מיין טאטע האט געזאגט...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

מיין טאטע האט געזאגט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

די גאנצע קהילה פארט אויף רעדער, די שטאט דרייט זיך איבער, עס איז נישט קיין קלייניגקייט, די רבי מאכט חתונה א אייניקל, אלע חסידים גרייטן זיך שוין פון וואכן לאנג, זייער באליבטער מנהיג דער גדול הדור גייט דאך זיצן אויבן אן און פירן די גאנצע שמחה, די עסקנים שוויצן, ס'איז העכסט מצב, די קליינע קינדער רעדן שוין מיט עקסטאז פון די הערליכע קרוינען און פידלען וואס גייען הענגען אין בית המדרש, די עלטערע מעסטן שוין די פארענטשעס, און די בחורים און ישיבה גרייטן זיך אויף א איבעראשונג... 2000 שעות רצופות לכבוד די חתונה (די ראש ישיבה האט זיכער פארדינט פון די גאנצע עסק...).

די וואכן רוקן זיך שוין, די הכנות גייען אויפן גרעסטן פארנעם, עס ווערט ערווארטעט א ריזן ציבור פון אלפים ורבבות משתתפים (אויף די בילדער זיכער...) פלאקאטן הענגן אויף אלע עלעקטעריק זיילן איבערן שטאט, א מאיעסטעטישע גיגאנטישע זאל ווערט ארויסגעדינגען לכבוד די גרויס ארטיגע חתונה, דער ועד האש"ל פארלייגט גרויסע כוחות אז אלע אידן וואס קומען צו פליען פון די מרחקים זאלן ווערן אויסשטאפירט מיט מטה כסא שלחן ומנורה אויפן שענסטן פארנעם, עס ווערט פאראויסגעזאגט א הערליכער אויבן אן, די זיידעס פון אלע זייטן יעדער א אדמו"ר פאר זיך מיט חסידים ומעריצים מקדישין וממליכין וכו'... דאכט זיך אז זייט דער אוסטילא חתונה זענען זיך נאך נישט צוזאמגעקומען אזויפיל ווייסע בעקיטשעס אונטער איין דאך, מאפעס אין אויסשטעלונגען פונעם זאל ווערט ארויס געשטעלט זיכער צו מאכן אז הכל על מקומו יבא בשלום, און יעדער חסיד זאל קענען זעהן אין מיטהאלטן ווי זיין רבי עסט די אויג פון פיש און טיילט די קנאבל, די זיצן ווערן אויסגעשטעלט מיט א מייסטערהאפטיג אופן עקסטער די זקנים אין די בעלי בתים אברכים און בחורי ישיבה, די עסקנים ארבעטן איבערמידלעך אז אלעס זאל קלאפן אויפן בעסטן און שענסטן אופן.

צווישן די איבערגעגעבענע עסקנים געפונט זיך אויך אונזער ר' זכרי' ציינעראוויטש, ר' זכרי' איז פון די געשעצטע אידן אין די קהילה, יעדע ארט ווי מען דארף אן עסקן קען מען אים געפונען, ער איז א ריכטיגע סעמפל פון א בעל צדקה וחסד, און אוודאי ווען עס קומט צום רבינ'ס שטוב וועט ער זיך אייביג מקריב זיין ארויס צו העלפן מיט וואס נאר מעגליך, און אוודאי יעצט ביי די חתונה איז ער אקטיוו און עסקן'ט ארום זיכער צו מאכן אז אלעס איז מסודר.

די נאכט פון די חתונה ווערט שוין נענטער, די שמחה ביים עולם דערקענט זיך שוין אויף די פענימ'ער, די געסט פאנגען שוין צוביסלעך אן אנצוקומען, און אונזער ר' זכרי' ווערט מער און מער פארנומען, און ער גרייט זיך שוין אויף די נאכט פון די חתונה ווען ער גייט זיין פון די ראש העסקנים, אים האט מען אויסדערוועלט צו פירן די חתונה און שטיין בראש השלחן און מאכן זיכער אז אלעס פארט על צד היותר טוב.

