עטעטוד!!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

עטעטוד!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

שלום עליכם טייערע אידן!

באמת בין איך נישט קיין גאסט דא אויף אייוועלט איך דריי זיך שוין דא היבש אפאר יאר, אבער איך האב נישט געפילט פאר וויכטיג זיך איינצושרייבן, יעצט איז געקומען די צייט וואס איך שפיר אז די נושא וואס איך וויל דא אויסשמועסן איז גענוג וויכטיג, און איך זעה נישט אז דער עולם זאל אזוי שמועסן דערפון.

איך מיין אז פונעם קעפל האט שוין יעדער פארשטאנען וואס די נושא איז, עטעטוד!

עטעטוד איז א זאך וואס יעדער קען אים, מען באקומט אים געווענליך ווען מען טוט א 'פאני' זאך (ווער האט אפגעמאכט וואס מיינט 'פאני'?), אבער אין די לעצטערע יארן האט זיך עס אריין געכאפט ביי אונז אידן און ספעציעל ביי די פרישע יונגע אינגעלייטליך, און לאמיר אביסל צונעמען די נושא.

דער ענין איז אויך מענינא דיומא שטייענדיג יעצט בימי בין המצרים וואס די בית המקדש איז חרוב געווארן בעוון שנאת חנם (פאר די לומדי 'תורתך': פאריגע וואכעדיגע שיעור דף סד:, די מעשה מיט די תלמידי ר' עקיבא וואס זענען נענש געווארן ווייל 'שלא נהגו כבוד זה בזה'), איז טאקע יעצט דער צייט זיך אביסל מתבונן צו זיין אין דעם ענין.

איך וויל קלאר מאכן אז איך מיין ח"ו נישט צו מקטרג זיין אויף אידישע קינדער, נאר פשוט עפענען דעם עולם די אויגן אז מען זאל אויפכאפן דעם פראבלעם און זיין נזהר דערין.

שטעל דיר פאר א מעשה: און א ווינטערדיגע פארנאכטס, דו קומסט אריין און בית המדרש, און דו טרעפסט דארט א איד וואס האט געלערנט און דיין יארגאנג און ישיבה, און ישיבה האט דיר קיינמאל נישט געפאסט מיט אים צו רעדן פשוט ווייל דו ביסט דאך א 'high class' און ער איז א 'low level', דער איד וואוינט נישט און דיין געגנט און דו טרעפסט אים כמעט נישט, און אמאל אמאל ווען דו טרעפסט אים יא דרייסטו זיך אוועק נאך פאר ער באמערקט דיר, און טאמער צו דיין גוט מזל האט ער דיר יא באמערקט יאגסטו זיך פונקט זייער שטארק, און אך און וויי ווען ער טרעפט דיר ביי א חתונה פון א חבר ביי די ברעיק ווען דו האסט נישט וואס צו טוהן און ער איז א קאזין דארט מיט א שטריימל, און ער קומט צו צי דיר רעדן און דו האסט נישט קיין תירוץ און דו שמייכלסט אזוי מיט א האלבע שמייכל, און ס'איז גוט באמערקבאר וויפיל געדולד דו האסט צו אים.

נחזור לענינינו, קומסטו אריין אין ביהמ"ד, נאך א פיינע נאכטמאל גרייט צו מנחה מעריב און דערנאך א שיעור מיט א חברותא, און דו באמערקסט דארט ביים סינק שטייט ער, דו פרובירסט אים צו איגנארירן אבער עס איז שוין דערנאך, ער האט דיר שוין באמערקט, ער קומט צו צי דיר מיט א ברייטן וואס טוט זיך, און ער שמייכלט אזוי באטעמ'ט, און דו גיסט א בורטשע אונטער די נאז, ער פרעגט דיר טאמער דו וואוינסט דא אין געגענט און דו גיסט אים א קוק אן מיט א בליק וואס זאגט 'טשעפע זיך אפ' און ער דרייט זיך אויס און וואקט אוועק א אפגעפאטשטער.

די מעשה איז אפשר אביסל עקסטריעם און פאסט ענדערש ביי בחורים אבער ס'קען זיך פונקט אזוי מאכן ביי אלע עידשעס מענטשן, צו ווייל ס'איז שוין די דריטע מאל די וואך וואס ער איז דיר געקומען פרעגן וואס דיין נישט געזונטע פעטער מאכט, אדער ווייל ער איז פאריגע וואך געווארן דיין מחותן ווייל דיין שוואגער האט א שידוך געטוהן מיט זיין פעטער'ס אייניקל און ביים ווארט ביסטו געווען גע'פאנישט צו שמועסן מיט אים, וכהנה וכהנה אסאך סיבות וואס פאסירט אז דו האסט נישט קיין נערוון צו אים.

אבער לאמיר קוקן אביסל פון די אנדערע זייט וואס עס איז יעצט געשען, שטעל דיר פאר דיין חבר קומט יעצט פונדערהיים, ער האט היינט געכאפט א פסק פון זיין באס ווי נישט צופרידן ער איז מיט אים, און אז עס זענען דא גענוג אידן וואס ווארטן אויף די פאזיציע, אהיים קומענדיג האט אים זיין ווייב באוואשן איבערן אויפגעווארפענע בעט מיט די שמוץ-וועש וכו' וכו', שמעלקעלע'ס רבי האט אים אנגעקאלט מעלדן וואספארא 'תכשיט'ל' ער פארמאגט און אז שמעלקעלע איז היינט געזיצן ביים מנהל אין אפיס א גאנץ נאכמיטאג, ס'איז שוין די 29'סטער און ס'נישטא קיין זכר פון קיין רענט, ועל כולם האט אים אפגעווארט אינדערהיים א מילכיגע סאפער, וכו' וכו' דו קענסט אליינס צולייגן דא פרטים פון די מעשה, און ער איז געקומען אין ביהמ"ד זיך אויסליפטערן אביסל, דו האסט טאקע נישט געדארפט וויסן אז ער האט געהאט א שווערע טאג, אבער וויאזוי פלעגן אונזערע רבי'ס זאגן 'כי באפם הרגו איש' מיט א קרום פונעם נאז קען מען אוועק לייגן א מענטש.

