
מיט גרויס פרייד טוהן מיר מעלדן אז מיטן הילף פון השי"ת האבן מיר אפדעיטד די סייט, עטליכע זאכן האבן זיך געטוישט, און אי"ה נאך וועט נאכקומען.
אן עקסטערן דאנק פאר השי"ת פאר די לעצטע צען יאר וואס זענען אריבער זינט די גאנץ ערשטע ווערסיע פונעם סייט איז ארויפגעקומען, מיר האפן אז די קומענדיגע צען יאר זאלן מיר אויך קענען אנהאלטען דאס ערליכקייט פונעם סייט, משיח זאל א וודאי קומען פריער אז מיר זאלן עס קענען פארשפארן.
פון די זאכן וואס האבן זיך שוין געטוישט זענען, די גאנצע אויסשטעל, פון היינט און ווייטער איז בלויז דא איין סטייל, אזוי אויך די מאביל סייט איז פון היינט א חלק פונעם געהעריגן סטיל נאר אויסגעשטעלט ספעציעל פאר מאביל, רוב פון די שפראך איז אויך געווארן איבערגעשריבען, און וואס עס איז נאך פארבליבן וועט אי"ה נאכקומען, כ'גלויב אז איר וועט טרעפן נאך וואס איז געווארן אפדעיטעד.
מיר האבן פראבירט צו טעסטן די סייט דאס מערסטע וואס מיר האבן געקענט, אבער אינו דומה א טעסט סייט צו א לייוו סייט, דעריבער איז זייער מעגליך אז איר וועט טרעפן געוויסע זאכן וואס קענען פאראכטן ווערן, אדרבה ביטע שרייבט עס אריין אינעם באזונדערען אשכול viewtopic.php?f=2&t=30799 .
איך ווילן זיך עפענטליך באדאנקען פאר די מנהלים און אחראים וואס זיי לייגען פאקטיש אריין ס'מערסטע ארבעט אינעם סייט, שלא על מנת לקבל פרס, פארקערט גאר געווענליך האט מען אויף זיי מער טענות און קריטיק, און אזוי אויך האבן זיי כסדר געטעסט די נייע אפדעיטס, צען יאר כולם שווים לטובה, וואס זיי ארבעטן געטריי, זאל זיי השי"ת באצאלן וימלא כל משאלות ליביהם לטובה.
ווי אויך וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע חשובע מיטגלידער פון די סייט, פארן האלטן (בדרך כלל) די סייט אויפן העכסטן ניווא, און ערליך ווי עס פאסט, און אן עקסטערן דאנק פאר אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן ביז אהער מיט וואס זיי האבן געקענט.
ווי איר זעהט האבן מיר אפדעיטד די לאגא, און מיר ווילן זיך טאקע באדאנקען פאר אלע חשובע ניק'ס וואס האבן בשעתו און דערנאך צוגעהאלפן דערצו, און פארשטייט זיך א דאנק פאר "אינטעליגענט", ובדין הוא שיטול שכרו און ער קען זיך פארבינדען מיט מיר.
ואחרון אחרון חביב מוז איך זיך באדאנקען פאר "וויכטיג מאכער", ווען נישט אים וואלט די סייט שוין לאנג נישטא געווען.
מיט דאנק
ארענדאר