אורות?! טיילט זיי מיט אנדערע..

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2015 11:26 am
לאקאציע: צווישן דער פריזער און מאגנעט..

נאך א פסח.. נאך א טשענס..

תגובהדורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ » זונטאג מאי 22, 2016 2:45 pm

קיין תחנון געזאגט
א שמחה מ'טראגט
דעם בעל תפלה אנגעזאגט
מ'האט זיך געפלאגט..

הער מיך צו
ס'איז פסח שני
מצה עסן איך טוה
אין א טאג אזא שיינעם בלי..

אין שום יאוש..

יחיש וואס גייט פאר?
קום אריין קלאר?!
ס'פסח שני איז וואר?
ווי קומט יאוש אריין גאר?!

יא מיין ברודער
מאך נישט קיין גערידער
איך וועל עס ערקלערן, צו-דיר
שיין און מסודר..

אין שום יאוש..

אידן אינעם וויסטן מדבר
פסח אריבער יעצט נאר
ריינע אידן, געשפירט אזא אור
די תורה איז מעיד, א 'דעה דור'..

אבער אין דער זייט, אין ווינקל
אפאר אידעלעך, גאר טונקל
זיי זענען נישט זוכה צום פייער פינקל
די אפר פרה, אויף זיי א ספרינקל..

אין שום יאוש..

אנשטאט וויינען און אויפגעבן
דעם פסח נישט מיטלעבן
זענען זיי געבליבן מיטן שטרעבן
און.... דער טאטע האט זיי נאכגעגעבן

צו משה'ן געקומען צו גיין
מיט טרערן מיט געוויין
"למה נגרע" טוה פארשטיין
און געב אונז א טשענס, נאך איין

אין שום יאוש..

משה, פון אויבן פרעגט אן
וואס קען א איד טאן
ווען עס איז צובראכן, זיין פאן
און ס'איז א מצב פון "עפטער-נון"

דער אייבישטער זיך אנטפלעקט
זיין רחמנות אויפגעדעקט
אין געלערנט פאר אלע דורות
די 'ברסלבע' תורות

אין שום יאוש..

ס'איז קיינמאל שפעט
אפילו מ'איז טמא מ'זעהט
צום בורא צו-טרעט
אויך מיט א טרוקענעם געבעהט..

ווי א מקוה דיר וואשן ער וועט
מאכן פון דיין יצר א געשפעט
געדענק מיין ברודער שריי מיט מיר
"נאך א טשענס איז דא פאר דיר"..

אין שום יאוש..
יחיש נעמט מיט גליק אן, דעם נייעם פאסטן
שרייבן פאעמעס, פאר ווער ס'לאזט זיך קאסטן
ס'הערט זיך פאני?! סאמטינג פישי?!
געט נאר יחיש'ן א קוועטש, אין אישי..

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג מאי 22, 2016 2:50 pm

יחיש ! A-1 געוואלדיג !
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג מאי 22, 2016 8:40 pm

יחיש, ווי אלעמאל
טוסט אונז דערקוויקן
דיין פעדער זאל קיינמאל
ווערן טרוקן
אין אמעריקע, איז עדות, פאררעכנט ווי הונדערט פראצענטיגע פרוף, מ'טוט כסדר אריינווארפן מענטשן אין טורמע, ריאונירן זייערע לעבנס, און זיי אומברענגען, געבויט אויף אזא באווייז. ווען די מידיע זאגט אז ס'איז נישט דא באווייז, ווייסן זיי אויך אז ס'איז ליגנד.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג מאי 23, 2016 9:54 pm

יחיש, צום ערשטן מאל דא אריינגעפאלן ,
און איך מוז דיר זאגן יחיש, ביסט מעידזשער!!

פול מיט טאלאנט,
אזעלכע אורות שיינט,
מיט זיין פאעזיע באקאנט,
נישט פון נעכטן און היינט,

האניג קיין פארגלייך,
ווי שיין און רייך,
צוקער א געשפעט,
ווען פון יחיש'ן מ'רעדט...

חידושים אויפלייכטן כסדר ,
ס'כאפט אן א שוואכקייט ליידער,
העלפט אונז ווערן ריינער,
א ווארעמקייט אין די ביינער...

