דרך הלימוד פון די אחרונים- מיט די ישיבה'שע-ליטווישע הדגשות

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אה ענדליך שוין אזוי געווארט...
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

פינפטער כלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

די פינפטער כלל אין הגדרה. ווען מיר טרעפן צוויי הגדרות אויף א מצוה איז די שאלה צו זיי ווערן איינס אדער בלייבן עקסטער.

דוגמא:

צדקה. עס איז א מצות עשה צו געבן א פרוטה פאר אן עני. אבער אין צדקה איז אויך דא א לאו פון לא תאמץ את לבבך ולא תקפוץ וגו' איז די שאלה האט מצות צדקה די דינים פון א מצות עשה אדער פון א מצות לא תעשה?

די גמרא זאגט אין ב"מ כ"ט. אז א שומר אבידה איז פטור פון צדקה ווייל ער איז אן עוסק במצוה ופטור מן המצוה, פרעגן די אחרונים (זעה טו"ז חו"מ רס"ו, סק"ה) די קשיא אז לכאורה העוסק במצוה פטור מן המצוה איז דאך נאר ביי א מצות עשה אבער צדקה איז דאך אויך א מצות לא תעשה, אויב אזוי פארוואס איז ער פטור פון צדקה, אויף דעם איז דא אסאך תירוצים אין אחרונים, דער אמרי בינה ( או"ח י"ג ג) או"ש (יו"ט ג-ח) קובץ שיעורים ב"ב אות מ"ח, און נאך ענטפערן אז די לאו פון לא תאמץ איז נישט א געהעריגע לאו, נאר עס קומט מחזק זיין די עשה,

אזוי ווי דער רמב"ן אין קידושין לד שרייבט אויף מצות מעקה אז וועגן דעם ווערט מצוות מעקה אויסגערעכנט צווישן די מצות עשה שאין הזמן גרמא וואס נשים זענען מחוייב, לכאורה האט דאך מעקה אויך א לאו, אויב אזוי קען זיין אז די חיוב איז מחמת דעם לאו? אויף דעם זאגט דער רמב"ן אז די לאו איז נישט קיין געהעריגע לאו, עס קומט נאר מחזק זיין דעם מצות עשה, אז ער זאל זיך נישט אפהאלטען פון מאכן א מעקה ולא תשים דמים בביתיך, ממילא דארט ווי די עשה גייט נישט אן גייט אויך די לאו נישט אן, ממילא איז די חיוב לנשים יא מצד מצת עשה שאין הזמן גרמא.
זאגן די אחרונים די זעלבע זאך איז מיט מצות צדקה, אז עס איז נישט קיין געהעריגע לאו נאר עס קומט מחזק זיין די עשה, ממילא ווען ער איז עוסק במצוה איז דאך נישט דא די עשה איז ממילא נישט דא די לאו.

און ווי דער קובץ שיעורים שמועסט אויס אז עוסק במצוה פטור מן המצוה איז נישט קיין 'דחויה' אז בעצם איז דא די עשה נאר ער איז פטור פון דעם, ווייל אויב יא וואלט דאך געווען אויך די לאו און ממילא וואלט ער וען געווען מחוייב צו מקיים זיין די מצוה, נאר די פטור איז א 'הותרה' און ממילא איז בכלל נישט דא נישט די עשה און ממילא אויך נישט די לאו.

קומט אויס אז אמאל איז די מצוה העקרי דער מצות עשה און דער לאו איז נאר מחזק די מצות עשה, אבער עס בלייבט אין די גדרים פון מצוות עשה און נישט בגדרי לאוין.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

זעקסטער כלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

די זעקסטער כלל איז. ווען מ'טרעפט א דין כללי וואס טרעפט זיך אן מיט א דין פרטי ווערט עס איינס מיט דעם דין פרטי אדער ער בלייבט פאר זיך אליינס.

דוגמאות:

א. חצי שיעור: מיר ווייסן אז חצי שיעור אסור מן התורה, אויב איינער האט געגעסן א חצי שיעור חזיר, האט ער עובר געווען אויפן איסור חזיר, אדער אויפן איסור חצי שיעור אסור מן התורה, וואס איז א באזונדערע איסור כללי לכל התורה כולא?

אין קובץ שיעורים בכורות אות ג' איז ער מסביר די הלכה אז בל יראה גייט נישט אן פחות מכזית, און די אחרונים פרעגן פארוואס לכאורה חצי שיעור אסור מן התורה, אויף דעם זאגט ער אז היות חצי שיעור איז אסור מצד דעם דין חצי שיעור, און נישט מצד איסור חמץ, ממילא אין הכי נמי אז עס איז אסור צו עסן, אבער בל יראה גייט נישט אן.

