תגובהדורך בערל קראקאווער » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 1:00 pm
איך בין טאקע נישט דערגרויסער קארפענטער אבער לפי דעתי און מיין עקספעריענס מיטן ארויסהעלפן אפאר חברים מיט א שלאק, איז דאס בעסטע און גרינגסטער פאר איינער וואס האט נישט קיין אונינ''ג,איז דעי ראולער שלאק.
פארשטייט זיך די ערשטע זאך מוזט איר אדורך ליינען מיט גרויס עהרנסטקייט די אשכול פון '' געיט-שלאק סקאנדאל'', (איים סארי אויב איינער קען אייך צו ווייזן די פונקלישע אדרעס) וואס דארט וועט אייער בלאו''ט פרעשו''ר שוין ארויף גיין אביסל, אבער כ'מיין עס וועט אייך אסאך צוגעבן וויאזוי אנצוהייבן און וואס יא אדער נישט צו טוהן, אגב וועט עס זיין א גוטע הכנה צו די ארבייט, וואס עס זעהט שוין אויס, אז איר זענט שוין אביסל זאט פון די ''שלעקער''מיטמאכעניש, אבער אז איר מיינט עס אמת'דיג איז די שלאק די מהלך צו גיין.
עס איז גרינג און מען דארף נישט זיין קיין גרויסער מומחה, איינמאהל מען כאפט וויאזוי עס ארבעט, און מען קען עס אויסשטעלן אויף אזא אופן צו קענען גרינג צוריק לייגן יעדעס יאר.
און אז עס איז גוט געמאכט מיט קאפ און אביסל מחשב ארבייט עס א מחיה, און עס רעגנט נישט אריין.
און נאכאמהאל איך בין בכלל נישט דער גרויסער בויער אדער אונטערנעמער, נאר מיט אבסיל קאפ און מח האט עס פיין געארבעט.
אז איר ווילט קען איך אייך טרייען ארויסהעלפן, דא אויפן פאפיר דאס בעסטע וואס איך וועל מיך קענען עקספרעשן אז נישט קענען אנדערע אידן אייך ארויסהעלפן אדער עפעס א בעסערע איידיע, אדרבה ישפוט הקהל וכו'ו
,נישט פארגעסן קודם כאפט א שמעק אינעם געיט שלאק סקאנדאל פשוט צו בארואיגן די נערוון. איר וועט זעהן אז סוף כל סוף וועט זיך עס ראווללללללללללללללללללללללללללען א מחיה, אז נאר..