רבי נפתלי צבי יהודה ברלין - הנצי"ב מוואלאזין זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

רבי נפתלי צבי יהודה ברלין - הנצי"ב מוואלאזין זצ"ל

תגובהדורך פייערמאן » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:08 am

הגאון ר' נפתלי צבי יהודה ברלין ראש ישיבת וואלאזין הידוע וואס איז באקאנט מיט די ראשי תבות פין זיין נאמען דער נצי"ב איז געבוירען ער"ח כסלו שנת תקע"ז אין דאס שטעטל מיר צו זיין טאטע ר' יעקב ברלין א רייכע סוחר וואס האט געצויגען זיין יחוס ביז ר' אלחנן פין ברלין פין די בעלי תוס' (ער איז שפעטער ארויף אויף ארץ ישראל ווייל ער האט נישט געקענט צוקיקען וואו די השכלה רייסט שטיקער פינם יוגענט און אויך וועגן די בתי מדרש לרבנים וואס מען האט געעפענט אין ווילנא און זיטאמיר ראה מקור ברוך פי"ב וי"ג)און צו זיין מאמע א טאכטער פין ר' מיכאל אייזענשטאדט וואס איז געווען בן אחר בן פינעם פנים מאירות

דער נצי"ב האט נישט געהאט קיין אויסערגעווענדליכע כשרונות און ווי עס איז באקאנט די מעשה אז ווען ער האט ארויסגעגעבן זיין ספר העמק שאלה אויפן שאילתות האט ער געמאכט א גרויסע סעודה און ער האט פארציילט אז ווען ער איז געווען יונג האט ער נישט אזוי מצליח געווען אין לערנען אדער ער האט נישט געהאלטן אזוי דערביי און איין נאכט ווען ער איז געלעגען אין בעט האט ער געהערט ווי זיין טאטע זאגט פאר זיין מאמע אז עס זעהט נישט אויס ווי עס וועט עפעס אויסוואקסען פין זייער הירש לייב ממילא וואס דארף ער סתם זיצן ביים מלמד לאמיר אים שיקן זיך אויסלערנען א פאך ווען ער האט עס געהערט איז ער ארויסגעלאפן צו זיין טאטע און געוויינט אז ער זאל אים לאזן פרובירן נאך איין יאר און ב"ה יענע יאר האט ער מצליח געווען האט ער אויסגעפירט ווען איך בעט זיך נישט צו מיין טאטען דערמאלטס ווען איך וואלט ארויף געקומען אויף יענע וועלט וואלט מען מיך פארגעהאלטן וואו איז דיין ספר העמק שאלה וואס דו וואלטסט געקענט ארויסגעבן און איך וואלט אפילו נישט געוויסט צו זאגן פין אזא ספר שאילתות און יעצט אז איך בין טאקע אנגעקימען צו דעם זאל איך זיך נישט פרייען

ביי די דרייצען און א האלב יאר האט ר' איצעלע וואלאזינער - די זוהן פין ר' חיים וואלאזינער - און די דעמאלטסדיגע ראש ישיבה פין די וואלאזינע ישיבה אים גענומען פאר אן איידעם (זיין עלטערע איידעם איז געווען ר' אליעזר [לייזער] יצחק פריעד וואס איז געווארן ראש ישיבה ווען ר' איצעלע איז אוועק אין תר"ט ביז צו זיין פטירה תרי"ג) פין דעם זעהט מען אז ער איז שוין דעמאלטסדיגע געווען זייער גרויס למעשה דערציילט מען אז זיין שווער האט נישט אנערקענט זיין גרויסקייט גלייך און אפילו זיין ווייב האט מקנא געווען איר שוועסטער די ווייב פין ר' לייזער יצחק וואס איז געווען באקאנט אלס גרויסע חריף ביז איינמאל האט זיין שווער צופעליג באמערקט זיין חיבור וואס ער האט געשריבען אויפן ספרי (עמק הנצי"ב די ערשטע מאל ארויסגעקימען אין תשי"ט) און פין דעמאלטס האט ער איינגעזעהן זיין גרויסקייט (אזוי שטייט אין מקור ברוך פין ר' ברוך עפשטיין בעל תורה תמימה זיין פלומעניק און שפעטער זיין שוואגער, אין ספר רבן של ישראל פין זיין זוהן ר' מאיר בר אילן שרייבט ער אז זיין שווער האט זיך אנגעשטויסען מיט א פאר בריווען וואס דער נצי"ב האט זיך געשריבען מיטן גאון ר' דוד לוריא דער רד"ל און ער האט געזעהן די מורא'דיגע טיטלען וואס ער שרייבט אויף אים

נאך דעם וואס מען האט געזעהן זיין גרויסקייט האט אים זיין שווער אריינגענימען אין די ישיבה צו זאגן שיעורים און אין תר"ט ווען ר' איצעלע איז נפטר געווארן איז וואו אויבן דערמאנט זיין עלטערע שוואגער געווארן ראש ישיבה און דער נצי"ב איז געווארן משנה צום ראש ישיבה (דעמאלטס האט אויסגעבראכען א מחלוקת מיט ר' איצעלע'ס זוהן ר' אליהו זלמן וואס האט געוואלט אריינשטעלן זיין איידעם ר' יהושע העשיל לעווין בעל עליות אליהו עס טוט זיך פינקטליך ווען דאס איז געווען ואכ"מ)

און תרי"ג (המקו"ב כתב תרט"ו וזה לכאורה טעות) איז ר' לייזער יצחק אוועק און מען האט אויפגענומען דעם נצי"ב אלס ראש ישיבה און אלס משנה ר' יוסף דובער הלוי סולובייציק דער בית הלוי (אין וואלאזין איז געווען דער סדר אז עס איז אייביג געווען א ראש ישיבה אין א משנה ראש ישיבה מען האט עס גערופען די זוגות) למעשה ווי באקאנט האט אויסגעבראכען אין ישיבה א גרויסע מחלוקת באקאנט איז אז דער נצי"ב האט געלערנט מער מיט ע"ד הפשט און מיט בקיאות און נישט אזוי ווייט מיט חריפות משא"כ דער בית הלוי וואס איז געווען בארימט מיט זיינע טיפע שיעורים מיט חריפות און חידוד און דאס האט גורם געווען די מחלוקת צווישען די תלמידים פינעם נצי"ב מיט די תלמידים פינעם ביה"ל