(עפעס ליגט מיר אין קאפ אז אנדערע אחרונים זאגען אז עס ווענדט זיך, ביי די זאכן וואס זענען חזי לאצטרופי איז עס א דין אין די מצוה, למשל ביי זאכן ווי חזיר וואס איז חזי לאצטרופי ווערט די חצי שיעור א חלק פון די איסור משא"כ ביי זאכן וואס זענען נישט חזי לאצטרופי דארט איז עס א דין כללי פון חצי שיעור, למשל ביי תערובות איז דא א פרמ"ג אז עס איז נישט שייך חזי לאצטרופי ווייל עס איז נתערב, און די זעלבע ביי יוכ"פ איז דא א שפת אמת (שם יומא עד)אז עס איז נישט שייך לאצטרופי ווייל די איסור איז נישט קיין שיעור 'אכילה' אז עס זאל זיך פאסן אצטרופי, די איסור איז די 'נישט פאסטען' וואס געשעהט ווען ער ענדיגט די כזית, ממילא איז עס אסור מצד דעם פסוק).

- אויך זענען דא אחרונים וואס זענען מסביר מיט די חקירה די מחלוקת ראשונים, וואס דער משנה למלך אין פ"ד מהל' שבועות ברענגט באריכות צו ווען איינער האט געשוואוירען ער גייט נישט עסן א כזית צו דארט איז אויך חצי שיעור אסור מן התורה, דער רמב"ם און ר"ן אויף איין פלאץ לערנען אז נישט ווייל דער מענטש האט דאך זיך נישט געאסרט נאר מיט א כזית ממילא וואס איז שייך דעם דין פון חצי שיעור, אויף איסורים, און דער רמב"ן און ר"ן אין אן אנדערע פלאץ לערנען אז ס'איז יא אסור ווייל סוכ"ס איז דא א איסור צו עובר זיין,

זענען די אחרונים מסביר אז אויב לערנט מען אז עס איז א איסור כללי אויב אזוי איז חל דא א חיוב נישט מצד זיין שבועה נאר מצד חצי שיעור אסור מן התורה בכל התורה, און אויב איז עס א חלק פון די איסור, דא האט דאך נישט די תורה געלייגט דעם איסור, אז מ'זאל זאגן אז אויך א חצי שיעור איז אסור, דא האט זיך דאך דער מענטש אליינס געאסרט און ער האט אוודאי נישט אינזין געהאט דעם חצי שיעור איז ממילא איז עס אסור.

ב. לפני עור. אויב איינער איז עובר אויף לפני עור און ער איז מסייע לידי עוברי עבירה האט ער א חלק פון די עבירה וואס יענער האט עובר געווען צו ער האט אייביג די זעלבע לפני עור?
אין בבא מציעא דף יוד ברענגט דארט די גמרא אזא כהן וואס האט געהייסן א ישראל צו מקדש זיין פאר אים א אשה גרושה, איז דער יוד נישט קיין בר חיובא ממילא גייט נישט אן דעם כלל פון אין שליח לדבר עבירה, לויט איין צד. איי לכאורה דער יוד איז דאך א בר חיובא מצד לפני עור, אלא מאי זאגן די אחרונים (הגרי"כ) אז לפני עור איז א עקסטרע איסור און דער יוד הייסט נישט קיין בר חיובא וועגן דעם. (למעשה וואלט מען געקענט זאגען אין א פאל וואס איז נישט שייך לפני עור ווען ס'איז נישט בתרי עברי דנהרא).

ג. זה אלי ואנוהו. הידור מצוה עד שליש איז א חלק פון די מצוה אדער א מצוה בפני עצמה, דער בריסקער רב ברענגט א ראי' אז עס איז א חלק פון די מצוה, ווייל מ'איז חוזר על ציצין שאין מעכבין המילה בשבת, איז אויב וואלט עס געווען נאר א מצוה נפרדת וואלט עס נישט דוחה געווען שבת.

ד. מצות חינוך איז א מצוה כוללת אדער א חלק פון די מצוה?

דער משנה ברורה אין סימן תרנ"ח סקכ"ח ברענגט א מחלוקת אחרונים אויב דער טאטע האט נישט מקנה געווען דעם לולב פארן קינד, צו דער טאטע האט יוצא געווען מצוות חינוך, דער מגן אברהם האלט אז נישט, ווייל עס פעלט דער לכם, אבער דער בגדי ישע האלט אז יא ווייל סוכ"ס האט זיך דער קינד אויס געלערנט צו מקיים זיין מצות לולב.

זענען אחרונים מסביר אז עס ווענדט זיך אין די שאלה, דער מג"א האט געלערנט אז מצות חינוך איז א חלק פון מצות לולב אויב אזוי האט דער טאטע נישט מקיים געווען די מצות חינוך, משא"כ דער בגדי ישע האלט אז עס איז א מצוה כוללת אים צו אריינברענגען לידי קיום מצוות, און אפילו דער קטן האט נישט מקיין געווען די מצוה אינגאנצען כמצותה פעלט נישט אין חינוך.

(ה. די זעלבע שאלה איז ביי יעדע מצוה דרבנן למשל לולב נישט דעם ערשטן טאג, איז מען מקיים מצות לולב אדער מצות ועשית ככל אשר יורוך, פון די ברכה איז משמע מצות לולב, אבער די אחרונים זאגען אז אין דעם ווענדט זיך די מחלוקת הרמב"ם והרמב"ן אין די ערשטע שורש פון ספר המצוות צו מ'זאל רעכענען די מצות לא תסור אין די תרי"ג אדער נישט, לויט דעם רמב"ם נישט ווייל עס איז נישט קיין עקסטערע מצוה נאר א חלק פון די איבריגע, און לויט דעם רמב"ן יא, איי פרעגט דער רמב"ם איז דאך נישט דא נאר צוויי נאר טויזענטער דרבנן'ס? אויף דעם ענטפערן זיי אז לויט דעם רמב"ן זענען יענע אלע טויזנטער דרבנן'ס נכלל אין די צוויי, דהיינו יעדע מאל מ'איז מקיים א דרבנן איז מען מקיים דעם לא תסור).

