לימודי חול בבתי חינוך

אחראי: יאנאש

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

מאך א שמעקן טעסט...
ראסיזם קומט דא אריין ווי א אתרוג אום פסח.
הק' איש ימיני
בן ישראל
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן ישראל »

איך וואלט זייער געוואלט ענטפערן אויף דיין תגובה אבער עס איז למעלה מהשגתי.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

די עסקנים ווילן נישט אז עס זאל ווערן א מדובר אין גאס און מען ארבעט אויף עטליכע פראנטן ובשם השם נעשה ונצליח.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

הלוואי... איך וואלט דאך אזוי געוואלט האבן א וויסענשאפט אין די עניינים, יעצט אבער זארג איך שוין פאר מיינע קינדער.

---

אופס. מיין תגובה באציהט זיך אויף א געמעקטע שטיקל רב רייזמאן.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

פרידן האט געשריבן:לענ"ד דארף מען טוישן די קעפל פין דעי אשכול ווען יענער מיינט אין וויל דיך אונטער ברענגען איז נישט צייט פאר חשבון הנפש
יעצט קעמפט מען א אנדער מאל וועט מען דן זיין
אגב כנראה פין ביז אהער זיכן נישט די עסקנים עס זאל זיין א שטארקע מדובר איןם גאס, ווייל ווי ווייניגער מצב אלטץ בעסער, מארגען וועט עפעס א שטארקע חכם מיט אזא ענגליש פין וואס מען רעדט גיין מסביר זיין פאר די פרעסע מיט זיין צופראסקעטע ענגליש פארוואס מען דארף נישט אין טאר נישט לערנען ענגליש ער וועט פארלערנען משנית גמרא תניא על הגאולה פאר די רעפארטער פארשטייסט
סא א מדובר פין דעם איז נישט געווינטשען
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

די דעבאטע איז א אנגייענדיגע. עס דארף נאר זיין דורך באזעסענע קלוגע ערוואקסענע מענטשן, מרוצה לציבור. נישט דורך יונגע היץ קעפ, וואס קוקנדיג ווער עס האט אינטערגעשריבען, איז א גרויס חלק פון אינגעלייט וואס קענען ניצן א אויפשאקעלונג. מילד גערעדט. מיר זעהען דאך ווער עס קלעבט צו זיי.

ענגליש איז גאר גאר וויכטיג, אלעמאל. און נאכמער היינט. וויפיל מוטשענען זיך מיט פרנסה. ווען מען קען ווען א פאך וואלט מען זיי געקענט אויף נעמען ביי גוט באצאלן'דיגע פאזיציעס. דאס לעבן איז זייער טייער היינט.

שנית איז דאס א פיל פאכיגער פראבלעם. מען האט חתונה און מ'טרעפט זיך מיט א הויפן ליגאלע שריפטן. אפיציעלע בריוון. מען קען נישט ליינען. נישט שרייבן. וכו'.

און דאס אז מען לערענט נישט מיט א ערענסקייט די שפראך פון לאנד, גיבט דאס א פאנאכלעסיגקייט אין רעספעקטירן די געזעצן. וואס ציהט אריין אין שפעטערע נאכווייען. מען מיינט מען קען טוען וואס מען וויל אויף די גאסן. (אנווארפן מיט צעטליך ; אנספרעין ביל-בארדס אד"ג)

אונטערשטע שורה: לערנען ענגליש; שרייבן, מאטאעמאטיק איז גאר וויכטיג. וויאזוי דאס אריין לייגן אין אונזערע לימודים, איז נישט די פאזיציע פון די אינסטאנצן.
בן ישראל
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן ישראל »