איין פראבלעם האט אבער זכרי', וואס וועט ער טוהן מיט זיין קליינע סראלי, ווער וועט אים וואטשען די גאנצע חתונה?, פון פארפאסן די היסטארישע חתונה איז דאך אוודאי נישט קיין רעדע, און סראלי איז דאך נאך גאנץ קליין און אפילו ער קען שוין אליינס גיין אין גראסערי לאזט אים אבער נאך נישט דער מאמע אליינס קראסן און ער דארף נאך בעטן פון א טאטע אדער א אלטע בחור 'פליז קראס מיר'...

נאכן זיך דורכרעדן מיט זיין אשת חיל האט מען אפגעשמועסט אז גלייך אנהייב ווען די חתונה וועט זיך אנהייבן וועט ר' זכרי' אראפ לייגן סראלי'ן אויף א פארזיכערטע פלאץ און סראלי וועט דארט שטיין א גאנצען צייט, און יעדע פאר מינוט וועט ר' זכרי' קומען טשעקן טאמער אלעס קלאפט.

די גרויסארטיגע טאג איז שוין אנגעקומען, עס טוט זיך א טרעפיק אין די גאנצע שטאט, אלפים ורבבות קומען צופארן צו די חתונה בבית צדיקים, די פאראויס געשאצטע נומערן פון די משתתפים ווערן פארווישט, די עסקנים דארפן באשטעלן נאך טויזענעטער בענקלעך און פארציעס וועגן דעם ריבוי עם, עס דערקענט זיך א יום טוב'דיגע שטימונג אין די גאנצע ארום, די חדרים אין ישיבות ענדיגן שוין פריער כדי מען זאל זיך קענען גרייטן אויף די חתונה.

עס ווערט שוין נאכמיטאג דער עולם פארשפארט די געשעפטן און מען נעמט זיך גרייטן, דא און דארט קען מען שוין טרעפן מענטשן מיט שטריימל בעקיטשע, די מוזיק אין זאל האקט שוין אויף די העכסטע טענער און מען הערט עס אויף אלע גאסן ארום.

אונזער ר' זכרי' איז גאר גאר ביזי, ער דארף דאך פירן די גאנצע ווירטשאפט היינט נאכט, אבער ער פארגעסט אוודאי נישט פון זיין סראלי, ער קומט אים אויפפיקן און טראגט אים צום גיגאנטישן זאל.

במשך די גאנצע קבלת פנים איז סראלי געזיצן אויף איין פלאץ און זיך צוגעקוקט צום היסטארישן מחזה הוד, און זיכער געמאכט נישט אוועק צוגיין פון ארט ווייל ער האט געוואוסט אז צווישן אזא ריזן ציבור קען ער זיך פארלירן, פארן חופה האט ר' זכרי' אוודאי נישט פארגעסן פון זיין באליבטן זון און אים ארויס גענומען אינדרויסן מיט צו האלטן דעם גאנצן מעמד.

נאכן חופה האט ר' זכרי' שוין געדארפט זיך נעמען צו די עבודה און אקאמאדירן דעם מעמד, האט ער אפגעשמועסט מיט סראלי'ק אז ער וועט שטיין ביי 'יענע פאול ביי די רעכטע זייט נעבן די דורכגאנג' און ר' זכרי' וועט אים קומען באזוכן פון צייט צו צייט, אבער פאר ר' זכרי' לאזט איבער זיין קינד ווארנט ער אים 'גיי נישט אוועק ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן דא און די קענסט זיך פארלירן און איך וועל דיר נישט טרעפן און עס קען זיין א גרויסע סכנה, נאר בלייב א גאנצן צייט שטיין דא ביי די פאול און כאפ אן די פאול אז מענטשן זאלן דיר נישט אוועק שלעפן'.

סראלי'ק איז מיט א שמחה געגאנגען, ער האט אפילו געטראפן א מילך קעסטל אויף וואס זיך אויפצושטעלן צו קענען מיטהאלטן די גאנצע חתונה, עס איז געווען גאר שיין צוזעהן ווי דער רבי איז אריין געקומען און זיך געוואשן, און דערנאך די גאנצע סעודה, זיין טאטע איז געקומען יעדע פאר מינוט קוקן טאמער אלעס איז בסדר און איז צוריק געגאנגען צו די שווערע ארבעט.