און אפילו טאמער האט געהאט גאר א גוטע טאג און אלעס איז אים געגאנגען גוט, נישט אימזינסט זאגן אונז חז"ל, 'גדול המלבן שניים יותר ממשקהו חלב', און שטעל דיר אליינס פאר וויאזוי דו שפירסט זיך ווען איינער 'באגיסט דיר מיט עטעטוד'...

די עפיזאד איז נאר א משל, אבער מען קען נאך דערציילן צענדליגער אזעלכע משלים, ווען דיין שוואגער מאכט באווארפן און זיין שוהל, דו קומסט פון די אנדערע עק שטאט צו קריכן מיט דיינע ארבעה בנים און דער גבאי צייגט דיר אן אויף א ארט אז ער 'קומט געווענליך נישט צופרי' און צו דיין מזל איז ער יא געקומען, ער שיקט דיר אוועק מיט א אנגעבלאזענע פנים, הלמאי איינער האט זיך דערוואגט צו זיצן אויף זיין פלאץ, אודאי איז ער גערעכט ער צאלט געלט פארן זיץ, אבער טראכט אריין וויאזוי אונזערע זיידעס פלעגן פארשיקן פון זייערע פלעצער (סיידן דיין זיידע איז געווען א פארביטערטע מלחמה איבערלעבער) מיט א שמייכל און א ווארימע גוט שבת (ווער געדענקט נאך ווען א 'נארמאלע מענטש' און וויליאמסבורג פלעגט גריסן גוט שבת אפילו פרעמדע וואס מ'האט געטראפן אויפן גאס, היינט זאלסטו זיך דערוואגן צו גריסן א אינגערמאן וואס דו קענסט זיין ברודער, ער וועט דיר געבן צו פארזיכן א פארציע עטעטוד) און העלפן טרעפן א צווייטע פלאץ, (אונזערע זיידעס בכלל האבן געהאט מער כבוד פאר מענטשן אפילו זיי וואלטן געקענט זיין זייערע זיידעס).

אבער די קשיא גייט טיפער! פארוואס קוקסטו אן די מענטש וואס קומט אריין צופרי אין ביהמ"ד מיט צוקנייטשטע פיאות מיט אזעלכע בייזע בליקן? קודם כל איז אים באקוועמער אזוי, אבער פארוואס דארף ער זיך בכלל פארענטפערן פאר דיר אדער רויט ווערן? ער האלט דאך אז דאס איז נארמאל און דו ביסט נישט נארמאל (וואס איז דאס בכלל 'נארמאל'? ווער האט אפגעמאכט וואס דער גדר איז, און וואס ס'הייסט משוגע?) זאג אים א ווארימע 'גוט מארגן' מיט א שמייכל, דו האסט אים געמאכט די טאג, און אסאך מאל קען איין ווארימע שמייכל ראטעווען א מענטש פון אונטערגאנג!

איך וועל ענק אויסזאגן די סוד פארוואס די ענין ברענט מיר אזוי, איך האב א פעטער אין ארץ ישראל וואס האט קע"ה א שטוב מיט קינדער און ער יושב אוהל שוין יארן לאנג, א תלמיד חכם עצום, מיט 2 יאר צוריק האט ער ב"ה א שידוך געטוהן מיט זיין עלטסטן טאכטער למז"ט, ווי פארשטענדליך האב איך באקומען א טעלעפאון קאל א וואך נאכן שידוך פון מיין פעטער אז ער וויל ארויס קומען אויף אמעריקע און גיין נאך צדקה און ער האט מיר געבעטן הילף, איך האב אים גאר שטארק ארויס געהאלפן און אים צוגעשטעלט פון אלעם גוטן דא אין אמעריקע אז ער זאל זיך שפירן באקוועם און קענען גיין נאך געלט מיט הרחבת הדעת.

מיין פעטער איז דא אנגעקומען שבור ורצוץ ווי יעדער קען זיך פארשטעלן, ער האט איבער געלאזט אינדערהיים זיין גאנצע האב און גיטס און ער איז יעצט זקוק אין אנדערע מענטשנ'ס רחמנות, ער האט געפאקט בושות וחרפות נאר פון טראכטן צו דארפן ארום גיין נאך געלט צו מענטשן, אבער קיין צווייטע ברירה האט ער נישט געהאט ער מוז דאך האבן אויף הוצאות החתונה.

איך בין דאך זייער א פארנומענע מענטש האב איך נישט געקענט גיין א גאנצען צייט צוזאמען מיט אים אבער איך האב מסדר געווען אז יעדען טאג זאל איינער גיין מיט אים אין ביהמ"ד ביי די מנינים, און איך פלעג ביינאכט גיין מיט אים צו מענטשן אינדערהיים.

דעם דריטן טאג 7 צופרי רופט ער מיר אן נישט מער און נישט ווייניגער, ער וויל איך זאל אנרופן דעם טרעוול עידשענט ווייל ער פארט היינט צוריק! איך בין דערשראקן געווארן און איך האב געוואלט אריבער גיין צו אים אבער ער זאגט מיר אז ער גייט שוין יעצט אריבער צו זיין אכסניא ער פאקט זיך צוזאם און ער וויל שוין פארן...