למעשה די ערשטע דריי יאר איז א דורך גאנץ רואיג בשלום ובשלוה די מציאות איז אפילו געווען אז דער נצי"ב פלעגט קימען צו די שיעורים פינעם ביה"ל און אזוי אויך פארקערט דער ביה"ל פלעגט אסאך מאל קימען צום נצי"ב'ס שיעורים עס ווערט פארציילט (קרלינסקי, הראשון לשושלת בריסק) אמאל ווען זיי זענען געזיצן צוזאמען האט איינער געפרעגט פין זיין וואס איז פשט אז זיי קימען איינער צום צווייטען צום שיעור האט דער ביה"ל געענטפערט קיינער האט מיר דאס נאך קיינמאל נישט געפרעגט ממילא ווייסט קיינער נישט מיין טעם אבער מיט דעם אלעם בין איך זיכער אז ווען איך וועל אראפשרייבען מיין תשובה בכתב און אזוי אויך דער נצי"ב וועט מען זעהן אז מיר האבן ביידע די זעלבע טעם האט מען טאקע אזוי געטון און טאקע די תשובה פינעם נצי"ב איז געווען אז כדי מיר נישט צו מצער זיין וועט דער ביה"ל זאגן אביסל ווייניגער פלפולים ווען איך בין דארט קימט אויס אז דורך דעם ראטעווע איך די בחורים זיי זאלן לערנען אביסל.... און די תשובה פינעם ביה"ל איז געווען פארקערט אז ווען איך בין דארט שיסט דער נצי"ב אריין אביסל פלפולים לכבוד מיר....

למעשה די אנהויב פין די מחלוקת האט זיך אנגעהויבען אין שנת תרי"ז ווען די ישיבה איז געווען איבערגעפילט מיט תלמידים עד אפס מקום און דאס האט אוודאי גורם געווען אז די הוצאות זענען געווען זייער גרויס אז ממש עס איז נישט געווען גענוג געלט צו שטיצען די תלמידים האט דער נצי"ב מחליט מער נישט אנצונעמען קיין נייע תלמידים אויף ווינטער זמן תרי"ז האט פאסירט א מעשה אז א בחור מיט אויסערגעווענדליכע כשרונות איז אנגעקומען צום בית הלוי זיך איינצושרייבען אין די ישיבה און צו דעם האט ער געהאט אן המלצה פין ר' אלי' חיים מייזל אב"ד לאדזש און דער ביה"ל האט געהאט גרויס חשק אים אריינצונעמען אין זיין חבורה איז ער געגאנגען צום נצי"ב בעטן אז ער זאל מאכן אן אויסנאם א בחור מיט אזאנע כשרונות און מיט אן המלצה פין לאדזשער רב דער נצי"ב האט אבער געזאגט אז דאס איז ממש נישט מעגליך נישט שייך צו מאכן קיין שום אויסנאם די קאסע פין ישיבה איז ממש ליידיג דעם ביה"ל האט עס געשטערט אבער ער האט פארשטאנען אז דער נצי"ב האט א גערעכטע טענה צום ווינדער פינעם ביה"ל הערט ער אפאר טעג שפעטער אז דער נצי"ב האט אנגענומען א נייער תלמוד און דאס האט גורם געווען א שארפע דין ודברים צווישען דעם נצי"ב אינעם ביה"ל וואס האט גורם געווען א שטיקל פירוד צווישען די צוויי

אנהייב תרי"ח איז די מחלוקת צוגעקימען צום קלימאקס ווען דער נציב - וואס איז אויך געווען רב אין וואלאזין און פלעגט געווענדליך דאווענען צוזאמען מיט די שטאט - האט נישט ווי זיין מנהג געקומען דאווענען ר"ה אין ישיבה און פאר תקיעת שופר האט ער געהאלטען א דרשה ווי ער האט מעורר געווען דעם עולם איבער די חשיבות פין תורה לשמה און לערנען תורה מיט אן אמת און נישט ווערן נתפעל פין די בליציגקייט פין דעם דרך הפלפול דער עולם האט גאנץ גוט פארשטאנען וועם מען מיינט דא און די מעריצים פינעם ביה"ל האבן אפגעמאכט עד כאן מען קען שוין מער נישט פארשווייגען ווי דער כבוד פין ביה"ל ווערט אזוי צוטרעטען ראש השנה אליין האט זיך שוין אנגעהויבען צו זעהן די סימפטאמען פין די מחלוקת ווען ביי תשליך האט די גאנצע שטאט געזעהן ווי עס גייען צווי חבורות דער נצי"ב מיט זיינע תלמידים און דער ביה"ל מיט זיינע

אבער די ריכטיגע איז ערשט געקומען נאך שמחת תורה ווען די ישיבה האט זיך אנגעהויבען מיט די געווענדליכע סדרים עס איז געווען אויף א דינסטאג און דער נצי"ב האט געדארפט אנצוהייבען פארלערנען מס' בבא בתרא ווען דער נצי"ב איז אריינגעקימען צום שיעור האט זיך פלוצלינג אויפגעשטעלט איינער פין די עילוים און געפרעגט דעם נצי"ב צו ער קען פרעגן א שאלה דער נצי"ב האט זיך געווינדערט דערויף אבער ער האט מסכים געווען האט דער עילוי געפרעגט זאל דער רבי ענטפערן איינער איז א חריף ומקשה דער צווייטער איז א מתון ומסיק ווער פין די צוויי איז חשוב'ער דער נצי"ב האט פארשטאנען וואס ליגט אינטער די שאלה אבער האט דאס איגנארירט און געענטפערט א פלא אויף דעם עילוי נאך אזוי יונג און שוין האט ער פארגעסען זיין לערנען דאס איז דאך אן איבעיא אין די גמרא סוף הוריות און די גמרא בלייבט תיקו, דאס מיין איך טאקע ארויסצוברענגען האט דער עילוי אויסגעפירט מיט ניצחון די גמרא איז טאקע נישט פושט די שאלה און דער רבי איז יא מכריע אין דעם דער רבי האלט אין איין משבח זיין דעם מתון ומסיק און אוועקמאכן דעם חריף ומקשה...
עס האט אויסגעבראכען א שטורעם אן אנדערער עילוי האט זיך גענימען שרייען אויף דעם ערשטען דו עם הארץ וואס דו ביסט דער רבי האט נישט גערעדט פין חריף ומקשה ביז מתון ומסיק דער רבי האט גערעדט פין סיני און עוקר הרים וואס דאס איז יא נפשט געווארן אז סיני עדיף און די טענער האבן אנגעהויבען צו גיין העכער און העכער ביז די תלמידים פינעם ביה"ל האבן זיך גענימען שרייען יחי דער נייער ראש ישיבה ר' יוסף בער ! בקיצור עס איז ממש געווארן אן אויפשטאנד קעגן דעם נצי"ב און די תלמידים פינעם ביה"ל האבן ערנסט געפלאנט אראפציווארפען דעם נצי"ב און אויך אויפנעמען דעם ביה"ל אלס ראש ישיבה און אזוי ווי ביי יעדע מחלוקת זענען געווארן אריינגעמישט אנדערע וואס האבן שוין לאנג געהאט א חשבון מיטן נצי"ב פין די משפחה און נאך (ווי שוין דערמאנט אויבען אין קורצען אז דער זוהן פין ר' איצעלע האט געוואלט אריינשטעלן זיין איידעם)
בקיצור ווען די געמיטער האבן זיך אביסל בארואיגט און דער נצי"ב מיטן ביה"ל האבן זיך געטראפען האבן זיי צוזאמען אפגעמאכט און געשיקט בריווען צו די גדולי הדור זיי זאלן אריבערקימען שלום מאכן און איינשטעלן סדר אין די ישיבה למעשה זענען טאקע אראפ געקומען פיר רבנים ר' דוד טעביל פין מינסק דער נחלת דוד, ר' יוסף פיימער אב"ד סלוצק און ר' יצחק אלחנן פין נבאהרדוק (שפעטער אב"ד קאוונע) און ר' שלמה זלמן זאב מו"צ ומ"מ בווילנא און מען האט זיך טאקע געשטעלט צו א דין תורה ווי ביידע צדדים האבן פארגעלייגט זייערע טענות די צד פין ביה"ל האבן בעיקר געטענה'ט אז דער נצי"ב זאל אויפהערן רעדן קעגן דעם דרך הלימוד פינעם ביה"ל און אויך אז דער ביה"ל זאל האבן פינקט אזא כח אויפצונעמען בחורים און נאך טענות לגבי די גשמיות אין לגבי די געהאלט פינעם ביה"ל למעשה איז ארוס געקומען דער פסק פין די רבנים ווי זיי שרייבן אז אויפנעמען תלמידים בלייבט ווייטער ביים נצי"ב חוץ אויב דער ביה"ל באקימט א בריוו מיוחד פאר אים און נאך פרטים בקיצור די פסק האט נישט צו סאך געטוישט פין פריער אבער למעשה האט דאס אביסל בארואיגט דעם עולם און געברענגט שלום
(דאס איז ווייניגער פין אויפן שפיץ גאפל וועגן די מחלוקת מיט אלע אירע פרטים איך בין נאר דא פארפארן וועגן דעם נצי"ב פאר ווער עס וויל אביסל מער איז כדי צו קיקן אין 'הראשון לשושלת בריסק' פין הרב חיים קרלינסקי)

המשך יבא אי"ה
לעצט פאראכטן דורך פייערמאן אום דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:18 am

דער נצי"ב
250px-Naftali_Tzvi_Iehuda_Berlin_(ha-Natziv)_1a.jpg
250px-Naftali_Tzvi_Iehuda_Berlin_(ha-Natziv)_1a.jpg (22.62 KiB) געזעהן 1765 מאל


די קבר פינעם נצי"ב
250px-Naftali_Zvi_Yehuda_Berlin,_gravestone.jpg
250px-Naftali_Zvi_Yehuda_Berlin,_gravestone.jpg (12.89 KiB) געזעהן 1765 מאל


ישיבת וואלאזין
250px-Volozhin_yeshiva.jpg
250px-Volozhin_yeshiva.jpg (11.48 KiB) געזעהן 1765 מאל

שלומעלע
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

תגובהדורך שלומעלע » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:26 am

צוויי בילדער מיוחסות צום נצי"ב
נצי''ב3.jpg
נצי''ב.jpg

בהמשך שיבא, במעשה ידי אומן הרב פייערמאן, אולי נזכה גם לראות קצת אודות בנו הגדול הרב חיים בערלין, שלתקופה מסויימת, בתום ימי שבתו בביאלא, עמד לצדו של אביו בניהול הישיבה

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 3:20 pm

ייש"כ פאר שלומעלע פאר די שיינע בילדער וועגן ר' חיים בערלין וועט מען אי"ה באלד שרייבען

קודם אפאר הוספות וועגן די מחלוקת עס ווערט דערציילט אז ווען די רבנים זענען געזיצן און דן געווען וועגן דעם ענין האט זיך ר' וועלוועלע דער מגיד פין ווילנא (ר' שלמה זלמן זאב הנ"ל) אנגעריפען רבותי עטס זאלטס וויסן אז ביי אונז גייט די וואך פרשת וישב קיינער האט נישט פארשטאנען וואס ער מיינט מיט די מאדנע דיבורים האט ער מסביר געווען ווי עטס ווייסט בין איך דאך א מגיד פין א שטאט און יעדע שבת האלט איך א דרשה פארן עולם נא וואס זאגט מען פאר א ציבור אידן מען זאגט מוסר איז אזוי בדרך כלל קימט מיר דאס אן זייער גרינג למשל פרשת בראשית מאל איך אראפ די מעשה פינעם נחש און אדם קין מיט הבל און פארשטייט זיך אז אדם און הבל זענען די צדיקים און קין און דער נחש די רשעים און אזוי ווייטער פרשת נח נח מיט די דור המבול לך לך אברהם מיט לוט וירא אברהם מיט סדום און אזוי ווייטער אלעס גייט אזוי גלאטיג ווען איך קום אבער אן צו פרשת וישב דארט פאל איך אריין אין אן ערענסטע פראבלעם די מחלוקת פין יוסף מיט די ברודער וועם זאל איך מאכן פארן צדיק און וועם פארקערט מען רעדט דאך דא פין די בני יעקב אלעס שבטי קה קדושים וטהורים און ממש אין די זעלבע פארלעגענהייט בין איך דא ווי אזוי קען איך דא מכריע זיין צווישען די צוויי גאונים און צדיקים...

