שומרים קארטליך

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אלטע איד
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 11, 2014 8:10 pm

שומרים קארטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע איד »

א עוולה שאין כמהו,

מיין זוהן קומט היינט אהיים פון חדר מיט קארטלך וואס זענען מסביר ווי שלעכט די אינטרנט איז, רבותי, סאיז כלו כל הקיצין, די שטריק האט זיך שוין איבערגעריסען. כבין ממש סעפרייזד.

כקען נישט גלייבן נארמאלע מענטשן האבן אדורך געטראכט דער שריט.

איך האב א סמארטפאון מיט א שטארק פילטער, געפילטערט דורך טעג, די ביזנעס פארלאנגט, כהאב שוין געטרייט אזויפיהל מאל נישט צו האבן אין מיין באזוץ, אבער ליידער דארף איך עס.
לכבוד דעים האב איך דווקא א פאראטישע סמארטפאון, נישט קיין שרייעדיג, אין פראביר ווי ווייניגיר צו ניצן.
קומט מיר פארדעים אז מיין אייגן זוהן זאל מיר אפיר האלטן?
וואס איז די פלאן דא? צו ניצן מיין זוהן קעגן מיר? וואס דארפ איך טוען יעצט?
כדארפ מסביר זיין מיין זוהן אז איך בין א שייגץ אדער כדארף עיהם מסביר זיין אז די רבי איז נישט ריכטיג פארן אויס געבן די קארטלך?
ווייל אלץ טאטע בין איך עיהם עיהם שולדיג א הסברה,
ממילא ווען איינער טיילט די קארטלך אויפן גאס, נניח.
אבער די קארטליך זאלן וערן געטיילט מטעם המוסדות? סאיז א קינדעריש רשעות.
דער אינגערמאן דער קל, גייט יעצט אויפ געבן די סמארטפאון? אין די אינגערמאן וואס דארפ עס נעבעך פאר פרנסה קען עס נישט אויפ געבן.
קען מען זאגן אויפ איין פראצענט טוט די קארטליך אויפ? זיכער נישט,
אסאך מער שאדן ווי פארקערט.
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

אפשר זע דיין קינד זאל נישט וויסן אז דו האסט עס
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

די ציהל פון די קארטלעך איז לכאורה אריינצוברענגען אין די קינדער אן עקל און אן אפשיי קעגן די אלע סארט כלי מכשירים, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א סוקסעספולע פראיעקט.

רובא דרובא פון די אינגעלייט און פרויען וואס דרייען זיך ארום מיט די כלי מכשירים דארפן דאס נישט לצורך פרנסה, און פונדעסטוועגן האלטן זיי זיך נישט ביים שיידן דערפון פאר סיי וועלכע פרייז. עס איז נישט קיין שום חסרון אויב א קינד קוקט אראפ זיין טאטע אדער מאמע פארן האבן א סמארטפאון מכלומרש'ט לצורך פרנסה, ווען למעשה נוצט זיי עס אויף אנדערע שוואוילטאגן.

פארשטייט זיך אז אזעלכע עלטערן ווערן אויפגעהיצט היתכן מען נידערט זייער אימעדזש, זייער רעספעקט, ביי חברים און ביי די אייגענע קינדער. אבער איהו דאפסיד אנפשייהו. זיי ווילן גיי בשרירות ליבם און די קינדער זאל איהם נאך רעספעקטירן? זיי ווייסן דאך גאנץ גוט מיט וויפיל ראויות אסורות, שפיכות דמים, רציחה, לשון הרע, זיי ווערן נכשל מידי יום ביומו, אפילו ווען מען האט שוין א פילטער, און מיט דעם אלעם נוצן זיי דאס ווייטער. מען רעדט נישט דא פון קיין מנהגים, חומרות, תקנות, וכדומה, דאס רעדט מען דאך פון איסורי דאורייתא אויף וועלכע מען טרעט בשאט נפש ובריש גלי.

מען האט שוין אלע מיטלען פרובירט, עס איז בלויז געבליבן צו ראטעווען די קינדער זייערע. עס איז צום האפן אז אויב וועט מען אריינגעבן אן עקל אין די קינדער צו די כלים וועט דאס אסאך העלפן אויף זיי שפעטערע יארן זיי זאלן דאס נישט וועלן אין די הענט נעמען. און פאר די עלטערן, כולי האי ואולי אז אויב וועלן זיי אנערקענען אז זיי ווערן אראפגעקוקט וועלן דאס זיי אפשר אויפטרייסלן און צווינגען זיך צו שיידן מיטן באליבטן בערעלע.

ובנוגע דיין מציאות, הא לך כלל גדול. א קינד פון א טאטע וואס דארף דאס באמת, און איז אפגעהיטן באמת, ער ניצט דאס נאר לפי ובעת הצורך, ס'ליגט נאר אין קאר, מען נוצט דאס די מינומום, ער האט א צווייטע טעלפאן פאר אינדערהיים, און מען רעדט אליין כסדר קעגן די כלים, וכו' וכו' זיינע קינדער וועלן איהם נישט אראפקוקן, זיי וועלן שפירן דאס אמת'דיגקייט. אבער אויב נוצט דער טאטע די סמאטפאון מיט א געשמאקייט און אלס א לכתחילה, דאן זענען די קינדער אין א סכנה.

כנלענ"ד ועם כל זאת האלט איך אז די קארטלעך דארפן קאנטראלירט ווערן דורך אנגענומענע רבנים. אייגענע אקציעס ברענגט נאר אונטער כלל ישראל.
לעצט פארראכטן דורך פ' לך לך אום מאנטאג אוגוסט 29, 2016 2:44 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

זאגסט גוט, שוין לאנג נישט געליינט אידישע דיבורים
די לעצטע שטיקל, עכט דארף אזוי זיין ווען וועלט וואלט געווען וועלט, אבער לעת עתה געשעט עס נישט, ס'איז יעקעלס און זלמנס וואס קענען נאך עפעס ראטעווען. ווער עס האט א טעפל וואסער גיסט אויפן שריפה.
אוועטאר
yankelshister
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 7:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankelshister »

פ' לך לך האט געשריבן:רובא דרובא פון די אינגעלייט וואס דרייען זיך ארום מיט די כלי מכשירים דארפן דאס נישט לצורך פרנסה

מקור?
יאנקל שיסטער איז גערעכט...
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

פ' לך לך האט געשריבן:ועם כל זאת האלט איך אז די קארטלעך דארפן קאנטראלירט ווערן דורך אנגענומענע רבנים. אייגענע אקציעס ברענגט נאר אונטער כלל ישראל.
פאר קריטיק דריקט דא
סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמס »

yankelshister האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:רובא דרובא פון די אינגעלייט וואס דרייען זיך ארום מיט די כלי מכשירים דארפן דאס נישט לצורך פרנסה

מקור?



א מקור פארדעם איז נישטא, און א מקור אויף דעם אנדערן רשעותדיגן ליגענט וויפיל עבירות מען טוט אלץ אפ מיט די געפילטערטע כלים האט אויך נישט קיין שום מקור, די קהלות האבן געמאכט גוטע פילטערס ב״ה און אפגעראטעוועט דעם דור, די רשעיםליך וואס זאגן אז זיי מיינען דעם אויבערשטען אבער אין הארץ ווילן זיי פאר פרזענליכע סיבות אינטערברענגן הנהגה, פאר זיי איז פארהאן א ספעציעל גרויסע גיהנם
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

פ' לך לך האט געשריבן:די ציהל פון די קארטלעך איז לכאורה אריינצוברענגען אין די קינדער אן עקל און אן אפשיי קעגן די אלע סארט כלי מכשירים, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א סוקסעספולע פראיעקט.


פ' לך לך האט געשריבן:עס איז צום האפן אז אויב וועט מען אריינגעבן אן עקל אין די קינדער צו די כלים וועט דאס אסאך העלפן אויף זיי שפעטערע יארן זיי זאלן דאס נישט וועלן אין די הענט נעמען.


האיך יתקיימו שניהן? ממה נפשך, איז עס שוין א סוקסעס, אדער איז נאר צום האפן אז עס וועט זיין א סוקסעס?
לדעתי וועט מען נישט קענען וויסן צי עס איז סוקסעספול ביז אין "די שפעטערע יארן" ווען אונזערע קינדער וועלן אונטערוואקסן און אריינגיין אין ביזנעס, און דאן וועט מען זעהן למפרע ווי שטארק איז געבליבן אין זיי די השפעה פון די שומרים קארטלעך.


פ' לך לך האט געשריבן:עס איז נישט קיין שום חסרון אויב א קינד קוקט אראפ זיין טאטע אדער מאמע פארן האבן א סמארטפאון מכלומרש'ט לצורך פרנסה, ווען למעשה נוצט זיי עס אויף אנדערע שוואוילטאגן.

אין וועלכע תורה שטייט דאס?
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7050
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

גראדע האב איך נישט קיין סמארט פאון, אויך נישט קיין געפילטערטע. אבער די קארטלעך לערנען לענ"ד אויס ליבערשט חוצפה אוואו ערליכקייט. אז א קליינער ראצער זאל קענען פארהאלטן אן עלטערן מענשט, אן וואוסען צו יענער האט א הכשר איז אן עקל און א גרויל. דער קינד פייגערט פאר דעם סמארט פאון און ליידער וועלן רוב רובם פון די טיילער קינדער, אויב וועט זיי אונטערקומען צו קוקען עפעס אינטערסאנט, דאן וועט ער קוקען, אבער אויב "יענער" וועט קוקען, דאן וועט ער פארשרייען.

עס איז ליבערשט חוצפה קארטלעך אוואו חינוך קארטלעך
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

דעוויס האט געשריבן:אפשר זע דיין קינד זאל נישט וויסן אז דו האסט עס

דאס איז די אידישע וועג? א טאטע זאל דארפן זיך באהאלטן פון זיינע קינדער?
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

מה פתאום??? האט געשריבן:
דעוויס האט געשריבן:אפשר זע דיין קינד זאל נישט וויסן אז דו האסט עס

דאס איז די אידישע וועג? א טאטע זאל דארפן זיך באהאלטן פון זיינע קינדער?

פ"וו איז דיר אינטערעסאנט די אידישע וועג, אבער יא. נישט אלעס וואס עלטערע טוען קענען קינדער מיטהאלטן ודל.
אלטע איד
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 11, 2014 8:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע איד »

פ' לך לך האט געשריבן:די ציהל פון די קארטלעך איז לכאורה אריינצוברענגען אין די קינדער אן עקל און אן אפשיי קעגן די אלע סארט כלי מכשירים, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א סוקסעספולע פראיעקט.

קענסט אפשר מסביר זיין אין וועלעכע הינזיכט? כהאב עפעס נישט געהערט גרויסע רעזאלטאטן.

פ' לך לך האט געשריבן:עס איז נישט קיין שום חסרון אויב א קינד קוקט אראפ זיין טאטע אדער מאמע פארן האבן א סמארטפאון מכלומרש'ט לצורך פרנסה, ווען למעשה נוצט זיי עס אויף אנדערע שוואוילטאגן.

מ'דארף גרויסע פלייצעס צו שיסן אזעלעכע סטעיטמענטס, האסט אפשר אזוי געהערט פון א רב?


פ' לך לך האט געשריבן:מען האט שוין אלע מיטלען פרובירט, עס איז בלויז געבליבן צו ראטעווען די קינדער זייערע. עס איז צום האפן אז אויב וועט מען אריינגעבן אן עקל אין די קינדער צו די כלים וועט דאס אסאך העלפן אויף זיי שפעטערע יארן זיי זאלן דאס נישט וועלן אין די הענט נעמען. און פאר די עלטערן, כולי האי ואולי אז אויב וועלן זיי אנערקענען אז זיי ווערן אראפגעקוקט וועלן דאס זיי אפשר אויפטרייסלן און צווינגען זיך צו שיידן מיטן באליבטן בערעלע.

לכאורה א זירא סאקסעס ראטעת טאמער איז א טאטע ח"ו געקלעבט צום כלי גייט די קארטלעך זיכער נישט העלפן
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

דעוויס האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:
דעוויס האט געשריבן:אפשר זע דיין קינד זאל נישט וויסן אז דו האסט עס

דאס איז די אידישע וועג? א טאטע זאל דארפן זיך באהאלטן פון זיינע קינדער?

פ"וו איז דיר אינטערעסאנט די אידישע וועג, אבער יא. נישט אלעס וואס עלטערע טוען קענען קינדער מיטהאלטן ודל.

באמערקסט אז מ'קען נישט מיט דיר פירן קיין דיסקוסיעס? וואו קומט די אטאקע דא אריין פאר א שווארץ יאר?

ודי פארענטפערט גארנישט, די קינדער דארפן נישט מיטהאלטן וואס מ'טוט אויפן פאון אבער הייסן באהאלטן פון די קינדער איז נישט תורה'דיג, און ווען זיי וועלן געוואויר ווערן וועט זיין צרות.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

די נקודה איז איין זאך: אויב האסטו 'באמת' נישט קיין ברירה, דו 'מוזט' עס האבן לצורך פרנסה, און דו זיצט נישט מיט דיין ב"ב און ווייזט איר זאכן דערויף (ווער רעדט נאך אויב זי האט דאס נאך אויך, אויך לצורך פרנסה?), און דו ביסט נישט פארנומען 'וואטס-עפּן' מיט חברים וכדו', און דו זיצט נישט ביי נאכטמאל אין שטוב מיט די רעכטע האנט דעם לעפל און די לינקע האנט דעם טעלעפאן, אדער דו שיסט נישט אויס אין א געלעכטער ווען א געוויסע פיקטשער קומט אריין, וכדו' - דאן וועלן דיינע קינדער זייער קלאר פארשטיין אז דו 'דארפסט עס האבן' לצורך פרנסה, און זיי וועלן דיר נישט אראפקוקן. קינדער זענען נישט קיין בהמות, זיי פארשטייען זייער גוט א עסק.

ובכלל איז היינט מער נפוץ געווארן, וואס אסאך זעהן א לעזונג צו דעם פראבלעם, צו זיך איינהאנדלען א טעבלעט און עס כשר'ן כדבעי, וואס דאס קען מען האלטן אין קאר, אין שלאף צימער וכדו' (א קינד מעג וויסן אז דער טאטע זיינער האט אזאנס לצורך פרנסה, ווילאנג ער כאפט נישט דעם טאטן פארוויילן שעות לאנג זיך אונטערהאלטנדיג דערויף), און א טעלעפאן קען מען האבן א פשוט'ע, וואס דעמאלסט וועט דער קינד בכלל נישט פרעגן קשיות אויפן טאטן, און דער טאטע וועט קענען זיין מער א געזונטע טאטע פארברענגענדיג געשמאק מיט די קינדער.
לחיים ולברכה!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ווען א קינד "ווייסט" אז די טאטע האט א סמארט פאון איז אנדערש ווי ווען קינד "זעהט" אז די טאטע האט (שפילט זיך... מיט) א סמארט פאון.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

צו געזונט האט געשריבן:
עס איז ליבערשט חוצפה קארטלעך אוואו חינוך קארטלעך

מיינע חברה דרייען זיך מיט הונדערטער פון די קארטלעך, דערווייל האב איך נאכנישט געזען אן אויפשטייג פון די חוצפה ראטע אין מיין שטוב.

דאקעגן האב איך געזען אין זיי אן אויפשטייג פון אפשיי און א חוזק פון א סמארטפאון.

און איך בין זייער צופרידן דערמיט, זאלן זיי נאר אנהאלטן ווייטער.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

קומט צו מיר צו א בחור'ל און כמנהגם פרעגט ער :כקען אפשר בארגן אייער טעלעפאון?

נעםאיך עס ארויס און ער דרייט זיך אויס שפאצירט אוועק און גייט בארגן פון א צווייטן...

