נשמה האט געשריבן:לאמיר זיך האלטן צום עניאגראם.
חביבי מאך אשכולות פאר יעדע זאך עקסטער, אזוי וועט דער עולם זעהן דיין ארבעט. א טוט-בראש אין א שיינע באקסל, פארקויפסט זיך בעסער ווי אן א באקסל. אל תיגע לריק כחך.
דער שמועס האט זיך אנגעהויבען דא אינעם אניגראם אשכול
viewtopic.php?f=25&t=17336&start=1500
זונטאג יולי 31, 2016 9:53 pm
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
@ספיידער, וואף, האסט געגעבן א ווארף אריין כלאחר יד דעם נושא פון מיינדפולנעס, א זאך וואס פארדינט פילייכט א באזודערער אשכול.
שוין געהאט באמערקט אויף עטליכע פון דיינע תגובות ספעציעל רעדענדיג פון די מענטש מיט זיינע געפילן וכולי אז דו טרעטסט אויפן מיינדפולנעס מהלך.
די חידוש וואס איך זע אין מיינדפולנעס איז אז די צוגאנג צו די נעגאטיווע געפילען איז פון גאנץ אן אנדערן ענגעל ווי אלע אנדערע מהלכים. בשעת אנדערע סייקאלעזשי מהלכים פראבירן צו היילן און עלימענירן געוויסע געפילן, איז די מיינדפולנעס צוגאנג צו זיצן מיט די געפילן אין א נאן זשאזשמענטעל וועג, און עס מיטלעבן. אויפהערן פייטן. פילן נישט נאר די חלק המחשבה פון א געפיל, נאר אויך די חלק ההרגש און די קליינליכע "סינסעישאנס" וואס קומען מיטן געפיל.
קומענדיג פון גאנץ אן אנדערן ענגעל קען מיינדפולנעס טאקע ארבעטען "צוזאמען" מיט גאר אסך טעראפי מהלכים אווי cbt און kt.
מיין שאלה איז, אפילו איינער קען מיט מיינדפולנעס זיין באקוועם מיט א נעגאטיווע מחשבה אדער פילינג, ווי אזוי אבער איז למשל ווען מען וויל זיך זעצען לערנען אדער עפעס אנדערש, א זאך וואס פעלט אויס א שטיקל חשק דערצו, און אן א חשק איז שווער צוצולייגן קאפ און מען ווערט שנעל אויסגעברענט. קען מיינדפולנעס העלפען פאר דעם אויך? (יתכן אז יא, זיין באקוועם מיט דעם פילינג וואס מען פילט בשעתן לערנען אן א געשמאק, און נישט פראבירן אנטלויפן דערפון, אבער עס ווערט שוין אביסל מער קאמפלעצירט). וואס זאגסטו?
---
ספיידער האט געשריבן:
הו די פרעגסט גוט, כ׳האב מיך נישט פריפעירט קיין שיעור...
לאמיר זעהן, מ׳קען עס פארענטפערן אויבן אויף אזוי:
לאמיר זעהן וואס איז דאס מיינדפולנעס
די פשוטע טייטש פון וויקיפידיא
1.
the quality or state of being conscious or aware of something.
"their mindfulness of the wider cinematic tradition"
2.
a mental state achieved by focusing one's awareness on the present moment, while calmly acknowledging and accepting one's feelings, thoughts, and bodily sensations, used as a therapeutic technique.
איז אזוי: מען קען זיין מיינדפול אויף עניטינג, מען קען זיין מיינדפול אויף די לערנען מען קען זיין מיינדפול אויף גדלות הבורא, שפלות עצמו, אויף א קאר א בוים בקיצור עניטינג, מיינדפולנעס מוז נישט זיין דוקא א הייליגע זאך, עס איז פשוט א שטארקע קאנצעטראציע צו זעהן די גאנצע מציאות אן ארויסלאזן אפילו א טראפ (מען קען אפילו זיין מיינדפול אף דזשאדזשמענט ) אויב א מענטש זעהט א מציאות און ער הייבט גלייך אן פייטן דערמיט, אדער עס אפצוטייטשן, זעהט ער דעמאלטס נישט די גאנצע מציאות ער וויל נישט זעהן די מציאות און ער איז ביזי זיך צו דיסטרעקטן
איז לגבי נוצן מיינדפולנעס אויף די אייגענע געפיהלן בשעת מען וויל באמת קאנצעטרירן אויף עפעס אנדערש ווי למשל לערנען איז די תירץ אויב האט מען די עקספיריענס און מען האט אויפגעבויעט דורך אסאך קאנצעטראציע עקסערסייז די כח פון מדבק זיין די מחשבה אין א געוויסע זאך קען מען אויך זיין גענוג פלעקסיבל עס צו דרייוון פון איין זאך צום צווייטן
לגבי נוצן מיינדפולנעס אויפצובויען חשק, אויפבויען חשק אממ... אוועקנעמען דיסטרעקשנס זיכער יא, און עס וועט אויך העלפן ארויסהאבן וואס זענען די זאכן וואס קוועטשן און נעמען אוועק די קאפ פון לערנען אן זיך דזשאדזשן און עס וועט זיכער העלפן צו לערנען מיט א ריינערע און קלארערע מח בעז״ה
איך האב נאך א נקודה וועגן זיך דזשאדזשן אויב דאס איז בהכרח א סתירה צו מיינדפולנעס אדער נישט, אבער עס ווערט שוין צו שפעט
דזשאסט איין קלייניקייט, איך האב אביסל גענוצט די ווארט מיינדפולנעס אנשטאט מעדיטעישן, לידיעה בעלמא עס זענען דא צוויי סוגים מעדיטעישן 1 גיידעד מעדיטעישן 2 נאן גיידעד מעדיטעישן aka מיינדפולנעס,
גיידעד מעדיטעישן איז וואס די מענטש קאנעקט זיין מחשבה צו א געוויסע זאך
נאן גיידעד מעדיטעישן/מיינדפולנעס איז ווי די מענטש לאזט זיין מחשבה וואלנערבל צו אויפכאפן יעדע פיצי חלק פון די מיינד אדער סענסעשנס וכו׳.