איך האב אנגעקאלט דעם איד וואס איז געגאנגען מיט אים יענע טאג און איך פרעג וואס עס האט פאסירט, זאגט ער מיר אז אינעם ביהמ"ד ווי ער איז יענעם צופרי געגאנגען נאך געלט איז דא א נערוועזע גבאי, און ווען ער איז אים געגאנגען פרעגן צו ער מעג אויסקלאפן ביי די מנינים כתקנת ביהמ"ד האט ער אים אנגעקוקט מיט א בייזע בליק און אים געזאגט אז א צווייטע 'שנארער' האט שוין געבעטן דעם היינטיגן טאג און חוץ פון דעם איז נישט שיין צו באלעסטיגן די מתפללים... מיין פעטער האט עס ממש נישט אויסגעהאלטן און ער האט זיך אויפגעהויבן און אהיים געפארן... איך האב אים פרובירט אפצוהאלטן אבער עס איז שוין נישט געווען צו וועם צו רעדן.איך בין ווייטער ארום געגאנגען דא אין אמעריקע צוזאם שטעלן געלט, און עס אפגעשיקט קיין ארץ ישראל.

פאר 2 וואכן צוריק האט מיין פעטער ב"ה א שידוך געטוהן מיט זיין צווייטן טאכטער בשטו"מ ווען איך האב אים גערופן אפגעבן מז"ט האב איך אים געפרעגט וואס זיין פלאן איז זאגט ער מיר אזוי, פארן קיין אמעריקע איז אפילו נישט קיין רעדע, ער האט מיר געבעטן איך זאל טוהן וואס איך קען און די איבעריגע וועט ער בערגן פון גמ"ח'ן און וועט אנפאנגען צו דרייען וכו' וכו', יעדער פארשטייט אז דאס מיינט זעלבסט-מארד...

יעצט איז אזוי איך פרוביר יעצט צוזאם צו שטעלן געלט פאר מיין פעטער דערווייל גייט עס גוט דער עולם איז ווארים און עס קוקט אויס ווי מ'גייט צוזאם שטעלן א גרויס חלק פון די חתונה, אבער דער גבאי פון יענעם ביהמ"ד האט לכאורה נישט קיין אנונג וואס ער האט דא אפגעטוהן, ער איז זיך ווייטער געגאנגען זיין וועג און פארגעסן פון די גאנצע מעשה, מען קען אים אפשר דן זיין לכף זכות אז ער איז פונקט געווען נערוועז און ער האט באמת נישט געמיינט אראפצוקלאפן מיין פעטער, אבער למעשה האט ער דא חרוב געמאכט א איד מיט זיין משפחה... ווען ער זאגט אים ווען די זעלבע ווערטער מיט א שמייכל מיט א גוט ווארט און חיזוק אויף ווייטער וואלט ער פשוט דערפרייט א צובראכענע איד.

א ירושלמי האט מיר אמאל געזאגט, ער האט שוין עקספיריענס מיט גיין נאך צדקה ער קומט אויף אמעריקע יעדע צווייטע יאר, דערציילט ער מיר אמאל אויף א איד וואס גיט גאר שיינע סכומים פאר יעדע איד פון ארץ ישראל וואס קומט דא נאך צדקה אבער ער גייט קיינמאל נישט צו אים, זייער פשוט די ערשטע 2 מאל וואס ער איז דא געווען איז ער ארויף צו אים און ער האט אים אויפגענומען מיט אזא מין עטעטוד אז עס איז אים פשוט פארגאנגען דעם אפעטיט, די ערשטע מאל האט ער געמיינט אז ער איז פונקט אין א נישט גוטע מוד אבער נאכן צווייטן מאל האט ער אפגעמאכט אז ער גייט מער נישט צו דעם איד נאך צדקה, ער האט מיר געזאגט אז ער פרייעט זיך אסאך אסאך מער צו דעם איד וואס גיט אים א קוואדער אדער 50 סענט מיט א שמייכעל און א חיזוק ווארט, ווי צו יענעם'ס גאר גאר שיינע סכומים אן א שמייכל מיט עטעטוד.

איך קען נאך שרייבן אסאך משלים פון אידן וואס געבן אימזינסטיגע עטעטוד פארן ציבור, איך וויל זיי אלע זאגן וואס איך האב אמאל געזאגט פאר מיינס א חבר, איך האב געשמועסט מיט אים ווען אינמיטן איז צוגעקומען איינער צו וועם מיין חבר האט נישט געהאט צופיל געדולד צונעם און ער האט אים אזוי אפגעפאטשט, האבעך אים מסביר געוועזן אז טאמער גייט ער אזוי ממשיך זיין וועט ער פשוט פארטרייבן מענטשן פון זיין געזעלשאפט, ס'איז מיר אויך נישט געווען בא'טעם'ט צו רעדן מיט אים, ס'איז פאר קיינעם נישט בא'טעם'ט צו שמועסן מיט איינער וואס האלט זיך פאר א העכערע לעוועל ווי יעדעם (אדער קומט עס פון אראפגעקלאפקייט אז טאמער וואט מען מיר זעהן רעדן מיט זרח'ן מיינט דאך עס אז איך בין די זעלבע לעוועל ווי אים), אפילו דו האלטסט מיר נישט פאר א 'לאו קלעס' וויל איך צו דיר נישט רעדן עס ווייזט אויף פארדארבענע מידות, כולנו בני איש אחד נחנו, מיר זענען אלע קינדער פון הקב"ה און אפילו א דו האלטסט אז דו ביסט קלוגער פון יענעם איז ער אויך דעם אייבערשטענס א קינד, כל שכן ווען עס פעלט אים באמת גארנישט נאר דו האסט נישט קיין נערוון צו אים... דאס איז ריכטיגע שנאת חנם.

