אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

איך האב געטראפן עטליכע באבובע ניגונים געזונגען ביי יאקאב פארברענגען, ביטע אידענטיפיצירן

איינס

צוויי א גאנץ באוואוסטע שנעלע ניגון

דריי

פיר

פינף

זעקס

אהבתי כי ישמע אין די פייל שטייט אז דאס האט געמאכט דער פריערדיגער רב, איז דאס אמת ? עס הערט זיך מאדנע.

איז פארהאן א באבובע ניגון אויף די ווערטער רחם על ציון ?
~ פארוואס האסטו פיינט דער וואס האלט אנדערש ווי דיר? ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

עס איז דא א שיינע שטייטע ניגון וואס מזונגט אפאר מאל א יאר אין באבוב אויף יום שבתון קען עס דא איינער שאפן ביטע?
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

צװיי איז א ניגון װאס מענ זינגט אסאך מאל אויף קדיש יו״ט אין באבוב, װייסעך נישט דער מקור

אהבתי איז לכאורה א טעות און בכלל נישט א באבובער ניגון (עכ״פּ נישט פון די רבי׳ס זצ״ל אדער בכלל באקאנט)

אויף רחם איז דא א הערליכע הארציגע קאמפאזיציע פונעם קדושת ציון זצ״ל הי״ד
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:ביי א ברית האב איך געזעהן קלאר דעם פריעדיגען רב זי"ע אויפשניידען די חלה אינגאנצען פאר די ברכה
איך האב דעמאלט געפרעגט ווי אזוי דאס שטימט מיט דעם רמ"א אין קס"ז סעיף א
יחתוך פרוסת הבציעה וצריך לחתוך מעט שאם יאחוז בפרוסה יעלה שאר ככר עמו....

און מען האט מיר געזאגט אז איז דאס לפי שיטת איינעם פון די פריערדיגע פוסקים ווער געדענק איך נישט
לעצטענס געווען ביי א ברית אין 45 האב איך געזעהן אדמו"ר שליט"א אויפשניידען אינגאנצען

איך האב אמאל געהערט פון א באבוב׳ער איד די מקור, א שאד איך האב עס נישט פארשריבן.
איך וועל בל״נ פראבירען אים איבער צו פרעגן.
דערווייל אויב איינער ווייסט די מקור איז ער מכובד עס צו ברענגן.

נו !
אך האב געמיינט אז דס איז א אשכול כללי וואס איז כולל מנהגים אויך
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובה דורך חמרא טבא »

אהבתי כי ישמע איז יאסעלע מאנדלבוימ'ס ניגון
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

verveist האט געשריבן:אויף רחם איז דא א הערליכע הארציגע קאמפאזיציע פונעם קדושת ציון זצ״ל הי״ד

איז עס ריקארדירט געווארן אמאל ? אין מיינע ארכיוון טרעף איך דאס נישט.
~ פארוואס האסטו פיינט דער וואס האלט אנדערש ווי דיר? ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ניין די מעשה גייט אז ער'ט געמאכט דער ניגון ווען איינער האט עם געפרעגט צו ער קען מאכן א ניגון נוסח קארלבאך...
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

חמרא טבא האט געשריבן:ניין די מעשה גייט אז ער'ט געמאכט דער ניגון ווען איינער האט עם געפרעגט צו ער קען מאכן א ניגון נוסח קארלבאך...

מכותלי דבריך ניכר שאתה מתייחס לאהבתי כי ישמע אבל אני הייתי מתייחס לרחם על ציון.
~ פארוואס האסטו פיינט דער וואס האלט אנדערש ווי דיר? ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

איים סארי! :oops:
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

איך בין זיכער אז עס איז פאראן רעקארדירונגען דערפון אבער איך פארמאג נישט קיין רעקארדירונג אוצר
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

ניגון רחם על ציון איז נישט פון די קדשו"צ זי"ע נאר פון בנו אדמו"ר מהר"ש זי"ע
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

מאקאווער האט געשריבן:עס איז דא א שיינע שטייטע ניגון וואס מזונגט אפאר מאל א יאר אין באבוב אויף יום שבתון קען עס דא איינער שאפן ביטע?

ס'איז צוזאם געשטעלט פון צוויי תנועות
מ'זינגט עס אויך אויף איינע פון די שטיקלעך פון אליהו הנביא, אויף איש קרא קנא קנאתי, קענסט עס הערן אנהייב אשכול
איך מיין מ'זינגט עס פרשת נח, און פאר שבועות, אויב איך מאך נישט קיין טעות
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

די ניגון וישמחו כל חוסי בך וואס מזינגט אין באבוב איז א סקולענער ניגון, וויאזוי איז דאס אנגעקומען קיין באבוב ?