דאס איז די זעקסטער כלל, די כללית'דיגער דין ווערט יעדע מאל א חלק פון דעם פרטית'דיגער דין, אדער בלייבט א כלליות'דיגער דין.

ב"ה מיר האבן גענדיגט די ערשטער כלל אין דרך הלימוד די כלל פון הגדרה.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

ווי איך געדענק איז דא אחרונים וואס ווילן זאגן אז ביי חמץ איז "בכלל" נישטא קיין חצי שיעור וויבאלד עס איז נישט חזי לאיצטרופי.

(נאך א סברא וואס ליגט מיר אין קאפ, איז לויט דעם מהלך פון תוס אז די איסור בל יראה איז וועגן שמא יבוא לאוכלו, און עס איז איסור "כרת" וואס דאס איז דאך נישטא ביי חצי שיעור")
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:ווי איך געדענק איז דא אחרונים וואס ווילן זאגן אז ביי חמץ איז "בכלל" נישטא קיין חצי שיעור וויבאלד עס איז נישט חזי לאיצטרופי.

(נאך א סברא וואס ליגט מיר אין קאפ, איז לויט דעם מהלך פון תוס אז די איסור בל יראה איז וועגן שמא יבוא לאוכלו, און עס איז איסור "כרת" וואס דאס איז דאך נישטא ביי חצי שיעור")


יא דער חת"ס האלט אזוי אבער נאר די לעצטע טאג פון יום טוב פאר די זמן, דעמאלס איז עס שוין נישט חזי לאצטרופי אבער אין מיטן יו"ט טיז עס יא חזי לאצטרופי, און ער וויל מיט דעם פארענטפערן פארוואס דער רמב"ם שרייבט אז איסור חצי שיעור ביי אכילת חמץ איז פון לא יאכל און ער שרייבט נישט די נארמאלע מקור פאר חצי שיעור.

די צווייטע זאך פארשטיי איך נישט, ווייל לויט די שיטות אז די עיקר מקור פאר חצי שיעור איז חזי לאצטרופי, איז דאך דאס שייך אויך ביי כרת, ווייל מ'זאל נישט צוקומען צו איסור כרת.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

האנטעך האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:ווי איך געדענק איז דא אחרונים וואס ווילן זאגן אז ביי חמץ איז "בכלל" נישטא קיין חצי שיעור וויבאלד עס איז נישט חזי לאיצטרופי.

(נאך א סברא וואס ליגט מיר אין קאפ, איז לויט דעם מהלך פון תוס אז די איסור בל יראה איז וועגן שמא יבוא לאוכלו, און עס איז איסור "כרת" וואס דאס איז דאך נישטא ביי חצי שיעור")


יא דער חת"ס האלט אזוי אבער נאר די לעצטע טאג פון יום טוב פאר די זמן, דעמאלס איז עס שוין נישט חזי לאצטרופי אבער אין מיטן יו"ט טיז עס יא חזי לאצטרופי, און ער וויל מיט דעם פארענטפערן פארוואס דער רמב"ם שרייבט אז איסור חצי שיעור ביי אכילת חמץ איז פון לא יאכל און ער שרייבט נישט די נארמאלע מקור פאר חצי שיעור.

די צווייטע זאך פארשטיי איך נישט, ווייל לויט די שיטות אז די עיקר מקור פאר חצי שיעור איז חזי לאצטרופי, איז דאך דאס שייך אויך ביי כרת, ווייל מ'זאל נישט צוקומען צו איסור כרת.

ווען איינער עסט א חצי שיעור פון אן איסור כרת איז ער נאר עובר אויף אן עשה (אזוי דענק איך), פארוואס ווייל עס איז חזי לאיצטרופי, אבער למעשה יעצט איז ער נישט עובר אויף אן איסור כרת.

ממילא אז איינער האלט א חצי שיעור אינדערהיים איז עס איז נישט ערגער ווי סתם אן איסור לאו וואס די תורה האט נישט געאסרט שמא יבוא לאכלו.
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

איך האב נישט געוויסט אז עס איז דא דא נאך אידן ת״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

ייש״כ להרב האנטעך המייסד וכל הקהל הקדש הזה!!!
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

וועגן די ענין אז מען טרעפט שוין די סארט ליטווישע חידושים אין פריערדיגע ספרים האב איך היינט געטראפן א גאר אינטערסאנטע שו״ת נודע ביהודה יו״ד תנינא סי׳ ר״א ווי ער איז מחדש אז אין הפרשת חלה איז דא צוויי דינים, א דין נתינה אין א דין הפרשה. ער פארענטפערט מיט דעים עטליכע קשיות עיי״ש . אינטערסאנט איז ווי אזוי די נודע ביהודה גייט צי צי דעם חידוש ער שרייבט ״והננו בזה לחדש ״דבר חדש״ שלא קדמנו בזה שום פוסק או מחבר״ בשעת ווען היינט גיסט זיך אזאנע סארט חידושים פון א יעדען ת״ח... די בן המחבר פלאגט זיך דארטן מסביר צי זיין אין א הגה״ה די געדאנק אז איין מצוה זאל האבן צוויי דינים...

