תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג יולי 17, 2016 2:06 pm
פארוואס נישט אזוי שטייט בפירוש אין מחבר, און אפילו די רמב"ם וואס ער האלט נישט קיין תוס' שבת שרייבט קלאר אז ווען איינער איז מקבל שבת מעג ער מאכן קידוש און עסן סעודות שבת, כיון דקיבל שבת עליו חשיב ליה כשבת לענין סעודת שבת, [די מג"א מיטשעט זיך ווי אזוי עס קען זיין אז מען איז נאך נישט מחיוב בדבר אין מען איז יוצא די חיוב וואס גייט חל זיין שפעטער, ווי אויך ווי אזוי ווי אזוי מען מעג עסן פאר קר"ש, און ער בלייבט טאקע אז נאר לפני חצי שעה סמוך למערב מעג מען,]
איך זעה אז די עולם איז שוין אביסעל צומישט לאמיר עס אביסעל אויסקלארען
עס איז דא א גמרא אין מס' ברכות א מחלוקה צווישען ר' יודא און די רבנן ווען די זמן צו דאווענען מערב איז צו ביים צאת הכוכבים או שעה ורביע קודם, זאגט די גמרא והשתא דלא איתמר הילכתא לא כמר ולא כמר, דעביד כמר עביד ודעביד כמר עביד, אבער הכל מודים אז תרתי דסתרי איז א רשע, כמבואר במ' סוכה, איז יעצט דא א מחלוקה אין די ראשונים צו מען מעג טוישען מיום אחד לחבירו, דהיינו וואס איז טייטש תרתי דסתרי, יש אומרים אלא באתו יום, ויש אומרים איינמאל אין לעבן געדאווענט מנחה נאךכן פל"ג טאר מען שוין נישט משנה זיין, און אזוי ווערט טאקע גע'פסק'נט אין שו"ע אז דוקא אויב איינער וויל א גאנץ לעבן דאווענען מנחה פארן פל"ג מעג דאווענען מערב נאכן פל"ג אבער מיום אחד לחבירו אין לשנות נאר בשעת הדחק,
יעצט שרייבט די מחבר אז ערב שבת מעג מען שוין דאווענען ביים פל"ג פרעגט די מג"א אז די טור זאגט אז מען זאל נישט דאווענען פארן זמן,אפילו ערב שבת ווייל אונז פסקענען ווי די רבנן, ועוד אז די גמרא וויל זיך ברענגען א ראיה אז הלכה כר' יודא ווייל רב האט געדאווענט ערב שבת פארן זמן [די גמרא זאגט אז עס איז נישט קיין ראיה ווייל עס איז געווען א טעות, עס איז געווען א יום המעונן] זעה איך אז מען טאר נישט דאווענען פארן זמן, ענטפערט די מג"א אז היות עס איז דא שיטות וואס האלטען אז מיום אחד לחבירו הייסט נישט קיין סתירה, און בשעת הדחק מעג מען זיך פארלאזן אויף זיי איז אלץ מצות תוס' שבת מקרי שעת הדחק פסקענט די מחבר אנדערש ווי די טור אז מען מעג זיך פארלאזן אז עס זאל נישט הייסען קיין תרתי דסתרי מיום לחבירו,
אבער עס איז זייער קלאר אין אלע פוסקים [תניא, משנה ברורה, פרי מגדים, וכו'] אז אויב דאווענט מען שוין נאכן פל"ג מנחה ערב שבת טאר מען נישט דאווענען בו בוים מערב פארן צאת ווייל דעס איז לויט יעדעם א תרתי דסתרי,
יעצט איז דא וואס לערנען פשט אין מג"א אז די היתר פון תוס' שבת איז נישט אז משום מצוה רבה האט מען מתיר געווען זיך צו פארלאזן אויפן מרדכי אז מיום לחבירו לא מקרי סתירה, נאר די ווארט איז כיון שקיבל שבת עליו הרי הוא כלילה לכל דבר, ממילא קומט אויס אז ער האט געמעגט דאווענען מנחה נאכן פל"ג און מערב פארן צאת,
האב איך אויף דעם גע'ענטפערט אז עס איז דא וואס זאגן אזוי אבער אלע פוסקים תניא משנה ברורה וכדו' האבן נישט אנגענומען אז עס ווערט כלילה לכל דבר, נאר כאילו נדר וקיבל שבת קודם, און מען איז נישט יוצא קיין קר"ש של ערבית וכדו', ממילא טאר מען נישט דאווענען קיין תרתי דתסרי, ופשוט הוא,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]