עס קען זיין אז די משלים וואס איך האב דא געשריבן איז אביסל עקסטריעם און דו קענסט טראכן אז דו ביסט נישט אזא שלעכטער, אבער עס מוז נישט זיין אזוי עקסטריעם חרוב צו מאכן אן איד, אסאך מאל קען דער מכה בפטיש זיין אפילו ממש א קליין ווארט אדער א קרום מיט די נאז, מען דארף זייער נזהר זיין ווייל מען קען קיינמאל נישט וויסן וואס יענער מאכט נעבעך מיט.

לענינינו, מיר האלטן יעצט בימי בין המצרים, לאמיר אלע זיך זעהן צו פארבעסערן און ליב האבן יעדע איד 'אהבת חנם', געבן א שמייכל פאר א צווייטן איד 'גדול המלבין שניים' עס קען ראטעווען דורות, לאמיר אפגעבן כבוד איינער פארן צווייטן, און אפילו דו האסט פונקט נישט קיין געדולד צו אים אדער דו יאגסט זיך באמת, א שמייכל דויערט א סעקונדע און עס קאסט נישט גארנישט פארן נותן אבער טוט אויף א געוואלד פארן מקבל, גריס אים מיט געפיהל, און דו האסט געמאכט זיין טאג.

און דעם זכות זאלן מיר שוין זוכה זיין אז הימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה און מיר וועלן אלע צוריק אהיים גיין כאיש אחד בלב אחד, במהרה בימינו, אמן.
לעצט פארראכטן דורך טשאלענט אום מיטוואך אוגוסט 10, 2016 9:57 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

איך וויל עס געהעריג אפליינען עס זעהט אויס א גוטע טאפיק, מילא יש לתת רווח בין הדבקים, תודה.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

זייער שיין ארויס געברענגט.

קען זיין אז די גבאי פון די שול דארט איז גאר די טאטע פון שמעלקא'לע די תכשיט, און ער עסט אויך מיליכיגע סאפערס...

---
איך האב געווארט פאר די גא פאנד מי לינק :P . דיין זכות איז גרויס מבשרך אל תתעלם בפרט ווען אן דעם קען ער זיך נישט אין עצה געבען.
אוועטאר
אלעס באשערט
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעס באשערט »

יישר כח טשולענט הערליך ארויסגעברענגט.
בדרך אגב האט מיר געזאגט אמאל מיינס א קרוב, -וואס ער איז אויך פון די אידן וואס נעמען די וואנדער שטעקן מהתם להכא-
אז די וועלט זאגט אז איינער וואס גייט נאך געלט דארף האבן צוויי קעשענעס. איינס פאר געלט, און א צווייטע פאר בזיונות..
ווען ער איז געקומען צום ערשטן מאל קיין אמעריקע נאך געלט איז ער געוואר געווארן אז ער דארף א דריטע טאש, פאר קאוינס.. יענס געלעכטער.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

טשאלענט זאגט זייער גוט, איך מיין אז מען דארף אויפהענגען די תגובה אין אלע בתי מדרשים, יודן ווייסן גארנישט וואס מען קען חרוב מאכן מיט א קליינע באמערקונג, עס איז ממש א פחד.

שכוח טשאלענט!!!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

יישר כח dim/שטאלצער/אלעס/אויסגערעכנט פאר די חיזוק ווייטער אנצוגיין!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
י. ירושלמי
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:20 pm
לאקאציע: אין ירושלים ד'אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י. ירושלמי »

הרב טשאלענט, ייש"כ פארן ארויס ברענגען דעם ענין אזוי קלאר, עס איז נאך דא אסאך ערגערע מעשיות צו וואס דאס האט צוגעברענגט.

פעלט אויס צו פארשפרייטן, דעם באשרייבונג.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

יישר כח ירושלמי פאר די חיזוק, עס פעלט טאקע אויס צו פארשפרייטן, פאר דעם סיבה האב איך טאקע גענומען די מיה זיך איינצושרייבן אינעם 'וועלטל'.
איך וויל נאכאמאל קלאר מאכן אז איך מיין חס ושלום נישט צו מקטרג זיין אויף אידישע קינדער, נאר פשוט צו עפענען די אויגען
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

ברוך הבא און יישר כח!
זייער א ריכטיגע נקודה און זייער גוט אראפגעשריבן!.
מיר ווארטען צו הנאה האבן ווייטער פון דיין רייכן פעדער!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

נאך אזא ווארימע ברוכים הבאים און חיזוק וואס איך באקום דא פלאן איך שוין ערענסט צו בלייבן איינגעשריבן...
אלענפאלס יישר כח האנטוך
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
געוואלדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 4:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיק »

יישר כח גדול, עס לאזט זיך נישט זאגען וויפל אמת ס'ליגט אין דעם, מען קען ממש הרגענען א מענשט מיט עטיטוט, און מען קען מיט דעם מחי' מתים זיין א מענטש, איך וויל נאר צילייגען א פאקט וואס איך האב מיך איבערצייגט, דער וואס שיסט עטיטוט איז געווענליך מער אנגעוויזען אויף דעם, ער בויט מיט דעם נעבעך זיין זעלבסט זיכערקייט, ער איז אפ,י רוב מער ציקלאפט ווי דער צווייטער
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

יישר כח געוואלדיק.
איך ארויס געברענגט די געדאנק אבער טאקע נאר במוסגר, עס איז אבער פילייכט אמת
טשאלענט האט געשריבן:(אדער קומט עס פון אראפגעקלאפקייט אז טאמער וואט מען מיר זעהן רעדן מיט זרח'ן מיינט דאך עס אז איך בין די זעלבע לעוועל ווי אים)
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

@טשאלענט זעה איך האסט געלאזט דעם טשאלענט זיך גוט אויסקאכן ביז אונז האמיר זוכה געווען צו הערן פון דיר

יישר כח פארן באוויליגען צוצוגעבן צו אונזער וועלטעל.

ריכטיגע רייד.


