דוד משה האט געשריבן:איינער האט מיך געבעטן צו פרעגן:
קען מען מאכן אין תג 2 קאלומ'ס וואס האט נישט קיין שייכות איינס מיט די אנדערע ווי למשל יוצרות ליום א' אין איין קאלום און אין די אנדערע קאלום יוצרות ליום ב' ?
דער ריכטיגער תשובה אויף דעם איז 'רב טקסט'
אבער אז מען זוכט זיך ארבעט איז שייך עס צו מאכן אין תג אליינס, דורך פארשידענע 'דריידלעך',
אדער דורך 'טורים' collums markres פון די markup מעניו, אבער מען דארף זיך שפילן משלב צו זיין א פסקא פון דעם קאלום צווישן פסקאות פון דעם אנדערן קאלום, עס זאלן ביידע זיין אין די זעלבע פייל, נאר באצייכנט מיט קאלום מארקערס, א גאנצע שפילעריי דזשאב....
אדער קען מען אנשטעלן א שמאלע פעידזש סייז ווי די ברייט פון איין קאלום, און ביי page setup אנשטעלן צו פרינטן 2 pages on 1 sheet, אויך א שפילעריי פאר זיך, צו מאכן יעדע פעידזש מיט אן אנדערע טעקסט
כנלע"ד
אדרבא, אז איינער ווייסט עפעס גרינגערס אן דארפן נוצן 'רב טקסט', מעג זיך אנרופן