ניטאמאל געפרעגט צו עס האט א פילטער...

די נעקסטע טאג האב איך זיך איינגעהאנדעלט א 2'טע טעלעפאון...

(מיין ב"ב האט געוואלט וויסן ווער דער בחור'ל איז זי האט אים געוואלט אנרופן זיך באדאנקען...)
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

איך אלס בחור וואלט איך אוועק געוואקט מיט די פאון [מען קען האבן א פאון אימזיסט און נאך הייסען א קנאי אויך]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

געהערט עפעס א מעשה (כנעם נישט קיין אחריות אויף ווארהייט) איבער איינער וואס א שכן האט אים אריין געלייגט זיין טעלעפאון אין בליעטש, און אים באצאלט דערפאר...

פסאזוי
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
קרית יואל
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:35 pm
לאקאציע: געפינט זיך ערגעץ אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל »

פארבינדן האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:ועם כל זאת האלט איך אז די קארטלעך דארפן קאנטראלירט ווערן דורך אנגענומענע רבנים. אייגענע אקציעס ברענגט נאר אונטער כלל ישראל.


עס ווערט קאנטראלירט דורך אנגענומענע רבנים. עס איז נישט קיין אייגענע אקציעס !!!
געפונט זיך אין קרית יואל
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

אלטע איד האט געשריבן:קען מען זאגן אויפ איין פראצענט טוט די קארטליך אויפ? זיכער נישט,
אסאך מער שאדן ווי פארקערט.

אוי ווי ס'טוט אויף.
מיינע קינדער מאכן חוזק פון סמארטפאונס טאג און נאכט, מ'שטודירט יעדע קארטל וואס ס'מיינט, און דאס איז דער תכלית דערפון, זאלן זיי וויסן אז מ'דארף שטיין מיילן דערפון, זאלן זיי זיך עקלן דערפון, זאל זיי זיך בכלל נישט גלוסטן דערצו, זאלן זיי לאכן דערפון אין די פויסטן אריין.
אלטע איד
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 11, 2014 8:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע איד »

די ציל איז נישט שיינע קינדער, די ציל איז לכאורה קינדער וואס זייער טאטעס האבן סמארטפאון אזוי ווי איינער האט דא פריער דערמאנט.
אויפ טוען מיינט אז אידן זאלן אויפגעבן די סמארטפאון, נישט אז שיינע קינדער זאלן חוזקן דערפון
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

אלטע איד האט געשריבן:די ציל איז נישט שיינע קינדער, די ציל איז לכאורה קינדער וואס זייער טאטעס האבן סמארטפאון אזוי ווי איינער האט דא פריער דערמאנט.
אויפ טוען מיינט אז אידן זאלן אויפגעבן די סמארטפאון, נישט אז שיינע קינדער זאלן חוזקן דערפון

מיינסט קליינע?

פונקט פארקערט! איך מיין אז די ציהל איז דוקא אויף קליינע קינדער זיי צו מסביר זיין על פי דרכו, איינבראקן מיט ליצנות דע"ז וכו', ממילא גם כי יסכין לא יסור

אבער נישט צו ביליג מאכן דעם טאטן וכדו' (עכ"פ טאמער ווערט עס געפירט דורך רבנים -ווי אויבן דערמאנט- מיט א ריכטיגע דעת תורה) וואס א טאטע דארף מען שעצן בכל אופן אפילו א פורק עול רח"ל
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
דער פאני מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער פאני מענטש »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך אלס בחור וואלט איך אוועק געוואקט מיט די פאון [מען קען האבן א פאון אימזיסט און נאך הייסען א קנאי אויך]


ביז גניבה
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

אלטע איד האט געשריבן:די ציל איז לכאורה קינדער וואס זייער טאטעס האבן סמארטפאון אזוי ווי איינער האט דא פריער דערמאנט.
אויפ טוען מיינט אז אידן זאלן אויפגעבן די סמארטפאון

דער ציל איז צו ראטעווען דעם אינגען דור און צו האמערן אין די קינדער און בחורים צו שטיין ווייט דערפון כמטכווי קשת.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”