בענקל, גאר אן אינהאלטסרייכע תגובה, אויב די וואלסט מער געקענט עלאברירן אויף דיין לעצטע שורה "וויאזוי דאס אריין לייגן אין אונזערע לימודים, איז נישט די פאזיציע פון די אינסטאנצן" וואלט איך עפרישיעד.
מיין שאלה איז, האבן די אינסטאנצן עפעס א אנדערע מהל, ווי אזוי עס צו אריין לייגן אין אונזערע לימודים, ווי מיר האבן. ווילן זיי עפעס מער ווי די צוויי שעה וואס מיר געבן אוועק? אדער ווילן זיי פשוט אז די צוויי שעה זאלן ווערן גענומען מער ערנסט צוליב נאכנאנדע פרעשאור פון מענטשן וואס באשולדיגן זייער נישט קענען ענגליש אין די פארנאכלעסיקייט פון די מוסדות איבער די ענגליש דעפארטמענט.
אויב איז עס סך הכל אז מען זאל עס נעמען מער ערנסט, ברויך דער אמת געזאגט ווערן אז אן די אינסטאנצן וועט זיך די זאך קיינמאל נישט טוישן. אבער אודאי אויב ווילן זיי מער ווי די צוויי שעה אדער אנדערע לימודים איז עס נישט קייט טובה זייער אריינמישן.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

'בן ישראל' אריינמישן די אינסטאנצן איז קיינמאל קיין טובה פאר אונז. זיי זענען בכלל נישט אינטערסירט אין אונזער שלימות'דיגע טובה.

די מוסדות נעמען היינט זייער ערנסט די לימודים, מ'לערענט אויף גאר א הויכע סטאנדערט, איינער וואס קען אלעס וואס מ'לערענט אין די מוסדות, קען פיין רעדן און שרייבן ענגליש, און אויך מאטאמעטיק.

ס'ווענדט זיך מער אין די עלטערן צו זיי לייגן א דגוש אויף דעם און פארלאנגען עס פון די קינדער.

ווי אויך דארף מען פארשטיין אז קינדער זענען נישט קיין ראבאטען, פונקט אזוי ווי דו ביסט פארמאטערט נאך א טאג ארבייט זענען זיי אויך פארמאטערט סוף טאג. און איך גלייב אז דו האלטסט נישט אז מ'דארף אויפטוישן די זמנים פון לערנען לימודי קודש מיט לימודי חול.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
בן ישראל
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן ישראל »

איך וויל אביסל מער ערקלערן פארוואס איך שרייב אז זאכן וועלן זיך קיינמאל נישט טוישן אן א שטופ פון אינדרויסן.

כדי אז די ענגליש דעפארטמענט זאל מצליח זיין פאדערט זיך אזא זאך וואס הייסט accountability דער טיטשער זאל זיין אקאונטעבל פאר די פרינציפל און די פרינציפל זאל זיין אקאונטעבל פאר די אדמיניסטראטאר און עס פאדערט זיך אז יעדער זאל פאדערן אקאונטעביליטי פונעם ארבעטער אונטער זיך. און אזוי גייט עס אין א יעדע חסידישע מיידל סקול אז א טיטשער ערייכט נישט די פארלאנגעטע צילן סוף יאר ברויך זי ערקלערן פאר אירע אויבער הארן פארוואס זי האט נישט ערייכט וואס זי דארף ערייכן און אזוי גייט עס למעלה בקודש און לכבוד דעם שאפט זיך א curriculum וואס יעדער דארף זיך צושטעלן.

למעשה ביי די יינגעל סקולס שטעלט זיך ארויס אז נישט די אדמינסטראטאר פארלאנגט עפעס פון די פרינציפעל, נישט די פרינציפעל פארלאנגט עפעס פון די טיטשערס, און ממילא פארלאנגן נישט די טיטשערס פון די קינדער, און יעדער ווייסט דאס און שפירט דאס. ולכן אפילו עס וועט זיך מאכן א טיטשער וואס וועט יא פארלאנגען פון זיינע תלמידים עפעס מער ווי דרך ארץ וועלן זיי זיך אויסלאכן ווייל יעדער ווייסט אז מען נעמט עס נישט ערנסט.ן און כדי דאס זאל גענומען ווערן ערנסט פאדערט זיך אז איינער זאל שטיין אויפן קאפ.
בן ישראל
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן ישראל »

נא-שכל, למעשה זאגסטו מער וויניגער גאר אנדערש ווי מר. בענקל די זאגסט אז עס פעלט נישט אויס צו טוישן, מען קען נישט טוישן וכו' און איך respect דיין מיינוג אל אף וואס איך דינג מיך לחלוטין.
איך האב מיך נאר באצויגן צו מר. בענקל אז אויב זענען מיר איינשטומיג אז עס טויג נישט, האב איך געוואלט פארשטיין ווי אזוי האלט ער אז זאכן גייען זיך טוישן.
הבדלה וויין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבדלה וויין »

לכאורה ווען מען קוקט נאך וואס רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געוואלט, און ווי עס ווערט ארויסגעברענגט אין דער איד אין אן ארטיקל וואס ער ברענגט נאך פון א דרשה פון רבי'ן, האט דער רבי קלאר געוואלט אז מען זאל קענען ליינען און רעדן די שפראך, און מעטה.