די ניגון ברוך הוא אלקינו אשר טוב גמלנו האב איך געהערט זינגען אין באבוב, איז דאס א באבובער ניגון ? איך האב דאס געטראפן אויף א וויזניצע אלבום.
~ פארוואס האסטו פיינט דער וואס האלט אנדערש ווי דיר? ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

דוד משה האט געשריבן:די ניגון וישמחו כל חוסי בך וואס מזינגט אין באבוב איז א סקולענער ניגון, וויאזוי איז דאס אנגעקומען קיין באבוב ?

די ניגון ברוך הוא אלקינו אשר טוב גמלנו האב איך געהערט זינגען אין באבוב, איז דאס א באבובער ניגון ?

ניין ס'איז נישט
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

דוד משה האט געשריבן:די ניגון ברוך הוא אלקינו אשר טוב גמלנו האב איך געהערט זינגען אין באבוב, איז דאס א באבובער ניגון ? איך האב דאס געטראפן אויף א וויזניצע אלבום.

דער מחבר פון דער ניגון איז יענקי דאסקאל פון ארה"ק די באבובע האבן עס אויפגעפיקט ביי די באבוב וויזניצע חתונה
דביה תחדי נפשא
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

קיקיון האט געשריבן:
מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:ביי א ברית האב איך געזעהן קלאר דעם פריעדיגען רב זי"ע אויפשניידען די חלה אינגאנצען פאר די ברכה
איך האב דעמאלט געפרעגט ווי אזוי דאס שטימט מיט דעם רמ"א אין קס"ז סעיף א
יחתוך פרוסת הבציעה וצריך לחתוך מעט שאם יאחוז בפרוסה יעלה שאר ככר עמו....

און מען האט מיר געזאגט אז איז דאס לפי שיטת איינעם פון די פריערדיגע פוסקים ווער געדענק איך נישט
לעצטענס געווען ביי א ברית אין 45 האב איך געזעהן אדמו"ר שליט"א אויפשניידען אינגאנצען

איך האב אמאל געהערט פון א באבוב׳ער איד די מקור, א שאד איך האב עס נישט פארשריבן.
איך וועל בל״נ פראבירען אים איבער צו פרעגן.
דערווייל אויב איינער ווייסט די מקור איז ער מכובד עס צו ברענגן.

נו !
אך האב געמיינט אז דס איז א אשכול כללי וואס איז כולל מנהגים אויך

הרב קיקיון! עשיתי כמו שאמרתי איך האב אנגעפרעגט א גוטער איד, ער האט מיר געשיקט א מראה מקום, איך וועל עס בל״נ באלד ארויף לייגן, איך געב אייך די כיבוד עס צו מסביר זיין פארן חשוב׳ן ציבור (ואני בתוכם, איך האב פשוט נישט די צייט עס נאכצוקוקען).
יישר כח למפרע!

מכתבי הרה״ג ר׳ נחום מאיר גערמאן שליט״א, בענין לחתוך כל הפת לפרוסה ואוחזין שני פריסותו בידיו מהודק, ומ״מ מיקרי פת שלום, מובא בב״י סי׳ קס״ז בשם הגהות מיימונית בשם הר״ב, שם ד״ה וצריך לחתוך.
ראה ג״כ במרדכי מס׳ עירובין אות תקכ״ה.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:הרב קיקיון! עשיתי כמו שאמרתי איך האב אנגעפרעגט א גוטער איד, ער האט מיר געשיקט א מראה מקום, איך וועל עס בל״נ באלד ארויף לייגן, איך געב אייך די כיבוד עס צו מסביר זיין פארן חשוב׳ן ציבור (ואני בתוכם, איך האב פשוט נישט די צייט עס נאכצוקוקען).
יישר כח למפרע!
מכתבי הרה״ג ר׳ נחום מאיר גערמאן שליט״א, בענין לחתוך כל הפת לפרוסה ואוחזין שני פריסותו בידיו מהודק, ומ״מ מיקרי פת שלום, מובא בב״י סי׳ קס״ז בשם הגהות מיימונית בשם הר״ב, שם ד״ה וצריך לחתוך.
ראה ג״כ במרדכי מס׳ עירובין אות תקכ״ה.