אויף יעדן זמן אזעלכע תורות,
עפענען די צינורות,
ארויס שלעפן פון די בורות,
דאס קען נאר יחיש מיט זיינע אורות...

לאמיר טאקע א יישר כח אפגעבן ,
פאר אונזער יחיש און אלע דערנעבן,
גאלדענע, בוחר, פארבינדן,
זאלן קענען מהנה זיין יודן זייער גאנץ לעבן!!
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2015 11:26 am
לאקאציע: צווישן דער פריזער און מאגנעט..

איינער אליין..

תגובהדורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ » זונטאג מאי 29, 2016 3:41 pm

היי טאטע, יחיש ווייטער צו דיר
שוואך, פון זאגן די זעלבע ווי פריער
אבער די, קיינמאל מיד פון מיר..

אנה אני אלך, טאטע ווי גייעך
אין תהום, אפשר אין הייעך
דיינע וועגן, נישט פארשטייעך..

יעלו שמים, ווי א צדיק 'שפיר איך'
קיינמאל קיינמאל, מחשבה פארליר איך
אפגעהיטן, מיין לעבן פיר איך..

ירדו תהומות, אין איין רגע
דאס ערגסטע, ווי א ווייסע נגע
קלעבט זיך אן, געשמידט ווי א פגע..

יחוגו וינעו, ווי א שיכור
פארטייבט אינגאנצן, אויף מיר איז ניכר
ליידער פארגעסן, פון לעבן - דעם עיקר..

וכל, חכמתם תתבלע
געלערנט, עצות בצהלה
אוועקגעפלויגן, ערגעץ למעלה..

איינער אליין
איך שטיי אין ווינקל, האלב פארטראכט..
ווי זאל איך גיין
ס'איז פינסטער טונקל, ווי אין דער נאכט..
טאטע מיין
איך בעהט ביי דיר, מיט אויגן פייכט..
איך זאל פארשטיין
וואו די שטערן, אין שווארצן הימל לייכט..


טאטע, איך פראביר גוט
אויף דיין זייט, זיין מ'טוט
מלחמות, אפילו מ'מאכט מיט..

פרייליך, איך בין גענוי
שלא שלא, עשנו גוי
אז די ווילסט אזוי – זאל זיין אזוי..

און אפילו, ס'שווער
צו דיר, איך זיך קער
ס'מיין איינציגע, געווער..

רעדן צו דיר, אין קעלט
א פראגע, פאר דיר געשטעלט
צו בין איך פארדעם, אויף דער וועלט..

זייער גוט, די ווייסט
פארוואס, אראפ איז מיין גייסט
און דאס, איז מיין טרייסט..

טאטע, יעדער פארשטייט
און ווען דער לעבן, אויף סקונדעס זיך בייט
קוק ווי מיין הארץ, אויסשרייט..

איינער אליין
איך שטיי אין ווינקל, האלב פארטראכט..
ווי זאל איך גיין
ס'איז פינסטער טונקל, ווי אין דער נאכט..
טאטע מיין
איך בעהט ביי דיר, מיט אויגן פייכט..
איך זאל פארשטיין
וואו די שטערן, אין שווארצן הימל לייכט..


ווייז מיר די שטערן
עס זאל מיר כאטש דאכטן
ווי צו גיין, מיר לערן
מיין וועלט אויפלייכטן..

ביי דיר אין שטוב
לאז מיר שוין אריין
האסט דאך מיר ליב
איך וויל מיט דיר גיין..

די ווילסט דאך אויך
אזוי שטארק ווי מיר
נו, וואס נאך מ'ברויך
עפן די טיר.....

איך וועל מיר נישט לאזן
אפילו עפענען וועסט נישט
ווען כ'שפיר ביזט פארדראסן
מיין רצון, האב איך דערפרישט..

זאל זיין מיין לעצטער מינוט
אויף דעם עולם
וועל איך ביי דיין טיר שטיין
ווי א ליימענע גולם..

זאל דער לעצטע בין השמשות
פונעם אלף השישי ברומען
וועל איך נאך גלייבן, אן חששות
אז משיח וועט קומען..

