רבי חיים זנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
אין 'במחיצתו' איז ער זייער ברוגז אויף די מפיצי השמועה אז דער סאטמארער רב זי"ע זאל ווען האבן געזאגט דעם באקאנטן מאמר אויפן ריבניצער בנוגע זיין מוהלות. ער שרייבט אז ער אליין איז עטליכע מאל געווען אויף ברית'ן אינאיינעם מיטן ריבניצער ביים סאטמארער רבי'ן. און ער איז ספעציעל מדגיש וואספארא אומן דער ריבניצער איז געווען אין ברית מילה.
[אגב, מיר איז שווער א אנדערע קשיא אויף די מפיצי השמועה. דער ריבניצער איז דאך אנגעקומען אהער (דאכט-זיך) תשל"ד, וואס דעמאלסט איז דער רבי איז געווען אין די סאמע שוואכע יאהרן, דעריבער גלייב איך שווער אז דער רבי האט זיך אזוי געווארפן אין יענע יאהרן מיט אזעלכע גלייך-ווערטליך].

לחיים ולברכה!
הורוויץ האט געשריבן:עס דארף צו זיין א ספר פון הרה"ח ר' יעקב חיים רוטנער ז"ל מיט סיפורים אויפן ריבניצער צדיק ז"ל, ווייסט איינער דעם נאמען פונעם ספר?
עס הייסט "מיין לעבנס געשיכטע" זכרונות און וואונדער אויף אידיש. אויך אויף לשה"ק איז דא "זכרונות נפלאות".
אויך אין ספר זכרון משה וואס ר' יעקב חיים האט מוציא לאור געווען פון ר' משה'לע זידיטשובער ז"ל איז דא צום סוף א קונטרס "זכרון חיים" זכרונות פון ריבניצער אויף לשה"ק.
להודיע האט געשריבן:להודיע האט געשריבן:הורוויץ האט געשריבן:עס דארף צו זיין א ספר פון הרה"ח ר' יעקב חיים רוטנער ז"ל מיט סיפורים אויפן ריבניצער צדיק ז"ל, ווייסט איינער דעם נאמען פונעם ספר?
עס הייסט "מיין לעבנס געשיכטע" זכרונות און וואונדער אויף אידיש. אויך אויף לשה"ק איז דא "זכרונות נפלאות".
אויך אין ספר זכרון משה וואס ר' יעקב חיים האט מוציא לאור געווען פון ר' משה'לע זידיטשובער ז"ל איז דא צום סוף א קונטרס "זכרון חיים" זכרונות פון ריבניצער אויף לשה"ק.
תודה רבה!
איז עס דא צו באקומען אין די געשעפטן?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 701
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am
חתונה
מיללער האט געשריבן:ווער איז דער רב/רבי מיטן הדרת פנים נעבן דעם רבי'ן זצ"ל? און וואס איז די מסיבה?
דאס בילד איז ביי א חתונה פון הר"ר שמעון משה גראססמאן הי"ו איידעם פונעם נאנטער ידיד נאמן פונעם רימניצער רבי'ן זי"ע הר"ר וואלף הערמאן ז"ל
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
יציב פתגם האט געשריבן:הרה"ק מריבניץ זי"ע ביים אנקומען צו די עצרת אין מעדיסאן סקווער גארדען, אדר תשל"ט.
רעכטס איז ר' אברהם הכהן קאהן שליט"א, אינטער אים איז הרה"ג אב"ד סיגעיט שליט"א. ווער זענען די איבריגע?
איבערקוקענדיג דעם אשכול זעה איך בילדער פונעם משמש בקודש ר' יצחק וואלף הערמאן ע"ה, קלער איך צו זאגן אז דער אויבן-דערמאנטער בילד, איז אין באגלייטונג פונעם משב"ק הנ"ל הרב הערמאן, און נישט ר' אברהם קאהן.
ובפרט האב איך אקוראט איבערגעקוקט דעם ספר (במחיצתו) פון ר' אברהם, און איך זעה נישט דארט דעם פיקטשער, קלער איך כמעט מיט א וודאית אז ס'איז נישט ער.