לגבי די דרך הלימוד פינעם נצי"ב איז אפשר כדי צוצוברענגען וואס רש"י זווין ברענגט אין אישים ושיטות אז שפעטערע יארן ווען ר' חיים בריסקער - וועלכע איז געווארן אן אייניקל פינעם נצי"ב - האט שוין געזאגט שיעורים האט ער אמאל געהערט ווי אפאר פין די בני ישיבה שמועסען צווישען זיך אז זיי האבען סאך מען הנאה פין די טיפע שיעורים פין ר' חיים ווי פין זיין זיידענס איז ר' חיים צוגעגאנגען צו זיי און ער האט זיי געזאגט א דבר תורה אזוי מיט די הסברה פין ר' חיים זיי זענען ממש ארויס פין התפעלות פין די שטארקע סברות און די טיפע חילוקים האט זיך ר' חיים אנגעריפען צו זיי די חידוש איז נישט מיינער און ער האט ארויסגענימען דעם העמק שאלה און זיי געוויזען אינעווייניג דאס וואס ער האט זיי נארוואס געזאגט...
אגב איז כדי אבער צו וויסען אז ר' חיים אין וואלאזין איז נאכנישט געווען ר' חיים פין שפעטער אזוי ווי מען זעהט אין די חידושים פין יענע תקופה
לעצט פאראכטן דורך פייערמאן אום דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 3:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:14 am

ווי שוין דערמאנט אויבען איז דער נצי"ב געווען אן איידעם ביי ר' איצעלע וואלאזינער, אין שנת תרל"א איז דער נצי"ב'ס רעביצין נפטר געווארן און דער נצי"ב האט חתונה געהאט נאכאמאל מיט זיין שוואגער'ס דער ערוך השולחן - וואס איז געווען אן איידעם ביים נצי"ב'ס טאטע ר' יעקב ברלין - טאכטער, פין די ערשטע ווייב האט דער נצי"ב געהאט פיר קינדער צוויי זוהן און צוויי טעכטער דער בכור איז געווען הגאון ר' חיים ברלין וועלכער איז געבוירען אין תקצ"ב און איז שפעטער געווען רב אין מאסקעווע און אין קוברין און צום סוף איז ער ארויף אויף ארץ ישראל ווי ער האט איבערגענומען די רבנות נאך די פטירה פין ר' שמואל סאלאנטער ר' חיים האט געהאלפען מסדר זיין דעם העמק שאלה און דער נצי"ב ברענגט אים אסאך דארט נאכדעם האט דער נצי"ב געהאט נאך א זוהן וואס איז אוועק יונגערהייט און דערנאך האט ער געהאט צוויי טעכטער וואס ביידע זענען געווען חתונה געהאט צו ר' רפאל שפירא בעמח"ס תורת רפאל א זוהן פין ר' לייבעלע קאוונער (א תלמיד פין ר' מנשה מאיליע און פין די גרויסע מתנגדים צום תנועת המוסר) ר' רפאל האט קודם חתונה געהאט צו די עלטערע טאכטער און ווען זי איז אוועק האט ער גענומען איר שוועסטער ר' רפאל איז אויך אויפגענימען געווארן אלס משנה צום נצי"ב אין תרכ"ה ווען דער בית הלוי איז אוועק פין וואלאזין אין אנהייב העמק שאלה באדאנקט זיך דער נצי"ב פאר זיין איידעם וואס האט אים אסאך ארויסגעהאלפען

אן אינטרעסאנטע מעשה האב איך אמאל געזעהן אז ווען ר' רפאל האט געבוירען זיין זוהן ר' ארי' (די טאטע פין ר' משה שמואל שפירא ר"י באר יעקב ומח"ס שערי שמועות) האט ער אים געוואלט געבן דעם נאמען ארי' לייב נאך זיין טאטע ר' לייבעלע קאוונער ווען דער נצי"ב איז געוואר געווארן האט אים עס געבאדערט וויל ער האט דאך געהייסען לייב (נפתלי צבי 'יהודה') האט אים זיין איידעם געזאגט אז דער לייב מיט דער לייב זענען צוויי זאכן ארי' טייטשט אויף יודיש לייב אבער לייב וואס מען לייגט צו פאר די נאמען יהודה קימט פין די לשון לויבען (אין די ליטווישע הברה הערט זיך עס ענדליך...) פין יהודה וואס איז דאך א לשון הודי' למעשה לויט ווי אזוי איך געדענק האט ער נישט געהייסען לייב (אין די פוסקים איז מיין איך יא אנגענימען אז עס קימט פין גור ארי' יהודה)

אין שנת תרל"ג האט ר' רפאל זיך משדך געווען מיטן בית הלוי נעמענדיג זיין זוהן ר' חיים פאר אן איידעם מען פארציילט אז ביי די שידוך האט ר' רפאל געזאגט פארן נצי"ב דער שווער זאל וויסן אז מיין איידעם איז סאך גרעסער ווי דעם שווער'ס איידעם... (אגב אין רבן של ישראל שרייבט ער אז דער נצי"ב פלעגט אמאל ריפען ר' חיים מיין איידעם ווייל ווי אויבען דערמאנט האט ר' רפאל חתונה געהאט מיט ביידע טעכטער ר' חיים'ס ווייב איז געווען פין די ערשטע זיוג ווען איר מאמע איז אוועק איז זי אויפגעצויגען געווארן ביים זיין זיידען דער נצי"ב)