איינער אליין
איך שטיי אין ווינקל, האלב פארטראכט..
ווי זאל איך גיין
ס'איז פינסטער טונקל, ווי אין דער נאכט..
טאטע מיין
איך בעהט ביי דיר, מיט אויגן פייכט..
איך זאל פארשטיין
וואו די שטערן, אין שווארצן הימל לייכט..


איינער פארשטייט וואס יחיש וויל דא? אההה.. יחיש פארשטייט אויך נישט פונקטליך..
'וואוילע שעפעלע' ווארט נאר.. עס קומט א גוטס..
יחיש נעמט מיט גליק אן, דעם נייעם פאסטן
שרייבן פאעמעס, פאר ווער ס'לאזט זיך קאסטן
ס'הערט זיך פאני?! סאמטינג פישי?!
געט נאר יחיש'ן א קוועטש, אין אישי..

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג מאי 29, 2016 5:31 pm

יחיש טייערער:
ווי אייביג
ביסט אונז ממש מחי'
יעדעס מאל פונדאסניי
טוסטו אונז איבעראשן

זאלסט גיין מעלה מעלה
אן קיין אפשטעל
אין אמעריקע, איז עדות, פאררעכנט ווי הונדערט פראצענטיגע פרוף, מ'טוט כסדר אריינווארפן מענטשן אין טורמע, ריאונירן זייערע לעבנס, און זיי אומברענגען, געבויט אויף אזא באווייז. ווען די מידיע זאגט אז ס'איז נישט דא באווייז, ווייסן זיי אויך אז ס'איז ליגנד.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6355
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

יחיש'ל יחיש'ל..

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג מאי 31, 2016 1:52 pm

דער גאון הגאונים
אין שרייבן גראמען
חרוזים שונים
מיט אלע טעמ'ען

ס'צוגייט דאס הארץ
זיינע פאועמס צו ליינען
די טרערן שטארצט
ס'קומט צו וויינען

דאס זעל באנומען
אין די הויכע ספערן
אורות באקומען
ווי די שטערן

ווען יחיש'ל נעמט
דאס פעדער'ל אינעם האנט
זיין נשמה ס'ברענט
דאס זעהט מען קראנט

אוי יחיש יחיש.. טוה שוין תשובה..
ברענג'זשע תחוש.. נאך א תגובה..


ווי וואלט אויסגעזעהן
אן יחיש אונזער וועלטל
ס'וואלט געווען
ווי אין א פראסט אן קיין מאנטל

אזויפיל תוכן
צאמצושטופען
די פאועמס רויעכן
דאס הארץ זיי ציפן

דו האסט דאך די אורות
ביי דיר אין פעדער
פילט אן די בורות
פונעם הארץ פון יעדער

פונעם פעדער דיין
רינט שמן זך
בלייב נישט שטיין
מיר ווארטן אויף נאך

אוי יחיש יחיש.. טוה שוין תשובה..
ברענג'זשע תחוש.. נאך א תגובה..


דו ביזט נישט אליין
מיט דיר איז דער באשעפער
מיט א ניגון אזוי שיין
ביזטו שוין א טרעפער

ער איז מיט דיר
אין אלע אומשטענדן
מיט א ניגון א שיר
טוה זיך צו אים ווענדן

ובצאתי מן הקודש
מיט א ברכה דיר צו לויבן
אורות מיט א גודש
אנגעפילט ביז אויבן

זאלסט קענען שרייבן
אן קיין הפסקה
דיין פעדער'ל זאל בלייבן
אייביג מיט א ברכה

אוי יחיש יחיש.. טוה שוין תשובה..
ברענג'זשע תחוש.. נאך א תגובה..


@יחיש יו אר דע וואן ענד אנלי!! שכוח!!
טריסקער

אוועטאר
יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2015 11:26 am
לאקאציע: צווישן דער פריזער און מאגנעט..

תגובהדורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ » זונטאג יוני 05, 2016 1:59 pm

דער יצר (געפיל):
יחיש, קוק דיר אן
געפאלן,צובראכן די צאן
וואס קענסטו טאן
הייב שוין דעם ווייסן פאן..

ביזט סיי ווי א פארלירער
פונעם גוטס א טשירער
פארן שלעכטס א מארטירער
רעבעלט אינעם פירער..