איך קען נישט מסביר זיין ווייל איך פארשטיי נישט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

זעה איך נישט פון װי איר נעמט אז דער הגהות רעדט אז מען דארף נאך חיתוך אדרבה, נאר דער ב״י נעמט נישט אן װי אהים
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

verveist האט געשריבן:זעה איך נישט פון װי איר נעמט אז דער הגהות רעדט אז מען דארף נאך חיתוך אדרבה, נאר דער ב״י נעמט נישט אן װי אהים

דאין לחוש לכך כיון שסוף סוף יש לחתוך ולבצוע לית לן בה וקרי שפיר שלם
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

יא יא דאין לחוש לכך עס נאר דורכצושניידען אזויפיל אז װען מען כאפט אן די קליינע זאל נאך מיטקומען די גרויסע, נאר מען קען עס אינגאנצען דורכשניידען און עס הייסט נאך אלץ א שלם װיבאלד מען דארף עס סייװי צושניידען!

אדרבא קוקט נאך אין מקור און זאגט אונז אויב מיר לערנען ריכטוג
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

verveist האט געשריבן:יא יא דאין לחוש לכך עס נאר דורכצושניידען אזויפיל אז װען מען כאפט אן די קליינע זאל נאך מיטקומען די גרויסע, נאר מען קען עס אינגאנצען דורכשניידען און עס הייסט נאך אלץ א שלם װיבאלד מען דארף עס סייװי צושניידען!

אדרבא קוקט נאך אין מקור און זאגט אונז אויב מיר לערנען ריכטוג

דאס הייסט אז דער הגהות רעדט פון א גרויסע רבי'שע חלה און א קליין סעודה ג' בילקע פון קוים א כביצה
דארף מען עס לאזען מחובר
איך זעה נישט אז אין הגהות
Untitled.gif
זאל זיין סמוכים לדבריך מער ווי אין בית יוסף
עס איז דא הסבר פארוואס מען איז נישט חושש אויף דעם ב"י?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

איך פארשטיי נישט װאס איז אייך שװער ער ברענגט קודם א מחלוקות װיפיל דארף נאך בלייבען ״נישט״ דורכגעשניטען און עס זאל נאך הייסען א שלם,
און דערנאך דער הגהות אז אפילו מען שניידט עס יא דורך הייסט עס נאך אלץ א שלם (װיבאלד ער גייט עס יעצט סייװי אויף שניידען)
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

חמרא טבא האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:די ניגון ברוך הוא אלקינו אשר טוב גמלנו האב איך געהערט זינגען אין באבוב, איז דאס א באבובער ניגון ? איך האב דאס געטראפן אויף א וויזניצע אלבום.

דער מחבר פון דער ניגון איז יענקי דאסקאל פון ארה"ק די באבובע האבן עס אויפגעפיקט ביי די באבוב וויזניצע חתונה

במחילה גדולה, דער ניגון האט דער באבובער רב ז״ל פארפאסט, חזן ר׳ דוד ווערידגער זינגט אויס אויף זיין פלאטע, וואס איז ארויסגעקומען צענדליגע יארן איידער די וויזניצער באבובער חתונה, שנת תשכ״ח, זעה דא., דאס איז א שיינע פאר יאר פאר דער דאסקאל איז געבוירן געווארן.
לעצט פארראכטן דורך איטשע אום דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 12:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דוד משה האט געשריבן:איך האב געטראפן עטליכע באבובע ניגונים געזונגען ביי יאקאב פארברענגען, ביטע אידענטיפיצירן
איינס
צוויי א גאנץ באוואוסטע שנעלע ניגון
דריי
פיר
פינף
זעקס
אהבתי כי ישמע אין די פייל שטייט אז דאס האט געמאכט דער פריערדיגער רב, איז דאס אמת ? עס הערט זיך מאדנע.
איז פארהאן א באבובע ניגון אויף די ווערטער רחם על ציון ?

איינס: שבת שקלים טיש ניגון, באזירט אויפ די ווערטער פון די יוצרות ביי מוסף ״אשכול איווי״, נתחבר ע״י הקדושת ציון, די חברה זינגען אבער אביסל פאלש.
צוויי: אן אלטער גאליציאנער ניגון, כ׳ווייס נישט ווער ס׳האט עס מחבר געוועזן, פאסט פאר לא תבושי און קדיש.
דריי: איז מיר נישט באקאנט, ס׳איז נישט קיין באבובער ניגון.
פיר: כנ״ל
פינעף: א ניגון פון ר׳ עזריאל מאנדלבוים, א ניגון א שטיק הארץ, פאסט אויף כל מקדש, הא׳ הפותח, וכל מאמינים.
זעקס: ר׳ חיים דוד בלומ׳ס א טיש ניגון, פאסט פאר הא׳ הפותח , און ברוך ה׳ יום יום.
אהבתי: איז ר׳ יאסעלע מאנדלבוימ׳ס א קאמפאזיציע.

ס׳איז דא א ניגון אויף ׳רחם על ציון׳ פון דער דער רב ז״ל.
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”