וואס אן אמתן ארויף דארף מען צי צייכעמען וואס א סאך וואונדערן זיך אויף דעם נו״ב אז די חידוש שטייט קלאר שוין אין תוס׳ רי״ד, אוןאז די רמב״ן אין די הגהות אויף ספר המצוות שטייט קלאר אז דאס איז צוויי מצוות, וצ״ע.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אין די הקדמה פונעם ספר פרשת מרדכי, נארוואס ערשינען פון הגאון רבי מרדכי בעק שליט"א, איז ער שיין מאריך בשבחו פונעם ישיבה'שן דרך הלימוד און פארענטפערט די טענות דערויף מיט געשמאקע הוכחות.

בעצם איז די גאנצע הסכמה העכסט אינטערסאנט, ער קאכט אריין בגדלותו פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע באגלייט מיט דברי קנאות קעגן די מדינה און שילדערט זיינע זכרונות פון נייטרא ישיבה און נאך.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

צווייטע כלל אין דרך הלימוד: גורם וסיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

בס"ד

דרך הלימוד כלל ב'.


ב"ה מיר האבן מסיים געווען די ערשטע כלל אין דרך הלימוד, וואס דאס איז די כלל פון 'הגדרה' דהיינו אונטער וועלכע דין גייט אריין די דין וואס מיר לערנען, ווי מיר האבן מרחיב געווען מיט כללים און דוגמאות. יעצט וועלן מיר בעז"ה גיין ווייטער צו די נעקסטע כלל. כ'מיין אז מיר האבן שוין געהאט גענוג א גרויסע ריוח להתבונן יעצט איז מען שוין זיכער גרייט צו גיין ווייטער...

די נאמען פון די צווייטע כלל איז "הגורם והסיבה" נאכדעם וואס מיר ווייסען שוין אונטער וועלכע כלל די הלכה איז, יעצט דארף מען צונעמען די עצם הדבר, וועלכע סארט חיוב איז דאס. ווי מיר וועלן באלד אנפאנגען צו לערנען.

גברא וחפצא.


די מושג פון חפצא איז א ברייט באקאנטע אין די עולם הישיבות, ווען מען וויל ארויס ברענגען וואס איז די 'עצם הדבר' די 'עיקר פון די זאך' נוצט ר' חיים די לשון חפצא, אבער די אמת איז, אז דאס איז נאר א לשון המושאל. מיר וועלן זיך יעצט באציען צו די מקורות'דיגע טערמין פון די ווארט, ווי די גמרא רעדט פון דעם די חילוק פון גברא און חפצא אין מסכת נדרים.

נדרים איז א איסור חפצא און שבועות איז א איסור גברא. וועגן דעם ווען איינער מאכט א נדר אז ער גייט נישט עסן די מצה ווערט עס אסור, ווייל הגם דער מענטש איז מחוייב צו עסן מצה, אבער די מצה ווערט א חפצא דאיסורא, אזוי ווי ער זאל באקען די מצה מיט חזיר פעטענס. משא"כ ווען איינער שווערט אז ער גייט נישט עסן מצה, איז נישט חל די שבועה, ווייל די שבועה איז אויפן גברא, אז ער ווערט אסור אין עסן מצה, און דער מענטש איז דאך יא מחוייב צו עסן מצה.

ביי אסאך מצוות איז זייער קלאר זייער גדר צו ס'איז א חיוב גברא אדער א חיוב חפצא, למשל אמונה אדער תפילה איז זיכער א חיוב גברא, תפילין איז אויך א חיוב גברא.

ציצית איז א חיוב חפצא. ווען מען האט א טלית מיט ד' כנפות דארף מען לייגען ציצית, און אין דעם איז אויך א מחלוקת הראשונים צו עס איז א חיוב אויפן מענטש אפילו ער טוט עס נישט אן, נאר ער האט אין זיין רשות א טלית דארף ער לייגען ציצית, אדער נאר אויב ער טוט אן די ציצית, און מיר פסק'נען ווי די צווייטע צד.

די זעלבע זאך א טלית של לילה איז פטור מן הציצית, איז די זעלבע מחלוקת צו א טלית וואס איז מיוחד ללילה פטור פון ציצית אפילו ער טוט עס אן בייטאג, אדער יעדע טלית וואס ער טוט אן ביינאכט איז פטור, און יעדע טלית וואס ער טוט אן בייטאג איז חייב בציצית אפילו עס איז מיוחד ללילה, און אזוי נעמען מיר אן מעיקר הדין.
אבער ביי אנדערע מצוות איז נישט אזוי קלאר וואס איז זייער גדר, און עס עס קען אויסקומען נפקא מינה'ס להלכה אויב עס איז א חיוב גברא אדער א חיוב חפצא.