גארנישט ווערט ביסט
ווייל וויפיל די טוסט
איז נאר ווייל די מוזט
ווי מורא פון א פאשיסט..

יחיש:

ניין, איך לאז מיר נישט פארדרייען
און ווען איך שפיר די אלע ווייען
טוה איך צו דיר טאטע שרייען
ווייל די טוסט מיר פארצייען
און מיין לעבן באנייען..

ס'איז געקומען די צייט
וואס איך וויל זיך צוריקערן צו דיר
איך רוף פון זייער ווייט
ווייל איך געדענק, אז די פארגעסט נישט פון מיר
ווען איך קום נאר, די עפנסט מיר די טיר..

איך בין א טאטע פון א קינד
דערפאר ווייס איך פון דעם
ער קען טון גרויסע זינד
זיך אריינלייגן אין א פראבלעם
אבער ווען ער קערט זיך צוריק, ווי ליעב האב איך עם..


מיין קינד זאל טון וואס נאר
און מיט א תירוץ פון 'דור'
פונעם ווען אפילו זיין סר
און אריין טיף אין בור..

די רגע וואס א שמייכל
איך באקום פון זיין היכל
טוישט זיך מיין שכל
מיין הארץ ווי פוטער ווייעך'ל..

און יעדע טאטע אזוי
פונקט די זעלבע געני
אפילו גדול עונו מנשוא
און מ'שרייט אוי אוי אוי..

דער אייבישטער אויך, אן קיין דעבאטע
טוט ער בהאי שעתא
די זעלבע מיט קינדער ווייטע
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע..

ממילא:

איז געקומען די צייט
וואס איך וויל זיך צוריקערן צו דיר
איך רוף פון זייער ווייט
ווייל איך געדענק, אז די פארגעסט נישט פון מיר
ווען איך קום נאר, די עפנסט מיר די טיר..

איך בין א טאטע פון א קינד
דערפאר ווייס איך פון דעם
ער קען טון גרויסע זינד
זיך אריינלייגן אין א פראבלעם
אבער ווען ער קערט זיך צוריק, ווי ליעב האב איך עם..

אייער ברודער יחיש,
יחיש נעמט מיט גליק אן, דעם נייעם פאסטן
שרייבן פאעמעס, פאר ווער ס'לאזט זיך קאסטן
ס'הערט זיך פאני?! סאמטינג פישי?!
געט נאר יחיש'ן א קוועטש, אין אישי..

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » זונטאג יוני 05, 2016 7:58 pm

יחיש ;l;p-
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2015 11:26 am
לאקאציע: צווישן דער פריזער און מאגנעט..

תגובהדורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ » זונטאג אוגוסט 28, 2016 3:57 pm

א חידוש פארציילט
א מענטש איז צוטיילט
ס'פארן אויפן זעלבן שיף
א נפש מיט א גוף..

דער גוף, דארף שלאפן, עסן
און טרינקען נישט פארגעסן
דער נפש, די זעלבע, אבער פארט,
פון גאר גאר אן אנדערער סארט..

ווען דער גוף איז מיד
וועט עסן, נישט ערפילן דעם געביט
ווען דער נפש דארף זיין ווילן
וועט ווילדע מוזיק.. סמארט פאון.. איר נישט ערפילן..

א קינד גאר קליין
קען נאכנישט אליין
אפטיילן און פארשטיין
גוט אדער געמיין


ער וועט פארן גוף געבן זאכן
ליקעריש.. קענדי'ס.. און דאס גלייכן
העלפן, אפשר אויף א מינוט צייט
אבער קיינמאל, נישט ווערן זאט..

"יראה", דארף דער טאטע מאכן
אפילו דאס קינד טוט נישט גלייכן
א קלוג קינד פארשטייט
פארוואס דער טאטע שרייט..

א קינד אן יראה פון טאטן
וועט זיכער שטארבן פון זיינע טאהטן
"גיי נישט אויפן גאדער" ס'קלאר
און פארשטענליך ביז גאר

אבער היינט, קינדער
פארשטייען נישט געשווינדער
"אהבה" דארף דער טאטע ווייזן
און געבן פארשטיין אצינדער

א קינד אן אהבה פון טאטן
וועט זיכער שטארבן פון זיינע טאהטן
און מ'דארף פארן קינד שענקן
ער זאל שטענדיג שפירן געדענקן

מיינע ברידער א חידוש פאר אייך
מיר זענען אלע אין נפש, צו קינדער גלייך
פונקט ווי ווען א קינד ארבעט נישט אויף זיך
שטענדיג אריינצוגיין אין גרעסערע שיך
און זיין קינדישקייט פארטרייבן
וועט ער קליין שטענדיג בלייבן

און ווי מ'קען אויף אסאך זעהן ווי געשריבן
זאכן וואס זענען ביי זיי נאך פון אלס קינד געבליבן
ווייל נאר דער גוף וואקסט פון זיך אליין
אבער שכל מוז מען מיטשלעפן, עס זאל מיטגיין

א קינד גאר קליין
קען נאכנישט אליין
אפטיילן און פארשטיין
גוט אדער געמיין


ער וועט פארן נפש געבן זאכן
זיך נאכלאזן, און דאס גלייכן
העלפן, אפשר אויף א מינוט צייט
אבער קיינמאל, נישט ווערן זאט..

"יראה", טוט דער טאטע מאכן
אפילו דאס קינד טוט נישט גלייכן
א קלוג קינד פארשטייט
וואס דער יראה באדייט..

א קינד אן יראה פון טאטן
וועט זיכער שטארבן פון זיינע טאהטן
"טוה נישט אן עבירה" ס'קלאר
און פארשטענליך ביז גאר..

אבער היינט, מיר קינדער
פארשטייען נישט געשווינדער
"אהבה" דארף דער טאטע ווייזן
און געבן פארשטיין אצינדער

דערפאר געט דער 'רבי' צו פארשטיין
אז דער באשעפער, מאכט יראה אליין
ווייל נאר אזוי, קען מען שטיין
און דער וועלט, אדורכגיין

אקוראט, ווי ביי א קינד
וואס מ'פארשטייט שוין אצינד
אז ווען נישט די יראה, פון זיין "געטרייער"
וואלט ער זיך שוין לאנג, פארברענט אין פייער..

יחיש רופט צו אייך
קינדער, צום טאטן גלייך
לאמיר אנהייבן לעבן
מָזון פארן נפש געבן..

דער סמארט פאון, ער וועט
זיין פונקט ווי מ'געט
טשאקאלאד, נישט געזונט
אנטשטאט נאכטמאל, פארן קינד
העלפן, אפשר אויף א מינוט צייט
אבער קיינמאל, נישט ווערן זאט..

יראה, פאלגן וואס ער הייסט
אהבה, געדענקן ווער ער איז
דער טאטע: טאקע ווייל איך האב ליב מיין זון
פארדעם, לאז איך אים נישט געוויסע זאכן טון
דער בורא: טאקע ווייל איך האב ליב מיין זון
פארדעם, לאז איך אים נישט געוויסע זאכן טון

ביראה ואהבה יחיש,
לעצט פאראכטן דורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ אום זונטאג אוגוסט 28, 2016 4:28 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
יחיש נעמט מיט גליק אן, דעם נייעם פאסטן
שרייבן פאעמעס, פאר ווער ס'לאזט זיך קאסטן
ס'הערט זיך פאני?! סאמטינג פישי?!
געט נאר יחיש'ן א קוועטש, אין אישי..

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג אוגוסט 28, 2016 4:21 pm

יחיש איז צוריק :grin: :grin:

א מייסטער שטיק

יישר כח
אין אמעריקע, איז עדות, פאררעכנט ווי הונדערט פראצענטיגע פרוף, מ'טוט כסדר אריינווארפן מענטשן אין טורמע, ריאונירן זייערע לעבנס, און זיי אומברענגען, געבויט אויף אזא באווייז. ווען די מידיע זאגט אז ס'איז נישט דא באווייז, ווייסן זיי אויך אז ס'איז ליגנד.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6355
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג אוגוסט 28, 2016 4:31 pm

אהה! ברוך הבא
יחיש איז דא
און ער איז נישט אליין
מיט א פאעם געקומען צו גיין

איינס אין דער וועלט
פון וואס יעדער קוועלט
צום פינטל שארף
וואס א נפש דארף

יחיש מיר טוהן זיך דערקוויקן
אויף דיינע ווערטער צו בליקן
האלט ווייטער אן דיין פעדער
און זיי מהנה א יעדער!

