שלום בית שיעורים, מה זה?
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
-
- שר האלף
- תגובות: 1760
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am
שלום בית שיעורים, מה זה?
לעצטענס איז דא אדווערטייזד אומצאליגע שיעורים / טעלע-קאנפרענס'ן פאר שלום בית שיעורים פאר מענער,
געוויסע אדווערטייזען "אויפצובויען" דעם קשר
געוויסע רעדן גאר פון "גן עדן" אויף דעם וועלט
געוויסע זענען גאר פאר אינגעלייט פון 20 יאר נאך די חתונה
געוויסע געבן שיעורים אין פובליק
און געוויסע איז נאר אויפן טעלעפאון
הצד השוה און לויט וויפיל כ'האב געהערט איז דא כהיום א ריזיגע פארלאנג דערויף (פונקט ווי ביי די פרויען לשיעוריהם) הן מצד אינגעלייט און הן מצד די מענטשן וואס געבן די שיעורים (ליין: פרנסה בניקל)
די שיעורים זענען על פי רוב נאר צו פארשטערקערן און אויפבויען שטערקער דעם קשר בין איש לאשתו און נישט פאר איינער וואס האט פראבלעמען,
האב איך געוואלט הערן וואס דער עולם זאגט / גלייבט איבער דעם און ווער ס'האט עקספירענס איבער דעם
דא איז א טיילווייזע ליסטע פון די שיעורים:
1) נתיב חיים
2) הבנת הלב שבין איש לאשתו (קרית יואל)
3) שלימת ושמחת הבית (מאנסי)
4) אדמו"ר מיעשה
(ווער ס'וויל קען צולייגן)
כדי דער אשכול זאל נישט פארמיסטעד (מלשון מיעוס) ווערן, ווערט יעדער אויפגעפאדערט נישט צו שרייבן קיין נעמען פון קיין מענטשן (נאר די נעמען וויאזוי זיי רופן זייערע שיעורים) און ווי אויך איז דאס נישט קיין מחאה אשכול ווער ס'וויל מוחה זיין משום איזה סיבה שיהי' ווערט געבעטן צו עפענען א נייע אשכול מיט א לינק צו דעם אשכול

כ׳האב געהערט פון איינער פון די משתתפים ביי שיעורי הלב אז די שיעור איז גאר געשמאק, קלאר, און לעבעדיג, עס האט זיך געוואלט זיצן דארט נאך אפאר שעה,
לגבי די קוואליטי פון די אינפארמעישן פון אזעלכע שיעורים איז מיין ארעמע מיינונג אז ווילאנג יענער זאגט נישט קיין זאכן וואס קענען שאטן פאר שלום בית איז די עצם זיצן ביי אזא שיעור און פאר אפאר שעה ארויסגיין פון זיך און טראכטן פון די שטוב, ווייב און קינדער, און זיך דיסטרעקטן פון די וואש מאשין בהלה פון דע היינטיגע לעבן איז א ריזיגע תועלת פאר זיך,
רוב פראבלעמען לענ״ד קומען פון נישט טראכטן נארמאל און אמת׳דיג מיט ישוב הדעת און דאס שטעלן אלע שיעורים לכאורה צו, א רואיגע פאזיטיווע ענווייראמענט צו טראכטן פון די עיקר לעבן דאס איז די אייגענע שטוב

לעצט פארראכטן דורך חביבי אום מאנטאג אוגוסט 08, 2016 2:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חביבי
-
- שר האלף
- תגובות: 1760
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:3) שלימת ושמחת הבית (מאנסי)
איינער האט מער אינפא. וועגן די שיעורים פון שלימות ושמחת הבית פון ר' אליהו פנחס אייזענבערג פון מאנסי
ער עדווערטייזט זיך יעדע שטיק צייט אויף קולמע, איך בין נייגעריג צו הערן מער וועגן די מענטש ווער איז עס וואס פארקויפט ער, צו ער האט מענטשן וואס קומען, וכדו'
סוף מעשה במחשבה תחילה.