דוגמאות:


א. אכילת קדשים וואס איז א מצוה אויף די כהנים אז זיי זאלען עס עסן, איז די שאלה אויב איז עס א חיוב ''גברא' אז די כהנים האבן א מצוה עס צו עסן, אדער עס איז חיוב 'חפצא' אז די קדשים זאל אויפ געגעסן ווערן דורך די כהנים, און עס זאל נישט בלייבן קיין נותר.

די נפק"מ להלכה איז. אויב איז עס א חיוב 'גברא' אז די כהנים דארפן עסן קדשים, זענען די כהנים מחוייב צו עסן א כזית, ווייל ווייניגער פון א כזית איז נישט קיין שיעור אכילה און זיי האבן נישט מקיים געווען די מצוות אכילת קדשים. אזוי ווי מיר געפונען בייי מצות אכילת קרבן פסח און ביי מצות אכילת מצה, וואס די זענען א מצוה אויפן גברא, יעדער מענטש איז מחוייב צו עסן פונם קרבן פסח און מצה, איז די הלכה אז מען מוז עסן דוקא א שיעור אכילה וואס דאס איז א כזית. אבער אויב איז עס א מצוה אויפן 'חפצא' אז עס דארף געגעסן ווערן דורך די כהנים, זענען זיי מקיים די מצוה אפילו אויב זיי עסן ווייניגער ווי א כזית ווייל למעשה איז די קדשים געגעסן געווארען.

דער בית הלוי (ח"א סימן ב') און דער אור שמח (פ"ו מהלכות חמץ ומצה ה"א), נעמען אן אז מצות אכילת קדשים איז א חיוב אויפן 'חפצא', אז די קדשים זאלען געגעסן ווערן, און נישט אויף די כהנים אז זיי זאלען עס עסן. און וועגן דעם נעמען זיי אן אז די כהנים זענען נישט מחוייב צו עסן קיין כזית.

אבער דער חת"ס (או"ח סימן מ"ט) און דער מנחת חינוך (מצוה קל"ד) נעמען אן אז מען איז יא מחוייב צו עסן דוקא א כזית, לפ"ז האבן זיי געלערנט אז מצות אכילת קדשים איז א חיוב אויפן 'גברא' און אויב אזוי דארפן זיי עסן דוקא א כזית.

[דער חת"ס שרייבט קלאר אז עס האט די זעלבע הלכה ווי ביי קרבן פסח אז מען איז מחוייב צו עסן א כזית. נאר ער שרייבט אז כדי די קרבן זאל זיין כשר דארף נתקיים ווערן די מצות אכילה בכזית עכ"פ דורך איין מענטש, און נאר דעמאלס איז די קרבן כשר, אזוי ווי מיר געפונען ביים קרבן פסח (פסחים צ"א) אויב איינער האט געגעסן א כזית און נאכדעם איז די קרבן טמא געווארען, איז די קרבן כשר. און נאכדעם וואס מען האט געגעסן עכ"פ איין כזית, איז שוין די קרבן כשר, יעצט ווער עס עסט א כזית איז מקיים די מצות אכילה כמצותה און ווער עסט ווייניגער איז מקיים א קצת מצוה.

אבער אין זיינע חידושים אויף מסכת נדרים דף י"ז ע"א שרייבט דער חת"ס ווי דער בית הלוי און דער אור שמח, אז אכילת קדשים איז נאר א חיוב 'חפצא' אז עס זאל געגעסן ווערן די קדשים, ממילא אפילו אויב יעדער עסט א חצי שיעור, אויב למעשה איז די קרבן אויפגעגעסן געווארען האט מען מקיים געווען די מצוה].

דער מנ"ח ברענגט אראפ דעם שיטת השאגת אריה (סימן צ"ו) אז די מצוה אכילת קדשים וקרבן פסח איז נישט נאר א כזית, נאר מען איז מחוייב אויפצועסן די גאנצע קרבן. אבער דער מנ"ח דינגט זיך מיט אים און לערנט אז איינמאל מ'האט שוין געגעסן א כזית איז מער נישט דא די מצות אכילת פסח וקדשים, ווייל מ'האט עס שוין מקיים געווען די מצוות אכילה מיט א כזית, נאר נאכדעם איז דא א חיוב צו זעהן אז עס זאל נישט צוקומען צו נותר, דאס קען מען אויך מקיים זיין דורך דעם וואס קטנים עסן עס, די עיקר איז, אז עס בלייבט נישט איבער קיין נותר.

לויט די שאגת אריה איז מסתבר אז די חיוב איז אויפן חפצא, אז עס זאל געגעסן ווערן די קדשים וקרבן פסח, נאר אנדערש ווי די בית הלוי און די או"ש, וואס לכאורה לויט זיי איז די עיקר אז עס זאל געגעסן ווערן, און וויבאלד מען האט געגעסן אפילו א כל שהוא, אויב עס קומט נישט לידי נותר האט מען יוצא געווען, און לויט זיי איז קרבן פסח יא א חיוב גברא און מ'איז מחוייב צו עסן דוקא א כזית. אבער לויט דעם שאגת אריה איז סיי ביי קרבן פסח און סיי ביי סתם קדשים א חיוב חפצא, נאר לויט אים איז מען מחוייב צו עסן די גאנצע דוקא דורך גדולים.

[מען קען אפשר מסביר זיין די מחלוקת פון דעם שאגת אריה, און דעם בית הלוי און אור שמח, מיט די חקירה וואס דער צפנת פענח איז חוקר לגבי מצות מילה, צו איז די מצוה אז מען זאל זיך מל'ן דאס איז א חיוב 'גברא', אדער אז מען זאל זיין געמל'ט וואס דאס איז א חיוב 'חפצא', אדער מען זאל נישט האבן קיין ערלה.
די זעלבע חקירה קען מען קלערן דא ביי אכילת קדשים, אפילו אויב עס איז א חיוב חפצא, איז די מצוה אז די קדשים זאל אויפגעגעסן ווערן, (אזוי ווי ביי מילה אז מען זאל זיין געמל'ט) אדער איז די מצוה אז מען זאל זעהן אז עס זאל נישט איבער בלייבען קיין נותר, (ביי מילה אז עס זאל נישט זיין קיין ערלה).

דער שאגת אריה האט געלערנט אז עס איז חיוב אז די קדשים זאל אויפגעגעסן ווערן, וועגן דעם דארף עס געטאן ווערן דורך א גדול. און די בית הלוי ואור שמח האבן געלערנט אז די מצוה איז אז עס זאל נישט איבער בלייבן קיין נותר, וועגן דעם ווי נאר זיי האבן געזעהן אז עס זאל נישט איבער בלייבן קיין נותר, און זיי האבן עפעס געגעסן האבן זיי מקיים געווען די מצוה].

עס איז אינטערסאנט צו אראפ ברענגען וואס דער אור שמח פירט אויס, אז אין מצות אכילת פסח איז דא צוויי חיובים, איינס איז א חיוב אויפן גברא אכילת פסח, און איינס אויפן חפצא אכילת קדשים. און וועגן דעם מעיקר הדין אויב איינער האט נאך נישט אויפגעגעסן די קרבן פסח פאר חצות, וואלט ער געדארפט עסן נאך חצות, ווייל הגם מצד אכילת פסח איז שוין אריבער די זמן אכילה ביי חצות הלילה, אבער מצד אכילת קדשים איז ער נאך מחוייב צו עסן ביזן עלות. נאר למעשה מדרבנן - שטייט שוין אין די ערשטע משנה אין ברכות - איז אסור צו עסן נאך חצות אפילו ביי סתם קדשים. ממילא להלכה וועט ער ממילא נישט טארען עסן דעם קרבן פסח נאך חצות.

נאך א דוגמא:


ב. אין די משנה אין פסחים דף כ"א איז דא מחלוקת ווי אזוי איז מען מקיים די מצות תשביתו צו מבער זיין די חמץ, לויט ר' יודא איז מען עס מקיים נאר דורך שריפה, און לויט די חכמים איז מען מקיים תשביתו אויף יעדן אופן וואס מען קען פארניכטען און נישט דוקא מיט שריפה.

איז ר' חיים מסביר (חי' ר"ח הלוי פ"א מהל' חמץ ומצה ה"ג) אז די שורש המחלוקת איז, וואס איז די מצות תשביתו א חיוב 'חפצא' אז די חמץ זאל מבוער ווערן, אדער א חיוב 'גברא' אז דער מענטש זאל מבער זיין חמץ. לויט ר' יודא איז עס א חיוב חפצא אז די חמץ זאל מבוער ווערן און דוקא דורך שריפה, לויט די חכמים איז עס איז עס א חיוב גברא אז דער מענטש זאל מבער זיין די חמץ ממילא איז נישט דא קיין ספעציעלע דין וויאזוי נאר השבתתו בכל דבר.

מיט די יסוד פארענטפערט ר' חיים א הארבן רמב"ם און אויך א קושיא פון רע"א אויפן טור.

דער רמב"ם שרייבט אז אויב איינער איז עובר אויפן איסור בל יראה במעשה דורך דעם וואס ער קויפט חמץ אינמיטען פסח איז ער חייב מלקות. איז שווער אז די גמרא אין פסחים דף צ"ה שטייט אז בל יראה איז א לאו הניתוק לעשה פון תשביתו, די תורה זאגט אז אויב האט ער יא חמץ זאל ער עס פארברענען.

אויף דעם ענטפערט ר' חיים אז בשלמא לויט ר' יודא אז די מצות תשביתו איז אויפן חפצא די חמץ דארף פארברענט ווערן, איז עס א לאו הניתוק לעשה, די תורה זאגט אז מען זאל נישט האבן קיין חמץ אינדערהיים און אויב יא זאל ער עס פארברענען.

אבער לויט די חכמים אז מצות תשביתו איז אויפן מענטש, אז ער זאל נישט האבן קיין חמץ אינדערהיים, דורך דעם וואס ער וועט מבער זיין די חמץ. איז תשביתו א פירוש אויפן לאו, ממילא ווען ער איז עובר אויף בל יראה איז ער אויך עובר אויפן עשה פון תשביתו, און עס איז נישט שייך צו זאגען אז עס איז א ניתוק לעשה.
ממילא שטימט זייער גוט. די גמרא גייט לויט שיטת ר' יודא, איז בל יראה א ניתוק לעשה פון תשביתו. אבער דער רמב"ם פסקנ'ט ווי די חכמים, ממילא איז עס נישט קיין לאו הניתוק לעשה.