שכוח יחיש ;l;p-

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » דינסטאג נובעמבער 01, 2016 4:02 pm

יחיש, שוין לאנג נישט ארויפגעלייגט קיין נייע סחורה, עס איז שוין העכסט צייט.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » זונטאג ינואר 01, 2017 2:11 pm

יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ האט געשריבן:
אויערן געהערט
מח פארקלערט
פראגן שטערט

יחיש'ל אויף אן ארט
פון ריזין'ער א ווארט
געזעהן קלאר פארט

היינט זאת חנוכה

ער געט צו פארשטיין
אז יחיש'ל קען שטיין
מיט צדיקים אליין

וואס דער צדיק ער פלעג
אין די הייליגע 'תשרי טעג'
אויך דאס פויעלן איך מעג

היינט זאת חנוכה

איך באקום די מתנה
צו פויעלן מיט 'קיין הכנה'
ווי צאנזער רב ראש השנה

מ'פארשטייט פונעם סיפור
איך קען ווערן מכופר
ווי סאטמאר רב יום כיפור

היינט זאת חנוכה

ווי דער מגיד'ס א קרעכץ
ווי ר' ר' אלימלך'ס א לעכץ
ווי דער ריזין'ער צו רעכטס

דער געפיל, אביסל רעגליך
פארשטיין די ווארט, אומעגליך
אבער ווי א פאקט, וועט זי בלייבן אומבאוועגליך

היינט זאת חנוכה

אסאך פאקטן טוען ווייטער זיין
כאטש נאר געלערנטע פארשטיין
ווי אזוי זיך דערמיט אומצוגיין

ביי יחיש'ן לויטן זייגער טאקט
א ווארט פון צדיקים, א פאקט
ח"ו צו זאגן #יחיש האקט

היינט זאת חנוכה

ברידער, לאמיר אריבער דעם בריק
וואס פירט צום בעסטן גליק
זיך אנכאפן שטארק אינעם שטריק

אוי טאטע, א קרעכץ צו דיר
ווי די צדיקים פון פריער
נעם עס אן פון מיר

היינט זאת חנוכה

אידן, לאמיר א שריי געבן
ווי א צדיק, אויספירן אוזנער שטערבן
און קונה זיין, אן אייביגן לעבן

היינט זאת חנוכה



דבר בעתו מה טוב!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2015 11:26 am
לאקאציע: צווישן דער פריזער און מאגנעט..

פארקלערט..

תגובהדורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ » דאנארשטאג יולי 20, 2017 1:36 am

יחיש, פארקלערט
מנוחה, צושטערט
אויגן, פארטרערט
ווייטאג, פארמערט..

וויפיל, פראבירט
אין פייער, מארשירט
ווייטער, פארלירט
קיינמאל, אויספירט..

ווייט, דער סוף
הלואי, איך האף
און ווארט, דערויף
בסימן טוב..

טאטע, א ווארט
געדענק, פארט
נעבן דיר, דארט
כ'וויל זיין, זאפארט..

פון טיף, איך שריי
ווייל ס'טוט מיר, וויי
כ'בעהט, פארשטיי
און ווייטער, פארציי..

יחיש,
יחיש נעמט מיט גליק אן, דעם נייעם פאסטן
שרייבן פאעמעס, פאר ווער ס'לאזט זיך קאסטן
ס'הערט זיך פאני?! סאמטינג פישי?!
געט נאר יחיש'ן א קוועטש, אין אישי..

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג יולי 20, 2017 9:27 am

הערליך!!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6355
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג יולי 20, 2017 10:38 am

יחיש איז בעק
און פון זיינע זעק
ארויסגעלייגט
זיינע געצייג

אונז אהערגעשטעלט
איינס אין די וועלט!
יחיש, האסט אונז פארשאפט
הנאה מיט די גאנצע זאפט

דאנקע יחיש'ל ;l;p-

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 pm

יחיש'ל, נאדיר א קניפ אין בעקל
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מוצ"ש יולי 22, 2017 11:39 pm

ישר כח יחיש

זייער שיין

ברענג נאך!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2015 11:26 am
לאקאציע: צווישן דער פריזער און מאגנעט..