-
- שר האלף
- תגובות: 1069
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm
חושב מחשבות... האט געשריבן:ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:3) שלימת ושמחת הבית (מאנסי)
איינער האט מער אינפא. וועגן די שיעורים פון שלימות ושמחת הבית פון ר' אליהו פנחס אייזענבערג פון מאנסי
ער עדווערטייזט זיך יעדע שטיק צייט אויף קולמע, איך בין נייגעריג צו הערן מער וועגן די מענטש ווער איז עס וואס פארקויפט ער, צו ער האט מענטשן וואס קומען, וכדו'
לויט זיין וועג פון אדוועטייזן אויף צעטלעך און פלייערס, ער זאגט צו דעם גאנצן עולם הזה מיטן עולם הבא אויף איינמאל, שפירט זיך מיר, אז עס איז נישט עפעס געוואלדיג, אבער איך האב שוין פיל מאל אין מיין לעבן געמאכט גרייזן, קען זיין אז יעצט איז נאך איינס פון מיינע גרייזן, און קען זיין, אז פשוט ער פארשטייט נישט ווי אזוי צו מארקעטן שיעורים, אדער בין איך א מאדנער מענטש אז איך ווער נישט באנומען פון פראפעגאנדע וואס צו אנדערע רעדט עס יא, אדרבה איך וויל טאקע וויסן.
אם לא עכשיו אימתי
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9235
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
וויל זיין גוט האט געשריבן:חושב מחשבות... האט געשריבן:ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:3) שלימת ושמחת הבית (מאנסי)
איינער האט מער אינפא. וועגן די שיעורים פון שלימות ושמחת הבית פון ר' אליהו פנחס אייזענבערג פון מאנסי
ער עדווערטייזט זיך יעדע שטיק צייט אויף קולמע, איך בין נייגעריג צו הערן מער וועגן די מענטש ווער איז עס וואס פארקויפט ער, צו ער האט מענטשן וואס קומען, וכדו'
לויט זיין וועג פון אדוועטייזן אויף צעטלעך און פלייערס, ער זאגט צו דעם גאנצן עולם הזה מיטן עולם הבא אויף איינמאל, שפירט זיך מיר, אז עס איז נישט עפעס געוואלדיג, אבער איך האב שוין פיל מאל אין מיין לעבן געמאכט גרייזן, קען זיין אז יעצט איז נאך איינס פון מיינע גרייזן, און קען זיין, אז פשוט ער פארשטייט נישט ווי אזוי צו מארקעטן שיעורים, אדער בין איך א מאדנער מענטש אז איך ווער נישט באנומען פון פראפעגאנדע וואס צו אנדערע רעדט עס יא, אדרבה איך וויל טאקע וויסן.
ס'איז שטארק מסתבר אז די מארקעטינג טוט נישט ער אליינס, נאר איינער האט עם עס אויסגעשטעלט אלץ אזא מין (מאדנע?) קאמפיין, איך וואלט נישט גענומען קיין ראי' דערפון אויף די עצם תוכן השיעורים.
אויך, ווי איך פארשטיי, ווערן די שיעורים געגעבן דורכן טעלעפאן, און נישט פערזענליך.
---
-
- שר האלף
- תגובות: 1760
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 621
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
דא איז א טיילווייזע ליסטע פון די שיעורים:
1) נתיב חיים
2) הבנת הלב שבין איש לאשתו (קרית יואל)
3) שלימת ושמחת הבית (מאנסי)
4) אדמו"ר מיעשה
(ווער ס'וויל קען צולייגן)
כדי דער אשכול זאל נישט פארמיסטעד (מלשון מיעוס) ווערן, ווערט יעדער אויפגעפאדערט נישט צו שרייבן קיין נעמען פון קיין מענטשן (נאר די נעמען וויאזוי זיי רופן זייערע שיעורים) און ווי אויך איז דאס נישט קיין מחאה אשכול ווער ס'וויל מוחה זיין משום איזה סיבה שיהי' ווערט געבעטן צו עפענען א נייע אשכול מיט א לינק צו דעם אשכול
פארוואס נישט שרייבן קיין נעמען דזשאסט פאר אינפארמעישן?
ווער גיט די נתיב חיים שיעורים?
ווער איז אדמו"ר מיעשה?