וואס האלט איר?
אט איז א בילד פון ר' יצחק וואלף, אפגעפונען ערגעץ אין דעם אשכול:
לחיים ולברכה!
- fiena nieas
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5558
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
- ויתן לך
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5230
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
- לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה
https://www.dropbox.com/s/s4elpp0sy0bq3 ... .wmv?dl=0'
מיט אדמו"ר מקלויזנבורג זצ"ל
מיט אדמו"ר מקלויזנבורג זצ"ל
- ויתן לך
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5230
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
- לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה
ס'איז א חלק וואס איך האב ארויסגענעמען פון א לאנגע פרעזעינטעישן דאתי לידי
ווען איך קען וואלט איך אראפ גענומען די מוזיק
ווען איך קען וואלט איך אראפ גענומען די מוזיק
לעצט פארראכטן דורך ויתן לך אום דינסטאג אוגוסט 30, 2016 1:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
מ'זעהט דארט דעם לינזער רב זצ"ל (מיטן שטריימל) הונטערן ריבניצער זיך פּארענען מיט פלאץ מאכן פארן רבי'ן. ער איז דאך געווען גאר גאר נאנט מיטן ריבניצער. אין די ערשטע יאהר פונעם ריבניצער'ס אנקומען קיין ניו יארק האט ער איהם אוועקגעשענקט זיין דירה און בית המדרש.
-
ויתן לך, בלויז א חלק? מיר קענען באשטיין צו זעהן דאס גאנצע.
-
ויתן לך, בלויז א חלק? מיר קענען באשטיין צו זעהן דאס גאנצע.
לחיים ולברכה!
- משה צימערינג
- שר האלפיים
- תגובות: 2133
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
- לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג
נחמן נתן האט געשריבן:יציב פתגם האט געשריבן:הרה"ק מריבניץ זי"ע ביים אנקומען צו די עצרת אין מעדיסאן סקווער גארדען, אדר תשל"ט.
רעכטס איז ר' אברהם הכהן קאהן שליט"א, אינטער אים איז הרה"ג אב"ד סיגעיט שליט"א. ווער זענען די איבריגע?
איבערקוקענדיג דעם אשכול זעה איך בילדער פונעם משמש בקודש ר' יצחק וואלף הערמאן ע"ה, קלער איך צו זאגן אז דער אויבן-דערמאנטער בילד, איז אין באגלייטונג פונעם משב"ק הנ"ל הרב הערמאן, און נישט ר' אברהם קאהן.
ובפרט האב איך אקוראט איבערגעקוקט דעם ספר (במחיצתו) פון ר' אברהם, און איך זעה נישט דארט דעם פיקטשער, קלער איך כמעט מיט א וודאית אז ס'איז נישט ער.
וואס האלט איר?
אט איז א בילד פון ר' יצחק וואלף, אפגעפונען ערגעץ אין דעם אשכול:
זעט אויס פונקט ווי זיין זון חעזקל הערמאן פן ב"פ
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
נחמן נתן האט געשריבן:מ'זעהט דארט דעם לינזער רב זצ"ל (מיטן שטריימל) הונטערן ריבניצער זיך פּארענען מיט פלאץ מאכן פארן רבי'ן. ער איז דאך געווען גאר גאר נאנט מיטן ריבניצער. אין די ערשטע יאהר פונעם ריבניצער'ס אנקומען קיין ניו יארק האט ער איהם אוועקגעשענקט זיין דירה און בית המדרש.
-
ויתן לך, בלויז א חלק? מיר קענען באשטיין צו זעהן דאס גאנצע.
שכוח גדול, ס'ערשטע מאל וואס כ'זעה א בילד פון דעם גאון אדיר ועצום רבי אהרן יהודה ווילנער זצ"ל [ראש ישיבת קלויזנבורג]
אולי אן אשכול אויף אים וואלט געווען א חשובע זאך
בשורה טובה!
מ'קען שיקן א קוויטל צום ציון פונעם הייליגן ריבניצער צדיק זי"ע בחינם!
איינע פון די עסקנים האבן מיר געבעטן איך זאל עס אהערשטעלן, זאגנדיג אז די רעיון פון אט די גמילת חסד קומט פון אייוועלט!
(איך ווייס נישט וועלכע אשכול. ערגיץ ווי איינער האט זיך אפגערעדט אז ס'נאך נישט דא אזא גמ"ח ווי אידן זאלן זיך קענען מזכיר זיין ביי א מקום קדוש בחינם).
פועלט אלעס גוטס!

משיח האט געשריבן:בשורה טובה!

די רעיון קומט פון יענקל פאטאש, ביים סקולענער יארצייט
קוקט דא
viewtopic.php?f=3&t=31297
לעצטע וואך געהערט אז דער וויזשניצער רבי שליט"א אין מאנסי האט נישט מקבל געווען סנדקאות ביי א ברית וואס דער רימניצער רבי להבחל"ח איז געווען מוהל, אלץ מעשה שהיה ביי א ברית וואס דער וויזשניצער רבי איז געווען סנדק, אז נאכן שניידן האט זיך געמאכט א מצב סכנה און די קינד איז געווען אין א סכנה'דיגן מצב, און דער רימניצער האט איבער געדעקט דעם וויזשניצער רבי מיטן קינד מיט זייןן טלית, און נאך א קורצע צייט צוריק אויפגעדעקט און דער קינד איז געווען בריא כאחד האדם...
זינט דעמאלטס האט דער וויזשניצער רבי נישט געוואלט מער מקבל זיין סנדקאות מיטן רימניצער.
האט איינער געהערט פון אזא זאך? איך זיך א מקור, אדער כאטש הערן אז סאיז א דבר ידוע...
זינט דעמאלטס האט דער וויזשניצער רבי נישט געוואלט מער מקבל זיין סנדקאות מיטן רימניצער.
האט איינער געהערט פון אזא זאך? איך זיך א מקור, אדער כאטש הערן אז סאיז א דבר ידוע...
יעצט העריך אויף 'סיפורי רימניץ' טעלעפאן ליין,
אז די ספר 'סיפורי רימניץ' פון אלע מעשיות אויפן טעל' ליין איז יעצט געפארטיקט געווארן, און פון מוצ"ש סליחות קען מען עס קויפן ביים ציון הק', אדער קען מען עס באקומען פאר האלסעיל אויפן טעלעפאן ליין.
ווייסט איינער פון וואס עס רעדט זיך?
יידיש אדער לשוה"ק?
עפעס אפדעיטס...

- פארוואס נישט
- שר חמש מאות
- תגובות: 772
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
- לאקאציע: רינגס און ארום
פעלעד האט געשריבן:יעצט העריך אויף 'סיפורי רימניץ' טעלעפאן ליין,
אז די ספר 'סיפורי רימניץ' פון אלע מעשיות אויפן טעל' ליין איז יעצט געפארטיקט געווארן, און פון מוצ"ש סליחות קען מען עס קויפן ביים ציון הק', אדער קען מען עס באקומען פאר האלסעיל אויפן טעלעפאן ליין.
ווייסט איינער פון וואס עס רעדט זיך?
יידיש אדער לשוה"ק?
עפעס אפדעיטס...
איך האב היינט געקויפט די ספר ביים ביה"ח פאר 25 דאלער, ס'ווערט ארויסגעגעבן דורך ר' ישעי מתתי' קאהן 646-208-2273 די ספר איז געשריבן אין אידיש, ער פאנגט אן מיט זיין היסטאריע און נאכדעם ברענגט ער שיינע מעשיות, ס'פארמאגט אריבער 400 בלעטער.....
דא האט איהר 2 בילדער.
עקבי הצאן האט געשריבן:א גאנצן טאג שטייט מען ביים ציון און מ'פארקויפט עס, אדער אין געוויסע שעה'ן?
אלע טאג ביז די יארצייט
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
- משה צימערינג
- שר האלפיים
- תגובות: 2133
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
- לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג