי המערות) האט ער "מברר געווען" ווער עס ליגט דארט און געלייגט צעטלעך, בעת וואס קדמונינו האט געלייגט נאר וואס זיי האבן געהאט מקובל (חוץ איין פלאץ וואס זיי האבן בכונה צוגעלייגט, און מיר וועלן עס בעזר השם אויסשמועסן במקומו.)
און בנוסף לזה, איז ער זייער א תמימות'דיגער וואס נעמט אן זאכן זייער גרינג. אן טון די נויטיגע ריסוירטש (לדוגמא, ער זוכט יעצט דעם ציון פון הרה"ק ר' אלישע מגארליץ זצ"ל אין סיביר. ווען ער זאל א פרעג טאן ביי די אייניקלעך וואלטן זיי געוואוסט צו דערציילן אז דעם בארג וואו ער ליגט האט מען אויפגעריסן נאך אינמיטן די מלחמה צו אויסגראבן גאלד פון אונטער דעם, און עס איז ממש נישט געבלעבן קיין זכר פון דעם בארג ממילא איז נישטא וואס צו זוכן.)
און נאך עפעס, אלעס איז פון אייגענע ריסוירטש ווייל ער איז נישט אזוי אלט. (רוב פון די אריגינעלע מיטגלידער פון קדמונינו זענען שוין לאנג אויפ'ן עולם האמת, בעת וואס יבלחט"א ר' ישראל מאיר איז א מיטליעריגער מענטש

אשר על כן, זענען לכאורה קדמונינו'ס קברים פיל מער פארלעסליך, אשר על כן גיי איך מיט זיי. און ווער עס וויל וויסן וואס ר' ישראל מאיר גבאי האלט קען זען אלעס שיין מסודר אויף זיין וועבסייט http://www.zadikim.org/

-------

בנוגע דעם ציון פון אביי ורבא, עס איז יא אינדרויסן פון די מערה דארט וואו דער עולם גייט, די מחלוקת איז בנוגע רב פפא ובניו, לויט קדמונינו איז עס אינדרויסן פון די בעיס אביסל ווייטער אויף די דורט ראוד (די מערה איז ליידער איינגעפאלן אבער מען קען זען די פתח), און לויט אהלי צדיקים איז עס אביסל ווייטער, שוין אריין אין די בעיס. (די בילדער דערפון אי"ה ווען איך וועל האלטן דארט.)
לעצט פארראכטן דורך משהזוךמיר אום דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 12:38 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

זייער אינטערסאנט. מיר ווארטן אויפן המשך
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

קברי האמהות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

אויבן ביים צפון שפיץ פון שטאט, איז דא דער ציון האמהות, דארט ליגן: יוכבד אשת עמרם, צפורה אשת משה, אלישבע בת עמינדב אשת אהרן, ויש אומרים גם בלהה וזלפה.
עס איז אן אפענעם בנין אזוי ווי א טענט פון צעמענט, און קעגנאיבער דעם אריינגאנג איז דא א וואנט ואס שטייט העכער די ציונים.

(פאר סאם ריזן שטייט דארט אז דארט ליגן אויך מרים הנבואה און אביגיל אשת דוד המלך ע"ה, אבער קיין מקור דערויף האב איך נישט געטראפן און אין ספר קדמונינו דערמאנען זיי עס בכלל נישט.)

67 IMUHOIS 01.JPG

69 IMUHOIS 03.JPG

IMG_1320.JPG
לעצט פארראכטן דורך משהזוךמיר אום דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 12:49 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

א בילד געכאפט פאריגן ווינטער ווען מען האט פארראכטן דעם בנין
אטעטשמענטס
IMG_1323.JPG
שרייב תגובה

צוריק צו “ארץ ישראל”