איטשע האט געשריבן:א ניגון פון דער קדושת ציון, ס׳איז אויף איינער פון די שירי ציון אלבומס.
ס׳איז מער א ״הללו״ ניגון
שירי ציון ד׳
ב.ד.וו. אין טאהש זינגט מען דעם ניגון, פארשטייט זיך פארקלאוזשעט. תולדות אהרן (דהיום) האט דאס אדאפטעד פון טאהש על קרבו ועל כרעיו אויף הללו בעיקר פסח לילי פסחים און די ערשטע טאג.
רעדנדיג מיט איינעם פון תו״א וואס איז עוסק במקורות ניגונים, איז דער ניגון עלה על הפרק, ער זינגט מיר דאס אויפן טעלעפאהן (רוהיג אן התלהבות וואס ׳פארדרייט׳ נישט..), מערק איך אים אויף אז דער ניגון איז נוסח טאהש...
הייתי בעיניו כמתעתע.. עההה... ס׳איז גאר אן אלט ניגון...
נו נו, כ׳האב אים געלאזט האלטן ווי ער וויל.
ועיין ערך יחידתי ועוד הרבה ניגונים , וכמיודענו ״פארשלאפן״.
למאי נ״מ? נישט נעמען און לערנען ניגונים פון נישט פונקטליכע און פארדרייענדע מקורות.
ויש עוד כמה מקומות כאלו.
שוין שוין, נישט אוועק פירן דעם אשכול, אנטשולדיגט..