אגב ס'שאלה צו מ'מעג באנייען א נייע זאך אין די 9 טעג, און בפרט א געשמאקע פליישיגע טשאלנט
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער א ווייטגליכע נושא גוט ארויסגעברענגט.
א דאנק פארן אפשרייבן
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

חושב האקט.......... געלעגער האקט.............

שכח פארן שרייבן וועגן די זייער וויכטיגע נושא, זייער גיט ארויסגעברענגט,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

יישר כח חושב/געלעגער/געשמאקער פארן קאמענטירן, איך גרייט זיך שוין אנצוהייבן די נעקסטע ארטיקל
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מוסר דורך א פארציע פיינעם טשאלענט איז געשמאק.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

א גרויסן יישר כח טשולנט, איך האב א סך מוסיף צו זיין אבל אין עתי בידי. זייער גוט געשריבן!

--

אלס גאסט דא וויל איך אייך נאר אויפמערקן אז אייוועלט אנדערש ווי ווארד מאכט נישט קיין פלאץ צווישן די פאראגראפן וואס דאס פארשווערט זייער דאס ליינען, אשע"כ וואלט געווען א געוואלדיגע זאך זיך איינצוגעוואוינען צו מאכן צוויי מאל "ענטער" יעדע מאל. אויב ס'שייך ביטע פארעכטן, ובעיקר להבא ביים קומענדיגן ארטיקל זאל מען נישט געצווינגען זיין צו טייטלען אויפן סקרין...

לשבחך דארף ארויסגעברענגט ווערן אז נארמאל ווען איינער לאזט נישט קיין פלאץ שטרענג איך זיך נישט איבער צו ליינען וואס ער שרייבט, דא אבער האט די שפראך אריינגעצויגן טראץ די אומבאקוועמליכקייט!
לעצט פארראכטן דורך מה פתאום??? אום דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

א גרויסן ייש"כ
שטארק הנאה געהאט פון דיין שפראך
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

טשאלענט האט געשריבן:שלום עליכם טייערע אידן!

באמת בין איך נישט קיין גאסט דא אויף אייוועלט איך דריי זיך שוין דא היבש אפאר יאר, אבער איך האב נישט געפילט פאר וויכטיג זיך איינצושרייבן, יעצט איז געקומען די צייט וואס איך שפיר אז די נושא וואס איך וויל דא אויסשמועסן איז גענוג וויכטיג, און איך זעה נישט אז דער עולם זאל אזוי שמועסן דערפון.

איך מיין אז פונעם קעפל האט שוין יעדער פארשטאנען וואס די נושא איז, עטעטוד!
עטעטוד איז א זאך וואס יעדער קען אים, מען באקומט אים געווענליך ווען מען טוט א 'פאני' זאך (ווער האט אפגעמאכט וואס מיינט 'פאני'?), אבער אין די לעצטערע יארן האט זיך עס אריין געכאפט ביי אונז אידן און ספעציעל ביי די פרישע יונגע אינגעלייטליך, און לאמיר אביסל צונעמען די נושא.

דער ענין איז אויך מענינא דיומא שטייענדיג יעצט בימי בין המצרים וואס די בית המקדש איז חרוב געווארן בעוון שנאת חנם (פאר די לומדי 'תורתך': פאריגע וואכעדיגע שיעור דף סד:, די מעשה מיט די תלמידי ר' עקיבא וואס זענען נענש געווארן ווייל 'שלא נהגו כבוד זה בזה'), איז טאקע יעצט דער צייט זיך אביסל מתבונן צו זיין אין דעם ענין.

איך וויל קלאר מאכן אז איך מיין ח"ו נישט צו מקטרג זיין אויף אידישע קינדער, נאר פשוט עפענען דעם עולם די אויגן אז מען זאל אויפכאפן דעם פראבלעם און זיין נזהר דערין.

שטעל דיר פאר א מעשה: און א ווינטערדיגע פארנאכטס, דו קומסט אריין און בית המדרש, און דו טרעפסט דארט א איד וואס האט געלערנט און דיין יארגאנג און ישיבה, און ישיבה האט דיר קיינמאל נישט געפאסט מיט אים צו רעדן פשוט ווייל דו ביסט דאך א 'high class' און ער איז א 'low level', דער איד וואוינט נישט און דיין געגנט און דו טרעפסט אים כמעט נישט, און אמאל אמאל ווען דו טרעפסט אים יא דרייסטו זיך אוועק נאך פאר ער באמערקט דיר, און טאמער צו דיין גוט מזל האט ער דיר יא באמערקט יאגסטו זיך פונקט זייער שטארק, און אך און וויי ווען ער טרעפט דיר ביי א חתונה פון א חבר ביי די ברעיק ווען דו האסט נישט וואס צו טוהן און ער איז א קאזין דארט מיט א שטריימל, און ער קומט צו צי דיר רעדן און דו האסט נישט קיין תירוץ און דו שמייכלסט אזוי מיט א האלבע שמייכל, און ס'איז גוט באמערקבאר וויפיל געדולד דו האסט צו אים.

נחזור לענינינו, קומסטו אריין אין ביהמ"ד, נאך א פיינע נאכטמאל גרייט צו מנחה מעריב און דערנאך א שיעור מיט א חברותא, און דו באמערקסט דארט ביים סינק שטייט ער, דו פרובירסט אים צו איגנארירן אבער עס איז שוין דערנאך, ער האט דיר שוין באמערקט, ער קומט צו צי דיר מיט א ברייטן וואס טוט זיך, און ער שמייכלט אזוי באטעמ'ט, און דו גיסט א בורטשע אונטער די נאז, ער פרעגט דיר טאמער דו וואוינסט דא אין געגענט און דו גיסט אים א קוק אן מיט א בליק וואס זאגט 'טשעפע זיך אפ' און ער דרייט זיך אויס און וואקט אוועק א אפגעפאטשטער.