תרמ"א איז ר' רפאל אוועק געגאנגען פין וואלאזין (דוכט זיך אז ער האט אנגענומען ערגעץ א רבנות) און מען האט אויפגענומען זיין איידעם אויף זיין פלאץ אסאך מעשיות ווערט דערציילט צווישען דעם נצי"ב און ר' חיים לא עת האסף פה איינע פין די זאכן וואס איך געדענק יעצט אז איינמאל סוכות ווען די מנהג פלעגט זיין אז די גאנצע ישיבה פלעגט בענטשען אויף די אתרוג פינעם נצי"ב איז ר' חיים אריין צום זיידען זאגן אז ער האט שאלות איבער די כשרות פינעם אתרוג דער נצי"ב האט געהערט וואס ר' חיים האט צו טענה'ען און ער האט מסכים געווען אז עס איז דא וואס דן צו זיין אין דעם און עס איז געבליבען אז ער וועט מעיין זיין אין דעם למעשה דעם נעקסטען אינדערפרי גאר פרי פארטאגס וועקט זיך ר' חיים אויף פין א קלאפ אין טיר צו זיין ווינדער זעהט ער דארט דעם שמש פינעם נצי"ב וואס איז אים מודיע אז דער זיידע ריפט אים זייער וויכטיג פארווינדערהייט טוט זיך ר' חיים שנעל אן און נעמט זיך שנעל גיין צו די סוכה פין זיין זיידע אנקומענדיג דארט טרעפט ער דארט אן אינטרעסאנט בילד ער זעהט ווי דער נצי"ב שטייט און דער טיש איז אנגעפאקט מיט ספרים און וואס דער נצי"ב איז מעיין ווי נאר דער נצי"ב האט אים באמערקט האט ער אויפגעשיינט מיט שמחה זייער גוט אז דו ביסט געקומען איך האב דיר געשיקט ריפען ווייל איך האב דיר געוואלט זאגן אז איך האב מברר געווען און ברוך ה' די אתרוג איז כשר אן קיין שום חששות און דער נצי"ב האט אים אנגעהויבען מסביר זיין פין ווי ער נעמט זיין פסק איין מינוט האט ר' חיים איבערגעהאקט דער זיידע זאל מיר מוחל זיין איך האב נאכנישט געזאגט קיין ברכת התורה און ער האט אנגעהויבען צו זאגן ברכה"ת אינמיטען הערט ער ווי דער נצי"ב האט זיך גענימען קרעכצען און ער האט אים געזאגט ווי אזוי קען דאס זיין אז מיין אייניקל זאל ערשט יעצט זאגן ברכה"ת אזא איינער וואס דארף וואס וואקסען דער קימענדיגער גדול הדור זאל נאכנישט זיצן פארטאגס אין לערנען ווען איך וויס ווען אז דו שלאפסט וואלט איך דיר אוודאי נישט אויפגעוועקט איך בין געווען זיכער אז דו זיצט שוין און לערנסט....
(אין בריסק מיין איך אז מען פארציילט אז די מעשה איז געווען מיט אן אתרוג פין אר"י פין שמיטה...)


אין תרנ"ב איז פארגעקומען די באקאנטע פרשה פין די סגירה פין ישיבת וואלאזין אויף דעם דארף מען אן עקסטערען אשכול אבער פטור בלא כלום אי אפשר אבער קודם וועלן מיר שרייבען דאס וואס שלומעלע האט שוין פריער דערמאנט וועגן ר' חיים ברלין וואס דאס האט אויך געהאט א שייכות צו די פארשפארונג פין די וואלאזינע ישיבה ר' חיים ברלין איז ווי אויבען דערמאנט געווען רב אין מאסקעווע אין תרמ"ג איז זיין רעביצין אוועק אין ער האט נאכאמאל חתונה געהאט אין ביאלע א פאר יאר שפעטער איז ער נאכאמאל נתאלמן געווארן און ער איז אריבערגעקימען וואוינען צום טאטען אין וואלאזין בערך אין יענע תקופה האט שוין די רעגירונג אנגעהויבען צו קיקען מיט א שלעכט אויג אויף די ישיבה און חוץ פין דעם איז געווען אינערליכע מסייעים אויכעט אסאך פין די תלמידים זענען שוין געווען פארכאפט מיט השכלה און זיי האט גארנישט געשטערט נאכצוגעבען וואס די רעגירונג האט פארלאנגט נאר אדרבה זיי האבן גאר צו געהאלפען דערמיט

בערך אין תרנ"א האט דער נצי"ב געשפירט אז ער ווערט שוין עלטער און די כוחות זענען אים שוין שוואכער געווארן און ער האט שוין נישט קיין כח צו טראגען דעם שווערען עול פין די ישיבה און חוץ פין דעם האט דער נצי"ב זייער שטארק געוואלט ארויפגיין קיין ארץ ישראל האט דער נצי"ב געוואלט איבערגעבן די ראש ישיבה'שאפט פאר זיין זוהן ר' חיים למעשה איז נישט קלאר צו ער איז בפועל געווארן ראש ישיבה אין די גאס האט עס אזוי געהייסען אבער למעשה אין המליץ פין יענע יאר האבן די מנהלי הישיבה מפרסם געווען אן הכחשה אז דער נצי"ב איז עומד על משמרתו אין אלעס גייט אן ווי פריער

למעשה האט די רצון פינעם נצי"ב צו אריינשטעלן זיין זוהן ר' חיים זיך אנגעשטויסען אין א גרויסע התנגדות מצד די תלמידי הישיבה א חלק האבן געהאלטן אז די רבנות אין מאסקעווע האט משפיע געווען אויף אים אז ער פארשטייט נישט צו די ישיבה לעבן נאך א סיבה איז געווען ווייל דעמאלטס האט שוין ר' חיים בריסקער געהאט איינגענימען די ישיבה מיט זיין אויסערגעווענדליכע דרך הלימוד און זיינע תלמידים האבן געהאלטען אז עס קימט זיך פאר אים און חוץ פין דעם איז ר' חיים בריסקער געווען זייער א ליבליכער און א צוגעלאזענער משא"כ ר' חיים ברלין וואס איז געווען מער א שטרענגער און א שטייפער און דאס אלעס האט גורם געווען אסאך מהומות אין די ישיבה און די ישיבה איז געווען היבש צופארען

למעשה ווי מען ווייסט היינט האט דאס אלעס געשפילט א גרויסע ראלע אין די סגירה פין די ישיבה קודם כל האבן די משכיל'ישע צייטונגען וואס - חוץ פין דעם וואס זיי פלעגן נישט אויפהערן צו האמערן און זאגן דעות אז מען זאל אריינברענגען לימודי חול און לערנען שפת המדינה אין די ישיבה און אז מען זאל אנהייבן לערנען חכמת ישראל - האבן זיי אין די שווערע תקופה זיך מחי' געווען מיט וואס עס גייט פאר אין די ישיבה און זיי האבן אראפגעמאלן א בילד כאילו די תלמידים זענען נישט צופרידען מיט די ישיבה און דאס איז די צופארעניש וואס קימט פאר נאכדעם איז צוגעקומען די פאקט פין מהרסיך ומחריביך ממך יצאו ניינצען בחורים פין די ישיבה האבן געשיקט א בריוו צו איינער פין די גרויסע משכילים וואס האט עס איבערגעזעצט אין רוסיש אין איבערגעגעבן פאר די רעגירונג ווי זיי רעדן זיך אפ אויף ר' חיים ברלין וואס האט זיי ארויסגעווארפען פין די ישיבה ווייל זיי לערנען אביסל לשון הקודש אין אנדערע שפראכען און זיי שרייבען דארט (א צווייטע בריוו) אז מען זאל זיך נישט ווינדערען וואס זייער בריוו איז פיל מיט טעותים ווייל באמת ווילן זיי זיין קלוגע אויפגעקלערטע מענטשען נאר דער ר' חיים ברלין וואס פירט די ישיבה האט פיינט השכלה שנאת מוות און ווער עס איז נאר עוסק אין דעם אפילו אינדערהיים גייט נישט ארויס ריין פין זיינע הענט און זיי שרייבן זיי דארט ביליגע מסירות אויף די גאנצע ישיבה