וואס וויל דער אייבישטער???

תגובהדורך יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ » מאנטאג אוקטובער 30, 2017 8:54 am

א שיינער טאג אינדרויסן איז היינט
עס שמייכלען אלע, גוטע ליבע פריינט
די זון פארשפרייט, אזוי הערליך עס שיינט
אבער אינעווייניג, עפעס זיך דערמאנט

א פייער האט נעכטן פארברענט גאר שטארק
א אידיש הויז אין בארא פארק
אן עקסידענט אין לעיקוואד א איד איז אוועק
מיט יסורים ממש א שרעק

גראדע לעצטענס געזעהן, אויך א שרעקליכע סצענע
צוויי גוטע פריינט מיינע - געווען אמאל דא
געמוטשט זיך נעבעך, מיט די מעשה יענע
אין זיי אויך שוין ליידער אין עולם הבא

פון הייליגן בעל שם טוב, נאכזאגן געהערט
אז ווען א מענטש הערט א זאך איז א יעדע ווארט
פון אויבן אין הימל אזוי באשערט
אז עס זאל אנקומען אין זיין הארץ דארט

טאטע אזויפיל קלעפ איז
לעצטנס געווארן געהערט
איך ווייס די ווילסט עפעס
און פארדעם די קלעפ פארמערט

טאטע זאגשע מיר
וואס ווילסטו איך זאל טון פאר דיר
איך בין שוין מסכים אן א שיעור
אין גרויסן זיך געבן א ריר

מיין קינד טוה פארשטיין
איך דארף גארנישט ניין
איך וויל נאר איין זאך, נאר "די אליין"

איך וועל קלאפן און קלאפן אויף דיין טיר
ביז "די אליין" וועסט זיך קערן צו מיר

-----------------------------------------------

אמאל א איד האט שטענדיג געוויסט
מיין לעבן דא איז נישט אומזיסט
מיין טאטע געשיקט האט מיר אהער
עפעס אויסצופירן וויל ער

ס'קלאר ער איז בעל ה'בוס, מ'איז נישט געווארן צומישט
צו איך וויל, און אפילו איך וויל נישט
פונקט ווי א טאטע וועט ער אלעס טון
צוריקצוברענגן צו עם זיין זון

אבער היינט א מחי', א וועלט א נייע
יעדע מענטש ווערט שוין א גרויסע בעל דעה
און גאר אינגיך, טוט אן גרויסע שיך
און הייבט אן מאכן שבת פאר זיך

כאילו דער בורא, טראכט ער אין מח
איך דארף עם נאר פאלגן ווען כ'האב נערוון און כח
צווישן מיר און דיר, לאמיר פעיסן די פעקט
אז איך קען מיר טון וואס מיר שמעקט

אבער דער אייבערשטער זאגט הער זיך צו
אני לא שיניתי
איך בין דער זעלבע ווי אמאל
און די ביזט ווייטער מיין קינד ישראל

און דער סיבה וואס איך קלאפ און קלאפ
די זאלסט זיך געבן א כאפ
קער זיך אום ווען טוסט עס שפירן
איך וועל ביים סוף סיי ווי אויספירן

מיין קינד טוה פארשטיין
איך דארף גארנישט ניין
איך וויל נאר איין זאך, נאר "די אליין"

איך וועל קלאפן און קלאפן אויף דיין טיר
ביז "די אליין" וועסט זיך קערן צו מיר
יחיש נעמט מיט גליק אן, דעם נייעם פאסטן
שרייבן פאעמעס, פאר ווער ס'לאזט זיך קאסטן
ס'הערט זיך פאני?! סאמטינג פישי?!
געט נאר יחיש'ן א קוועטש, אין אישי..

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מאנטאג אוקטובער 30, 2017 2:07 pm

זייער שיין

ש'כח
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 1:12 pm

הערליך יחיש!!

יישר כח
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הולך בדרכי אבות און 4 געסט