די מעשה איז אפשר אביסל עקסטריעם און פאסט ענדערש ביי בחורים אבער ס'קען זיך פונקט אזוי מאכן ביי אלע עידשעס מענטשן, צו ווייל ס'איז שוין די דריטע מאל די וואך וואס ער איז דיר געקומען פרעגן וואס דיין נישט געזונטע פעטער מאכט, אדער ווייל ער איז פאריגע וואך געווארן דיין מחותן ווייל דיין שוואגער האט א שידוך געטוהן מיט זיין פעטער'ס אייניקל און ביים ווארט ביסטו געווען גע'פאנישט צו שמועסן מיט אים, וכהנה וכהנה אסאך סיבות וואס פאסירט אז דו האסט נישט קיין נערוון צו אים.

אבער לאמיר קוקן אביסל פון די אנדערע זייט וואס עס איז יעצט געשען, שטעל דיר פאר דיין חבר קומט יעצט פונדערהיים, ער האט היינט געכאפט א פסק פון זיין באס ווי נישט צופרידן ער איז מיט אים, און אז עס זענען דא גענוג אידן וואס ווארטן אויף די פאזיציע, אהיים קומענדיג האט אים זיין ווייב באוואשן איבערן אויפגעווארפענע בעט מיט די שמוץ-וועש וכו' וכו', שמעלקעלע'ס רבי האט אים אנגעקאלט מעלדן וואספארא 'תכשיט'ל' ער פארמאגט און אז שמעלקעלע איז היינט געזיצן ביים מנהל אין אפיס א גאנץ נאכמיטאג, ס'איז שוין די 29'סטער און ס'נישטא קיין זכר פון קיין רענט, ועל כולם האט אים אפגעווארט אינדערהיים א מילכיגע סאפער, וכו' וכו' דו קענסט אליינס צולייגן דא פרטים פון די מעשה, און ער איז געקומען אין ביהמ"ד זיך אויסליפטערן אביסל, דו האסט טאקע נישט געדארפט וויסן אז ער האט געהאט א שווערע טאג, אבער וויאזוי פלעגן אונזערע רבי'ס זאגן 'כי באפם הרגו איש' מיט א קרום פונעם נאז קען מען אוועק לייגן א מענטש.

און אפילו טאמער האט געהאט גאר א גוטע טאג און אלעס איז אים געגאנגען גוט, נישט אימזינסט זאגן אונז חז"ל, 'גדול המלבן שניים יותר ממשקהו חלב', און שטעל דיר אליינס פאר וויאזוי דו שפירסט זיך ווען איינער 'באגיסט דיר מיט עטעטוד'...

די עפיזאד איז נאר א משל, אבער מען קען נאך דערציילן צענדליגער אזעלכע משלים, ווען דיין שוואגער מאכט באווארפן און זיין שוהל, דו קומסט פון די אנדערע עק שטאט צו קריכן מיט דיינע ארבעה בנים און דער גבאי צייגט דיר אן אויף א ארט אז ער 'קומט געווענליך נישט צופרי' און צו דיין מזל איז ער יא געקומען, ער שיקט דיר אוועק מיט א אנגעבלאזענע פנים, הלמאי איינער האט זיך דערוואגט צו זיצן אויף זיין פלאץ, אודאי איז ער גערעכט ער צאלט געלט פארן זיץ, אבער טראכט אריין וויאזוי אונזערע זיידעס פלעגן פארשיקן פון זייערע פלעצער (סיידן דיין זיידע איז געווען א פארביטערטע מלחמה איבערלעבער) מיט א שמייכל און א ווארימע גוט שבת (ווער געדענקט נאך ווען א 'נארמאלע מענטש' און וויליאמסבורג פלעגט גריסן גוט שבת אפילו פרעמדע וואס מ'האט געטראפן אויפן גאס, היינט זאלסטו זיך דערוואגן צו גריסן א אינגערמאן וואס דו קענסט זיין ברודער, ער וועט דיר געבן צו פארזיכן א פארציע עטעטוד) און העלפן טרעפן א צווייטע פלאץ, (אונזערע זיידעס בכלל האבן געהאט מער כבוד פאר מענטשן אפילו זיי וואלטן געקענט זיין זייערע זיידעס).

אבער די קשיא גייט טיפער! פארוואס קוקסטו אן די מענטש וואס קומט אריין צופרי אין ביהמ"ד מיט צוקנייטשטע פיאות מיט אזעלכע בייזע בליקן? קודם כל איז אים באקוועמער אזוי, אבער פארוואס דארף ער זיך בכלל פארענטפערן פאר דיר אדער רויט ווערן? ער האלט דאך אז דאס איז נארמאל און דו ביסט נישט נארמאל (וואס איז דאס בכלל 'נארמאל'? ווער האט אפגעמאכט וואס דער גדר איז, און וואס ס'הייסט משוגע?) זאג אים א ווארימע 'גוט מארגן' מיט א שמייכל, דו האסט אים געמאכט די טאג, און אסאך מאל קען איין ווארימע שמייכל ראטעווען א מענטש פון אונטערגאנג!

איך וועל ענק אויסזאגן די סוד פארוואס די ענין ברענט מיר אזוי, איך האב א פעטער אין ארץ ישראל וואס האט קע"ה א שטוב מיט קינדער און ער יושב אוהל שוין יארן לאנג, א תלמיד חכם עצום, מיט 2 יאר צוריק האט ער ב"ה א שידוך געטוהן מיט זיין עלטסטן טאכטער למז"ט, ווי פארשטענדליך האב איך באקומען א טעלעפאון קאל א וואך נאכן שידוך פון מיין פעטער אז ער וויל ארויס קומען אויף אמעריקע און גיין נאך צדקה און ער האט מיר געבעטן הילף, איך האב אים גאר שטארק ארויס געהאלפן און אים צוגעשטעלט פון אלעם גוטן דא אין אמעריקע אז ער זאל זיך שפירן באקוועם און קענען גיין נאך געלט מיט הרחבת הדעת.