בקיצור די ידיעה איבער די צופארעניש אין די ישיבה איז אנגעקימען צו די רעגירונג און דאס האט א שטארקע חלק אין די באשלוס צו פארשפארען די ישיבה ה' שבט תרנ"ב זענען אנגעקימען קיין וואלאזין פיל מיט איינגעשטעלטע פין די רעגירונג און געמאלדען אז די ישיבה ווערט פארשפארט און חוץ פין דעם האט מען פארטריבען אלע בחורים און מגידי שיעורים כולל דעם נצי"ב פין די גאנצע געגענט פין וואלאזין עס איז כדי צוצילייגען וואס דער בריסקער רב הגרי"ז האט אמאל געזאגט אז די וואלאזינע ישיבה האט זיך פארשפארט וויל עס האט זיך געדארפט פארשפארען מיינענדיג די מצב וואס איז פארגעגאנגען דעמאלטס אין די ישיבה ווי אזוי אסאך תלמידים זענען געווארען פארכאפט אין השכלה און ציונות אזוי אז עס איז שוין בעסער געווען אז די ישיבה איז פארשפארט געווארן

אן אינטרעסאנטע זאך וואס נישט יעדער ווייסט אז למעשה אין תרנ"ד שוין נאך די פטירה פינעם נצי"ב איז די ישיבה צירוק געעפענט געווארן און איז אנגעגאנגען ביז די קריג (מיט אן הפסקה ביי די ערשטע וועלט מלחמה) נאר דעמאלטס איז שוין געווען מיר און ראדין און אנדערע גרויסע ישיבות וואס האבן איבערגענומען דעם אויבנאן

המשך יבוא אי"ה
לעצט פאראכטן דורך פייערמאן אום דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 4:11 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:31 am

איך האלט אינמיטן לערנען דעם ספר רנה של תורה א פירוש פונעם נציב אויף שה"ש, און איך מיין אז ס'איז די ערשטע ספר וואס ער האט ארויסגעגבן. זייער א שיינע פירוש.

און די היינטיגע האבן געמאכט א הערליכע ארבעט מיט די ציונים.
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:52 am

יישר כח ר' פייערמאן, מיר ליינען מיט דורשט די תולדות פונעם נצי"ב.

מיין טאטע שליט"א פלעגט מיר כסדר פארציילן די מעשה מיטן אתרוג.

ערגעץ האב איך אמאל געליינט, אז די ישיבה אין וואלאזין איז געווען דער המשך פון די באקאנטע ישיבה אין פיורדא, נאר נאכדעם וואס ס'האט זיך דארט פארמאכט אין די צייטן פון רבי וואלף האמבורג [אויך צוליב מחלוקות פון די משכילים] איז די ישיבה אריבער צו וואלזין.

איר ווייסט עפעס מער איבער דעם? האט דער נצי"ב נאך געלערנט אין פיורדא?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 2:39 pm

איך האב דאס נאך קיינמאל נישט געהערט און לויט ווי אזוי איך מיין קען דאס נישט זיין ווייל די ישיבה אין וואלאזין איז געגרינדעט געווארן צווישען תקס"ב און תקס"ז עס איז דא וואס ריקען עס נאך ארויף (מכח א בריוו פינעם נצי"ב) אז עס איז שוין געשטאנען בימי הגר"א דאס הייסט פאר תקנ"ח און די ישיבה אין פיורדא האט זיך צוגעמאכט צווישען תקפ"ח אין תק"צ (אזוי ליגט מיר אין קאפ איך האב נאכנישט געהעריג דורכגעטוהן דעם ישיבה עס איז דא דריי בענדער הישיבה הרמה בפיורדא פין ר' בנימין שלמה האמבורגער איבער די ישיבה)

לגבי דעם נצי"ב זיין זוהן ר' מאיר בר אילן שרייבט אין רבן של ישראל אז עס איז נישט ידוע ביי וועם דער נצי"ב האט געלערנט יונגערהייט אבער איך מיין אז אין אנדערע מקומות ווערט יא געברענגט אז ער איז געגאנגען לערנען קיין וואלאזין ווען ער איז נאך געווען גאר יונג

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 3:38 pm

סמארט גאי האט געשריבן:איך האלט אינמיטן לערנען דעם ספר רנה של תורה א פירוש פונעם נציב אויף שה"ש, און איך מיין אז ס'איז די ערשטע ספר וואס ער האט ארויסגעגבן. זייער א שיינע פירוש.

און די היינטיגע האבן געמאכט א הערליכע ארבעט מיט די ציונים.

ווי אזוי איך ווייס איז דער העמק שאלה ארויסגעקומען די ערשטע האב איך יעצט איבערגעקוקט רנה של תורה איז געדרוקט געווארן תרמ"ז בעת דער העמק שאלה אין תרכ"א

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 3:51 pm

פייערמאן האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:איך האלט אינמיטן לערנען דעם ספר רנה של תורה א פירוש פונעם נציב אויף שה"ש, און איך מיין אז ס'איז די ערשטע ספר וואס ער האט ארויסגעגבן. זייער א שיינע פירוש.

און די היינטיגע האבן געמאכט א הערליכע ארבעט מיט די ציונים.