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 451
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
- לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול
1. קול החינוך, הרב לייב שטערנליכט, 718.989.6842 א אומזיסטע האט ליין מיט שיעורים, מען דארף אבער האבן א פין נאמבער אריינצוגיין
2. טל של תחי' האט ליין, 718.906.6466 # 5-1, שיעורים ווערן געגעבן דורך מענער און דורך פרויען
3. קול הלשון האט ליין 718.906.6400 # 3-5 שיעורים ווערן געגעבן דורך מענער און דורך פרויען
4. נתיב חיים, הרב יצחק לויפער, 718.838.1811 # 3 אומזיסטע האט ליין מיט שיעורים

לעצט פארראכטן דורך תמהואומר אום דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 12:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 621
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm
לענ"ד צו צאלן געלט פאר די שיעורים איז א שאד
פארוואס
ווייל רוב פון די אלע שיעורים זענען מער ווייניגער פארשידענע פסיכלאגישע געדאנקען און מחשבות רובא דרובא קייט יעדער איבער די זעלבע יסודות
טא וואס ברויך מען צאלן געלט דערפאר ???????? פסיכלאגישע דרשות איז דא גענוג אויף די מארקעט בחנם !!!!!
וכדברים האלה ניתן לומר אויף אלע ביזנעס קאנסאלטונט [כרעד אפילו פון די וואס טויגן אביסל]
די חברה מאכן נאר געלט אויף אפאר תמימי לב וואס כאפן נישט די נושא
הנלע"ד כתבתי והרוצה לחלוק יחלוק

לעצט פארראכטן דורך צום פוינט אום מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
מה פתאום??? האט געשריבן:גענומען א קבוצה פון אידן און מיט פארמאכטקייט געזאגט אז זיי זענען פארמאכטע קעפ.
נקוט האי כללא בידך:
"נישט יעדע טאהט וואס דו פארשטייסט נישט קומט פון פארמאכטקייט" עס קען זיין אז דיין אפענע קאפ כאפטעס פשוט נישט, עס איז אומגלויבליך אבער דאך א אפציע.
נו לאמיר הערן
אפשר ביסטו מסביר די זאך
לענ"ד אז איינער וואס איז נישט אין א ספעציעלע שווערע מצב אין צאלט אוועק שווערע געלטער פאר הערן רעיונות וואס זענען אויסגעדראשן ביי אלע פסיכלאגען און ער קען הערן און ליינען די זעלבע זאכן איבעראל פארדינט ער די טיטל "פארמאכט"
מילא איינער וואס איז אין א שווערע מצב און ברויך האבן באלדיגע הילף מילא אבער סתם נתפעל ווערן פון אביסל מארקעטינג ????????!!!!!
פתי יאמין לכל דבר
לעצט פארראכטן דורך צום פוינט אום מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
מה פתאום??? האט געשריבן:ס'דא מענטשן וואס געדענקען די כלל פון איזהו חכם הלומד מכל אדם...
און פאר עי סייד נאוט, רוב מענטשן וואס איך קען וואס זענען געגאנגען צו פראדאקטיוו, שלום בית, חינוך, שבת קרבתנו, ועוד, זענען די קלוגערע פונעם שטייסל וואס מאכן נישט אוועק קיין זאכן מיט א פארמאכטקייט בעפאר'ן וויסן וואס די רעדע איז בכלל.
אפשר בין איך אויך פון די מענטשן פון וועמען מען דארף זיך לערנען
עס שטייט "מכל אדם"
האלט דיך צום ליניע נו וואס פערקויפט מען דארטן ביי די אלע
אדרבה קלער מיך אויף
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 451
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
- לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול
צום פוינט האט געשריבן:אפשר ביסטו מסביר די זאך
לענ"ד אז איינער וואס איז נישט אין א ספעציעלע שווערע מצב אין צאלט אוועק שווערע געלטער פאר הערן רעיונות וואס זענען אויסגעדראשן ביי אלע פסיכלאגען און ער קען הערן און ליינען די זעלבע זאכן איבעראל פארדינט ער די טיטל "פארמאכט"
מילא איינער וואס איז אין א שווערע מצב און ברויך האבן באלדיגע הילף מילא אבער סתם נתפעל ווערן פון אביסל מארקעטינג ????????!!!!!