מיין פעטער איז דא אנגעקומען שבור ורצוץ ווי יעדער קען זיך פארשטעלן, ער האט איבער געלאזט אינדערהיים זיין גאנצע האב און גיטס און ער איז יעצט זקוק אין אנדערע מענטשנ'ס רחמנות, ער האט געפאקט בושות וחרפות נאר פון טראכטן צו דארפן ארום גיין נאך געלט צו מענטשן, אבער קיין צווייטע ברירה האט ער נישט געהאט ער מוז דאך האבן אויף הוצאות החתונה.

איך בין דאך זייער א פארנומענע מענטש האב איך נישט געקענט גיין א גאנצען צייט צוזאמען מיט אים אבער איך האב מסדר געווען אז יעדען טאג זאל איינער גיין מיט אים אין ביהמ"ד ביי די מנינים, און איך פלעג ביינאכט גיין מיט אים צו מענטשן אינדערהיים.

דעם דריטן טאג 7 צופרי רופט ער מיר אן נישט מער און נישט ווייניגער, ער וויל איך זאל אנרופן דעם טרעוול עידשענט ווייל ער פארט היינט צוריק! איך בין דערשראקן געווארן און איך האב געוואלט אריבער גיין צו אים אבער ער זאגט מיר אז ער גייט שוין יעצט אריבער צו זיין אכסניא ער פאקט זיך צוזאם און ער וויל שוין פארן...

איך האב אנגעקאלט דעם איד וואס איז געגאנגען מיט אים יענע טאג און איך פרעג וואס עס האט פאסירט, זאגט ער מיר אז אינעם ביהמ"ד ווי ער איז יענעם צופרי געגאנגען נאך געלט איז דא א נערוועזע גבאי, און ווען ער איז אים געגאנגען פרעגן צו ער מעג אויסקלאפן ביי די מנינים כתקנת ביהמ"ד האט ער אים אנגעקוקט מיט א בייזע בליק און אים געזאגט אז א צווייטע 'שנארער' האט שוין געבעטן דעם היינטיגן טאג און חוץ פון דעם איז נישט שיין צו באלעסטיגן די מתפללים... מיין פעטער האט עס ממש נישט אויסגעהאלטן און ער האט זיך אויפגעהויבן און אהיים געפארן... איך האב אים פרובירט אפצוהאלטן אבער עס איז שוין נישט געווען צו וועם צו רעדן.איך בין ווייטער ארום געגאנגען דא אין אמעריקע צוזאם שטעלן געלט, און עס אפגעשיקט קיין ארץ ישראל.

פאר 2 וואכן צוריק האט מיין פעטער ב"ה א שידוך געטוהן מיט זיין צווייטן טאכטער בשטו"מ ווען איך האב אים גערופן אפגעבן מז"ט האב איך אים געפרעגט וואס זיין פלאן איז זאגט ער מיר אזוי, פארן קיין אמעריקע איז אפילו נישט קיין רעדע, ער האט מיר געבעטן איך זאל טוהן וואס איך קען און די איבעריגע וועט ער בערגן פון גמ"ח'ן און וועט אנפאנגען צו דרייען וכו' וכו', יעדער פארשטייט אז דאס מיינט זעלבסט-מארד...

יעצט איז אזוי איך פרוביר יעצט צוזאם צו שטעלן געלט פאר מיין פעטער דערווייל גייט עס גוט דער עולם איז ווארים און עס קוקט אויס ווי מ'גייט צוזאם שטעלן א גרויס חלק פון די חתונה, אבער דער גבאי פון יענעם ביהמ"ד האט לכאורה נישט קיין אנונג וואס ער האט דא אפגעטוהן, ער איז זיך ווייטער געגאנגען זיין וועג און פארגעסן פון די גאנצע מעשה, מען קען אים אפשר דן זיין לכף זכות אז ער איז פונקט געווען נערוועז און ער האט באמת נישט געמיינט אראפצוקלאפן מיין פעטער, אבער למעשה האט ער דא חרוב געמאכט א איד מיט זיין משפחה... ווען ער זאגט אים ווען די זעלבע ווערטער מיט א שמייכל מיט א גוט ווארט און חיזוק אויף ווייטער וואלט ער פשוט דערפרייט א צובראכענע איד.

א ירושלמי האט מיר אמאל געזאגט, ער האט שוין עקספיריענס מיט גיין נאך צדקה ער קומט אויף אמעריקע יעדע צווייטע יאר, דערציילט ער מיר אמאל אויף א איד וואס גיט גאר שיינע סכומים פאר יעדע איד פון ארץ ישראל וואס קומט דא נאך צדקה אבער ער גייט קיינמאל נישט צו אים, זייער פשוט די ערשטע 2 מאל וואס ער איז דא געווען איז ער ארויף צו אים און ער האט אים אויפגענומען מיט אזא מין עטעטוד אז עס איז אים פשוט פארגאנגען דעם אפעטיט, די ערשטע מאל האט ער געמיינט אז ער איז פונקט אין א נישט גוטע מוד אבער נאכן צווייטן מאל האט ער אפגעמאכט אז ער גייט מער נישט צו דעם איד נאך צדקה, ער האט מיר געזאגט אז ער פרייעט זיך אסאך אסאך מער צו דעם איד וואס גיט אים א קוואדער אדער 50 סענט מיט א שמייכעל און א חיזוק ווארט, ווי צו יענעם'ס גאר גאר שיינע סכומים אן א שמייכל מיט עטעטוד.