און אויך פארענטפערט ער די קשיא פון רע"א אויפן טור.

די טור (או"ח סימן תמ"ה) פסקנט אז לויט ר' יודא וואס די מצות תשביתו איז בשריפה איז די אש מותר בהנאה, אבער לויט די חכמים איז די אש אסור בהנאה ווי די הלכה איז ביי קדשים (מעילה ל"ד) אז הנשרפין מותרין די קדשים וואס מען דארף פארברענען, איז זייער אש מותר בהנאה, והנקברין אסורין און די קדשים וואס מען דארף מקבר זיין איז זייער אש אסור בהנאה.

פרעגט רע"א. לכאורה תוספות (מעילה ל"ג ע"ב) איז דאך מסביר די טעם פון די גמרא, אז הנשרפין איז שוין געטאן געווארען די מצוה ממילא איז די אש מותר, משא"כ הנקברין איז דאך נישט דא קיין ספעציפישע מצוה, נאר עס איז אסור בהנאה, און כדי מ'זאל נישט צוקומען צו קיין מכשול הנאה צו האבן איז מען עס מקבר, ממילא איז עס אסור בהנאה, ווייל עס איז נישט געטאן געווארען די מצוה מיטן פארברענען. אויב אזוי דא ביי חמץ, אפילו לויט די רבנן אז השבתתו בכל דבר, אבער סוכ"ס איז דאך שוין מקויים געווארען די מצות תשביתו דורך שריפה, אויב אזוי דארף די אש זיין מותר אפילו לויט די חכמים?

אויף דעם ענטפערט ר' חיים אז וויבאלד לויט די חכמים איז די מצות שריפה נישט אוף די חמץ נאר אויף די בעל החמץ, ממילא אפילו דער בעל החמץ איז מקיים געווען די מצוה דורכ'ן פארברענען די חמץ, קען מען אבער נישט זאגען אויף די חמץ נעשית מצותו, ווייל אויף די חמץ איז נישט געווען קיין חיוב שריפה, ממילא איז עס נאך אלץ אסור בהנאה, אזוי ווי ביי נקברין וואס איז געווארען פארברענט. משא"כ ביי נותר איז יא דא א חיוב שריפה אויפן פלייש ממילא נאכן פארברענען איז שוין נעשית מצותו איז די אש מותר.
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

זייער שיין!
נאכנישט גענדיגט די גאנצע, אבער איין קליינע הערה
האנטעך האט געשריבן: ציצית איז א חיוב חפצא. ווען מען האט א טלית מיט ד' כנפות דארף מען לייגען ציצית, און אין דעם איז אויך א מחלוקת הראשונים צו עס איז א חיוב אויפן מענטש אפילו ער טוט עס נישט אן, נאר ער האט אין זיין רשות א טלית דארף ער לייגען ציצית, אדער נאר אויב ער טוט אן די ציצית, און מיר פסק'נען ווי די צווייטע צד.

ס'איז א מחלוקת און גמרא מנחות מא. אויב ציצית איז חובת גברא אדער חובת טלית ע"ש
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

קען מען ביטע PDF'ן די סחורה
מ'זאל קענען פרינטן? און ליינען?
ייש"כ
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

@עבידנא יומא טבא, ידידי האנטעך איז צוריק דא מיט א פרישקייט...

נאך נישט געהאט צייט צו לייענען דען תגובה, נאר אזויפיל האב איך געזען אז @האנטעך איז צוריק אין די גלייזן.

יהא בואכם לברכה להרמת קרן אייוועלט.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

חרוזים האט געשריבן:קען מען ביטע PDF'ן די סחורה
מ'זאל קענען פרינטן? און ליינען?
ייש"כ


פון אנפאנג ביז ווי מיר האלטען יעצט.
אטעטשמענטס
דרך הלימוד.pdf
(193.17 KiB) געווארן דאונלאודעד 368 מאל
לעצט פארראכטן דורך האנטעך אום דינסטאג יוני 14, 2016 10:08 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

אה א מחי'!
אין אמת'ן האב איך עס נישט געוואלט דורך לערנען ווייל דער האנטעך רייצט אן, און נאכדעם קומט ער צוריק א האלב יאר שפעטער, אבער כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן...
א גרויסן ישר כח, זייער שיין.
נ.ב.
פליז קיפ איט קאמינג, אין די אנדערע אפטיילונגען אויך.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

הערליך שיין, כ'האב זייער הנאה דערפון.

גוטע ענינים, זייער קלאר אראפגעלייגט, און זייער געשמאק געשריבן.

גיי ווייטער אן.

ששש... ס'קען נאך ווערן א גאנץ ספר דערפון.

