עמערדשענסי קאמפיין - נישט קיין געלט.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
עמערדשענסי קאמפיין - נישט קיין געלט.
אזויווי יעדער ווייסט קומט היינט נאכט פאר א דיבאטע צווישן די נעקסטע פרעזידענט און זיין/איר קעגנער. איך וויל דא מאכן אן עמערדשענסי אפיל. היות מען האלט יעצט אין די ימי הרחמים והרצון, די טעג פון סליחות – און איינע פון די צדדים איז א פרוי, וואס גייט מן הסתם נישט גיין מיט קיין "פאלם טייץ". און עס איז כמעט אוממעגליך במשך פון א שעה א האלב נישט צו באטראכטן אירע באוועגונגען וכדו', וואס דאס איז אן איסור מדאורייתא. זאל מען זיך אונטערנעמען נישט מיטצוהאלטן די דיבאטע לייו, נאר אויפן רעדיו.
אין שו"ע שטייט אז אין עשרת ימי תשובה זאל מען נישט עסן קיין פת עכו''ם (אפילו איינער וואס עסט א גאנץ יאר.) הגם אז ביי די סעודה פון מוצאי יו''כ וועט ער ווייטער עסן פת עכו''ם איז אבער דא אן ענין פון זיך פירן מער פרום אין די טעג.
כתובה וחתימה טובה!
נ.ב. עס וועט זיין א גורל פאר אלע וואס שרייבן זיך איין אין די קאמפיין. ווער עס געווינט וועל איך דאונעיטן $18.00 צו זיין קאמפיין, הילערי אדער טראמפ.

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 621
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm
דיעל האט געשריבן:אזויווי יעדער ווייסט קומט היינט נאכט פאר א דיבאטע צווישן די נעקסטע פרעזידענט און זיין/איר קעגנער. איך וויל דא מאכן אן עמערדשענסי אפיל. היות מען האלט יעצט אין די ימי הרחמים והרצון, די טעג פון סליחות – און איינע פון די צדדים איז א פרוי, וואס גייט מן הסתם נישט גיין מיט קיין "פאלם טייץ". און עס איז כמעט אוממעגליך במשך פון א שעה א האלב נישט צו באטראכטן אירע באוועגונגען וכדו', וואס דאס איז אן איסור מדאורייתא.
ישר כח,
להערה בעלמא, דער איסור דאורייתא איז אפילו ווען מען באטראכט נישט די באוועגונגען
נעכטן האט געשריבן:''הסתכלות'' מיינט עפעס אנדערש ווי קוקן א דעבעיט. וק''ל
אזוי ווי געשריבן איז שווער במשך א שעה א האלב קוקן נישט נכשל צו ווערן מיט "הסתכלות". גראדע אויב גייט זי נישט אנגעטון צניעותדיג איז אסור אפילו ראיה בעלמא (פרמ"ג).
אויסער דעים איז אפילו קוקן אן הסתכלות נישט מדרכי המוסר כמבואר במשנ"ב סימן ע"א.
קאזאבלאנקא האט געשריבן:דיעל האט געשריבן:אזויווי יעדער ווייסט קומט היינט נאכט פאר א דיבאטע צווישן די נעקסטע פרעזידענט און זיין/איר קעגנער. איך וויל דא מאכן אן עמערדשענסי אפיל. היות מען האלט יעצט אין די ימי הרחמים והרצון, די טעג פון סליחות – און איינע פון די צדדים איז א פרוי, וואס גייט מן הסתם נישט גיין מיט קיין "פאלם טייץ". און עס איז כמעט אוממעגליך במשך פון א שעה א האלב נישט צו באטראכטן אירע באוועגונגען וכדו', וואס דאס איז אן איסור מדאורייתא.
ישר כח,
להערה בעלמא, דער איסור דאורייתא איז אפילו ווען מען באטראכט נישט די באוועגונגען
איך האב געשריבן מיט א איידעלע שפראך... געמיינט הסתכלות.
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
נעכטן האט געשריבן:''הסתכלות'' מיינט עפעס אנדערש ווי קוקן א דעבעיט. וק''ל
מנא לך הא? נישט הסתכלות מיינט קוקן בטעות און זיך גראד אוועקדרייען הסתכלות מיינט במזיד קוקן (נישט דוקא לשם עבירה)
ועוד, האט ער דאך ארויסגעברענגט אז אזוי ווי פת עכו"ם אפי' אויב ס'איז מותר א גאנץ יאר איז דא א ענין אין די טעג מחמיר צו זיין מער ווי די שורת הדין די זעלבע לגבי דעם.
דריטנס, והוא העיקר, פארוואס דארף מען קומען אפפרעגן? וואס איז דער ציל? א יוד מאכט א קאמפיין, ער האט עס קיינעם נישט ארויף געצווינגען, ווער ס'וויל רען ווייטער קוקן. סך הכל האט ער געמאכט א קאמפיין מעורר צו זיין א גוטע זאך. הכל מודים אז ס'איז בעסער נישט צו קוקן ווי יא צו קוקן, איז וואס איז דער ציל אוועקצומאכן? וואס שטערט אייך אז נאך אפאר יודן וועלן זיך צוריק האלטן פון קוקן די דיבעיט אין די ימי הסליחות?
ביטע נישט קומען דא מיט טענות פארוואס מ'מעג. קיינער האט נישט דא געאסרט. די אשכול איחז געמאכט פאר ווער ס'וויל זיך יא אנשליסן אינעם קאמפיין.
@דיעל, יישר כחכם!! דבר גדול עשית, איך בין מקנא אייערע זכותים.
איך וואלט זיך געוואלט אנשליסן אינעם קאמפיין, נאר צווי קליינע פראבלעמען, איינס איך קען ממילא נישט מיטהאלטן די דיבעיט, מיין פילטער לאזט נישט, און אויך וואלט איך ענדערש געגעבן געלט פאר א ארעמען יוד ווי פאר איינע פון די נארישע קאמפיינס..
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:נעכטן האט געשריבן:''הסתכלות'' מיינט עפעס אנדערש ווי קוקן א דעבעיט. וק''ל

ייש"כ פאר די חיזוק און פאר מיר ענטפערן.
אבער לאמיתת הדין מיינט הסתכלות קוקן לשם באטראכטן/הנאה.
יישר כח פאר הרב דיעל פאר דאס אויפברענגען, דאס איז שוין איינמאל א "ביג דיעל", און גוטער דיעל אלס הכנה לימים הקדושים והנוראים הבעל"ט...
בדרך אגב קוק איך קיינמאל די דעבאטעס, ווייל חוץ די הסתכלות וואס איז אן עבירה, איז די עצם קוקן אויף די פנים'ער פון די באטרעפנדע נישט קיין ענין, פארקערט, די ספה"ק ברענגען אז אריינקוקן אין פנים'ער פון נישט ריינע ברענגט אריין א זוהמה אין דעם מענטש, און זייערע רייד ברענגט אויך נישט קיין קדושה..

שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35247
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
וואוילע שעפעלע איך אגריע מיט דעם 100 פראצענט אז ס'איז א גוטע זאך נישט צו קוקן דעם דעבעיט. אבער נישט צוליב וואס איינע פון די קאנדידאטן איז א 70 יעריגע באבע. אבער אפשר בינעך טאקע ראנג צי איך צוריק. אגב האב איך דאס געוואלט שרייבן אין דעבאטע אשכול.
וואס: שיעורי תורה
ווער: יעדער געלאדענט
דורך: צענדליגע מגידי שיעורים
וואו: אין יעדע ביהמ''ד
ווען: מאנטאג נאכט, סעפטעמבער 26, 9:00 - 10:30 איסטערן. (פאר אנדערע זמנים קוקט אין אייער ביהמ''ד)
די שיעורים זענען פארשידענע, ס'דא אין הלכה אנדערע אין גפ''ת אא''וו.

געשריבן דורך: נעכטן
farshlufen האט געשריבן:נעכטן האט געשריבן:גערעכט. איך האב איינמאל א בליק געטון בטעות אויף מרת קלינטאן
מיר גלויבן אייך נישט, אין אדם משים עצמו רי"ש שי"ן עי"ן.
ביטע נישט באטיטלען אנדערע רשעים ביפאר איר ליינט וואס יענער האט געשריבן....
לעצט פארראכטן דורך יש ברירה אום מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 451
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
- לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול
farshlufen האט געשריבן:נעכטן האט געשריבן:גערעכט. איך האב איינמאל א בליק געטון בטעות אויף מרת קלינטאן
מיר גלויבן אייך נישט, אין אדם משים עצמו רי"ש שי"ן עי"ן.
נישט פאר'ן עצם קוק בטעות איז מען א רי'ש שי'ן עי'ן, נאר פאר'ן לכתחלה אהין גיין, אלץ איכא דרכא אחרינא, אטא דאס האט איר אודאי געמיינט?
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
נעכטן האט געשריבן:וואוילע שעפעלע איך אגריע מיט דעם 100 פראצענט אז ס'איז א גוטע זאך נישט צו קוקן דעם דעבעיט. אבער נישט צוליב וואס איינע פון די קאנדידאטן איז א 70 יעריגע באבע. אבער אפשר בינעך טאקע ראנג צי איך צוריק. אגב האב איך דאס געוואלט שרייבן אין דעבאטע אשכול.
נישט ריכטיג עס איז נישט קיין שום חילוק ביי הלכות הרחקה מעריות ווי אלט זי איז - אפילו ביי א טויטע באבע פירט מען זיך אז מענער מאכן נישט די טהרה וועגן הורהר. (איך ווייס עס איז אנדערש מאכן א טהרה אבער ....)