איך קען נאך שרייבן אסאך משלים פון אידן וואס געבן אימזינסטיגע עטעטוד פארן ציבור, איך וויל זיי אלע זאגן וואס איך האב אמאל געזאגט פאר מיינס א חבר, איך האב געשמועסט מיט אים ווען אינמיטן איז צוגעקומען איינער צו וועם מיין חבר האט נישט געהאט צופיל געדולד צונעם און ער האט אים אזוי אפגעפאטשט, האבעך אים מסביר געוועזן אז טאמער גייט ער אזוי ממשיך זיין וועט ער פשוט פארטרייבן מענטשן פון זיין געזעלשאפט, ס'איז מיר אויך נישט געווען בא'טעם'ט צו רעדן מיט אים, ס'איז פאר קיינעם נישט בא'טעם'ט צו שמועסן מיט איינער וואס האלט זיך פאר א העכערע לעוועל ווי יעדעם (אדער קומט עס פון אראפגעקלאפקייט אז טאמער וואט מען מיר זעהן רעדן מיט זרח'ן מיינט דאך עס אז איך בין די זעלבע לעוועל ווי אים), אפילו דו האלטסט מיר נישט פאר א 'לאו קלעס' וויל איך צו דיר נישט רעדן עס ווייזט אויף פארדארבענע מידות, כולנו בני איש אחד נחנו, מיר זענען אלע קינדער פון הקב"ה און אפילו א דו האלטסט אז דו ביסט קלוגער פון יענעם איז ער אויך דעם אייבערשטענס א קינד, כל שכן ווען עס פעלט אים באמת גארנישט נאר דו האסט נישט קיין נערוון צו אים... דאס איז ריכטיגע שנאת חנם.

עס קען זיין אז די משלים וואס איך האב דא געשריבן איז אביסל עקסטריעם און דו קענסט טראכן אז דו ביסט נישט אזא שלעכטער, אבער עס מוז נישט זיין אזוי עקסטריעם חרוב צו מאכן אן איד, אסאך מאל קען דער מכה בפטיש זיין אפילו ממש א קליין ווארט אדער א קרום מיט די נאז, מען דארף זייער נזהר זיין ווייל מען קען קיינמאל נישט וויסן וואס יענער מאכט נעבעך מיט.

לענינינו, מיר האלטן יעצט בימי בין המצרים, לאמיר אלע זיך זעהן צו פארבעסערן און ליב האבן יעדע איד 'אהבת חנם', געבן א שמייכל פאר א צווייטן איד 'גדול המלבין שניים' עס קען ראטעווען דורות, לאמיר אפגעבן כבוד איינער פארן צווייטן, און אפילו דו האסט פונקט נישט קיין געדולד צו אים אדער דו יאגסט זיך באמת, א שמייכל דויערט א סעקונדע און עס קאסט נישט גארנישט פארן נותן אבער טוט אויף א געוואלד פארן מקבל, גריס אים מיט געפיהל, און דו האסט געמאכט זיין טאג.

און דעם זכות זאלן מיר שוין זוכה זיין אז הימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה און מיר וועלן אלע צוריק אהיים גיין כאיש אחד בלב אחד, במהרה בימינו, אמן.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

טאקע א צולייגער, טוט צום זאך...
hi class
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:14 am
לאקאציע: שויתי ה' לנגדי תמיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hi class »

זייער א גוטע נקודה,

טשאלענט האט געשריבן:ווען ער איז אים געגאנגען פרעגן צו ער מעג אויסקלאפן ביי די מנינים כתקנת ביהמ"ד האט ער אים אנגעקוקט מיט א בייזע בליק און אים געזאגט אז א צווייטע 'שנארער' האט שוין געבעטן דעם היינטיגן טאג און חוץ פון דעם איז נישט שיין צו באלעסטיגן די מתפללים...


פאר איינער וואס קומט ארויס די ערשטע מאל און קען נאך נישט די הלוך ילך איז עס זייער שווער, געווענליך די אלע וואס קלאפן אויס קומען שוין ארויס מערערע מאל און באשטעלן זייערע אפויטמענטס נאך פון דארט אפילו א האלב יאר בעפאר צוליב וואס צרכי עמך מרובים,
אגב האב איך אמאל געהערט פון א גרויסע עסקן אז די תקנה איז לתועלת סיי פאר די מתפללים, און נאך מער פאר די געלט גייערס אפילו אויף די מינוט קוקט עס אויס ווי אן עקספענס אבער דעס אז ער ווייסט אז היינט איז זיין טאג גיט אים אן הרחבת הדעת און דאס אליין טוט אים הייבן זיין עטוטוד צו גיין נאך געלט ווייל ער גייט היינט מצליח זיין

אשר ע"כ החכם עיניו בראשו איר ווילט גיין פאר א אויסערארנדליכע צוועק וואס איר האלט אז דער גבאי וועט אייך געבן רשות אויסצוקלאפן, רופט אן דעם גבאי'ן מינימום 24 שעה בעפאר בעסער כאטש א וואך פריער און אוודאי נישט יענעם אינדערפרי אדער א נאכט בעפאר, געווענליך וועט דער גבאי דיר אפילו נישט קענען ענטפערן דעמאלסט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

פי די עף
עטעטוד.pdf
(46.36 KiB) געווארן דאונלאודעד 191 מאל
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

שכח פארן פידיעפטן
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

טשאלענט דו ביסט אייזן. זאגסט דאך אזוי גיט . די עטיטוד קרענק איז שרעקליך דא אין אמעריקא. אין ארץ ישראל ווייס מען נישט פון אזא זאך . ס'איז נישט בנמצא. איך האלט אז וועגן דעם האבן מענטשן ליב צו פארן צו ארץ ישראל ווייל דארט איז עטיטוד פריי!!

און איך וויל דיר בעטן נעקסטיים מאך ענטער ס'וועט זיך ליינען געשמאקער
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”