נאך דורכליינען, האב איך געוואלט אנפרעגן אויב די האסט שוין געזען דעם ספר "מאיר נתיבים" וואס כ'האב געברענגט ביי די ספרים חדשים אשכול, למעשה נאך מאכן א חיפוש זע איך אז די ערווענסט שוין אין דיין ערשטע תגובה דעם ספר, און אז די שיעורים קומען פון הרב ר' אברהם צבי מרגליות און אז ער האט שוין געזען דעם ספר.

די מעשה איז אזוי: דער ספר האט מחבר געווען הרב מאיר מרגליות וואס איז א זוהן פון הרב ר' אברהם צבי הנ"ל. כ'ווייס נישט ווער ס'האט גענומען פון וועם, ס'לכאורה א שותפותדיגע חיבור - אב ובנו שראו את החידוש, און דער ספר גייט פונקטליך אויפן אופן פון די שיעורים. אבער נאכקוקדינג אינעם ספר איבער די ענין וואס די האסט געשריבן לגבי גברא חפצא בענין אכילת קדשים, זע איך ער שמועסט דערפון (בשער ב' "המחייב והגורם" נתיב א' "גברא או חפצא"; ובאריכות באות ג' ובהערות שם).

א בקשה אויף נאכאמאל האלט אן, ס'קען שטארק צוניץ קומען, און אויפהייבן די ניווא פון לערנען דאהי ביים די וואס רעדן אידיש.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

מורא"דיג ! מורא"דיג !
נאר א פאר הערות דאס וואס דו שרייבסט אז ווען איינער מאכט א נדר ווערט די זאך א חפצא דאיסורא אזוי ווי ער זאל עס באקן מיט חזיר פעטענס איז נישט אזוי פשוט ביי חזיר און אזוי אויך ביי אנדערע איסורי תורה ווערט טאקע די זאך א חפצא דאיסורא און דער מענטש וואס איז עובר דערויף טוט א פעולה אסורה משא"כ ביי נדרים האלטען אסאך אחרונים אז די איסור איז נישט די פעולה בעצם די איסור איז נאר לא יחל דברו דאס הייסט עובר זיין אויף זיין דיבור און ממילא טאר ער עס נישט עסן ווייל אויב יא איז ער עובר אויף זיין דיבור אבער די עצם פעולה איז א פעולה המותרת(לאו כו"ע מודו בזה כמדומה ר' שמעון סובר דנדר בכוחו לפעול חפצא דאיסורא כמו חזיר ראה בקובץ שיעורים ח"ב שהאריך בזה וכן בדברי סופרים ובדברי סופרים החדש נדפסו מכתבים בין ר' אלחנן להקהילות יעקב שמתווכחים על זה)דהיינו דאס וואס גמרא זאגט א חילוק צווישען נדר און שבועה איז ווייל נדר איז אסור מכח די חפצא דאס הייסט ווייל דער מענטש האט געזאגט קונם עלי ממילא טאר ער נישט מחלל זיין דבור וואס ער האט געזאגט אז ער גייט זיך נוהג זיין מיט די חפץ כאילו עס איז קדוש בקדושת קרבן משא"כ ביי שבועה וואס זיין דיבור איז נאר געווען כלפי אים די גברא
ממש לעצטענס האב איך געזען אין שו"ת מחנה חיים וואו זיין ברידער די המיקנה פרעגט אים דארט א חקירה אין שלו(דא אויף דעם א מעשה אין די ליטווישע וועלט אי"ה אין א צווייטע געלעגענהייט)אין דער מחנ"ח ענטפערט אים זאגט ער די אויבענדערמאנטע סברא
דאס קען אפשר אויך זיין א הוספה צו דעם וואס למדן וצדיק פרובירט צו ברענגן אז זעהט שוין פריער די מהלך כאטש דער מחנ"ח איז נישט געווען צי סאך פריער איז ער דאך געווען אין גאנצען אין אן אנדערען מקום באמת דער מחנ" ח וואס אסאך ריפען אים דער אונגארישער ר' חיים האט געהאט אן ענדליכען געדאנקען גאנג צו ר' חיים בריסקער און זייער אסאך יסודות און חקירות וואס ווערן דערמאנט אין די ליטווישע ספרים ווערן שוין געברענגט אין מחנ"ח אין ווער רעדט נאך פין זיין ספר פלס חיים אויף גיטין איך האב אמאל געליינט ערגעץ אז ווען מ'האט איבערגעדריקט די פלס חיים האט ר' נחום פארצאוויץ ז"ל געזאגט פאר אן אייניקל פין מחנ"ח אז ווען ער האט געלערנט אין מיר איז נאר געווען איין פלס חיים אין ישיבה וואס איז געווען אין גאנצען ציפליקט און צוריסען פין אזוי סאך ניצן אין די בחורים זענען געשטאנען אין די רייעס עס צו קענען באקימען
בעצם אויף איסור גברא און איסור חפצא איז דא א פאר וועגן אין די אחרונים וואס איז א איסור גברא און וואס איז א איסור חפצא אויך איז דאך באקאנטע די ריטב"א אז כל איסורים שבתורה איז נאר אן איסור גברא
שוין כבר הארכתי יותר מדאי ועוד חזון למועד און נאכאמאל א גרויסע יש"כ ממש א תענוג רוחני !
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”