דער עולם גרייט זיך שוין אויף די ריקודין של מצוה און סראלי קוקט אויפן זייגער און ער פאנגט אן צו ווערן נערוועז, ער זעהט אז זיין טאטע איז דא געווען די לעצטע מאל א האלבע שעה צוריק, אבער ער טראכט צו זיך 'מיין טאטע האט זיכער נישט פארגעסן פון מיר'.

די חתן קומט אריין די שמחה שטייגט ביזן הימל, די געהויבענקייט קען מען טאפן און די אטמאספערע, סראלי פארגעסט א מינוט פון זיין נערוועזיקייט, אבער ער ווערט שוין מיד און ער וויל שוין אהיים גיין, ער איז אויך אביסל נערוועז אז זיין טאטע איז שוין פאר זייער לאנג נישט געקומען זעהן וואס ער מאכט, ער פאנגט שטיל צו וויינען, א איד גייט אריבער און זעהט א אינגעלע וויינען און ער פרעגט אים טאמער ער האט זיך צוקלאפט, סראלי איז אים מסביר אז ער איז נערוועז ווייל זיין טאטע האט געדארפט דא זיין שוין פריער און ער איז נאך נישט דא, דער איד פרעגט אים 'אפשר האט דיין טאטע געמיינט אן אנדערע פלאץ?' אבער סראלי איז פעסט ביי זיין מיינונג, אז זיין טאטע האט אים צוגעזאגט צו קומען דא אויף דעם פלאץ וועט ער באלד דא זיין.

די ריקודין גייען ווייטער אן ווען אינמיטן האט זיך געפארעמט א רונג פונקט נעבן אים און איינער האט איבער געדרייט די קעסטל בטעות.

סראלי איז אראפ געפאלן און זיך שטארק צוקלאפט און ער האט אנגעהויבן וויינען, עטליכע אידן האבן זיך אראפ געשטעלט אים צו העלפן, איינער האט אים געפרעגט 'אינגעלע וועמענ'ס ביסטע?' סראלי ענטפערט מיט א תמימות 'מיין טאטע איז ר' זכרי' ציינעראוויטש ער איז דער אנפירער פון די חתונה, ער האט מיר צוגעזאגט אז ער וועט באלד אהער קומען', די אידן האבן זיך אונטער געשמייכלט, און איינער האט זיך צו אים אנגערופן 'קענסט ווארטן אבער עס קוקט שוין נישט אויס ווי דיין טאטע וועט אנקומען', פאר סראלי האט עס זייער געבאדערט, אבער ער האט זיך געשטארקט 'איך קען מיין טאטע ער איז נישט קיין ליגענער אז ער האט געזאגט אז ער וועט דא זיין וועט ער דא זיין'.

עס איז דורך געגאנגען א שיינע פאר מינוט און ר' זכרי' האט זיך נאך אלץ נישט באוויזן, מען ענדיגט שוין די ריקודין און סראלי ווארט אז זיין טאטע זאל אים שוין קומען אויפפיקן, די מוזיק האט שוין געסטאפט און מאסן מענטשן האבן זיך גענומען ארויסשטופן פון די טיהר, סראלי איז צוקוועטשט געווארן, אבער ער כאפט אן די פאול שטארק און פרובירט מיט אלע זיינע כוחות נישט צו ווערן מיטגעשלעפט מיט די שטראם, ער ווערט אויסגעריסן אבער ער כאפט זיך צוריק מיט אלע כוחות קעגן די שטראם, און ער וויינט ביטערליך.

א איד גייט פאריבער און ער פרעגט אים פארוואס ער וויינט, ענטפערט אים סראליק אז ער ווארט דא אויף זיין טאטע, זיין טאטע קומט נישט, און ער ווערט דא צוקוועטשט, ער איז שוין פריער אראפ געפאלן און זיך צוקלאפט, און ער איז שוין אויך זייער מיד און ער וויל שוין גיין שלאפן.