פתי יאמין לכל דבר
ביזט הונדערט פראצענט גערעכט, מען טאר נישט נתפעל ווערן פון יעדע מארקעטינג, און מען טאר נישט זיין א פתי יאמין לכל דבר, און ווערן איבערגערעט פון יעדן וואס האט א גוטע מייק אדער א שפיציגע פעדער.
אבער דאס מיינט נאך נישט אז "קיינער" פארקויפט נישט, למשל די אינפארמאציע וואס דו זאגסט יעצט פון נישט נתפעל ווערן פון יעדע זאך, איז ווערד אסאך געלט, און א גוטע שיעור אויף דעם אויסשמועסנדיג אלע צדדים, מסביר זיין די עומק הדבר, גיבן אפאר גוטע טיפס וויאזוי צו דערקענען וואס ס'איז סתם בעלאוניס און וואס איז עכט, אזא שיעור וואלט ווערד געוען גאר אסאך געלט.
(האסט שוין אמאל געהערט אדער באצאלט פאר אינפארמעישן....?)
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
רבותי איר פארט אוועק פונעם "פוינט"
קיינער דינגט זיך נישט אז אינפארמאציע איז ווערט געלט די שאלה איז נאר דריי זאכן
1] גיבט יענער אזא סארט אינפארמאציע וואס איז טאקע ווערט געלט ???
2] איז עס טאקע ווערט אזוי פיל געלט וויפיל ער בעט ???
3] איז נישט דא צובאקומען די זעלבע אינפארמאציע בחנם אין יעדן ווינקל רעכטס און לינקס ???
אגב געווענליך ליגט די ריכטיגע אינפארמאציע ביי די וואס האבן נישט קיין גרויסע מייקס
הא גופא אז ער ברויך גרויסע מייקס לייגט אים אונטער א "?" ודי

לעצט פארראכטן דורך צום פוינט אום מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
עס שטייט נישט 'איזה חכם השומע מכל אדם'', נאר טאקע בדיוק נפלא דייקה ''השומע'' מכל אדם. חז''ל האבן אונז נישט געבעטן אויסצוהערן יעדן ''הרב'' וואס ברויך חתונה מאכן א קינד, ס'איז העכסט צייט אונזער עולם זאל זיך אויסלערנען אז מ'מעג ''אליין'' אויך טראכטן. (יא, ממש א חידוש בזמן הזה, ''אליין'' טראכטן, מן דכר שמי') ''הלומד'' מכל אדם, איז דער פשט: ''אפצולערנען'' א צווייטן, דהיינו: דערגיין זיינע תכונת הנפש וואס שטופט אים טין וואס ער טיט. יש עוד הרבה להאריך להאריך ואכה''ל.
עשה לך רב והסתלק מן הספק
עס ווענט זיך אויף וואס די דארפסט די שיעורים, דהיינו:
אויב די זעסט אז פשוט עס פעלט דיר די בעיסיקס - די יסודות פון פירען א נארמאלע שטוב, די יסודות פין קאמיוניקאציע, די יסודות פון שינוי הליכות אנשים ונשים -, דאן א פאבליק שיעור קען דיך העלפען עפענען די אויגן.
אבער אויב די ביזט שוין אין א פראבלעם, וואס די זעסט דיך נישט ארויס דערפון, און דערווייל מאכט עס חרוב דיין שייכות מיט דיין שטוב, דאן קען זיין אז די שיעורים וועט דיך נישט קיין סאך העלפען, דאן איז רעקאמענדירט צו טרעפן איינעם פריוואט, עס קען זיין דיין רב - אויב די קענסט אים אלס א בר דעת -, דיין ראש ישיבה, וכו' וכו' אדער עני מומחה וואס בדרך כלל גייט דיך קאסטען געלט, זיך טרעפן מיט אים פנים אל פנים צו אויסשמוסען דיין ספק, און מיט א קפיטל תהלים, און אביסעל עבודת המידות וועט עס אלעס ארבעטען בעז"ה.

קיינמאל נישט פארגעסען אז מיר זענען בני מלכים!! בשבילנו נברא העולם!!
נישט ווערן אראפגעשלעפט פון וואס עס גייט פאר אין די וועלט!!