ווי אזוי איך ווייס איז דער העמק שאלה ארויסגעקומען די ערשטע האב איך יעצט איבערגעקוקט רנה של תורה איז געדרוקט געווארן תרמ"ז בעת דער העמק שאלה אין תרכ"א

רנה של תורה איז גאר די לעצטע ספר וואס ער האט ארויסגעגעבן בחייו

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 4:35 pm

גערעכט, טעיתי
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 12:51 am

ווי שוין אויבען דערמאנט האט דער נצי"ב געהאט א שטארקע תשוקה ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל למעשה ווען די ישיבה איז פארשפארט געווארן האט די ישיבה נאך געהאט אסאך חובות און חוץ פין דעם איז נאך צוגעקימען ווען אלע תלמידים האבן געדארפט אהיימפארען און די ישיבה האט עס באצאלט האט דער נצי"ב אנגעהויבען ארום צו גיין נאך געלט ביי די גבירים צו קענען באצאלען די אלע חובות אינצווישען איז דער נצי"ב שטארק קראנק געווארן האט מען אפגעמאכט אז דער נצי"ב וועט צייטווייליג גיין וואוינען קיין מינסק און אויף שנת תרנ"ג וועט מען גיין קיין ווארשא זיך צו היילען ביי די דארטיגע דאקטורים און פין דארט וועט מען ארויף גיין קיין ארץ ישראל למעשה איז נישט געווען באשערט אז ער זאל אנקימען קיין אר"י סוף תמוז תרנ"ג האט זיך די מחלה פארערגערט אז ער האט שוין ממש נישט געקענט רעדן כ"ח אב תרנ"ג עלתה נשמתו השמימה און מען האט אים מקבר געווען אין די בית החיים אין ווארשא זכותו יגן עלינו

די קינדער פינעם נצי"ב האבן מיר שוין אביסל אןיסגערעכנט פריער פין די ערשטע זיווג האט ער געהאט בנו בכורו הגאון ר' חיים ברלין פין ר' חיים האט מען תשס"ח געדרוקט פיר בענדער תשובות נשמת חיים אויך אין די הגדה פינעם נצי"ב אמרי שפר איז געדרוקט א פירוש אמרי חיים פין בנו ר' חיים דא האבן מיר דערמאנט א באקאנטע שאלה פין ר' חיים וואס איז געווען געדרוקט אין יגדיל תורה (די שאלה איז באקאנט אבער ווייניג ווייסען אז מקורו מרח"ב) פין הגאון ר' איסור זלמן מעלצער זאגט מען נאך אז ער האט געוואוינט שפעטער אין די דירה פין ר' חיים האט ער געזעהן פיל מיט ספרים מיט זיינע הגהות אז ווען מען וואלט דאס געוויסט נאך אין וואלאזין וואלט מען אים אוודאי נישט אזוי גערודפ'ט די ישיבה רבי חיים ברלין ווי ר"י הוטנער איז געווען ראש ישיבה האט געהייסען נאך רח"ב דוכט זיך בהשתדלות פין זיין ברודער ר' מאיר

פין די צווייטע רעביצין דער ערוך השולחן'ס טאכטער האט דער נצי"ב געהאט צוויי זוהן ר' יעקב וואס איז אוועק יונגערהייט און דער יונגסטער זוהן ר' מאיר ברלין - וואס האט זיך שפעטער מאדנעזירט זיין נאמען צו בר אילן - וואס איז געווען פין מנהיגים פין די מזרחי ער איז אינגאנצען אלט געווען פערצען יאר ווען זיין טאטע איז אוועק פין ר' מאיר איז באקאנט רבן של ישראל ווי ער האט באשריבען זיין טאטען און מוואלאזין עד ירושלים ווי ער באשרייבט זיינע זכרונות אויכעט איז ר' מאיר געווען פין די ערפינדער פין דעם אנציקלופדיה תלמודית וואס האלט נאך אינמיטען ארויס קימען

די ספרים פינעם נצי"ב זענען ווי באקאנט העמק שאלה אויף שאילתות דרב אחאי גאון (תרכ"א) העמק דבר אויף חמשה חומשי תורה (תר"מ?) רנה של תורה אויף שה"ש (תרמ"ז) הגדש"פ מיטן פירוש אמרי שפר (תרמ"ט) שו"ת משיב דבר די הקדמה האט נאך דער נצי"ב געשריבען בחייו אבער ליידער שוין נישט דערלעבט (תרנ"ד) מרומי שדה אויף ש"ס (תשי"ד) עמק הנצי"ב אויף ספרי (תשי"ט) ברכת הנצי"ב אויף מכילתא (תשנ"ז) אויב איך האב עפעס פארגעסען ביטע מעיר זיין

אפאר אינטרעסאנטע זאכן וואס איך געדענק יעצט וועגן דעם נצי"ב קודם איז באקאנט אז ביי די באקאנטע מחלוקת אין סיגעט איז דא א בריוו פינעם נצי"ב ווי ער נעמט זיך אן פאר די צד קעגן דעם קדושת יום טוב (געדרוקט אין אוהב משפט) עס איז אבער כדאי צו וויסן אז דער נצי"ב האט בכלל געשריבען קעגן דעם טיילונג אין שו"ת משיב דבר ח"א סי' מד אויף דעם וואס איז געשטאנען אין מחזיקי הדת דאס געט גאר אן אנדערע בליק אויף דעם וואס דער נצי"ב האט זיך אנגענימען אין סיגעט (באמת האבן די אונגארישע רבנים דאס געטענה'ט אז די רבנים מחוץ למדינה קענען נישט אריינרעדען אין דעם ווייל זיי פארשטייען נישט דעם מצב) עס איז כדאי צו קיקען די הקדמה פין די רידב"ז צו זיין תשובה ספר בית רידב"ז ווי ער ברענגט דארט ארויס וואס די מצב איז געווען אן די טיילונג (ער רעדט דארט אויך ווי אזוי די וואלאזינע ישיבה האט אויסגעקוקט דוכט זיך ער שרייבט עפעס א לשון הרבה יצאו כופרים)