דער איד ענטפערט אים 'אז דיין טאטע איז נישט געקומען ביז יעצט וועט ער שוין נישט קומען, איך מיין אז דו זאלסט קומען צו מיר אינדעהיים שלאפן און מארגן צופרי וועסטו אויפזוכן דיין טאטע'.

סראלי נעמט זיך יאמערליך וויינען, ער לאזט זיך נישט און ער שרייט אויס 'איך ווייס אז מיין טאטע וועט קומען, איך ווארט דא אויף אים און איך גיי נישט אין ערגעץ'.

די מצוה טאנץ פאנגט זיך שוין אן, עס גייט אויף די העכסטע טענער, אלע אדמורי"ם אין א רייע טאנצן יעדער כדרכו, און נאך יעדע מצוה טאנץ קוקט זיך סראלי ארום אפשר יעצט קומט זיין טאטע אפשר באלד, און נאך יעדע מינוט ווערט זיין אנגסט שטערקער און זיין געוויין פארגרעסערט זיך.

אידן וואס גייען אדורך שטעלן זיך אפ, אבער סראלי ענטפערט פאר יעדעם די זעלבע זאך 'איך בין זיכער אז מיין טאטע גייט קומען, טאמער נישט יעצט דעמאלטס אין 5 מינוט, אז נישט 5 דעמאלטס 10 אדער 20, אפשר אפילו א שעה אדער 2 ארום, אבער איך בין זיכער אז ער גייט קומען מיר נעמען, איך וויין נאר ווייל איך וויל אז ער זאל שוין יעצט קומען'.

אזוי זענען אדורך די שעות, אינמיטן האט זיך אנגעהויבן אריינצוגראבלען מחשבות אין סראלי 'אפשר האט מיין טאטע טאקע פארגעסן פון מיר?' אבער דאן האט ער זיך געשטארקט און געטראכט אז עס קען נישט זיין, א טאטע פארגעסט נישט פון זיין קינד אפילו פאר איין מינוט.

די חתונה ענדיגט זיך שוין און מענטשן שטראמען ממש אין די מאסן, סראלי דארף קעמפן מיט איבערמענטשליכע כוחות צו בלייבן אויף זיין פלאץ ביי די פאול און נישט מיט געשלעפט ווערן, ער לייגט שוין נישט צו אזויפיל קאפ צו קוקן ווען זיין טאטע גייט קומען, קודם דארף ער זיכער מאכן אז ער שטייט אויף די גוטע פלאץ.

ער ראנגעלט זיך אזוי מיטן שטראם, ווען הערט ער איינעם רופן זיין נאמען....

ער דרייט זיך אויס און זיין טאטע שטייט דארט מיט זיין ליבליכע שמייכל...

ער נעמט אים ארום און געט אים א הערצליכן קיש...

סראלי וויל אנהייבן צו דערציילן אלעס וואס ער האט נעבעך מיטגעמאכט, אבער זיין טאטע זאגט אים.

'מיין טייער באליבט קינד, איך האב אלעס געזעהן, איך בין געשטאנען אויבן העכער דיר און איך האב אלעס מיטגעהאלטן, איך האב געזעהן ווי מענטשן האבן דיר געוואלט פארשלעפן און דו האסט זיך נישט געלאזט, איך האב געזעהן ווי דו ביסט נעבעך געפאלן און דו האסט זיך צוקלאפט, איך האב געזעהן ווי דו קעמפסט קעגן דעם שטראם, איך בין געשטאנען אויבן און געשעפט הויפענעס פון נחת פון דיר, איך האב אבער א גאנצן צייט אויך מיטגעוויינט און מיטגעווייטאגט מיט דיר אויף דיינע יסורים, יעצט פריי איך מיר אז איך האב דיר שוין געקענט קומען נעמען, און יעצט וועל איך דיר נעמען אהיים!!!

-------------------------
אט די געדאנק איז מיר היינט בייגעפאלן ביי סליחות זאגענדיג די ווערטער 'זכור אשר נשבעת וכו' אתה תקום תרחם ציון כי עת לחננה כי בא מועד'!!!!!

טייערע אידן מיר לעבן טאקע אין א שווערע וועלט, אידן מאכן נעבעך מיט פארשידענע עגמת נפש, אבער 'אונזער טאטע האט אונז צוגעזאגט אז ער גייט קומען גייט ער קומען', עס איז טאקע שווער צו גיין קעגן דעם שטראם, עס איז שווער זיך אנצוכאפן אינעם פאול עמוד התורה, די שטראם וויל אונז אוועק שלעפן, אבער מיר דארפן וויסן אז 'אונזער טאטע האט געזאגט אז ער גייט קומען'.

ווען עס גייט קומען די ריכטיגע צייט גייט זיך אונזער טאטע באווייזן מיט א ליבליכער שמייכל און אונז זאגן 'מיין פאלק ישראל, איך בין א גאנצן צייט געשטאנען אויבן און מיטגעהאלטן ענקערע יסורים איך מיט געוויינט און מיט געווייטאגט, איך האב געזעהן ווי ענק ראנגלען זיך צו האלטן די תורה און אידישקייט מיט א שטארקייט און איך האב געשעפט דערפון הויפענעס מיט נחת, יעצט מיין טייער קינד וועל איך דיר אהיים נעמען קיין ירושלים'

רבותי עס איז שוין אט אט דער טאג וואס משיח גייט קומען לאמיר נישט פארשפילן די געלעגענהייט, און זיך יעצט אנכאפן אין די תורה הקדושה, אזוי וועלן מיר האבן מיט וואס אקעגן צו גיין משיח צדקנו במהרה דידן, אמן!!!!!!
לעצט פארראכטן דורך טשאלענט אום דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:10 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

בארירט ביז טרערן שכועך פארן אראפשרייבן! דו האסט א פיין פעדער
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

מוראדיג הארציג און שיין, קנאקעדיגער משל, נו זאל ער שוין קומען, ותחזנה עינינו,

יש"כ
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

איך האב נישט די ווערטער, יישר כח פאר די לעכטיגע דיבורים, דברים היוצאים מן הלב נכנסים ללב
חביבי
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

זייער שיין, הארציג, יישר כח פארן שרייבן
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אוי טאטע!!! עד מתי.

טייערע שרייבער. דיינע ווערטער, א קוואל פון חיזוק. דיינע רעיונות, א שטיק נשמה.

... אין לי מילים!!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

עקבי הצאן האט געשריבן:זייער שיין, הארציג, יישר כח פארן שרייבן
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

עס איז א מדרש
א מטרנותא מיט א כתובה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

וואף ווי דער האט מיר צונומען.... דער זאגט גאר גאר גוט.
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

יישר כחך, פאר'ן ווארעמע אמת'ע רייד
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

שאינו יודע האט געשריבן:עס איז א מדרש
א מטרנותא מיט א כתובה

עפעס דערמאנסטו מיר...

שרייב ארויס קלארער, אזוי וועט זיך די גירסא דינקתא אויפוועקן!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

אויסטערליש שיין
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Alien »

אוי טאטע. זע ווי שווער עס איז נישט צו ווערן אוועקגעשלעפט. גיב מיר כח. וואו ביסטו? כ'בין שוין צוקלאפט, כ'האב שוין געוויינט. ווען קומסטו שוין?

טייער און הייליג יעדע ווארט.
יישר כח.
Alien
פה לבנה יצ"ו
גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי שוין גיי »

אל תמנע טוב מבעליו.
Wow האסט גערירט א אינערליכע סטורונע,

איך בין געווען אזוי גערעגט אויפן טאטע׳ן ביז איך האב געכאפט ווי דו צילסט.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

גיי שוין גיי האט געשריבן:אל תמנע טוב מבעליו.
Wow האסט גערירט א אינערליכע סטורונע,

איך בין געווען אזוי גערעגט אויפן טאטע׳ן ביז איך האב געכאפט ווי דו צילסט.

ח"ו נסתרים דרכי ד'

עס וועט שוין נישט נעמען לאנג ביז מיר וועלן זוכה זיין צו זעהן אז אלעס איז לויטער חסדים

ותחזינה עינינו במהרה דידן, אמן!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

WOW!

אריינגעסיינט ספעציעל זיך צו באדאנקען

אין מילים!

;l;p- ;l;p- ;l;p-
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

טשאלענט האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:עס איז א מדרש
א מטרנותא מיט א כתובה

עפעס דערמאנסטו מיר...

שרייב ארויס קלארער, אזוי וועט זיך די גירסא דינקתא אויפוועקן!



די מטרנותא איז געווארן פארטריבן און געווארט,, מען האט געפרעגט וויאזוי האסטו געקענט האט זי געזאגט אז איר מאן האט צו געזאגט כתובה און זי האט געוויסט אז ער מוז נאך קומען באצאלן וכו׳
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

שאינו יודע האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:עס איז א מדרש
א מטרנותא מיט א כתובה

עפעס דערמאנסטו מיר...

שרייב ארויס קלארער, אזוי וועט זיך די גירסא דינקתא אויפוועקן!



די מטרנותא איז געווארן פארטריבן און געווארט,, מען האט געפרעגט וויאזוי האסטו געקענט האט זי געזאגט אז איר מאן האט צו געזאגט כתובה און זי האט געוויסט אז ער מוז נאך קומען באצאלן וכו׳

וואו געפונט מען דעם מדרש?
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וואו... טשאלענט דו האסט אונז נישט אנטוישט...

אזאנע לעכטיגע דיבורים, מלא חיזוק ואמונה, און נאך אראפגעלייגט מיט דיין האניג זיסע שפראך... האסט מיר מחיה געווען!!


(אגב, אין וועלכן אויסגאבע שרייבסטו?...)
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

מה פתאום??? האט געשריבן:בארירט ביז טרערן שכועך פארן אראפשרייבן! דו האסט א פיין פעדער

פונקט אזוי.
Definition of perfect: as good as it is possible to be
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

טשאלענט האט געשריבן:טייערע אידן מיר לעבן טאקע אין א שווערע וועלט, אידן מאכן נעבעך מיט פארשידענע עגמת נפש, אבער 'אונזער טאטע האט אונז צוגעזאגט אז ער גייט קומען גייט ער קומען', עס איז טאקע שווער צו גיין קעגן דעם שטראם, עס איז שווער זיך אנצוכאפן אינעם פאול עמוד התורה, די שטראם וויל אונז אוועק שלעפן, אבער מיר דארפן וויסן אז 'אונזער טאטע האט געזאגט אז ער גייט קומען'.
...
רבותי עס איז שוין אט אט דער טאג וואס משיח גייט קומען לאמיר נישט פארשפילן די געלעגענהייט, און זיך יעצט אנכאפן אין די תורה הקדושה, אזוי וועלן מיר האבן מיט וואס אקעגן צו גיין משיח צדקנו במהרה דידן, אמן!!!!!!

הערליך שיין! יישר כח.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

האב איך שוין נישט די צייט ווי אמאל... אבער פאר אזא ארטיקל וואס האט מיר אזוי בארירט קומט זיך א דאנק,
ייש"כ פארן התעוררת.
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

איי העוו טי גיוו יא עי קאמפלעמענט!
אזוי גוט געשריבן אז ביים אנקומען צום נמשל האב איך שוין נישט געדארפט ליינען כ'האב שוין אלסדינג פארשטאנען
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

טשאלענט האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:עס איז א מדרש
א מטרנותא מיט א כתובה

עפעס דערמאנסטו מיר...

שרייב ארויס קלארער, אזוי וועט זיך די גירסא דינקתא אויפוועקן!



די מטרנותא איז געווארן פארטריבן און געווארט,, מען האט געפרעגט וויאזוי האסטו געקענט האט זי געזאגט אז איר מאן האט צו געזאגט כתובה און זי האט געוויסט אז ער מוז נאך קומען באצאלן וכו׳

וואו געפונט מען דעם מדרש?


אין דברי יואל כמה פעמים
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

פלאחותיך האט געשריבן:מוראדיג הארציג און שיין, קנאקעדיגער משל, נו זאל ער שוין קומען, ותחזנה עינינו,

יש"כ
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”