ווי מען זעט קלאר האבן אונזערע עלטערן א גוטע ענגליש, אפילו זייערע עלטערן זענען געקומען פון אייראפע, מוז זיין אז מען האט עס געלערנט אין חדר, די ערשטע 30-40 יאר פון ווען מען איז געקומען אין אמעריקע.

נאר וואס דען עפעס האט מען זיך באקוועם געמאכט און די לימודי חול איז געווארן פארנאכלעסיגט די לעצטע 20-30 יאר, און דאס איז וואס עס ברויך א תיקון, און אויב וואלט די מוסדות גענומען די זאך ערענסט אליינס וואלט זיך די אינסטאנצען נישט אריינגעמישט.

די אלע וואס האלטן אז מען ברויך נישט קענען קיין ענגליש, גייען קלאר א קעגן די הדרכה פון רבי'ן זי"ע, און פון ברך משה זי"ע.

עפעס ליגט מיר אין קאפ, ווי דער ברך משה האט געזאגט אז זיין טאטע האט געוואלט אז ער זאל קענען די שפראך פון לאנד, און דאכט זיך מיר אפילו דויטש, און אויב איך געדענק גוט איז דא עפעס א מעשה אז עס איז אים צוניצגעקומען ביים קריג, אדרבה אויב איינער קען עס קלארשטעלן תבוא עליו ברכה.

ווי אויך געדענקען מיר אז אונזערע זיידעס זענען געווען מער באקוועמער און אונגאריש ווי אידיש, און עס האט זיי נישט געפעלט אין יראת שמים.

נאר וואס דען היינט איז אזא אכשר דרא, און לפענ"ד איז דאס וואס לייגט צוגרינד אונזער אינגווארג.

דיסקלעימער: איך געב יעדעם די רעכט צו מחולק זיין.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

בן ישראל האט געשריבן:בענקל, גאר אן אינהאלטסרייכע תגובה, אויב די וואלסט מער געקענט עלאברירן אויף דיין לעצטע שורה "וויאזוי דאס אריין לייגן אין אונזערע לימודים, איז נישט די פאזיציע פון די אינסטאנצן" וואלט איך עפרישיעד.

איך לייג נישט פאר קיין לעזונג צום פראבלעם. איך טוה מודה זיין, אז לערנען די שפראך פון לאנד איז וויכטיג. עצה'ס איז גוט צו דעבאטירן. דעבאטירן איז א גזונטע זאך. עס מיינט נישט אז מ'קריגט זיך און מען דארף [מדווח] זיין. פון דעבאטירן אויף אן ערוואקסענע וועג, קומט ארויס דאס שענסטע וואס קען נאר זיין.

מיר ברויכן אנערקענען דעם פראבלעם, און פירן די דיסקוסיע אין אונזער ריכטונג. ווייל אז נישט, ליגט דער טאבע אינעם שונא'ס גרעניץ, און ער טוט שפילן לויט זיינע רולס.

וואס איז פראקטיש. וואס האבן אנדערע געטוען און געזעהן פאזיטיווע רעזולטאטן. וואו קען מען פארבעסערן?!
נא_שכל האט געשריבן:'בן ישראל' אריינמישן די אינסטאנצן איז קיינמאל קיין טובה פאר אונז. זיי זענען בכלל נישט אינטערסירט אין אונזער שלימות'דיגע טובה.

ס'ווענדט זיך מער אין די עלטערן צו זיי לייגן א דגוש אויף דעם און פארלאנגען עס פון די קינדער.

יפה דברת. די עלטערן זאלן ווייזן אז זיי זענען אינטערעסירט אין דעם. קוקן די צייכענעס ביי די פארהערן. אזוי פלעגט מיין מאמע זז"ג טוען.
לעצט פארראכטן דורך בענקעל אום זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 10:54 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

וואס איז די נייע ארגענעזאציע פערל"ס?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 12, 2014 10:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעמבא »

אן ארגענזאציע וואס איז צוזאם געשטעלט געווארן דורך פארשידענע מוסדות אפצושלאגן די סכנה מיט וואס מען מיטשעט זיך.

פערל״ס ארבעט אויף דריי באזונדערע פראנטן.

ליגאל: זיי ארבעטן מיט פארשידענע לויערס צו פארזיכערן אז מען קומט נאך די ליגאלע פארלאנגען, און אויב וועט דאס אנקעמען אין קארט זאל מען זיין גרייט אויפצווייזן אז אונזערע מוסדות שטעלן זיך צו וואס די געזעץ פארלאנגט.

פ.ר.: זיי ארבעטן שווער אפצושלאגן די טענות אז אונזערע קינדער באקומען נישט די ריכטיגע עדיזיקעשין,
די זומער איז געווען א גרויסע מיטונג מיט די שטאט באמטע ווי מען האט זיי פארגעלייגט די ערשטע עמד אין פרק המפקיד און זיי מיט דעם געוויזן וויפיל מחשבה און thinking עס ווערט אריין געלייגט אין די לימודי קודש.

curriculum: זיי ארבטן אויף א גאר רייכע curriculum אויף אלע subjects פון די לימודי חול אזוי ארום ווען א טיטשער קומט אריין אין קלאס זאל ער וויסן פונקטלעך די ארבעט וואס עס פארלאנגט זיך צו געלערנט ווערן מיט די קלאס.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

פאריאר איז געווען צוגעשטעלט אפאר שיינע סייענס פיערס דארך חסידישע מוסדות, אפצושלאגן די לשון הרע'ס וואס מ'רעדט צאם אויף אונז.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

א דאנק פארן באריכט
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

קען זיין מען קען זאגן אויפן יחיד אז ער וואלט ווען געקענט מצליח זיין ווען ערקען ווען ענגליש
אבער קוקענדיג צירוק אויף מיין גאנצע עידש פין ישיבה ניין בכלל נישט, נישט דוקא דער וואס האט גוט געקענט ענגליש אין געהאט נאליטש זענען די וואס זענען די בעלי פרנסות אפשר גאר דוקא נישט, נישט ממש אבער קלאר נישט מער בעלי פרנסה ביי זיי

יא דער קענער קאלט אריין רעדן מיט זיין פראפעשענעל ענגליש צום סעקעטערי פונעם דער צוהאקטער ענגליש צו בעטן א דזשאב
אוועטאר
yankelshister
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 7:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankelshister »

איר זענט גערעכט ביי די וואס האבן די כלים אליינטס צו פירן א ביזנעס, די זענען אפשר מער מצליח אזוי טאקע ווייל זיי קענען נישט קיין ענגליש ממילא שפרינגן זיי אליינטס אריין, ליידער איז אבער דער גרעסערע מערהייט נישט געמאכט פארדעם, און די אלע דארפן היינט קענען אסאך מער צו קענען ברענגען א לייטישן פרנסה.
יאנקל שיסטער איז גערעכט...
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

פערלס איז געגרינדעט געווארן אין 2016, דורך הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן צו אפשלאגן די נעגאטיווע מיינונג וואס יאפעד פארשפרייט פאר די אלגעמיינע מידיע. רוב פון די ערוועלטע באאמטע טוען קלאר שטיצן פערלס, איבער יאפעד.

פערלס האט אנגעהויבן א שטארקע פי-אר קאמפיין, מיטן עפענען א וועבסייט pearlsny.org
זיי האבן געהייערט אטארני אבי שיק, וואס האט געזאגט פאר די מידיע אז "די ארגענעזאציע שטיצט א שטארקע סעקיולער קוריקיולעם, וואו די תורה בלייבט די גרונדשטיין פון חינוך". ער האט צוגעלייגט אז "מען ארבייט מיט אקאדעמישע קאנסאלטענט'ס צו שרייבן נייע טעקסט ביכער. מען האט געוויזן עקזעמפלארן פאר די שטאטישע באאמטע, און זיי זענען געווען זייער צופרידן".

אויך האט מען געשטעלט א קאנסאלטינג פירמע 'גלאובל סטרעטעדשיס גרופ' צו אויפבויען א שטארקע פאבליק רילעישענס מעסעדזש.

איינע פון קאנסאלטענס פאר פערלס, ריטשערד אלטעבי, - פון ישיבה שערי תורה אין מידוואד - האט געזאגט פאר די וואל סטריט דזורנאל. אז די קוריקיולעם וועט שטימן מיט די סטאנדארט פון די ניו יארק פאבליק סקולס.

ר' דוד צוויבל - עקזעקוטיוו ווייס פרעזידענט פון אגודת ישראל ד'אמעריקא - און א מעמבער פון פערלס עקזעקוטיוו קאמיטע - זאגט אז "די גרופע איז געגרינדעט געווארן צו באשיצן די תורה'דיגע חינוך. מיר זעען ארום די וועלט ווי רעגירונגן פרובירן באאיינפלוסן די לערנונגן אין ישיבות. און צימאהל צווינגט מען צו לערנען זאכן, וואס זענען אין א שטארקע קאנטראסט צו אונזערע רעליגיעזע גלויבינגן. דאס מוז געהאלטן ווערן פאר די עלטערן און ישיבות צו באשטימן".
לעצט פארראכטן דורך בענקעל אום מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 1:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חזק
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 13, 2015 10:05 am
לאקאציע: וואו דער מחשבה איז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזק »

pearlsny.org
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ביי די מיידל סקול האלט איך אז מ'לערענט צו סאך, און דאס איז א ריבוי אור און ס'איז מכבה את השמן.

סיי לערנען היינט א רעכט סעקולערע קריקיולם, סייענס, פיזיקס, גיאגרפיה, מעט, כ'ווייס ניטאמאל די אלע שמות הנרדפים. זיי האבן בערך זעקס טישטערס פאר ענגליש אליינס, יעדער לערנט אן אנדערע נושא, און מ'איז זייער שטערענג מיט די טעסט'ס.

אבער זיי לערנען אזוי סאך אז ס'כמעט נישט מעגליך צו געדענקן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

pearls-4-1024x683.jpg

פארגאנגענעם אוגוסט 17 איז פארגעקומען די ערשטע סוקסעספולע טרעינינג, ארגאנאזירט דורך פערלס, אין בית רחל אין וויליאמסבורג. וואו עס האבן אנטייל גענומען איבער 75 פרינציפלס. אדמיניסטרעטארס. און טיטשערס. מען האט אינדארסירט די common" ".core curriculum 


די סעסיע האט גענומען זעקס שעה. עס איז געווארן אדרעסירט דורך "קאמאן קאר" עקספערטן, דעניס דעסארמיער און ענדרו אורדאווער. 
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הבדלה וויין האט געשריבן:לכאורה ווען מען קוקט נאך וואס רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געוואלט, און ווי עס ווערט ארויסגעברענגט אין דער איד אין אן ארטיקל וואס ער ברענגט נאך פון א דרשה פון רבי'ן, האט דער רבי קלאר געוואלט אז מען זאל קענען ליינען און רעדן די שפראך, און מעטה.

ווי מען זעט קלאר האבן אונזערע עלטערן א גוטע ענגליש, אפילו זייערע עלטערן זענען געקומען פון אייראפע, מוז זיין אז מען האט עס געלערנט אין חדר, די ערשטע 30-40 יאר פון ווען מען איז געקומען אין אמעריקע.

נאר וואס דען עפעס האט מען זיך באקוועם געמאכט און די לימודי חול איז געווארן פארנאכלעסיגט די לעצטע 20-30 יאר, און דאס איז וואס עס ברויך א תיקון, און אויב וואלט די מוסדות גענומען די זאך ערענסט אליינס וואלט זיך די אינסטאנצען נישט אריינגעמישט.

די אלע וואס האלטן אז מען ברויך נישט קענען קיין ענגליש, גייען קלאר א קעגן די הדרכה פון רבי'ן זי"ע, און פון ברך משה זי"ע.

עפעס ליגט מיר אין קאפ, ווי דער ברך משה האט געזאגט אז זיין טאטע האט געוואלט אז ער זאל קענען די שפראך פון לאנד, און דאכט זיך מיר אפילו דויטש, און אויב איך געדענק גוט איז דא עפעס א מעשה אז עס איז אים צוניצגעקומען ביים קריג, אדרבה אויב איינער קען עס קלארשטעלן תבוא עליו ברכה.

ווי אויך געדענקען מיר אז אונזערע זיידעס זענען געווען מער באקוועמער און אונגאריש ווי אידיש, און עס האט זיי נישט געפעלט אין יראת שמים.

נאר וואס דען היינט איז אזא אכשר דרא, און לפענ"ד איז דאס וואס לייגט צוגרינד אונזער אינגווארג.

דיסקלעימער: איך געב יעדעם די רעכט צו מחולק זיין.


שטארק גערעכט, יעדעס ווארט אמת ויציב

איך האב היינט געהערט בשם אן איש מהימן ווואס איז באקאנט מיט זיין שטארקע זכרון און פונקטליכקייטן, ער זאגט אז אין די בראשית יארן (סוף י' יארן) ווען מ'האט אנגעהויבן די לימודי חול אין סאטמאר חדר אין וומ"ס זענען די לימודים באשטאנען פון
*"צוויי שעה" יעדן טאג
*מען האט געלערנט "פיר סאבזשעקטס; ענגליש שפראך (שרייבן, רעדן ליינען), מאטעמאטיק, געאגראפיע און היסטאריע!" (הלוואי אויף אונז געזאגט)
* יעדן טאג האט די טיטשער מיטגעברענגט אן אמעריקאנעם פאן אין קלאס, אלע קינדער האבן זיך אויפגעשטעלט און געזאגט די "פלעדזש אוו אלידזשענס" טרייהייט צום לאנד!


איך וואלט געוואלט הערן צו אנדערע זאגן אויך די פרטים, אויב יא, איז מען געפאלךן ממש עשר מעלות אחורנית, פאר פארנאכלעסיגקייט וואס האט געפירט צו די היינטיגע סומטאכע
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אויב איז עס אמת וואס הרב מיללער שרייבט, קען איך נישט גלייבן וואס עקסטרעמיזים האט געמאכט מיט אונז היינט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

מיללער האט געשריבן:שטארק גערעכט, יעדעס ווארט אמת ויציב

איך האב היינט געהערט בשם אן איש מהימן ווואס איז באקאנט מיט זיין שטארקע זכרון און פונקטליכקייטן, ער זאגט אז אין די בראשית יארן (סוף י' יארן) ווען מ'האט אנגעהויבן די לימודי חול אין סאטמאר חדר אין וומ"ס זענען די לימודים באשטאנען פון
*"צוויי שעה" יעדן טאג
*מען האט געלערנט "פיר סאבזשעקטס; ענגליש שפראך (שרייבן, רעדן ליינען), מאטעמאטיק, געאגראפיע און היסטאריע!" (הלוואי אויף אונז געזאגט)
* יעדן טאג האט די טיטשער מיטגעברענגט אן אמעריקאנעם פאן אין קלאס, אלע קינדער האבן זיך אויפגעשטעלט און געזאגט די "פלעדזש אוו אלידזשענס" טרייהייט צום לאנד!


איך וואלט געוואלט הערן צו אנדערע זאגן אויך די פרטים, אויב יא, איז מען געפאלךן ממש עשר מעלות אחורנית, פאר פארנאכלעסיגקייט וואס האט געפירט צו די היינטיגע סומטאכע


@מיללער, א שאד די עפערט און תגובות אין די נושא.

דאס וואס דו האסט געשריבען איז נישט קיין חדשות, און איז וואיל באקאנט פאר יעדעם איינעם, די פראבלעם איז אבער אז רוב באשלוסען היינט אין אידישקייט ווערט באשלאסן דורוך אינטערעסן, און געווענליך איז עס די קיצונים וואס שרייעו די העכסטע און זיי פירען אויס וואס זיי ווילען, און די המון עם האט א ברירה נאכצוגיין מרצון אדער שלא מרצון, @שאץ מאץ האט עס שוין עטליכע מאל אויסגעשמיעסט די נקודה אז די מהלך ווי אזוי זאכען ווערן באשלאסן איז נישט אויסגעהאלטען.

אין די וועלט ווי מיר לעבן היינט ווי די האקלסטע ענינים ווערט באשלאסן דורוך עסקנים און שריפט שטעלער, איז אזא קליינעקייט ווי נישט לערנען ענגליש כרצון פינעם די רבי ז״ל פון די גרינגע זאכען, און עס איז נישט ערווארטעט קיין טויש.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”