איך האב שוין אביסל צוגעצייכענט אויבען צום ספר מקור ברוך פין ר' ברוך עפשטיין בעל תורה תמימה וואס איז געווען צום סוף א שוואגער מיטן נצי"ב זייענדיג א זוהן פינעם ערוך השולחן באמת קען מען אסאך מאריך זיין איבער דעם ספר און איר מחבר ועוד חזון למועד נאר איינע פין די זאכן וואס ער ברענגט דארט אין פרק לט אז דער נצי"ב פלעגט באקימען די צייטונג המגיד יעדע וואך שבת ביינאכט פלעגט ער עס נישט ליינען ווייל ער פלעגט איבערחזר'ען מסכת שבת און עירובין אבער שבת צופרי האט ער עס געליינט אזוי ווייט אז דער נצי"ב פלעגט זאגן אז א שבת וואס ער האט עס נישט פילט ער אזוי ווי דער וואס איז צוגעוואוינט צו גיין אין מרחץ יעדע ערב שבת, פילט ערב שבת חזון ווען ער קען נישט גיין.... באמת חוץ פין די פילע גוזמאות און מליצות מיט וואס די ספר איז פיל האט ער געהאט שטארקע נטיות צו השכלה ממילא דארף מען וויסן צו מען קען זיך פארלאזען אויף אים און סופה וסערה איז ער שוין מעיר אויף דעם און ער ברענגט דארט אויך סמוכין פין דעם וואס דער מקו"ב איז פארנומען אראפצורייסען און ליצנות מאכן פין די קעגנערישע צייטונג הלבנון וואס די חרדים האבן ארויסגעגעבן אינטרעסאנט איז נאר אז אין ר' משה שמואל ודורו (פין ר' משה שמואל שפירא) ברענגט ער אויך אז דער נצי"ב פלעגט באקימען יעדען טאג די המליץ מיטן הצפירה

אין די הקדמה צום ספר בית אהרן פין ר' אהרן וואלקין הי"ד אב"ד פינסק ברענגט דער זוהן אין די הקדמה צו מס' בבא קמא אז ר' ברוך בער לייבאוויץ בעל ברכת שמואל האט אמאל געזאגט פארן זוהן פינעם בית אהרן אז ער האט זיך אייביג געווינדערט אז ער מיטן בית אהרן האבן צוזאמען געלערנט אין וואלאזין און ער (הברכ"ש) איז שוין געווען זייער חשוב דארט ער האט געהייסען א חצי עילוי (און וואלאזין פלעגט מען אזוי ריפען א גאנצע עילוי א האלבע א פערטל עילוי) און פארוואס בין איך נישט אויסגעוואקסען אזוי ווי דיין טאטע וואס איז בארימט איבעראל און זיינע ספרים זענען איבעראל אנגענומען ביז איך בין געקומען צו די מסקנא אז דאס איז ווייל דיין טאטע האט אסאך משמש געווען דעם נצי"ב איך בין אויך געווען נאנט מיט אים אבער דיין טאטע האט זיך ממש נישט אוועקגערירט פין אים און ווען דער זוהן האט דאס דערציילט פאר זיין טאטען האט ער מסכים געווען און ער האט געזאגט אז אין די יאר וואס דער נצי"ב איז אוועק זענען מיינע אויגען נאס געווען פין טרערן א גאנץ יאר

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:38 am

פארגעסען אז דער נצי"ב אין משיב דבר ח"ב סי' נז האט געשריבען א קונטרס דבר השמיטה קעגן דעם היתר מכירה

נאך אן אינטרעסאנטע זאך האב איך זיך דערמאנט וואס ווערט געברענגט אין הרב הדומה למלאך אז אמאל האט ר' ברוך בער געגעבן א שיעור און ער האט פארענטפערט א רמב"ם מיט א געוויסע מהלך נאכן שיעור האט מען אים געוויזען אז לויט ווי דער רמב"ם שרייבט אין זיינע תשובות זעהט מען אז ער האט געהאט אן אנדערע גירסא אין די גמרא און לויט דעם איז בכלל נישט שווער די קשיא האט ר' ברוך בער געזאגט אמת אבער דער מגיד משנה האט יא געהאט אונזער גירסא און מיט דעם אלעם פרעגט ער נישט די קשיא ממילא פרובירן מיר צו פארשטיין דעם מ"מ האט ר' ברוך בער דעמאלטס פארציילט אז ביים נצי"ב האט אמאל פאסירט אן ענדליכע זאך אז דער נצי"ב האט אמאל פארענטפערט א רמב"ם און נאכדעם האט מען אים געוויזען אז דער רמב"ם אין די תשובות פארענטפערט עס אויף אן אנדערע אופן האט דער נצי"ב זיך אנגעריפען אז עטס זאלטס וויסן אז אלע ראשונים ביזן פני יהושע זענען געשריבען געווארן מיט רוח הקודש ממילא דאס וואס דער רמב"ם שרייבט אין זיינע תשובות דאס איז זיין מהלך אבער א איד קען קימען און ענטפערן אן אנדערע תירוץ ווייל ע' פנים לתורה (באמת אין שלחן ערוך סי' רט זעהט מען שוין אזא זאך ראה שם במג"א שאף שהרמב"ם השיב לחכמי לוניל מ"מ עיקר כפשטות דברי הרמב"ם אמנם יש לחלק)

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:05 am

ר"מ ברלין שרייבט אז זיין ברודער ר' חיים, טראץ זיין חשיבות, האט באמת נישט געטויגט צום אמט פון ראש ישיבת וואלאזשין.

אגב, ער שרייבט אויפ'ן זיידען דער ערוך השולחן אז ער האט קיינמאל געמוזט פאררעכטען אדער אויסשטרעכען א ווארט וואס ער האט געשריבען (אינ'ם כתב יד פונ'ם ערוך השולחן) - מיט אזא קלארקייט האט ער געשריבען.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 11:45 am

אין ספר הזכרון אויף ר' יצחק אייזיק הלוי בעל דורות הראשונים (וואס איז געווען איינגעשטעלט אין וואלאזין אין יענע תקופה) שרייבט דארט דער זוהן אין א בריוו "אאמו"ר ז"ל ורבי חיים מבריסק לא היה להם דבר נגד אישיותו של ר' חיים ברלין אבל גם הם לא ראו את התמנותו בעין יפה אלא שהיססו למרר את ליבו של הנצי"ב ז"ל ולפגוע בכבודו של רח"ב"

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21721
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 02, 2017 3:11 pm

פייערמאן האט געשריבן:ווי שוין דערמאנט אויבען איז דער נצי"ב געווען אן איידעם ביי ר' איצעלע וואלאזינער, אין שנת תרל"א איז דער נצי"ב'ס רעביצין נפטר געווארן און דער נצי"ב האט חתונה געהאט נאכאמאל מיט זיין שוואגער'ס דער ערוך השולחן - וואס איז געווען אן איידעם ביים נצי"ב'ס טאטע ר' יעקב ברלין - טאכטער,

מציבתה בהר הזיתים:

בילד
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג מאי 19, 2017 8:42 am

Untitled.jpg
Untitled.jpg (333.66 KiB) געזעהן 1113 מאל

יי"כ פאר א מו"ל פון א בלעטיל פאר דעם מ"מ
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט