כ'וויל שרייבן פון ADD פון אן אנדערע פערספעקטיוו פון וואס עס ווערט אלגעמיין ארום גערעדט. בדרך כלל רעדט מען אלס וועגן ADHD, איך וויל רעדן ווען ADD אן די H.
עס איז דא וואס מאכן עידידי אלס די עיקר נושא און לויט זיי איז די H א זייטיגע נושא אין די זאך. אנדערע מאכן די עיקר ADHD און לויט זיי איז עידידי א סוב-אישו אין די זאך.
די סיבה פארוואס איך וויל דוקא רעדן קודם פון עידידי איז, ווייל ווען מ'רעדט פון די עידזש רעדט מען פון א פראבלעם א קינד וואס זיצט נישט איין און איז הייפעראקטיוו. משא"כ ווען מ'רעדט אן דעם עידזש איז גרינגער צו כאפן די אויסשטעל פון די קאפ וואס האט עידידי, און מען קען זיך אויך קאנצעטרירן אין די מעלות פון די נשמות מיט עידידי.
[עס איז דא צענדליגע מדריגות און הגדרות אין די נושא, עס איז נאך בכלל נישט קלאר וואס פונקטליך איז די סיבה וואס איז גורם עידידי, און ממילא לויט דעם וואס איז פונקטליך די הגדרה, אויב עס איז בכלל דא א פונטליכע הגדרה. דאס איז זיכער אז יעדע קעיס האט זיך זיין אייגענארטיקייט ס'דא וואס האבן מער פון איין סימפטאם און ס'דא וואס האבן מער פון אן אנדערע].
ווי באקאנט איז די עיקר שוועריקייט פון די עידידי ליידענדע, די צובראכענקייט פון זיך נישט צושטעלן, און לאו סעלף עסטיעם, וואס קומט מכח זה. חוץ פון די עצם שוועריקייט פון זיך אויסלערנען ריכטיג וויאזוי מצליח צו זיין אין לעבן, ווען אלע וועגן פון הצלחה אז דיזיינט פאר מענטשן וואס האבן נישט עידידי, ממילא מוטשעט זיך דער עידידי צו גיין אויף די שווערע וועג, אינדערצייט וואס ווען ער זאל וויסן וואס זיין מהלך המחשבה איז, וועט אים זיין גרינגער צו טרעפן זיין וועג צו הצלחה.
און ווי די מומחים וואס טוען אין עידידי זאגען: זענען א ריזיגע פראצענט פון ארויס געפאלענע פון סיסטעם, מענטשן מיט די עידידי טבע, וואס וועגן מ'האט זיי צוקלאפט און נישט פארשטאנען, און אפגערעדט פון זיי געהאלפן לויט זייער טבע, וועגן דעם זענען זיי ליידער אראפגעפאלען פון וועג, און ווען מ'עפנט אויף זייער הארץ און מ'הערט אביסל וואס זיי זענען דורכגעגאנגען בלייבט נישט די אויגען טרוקן..
אויך זאגען די מומחים אז א גרויס חלק פון די אויפגעקלערטע מענטשן וואס האקן אויפן סיסטעם זענען מענטשן מיט די עידידי טבע, וואס וועגן די סיסטעם האט זיי נישט פארשטאנען און זיכער נישט צוגעשטעלט א וועג פאר זיי צו גיין ממילא זענען זיי בייז אויפן סיסטעם און גלייבן מער נישט קיין איין ווארט די פירערס פון דעם סיסטעם זאגען. און בדרך כלל ווען זיי כאפן אז 'זיי' זענען אנדערש ווייל זיי האבן עידידי, בדרך כלל ווערט די שארפקייט און פארביסנקייט לייכטער...
עידידי האט מען געכאפט אין די סקולס ווען מען האט געזעהן אז ס'איז דא קינדער וואס קענען נישט איינזיצען און זיי האלטען נישט מיט קיין סאך וואס מען לערנט און זיי זענען בכלל זייער ווילד. אין אנפאנג האט מען געהאלטען אז ס'פעלט זיי סתם דיסיפלין אבער מיט די צייט האט מען זיך אריין געלייגט מער און מער, ביז מען האט געכאפט אז ס'איז דא א מחלה א דיסארדער וואס הייסט עטענשאן דעפיציט דיסארדער. דאס הייסט אז די מענטשן וואס ליידען פון דעם האבן ליידער א דעפיציט א שטארקע חסרון אז זיי קענען נישט געבן קיין אטענשאן דאס הייסט זיך צו קאנצערטרירען אין די לימודים אין סקולס.
און מען האט אנגעפאנגען צו טריטען די עידידי קינדער מיט מעדיצין און טערעפי. למעשה רעדן זיך די וואס זענען עוסק אין דעם פעלד אפ, אז די וועלט איז נישט גענוג משקיע אין די פעלט ביחס צו אנדערע דיסארדערס ממילא גייט די ריסוירטש און די אויפטרעפן שטאטער ווי אנדערע דיסארדערס.
למשל אין די פעלד פון מעדיצין אויף די ליידנדע, גייט נאך אן ריסוירטש צו קענען פונקטליך אפמאכן וואס און וויפיל צו געבן, (איך האב נישט קיין עקספיריענס אין די נושא פון מעדיצינען, איך זאג נאר נאך וואס זיי זאגען).
אבער די גאנצע צוגאנג צו די טעראפי איז געווען אז עס איז א מחלה וואס שטערט אנצוגיין און מ'דארף מטפל זיין מיט דעם.
נאר עס איז אנדערש ווי אנדערע דיסארדערס מיט צוויי הויפט זאכן. איינס אז מען קען עס נישט באקומען, נאר מען ווערט געבוירען מיט דעם, ווי אויך קען מען נישט פטור ווערן פון דעם. 2. אז עס איז גענעטיש, בדרך כלל האבן איינס פון די עלטערן אויך עידידי אויב נישט ביידע.
דאס איז די סיבה פארוואס רוב מענטשן מיט עידידי ווייסן בכלל נישט אז זיי האבן עס, די מבינים זאגן אז אין אמעריקע איז דא סאסייעטיס וואס איינס פון צען האט עידידי און ס'דא סאסייעטיס מיט גרעסערע פראצענטען! און די סיבה איז ווייל וויבאלד מען ווערט געבוירן מיט דעם כאפט מען נישט אז עפעס איז ראנג, משא"כ אנדערע דיסארדערס געשעהט אמאל ממילא זעהט מען דעם שינוי, נאך א סיבה ווייל בדרך כלל איז די קינד נישט קיין סאך אנדערש ווי זיינע עלטערן וואס האבן אויך עידידי ממילא זעהט מען נישט אז עפעס איז ראנג, ווייל די עפעלע פאלט נישט ווייט פון בוים.
..
מיט די צייט האט זיך אנגעפאנגן א גרויסע מערכה אין אמעריקע און היינט גייט עס שוין ווארלד ווייד. ווען די קינדער מיט עידידי האבן אויפגעוואקסען האבן זיי אנגעהויבן צו קוקן אויף דעם פון אן אנדערע שטאנדפונקט און זיי האבן אנגעהויבן זעהן אז דוקא די מיט עידידי האבן קוואליפיקאציעס און דערגרייכונגען מער ווי די נארמאלע מענטשן.
האבן זיי אנגעהויבן פרעגן: ווער זאגט אז עידידי איז בכלל א דיסארדער? עס האט דאך בכלל נישט די צד השוה צו אנדערע דיסארדערס ווייל עס איז דאך גענעטיש, מ'ווערט געבוירן אזוי און מ'שטארבט אזוי, איז עס דאך נישט קיין מחלה, עס איז א טבע?
איז דאך א חוצפה אז ווייל די רוב האט געמאכט א סיסטעם וואס איז פאסיג פאר די רוב, און די מיעוט פאלט ארויס, איז אנשטאט מאכן א סיסטעם געאייגנט פארן מיעוט, זאגטסטו אז ער איז א פראבלעם א דיסארדער?!!
שטעלט אייך פאר עס וואלט נאר געווען א מיעוט פרויען און וואלטען געדארפט זיך צושטעלן צו די סיסטעם פון מענער זיי וואלטען אויך נישט געקענט, נו, וועסטו זאגען אז זיי האבן א פרויען דיסארדער?!
וועגן דעם פארפירן זיי אז מ'זאל טוישן דעם נאמען פאר די טבע, עס איז נישט קיין דיסארדער און מ'זאל אנפאנגען צו נאכגעבן די רעכטען פאר די מענטשן מיט די עידידי טבע.
איך וועל עס שרייבן דא אזוי ווי איינער פון די גאר גרויסע אין דעם פעלד איז עס מגדיר, און נאכדעם אין א אנדערע תגובה אויף ADHD וועל איך בל"נ מרחיב זיין די אנדערע מהלכים, וואס איז לאו דוקא אנדערש נאר מער דיטעילד און נעמט אריין אין זיך מער פון די עידיעיזשדי מענטשן.
אין די מוח פון א מענטש איז דא צוויי חלקים איין חלק וואס איז געשטעלט אויף התחדשות, דאס איז א חלק וואס האט אין זיך א שטארקע כח אין חסידות כחסידות בתחילתה! יעדער קען די פעסטקייט און פלייסיקייט פון יעדע התחדשות בפרט פון די יונגע חברה וואס זיי מיינען עס נאך ערנסט...
נאכדעם איז דא נאך א חלק וואס דאס איז די סיסטעמאטישע מוח וואס די מוח נעמט איבער די ארבעט ווען די התחדשות'דיגע מוח האט שוין גענדיגט זיינס.
און דאס איז איינס פון די חסדים פון אייבערשטען. אז אנפאנג ווען עס פעלט זיך אויס די חשק די שטופ די
עקסייטמענט ארבעט די חלק און מוח, און נאכדעם וואס די זאך פארט שוין פעלט דאך שוין נישט אויס די גרויסע ענזשין, לעשט זיך עס אויס און די סיסטעמאטישער חלק נעמט איבער, ער פארט רואיג און געלאסען אויף קראאז.
אבער למעשה איז דער מענטש נישט קיין מאשין! ביי יעדעם איינעם איז דא איין חלק מוח וואס דאס ארבעט בעסער ווי די אנדערע, ס'דא סיסטעמאטישע מענטשן וואס ביי הוק און ביי קרוק זענען זיי די זעלבע, די זעלבע סקונדע טרעט ער אויס שמו"ע טאג איין טאג אויס.. נאכדעם איז דא מענטשן וואס פונקט פארקערט זייער התחדשות מוח ארבעט פולי און די אנדער נישט אזוי גוט, זיי זענען אייביג פול מיט חיות גייען אן מיט א פרישקייט האבן שטענדיג גוטע פלענער וויאזוי אנצוקומען אבער פארשלעפטע חברה..
יעצט רוב מענטשן זענען אינצווישן מער ווייניגער מסודר, ווען זיי האבן אן התחדשות זענען זיי פריש נאכדעם גייען זיי ווייטער מיט זייער סיסטעם און עולם כמנהגו נוהג.
יעצט איז אזוי. די וואס האבן עידידי זייער מוח פון סיסטעם ארבעט נישט! נאר די מוח פון התחדשות ארבעט. יעצט וועגן דעם ווען ס'קומט צו יעדע רוטין פאלען זיי ארויס, ווייל די מינוט וואס זיי פארלירן די התחדשות 'קענען' זיי נישט אנגיין מער. עס איז נישט ווייל עס פעלט זיי רצון!!! נאר זיי קענען נישט! און אויב יא דארפן זיי זיך ברעכן אקעגן זייער טבע ווייל יענע חלק מוח שלאפט! עס איז דא וואס פרובירן מיט טעראפי אדער מיט מעדיצין צו אויפוועקן יענע חלק מוח, אבער סתם אזוי קאן ער נישט נאר מיט מסירות נפש, און קיין איין מענטש קען נישט אנגיין א סיסטעם געבויעט מיט מסירות נפש.
אבער פון די אנדערע זייט אויב זיי לעבן אין דעם וואס זיי טוען און זיי זענען זיך מתחדש אין דעם, נייע איידיעס נייע קאסטומערס, שרייבערס יעדן טאג פרישע נייעס וכדומה זיי זענען פריש און גייען אן מיט א פעסטקייט הונדערט מאל בעסער ווי א אנדער מענטש, ווייל זיי גייען מיט די מוח פון התחדשות וואס ארבעט פול פורס, משא"כ א אנדערע מענטש גייט מיט די סיסטעמאטישע מוח וואס גייט זיך רואיג זיין וועג.
וועגן דעם ווען ס'קומט צו אויעפענען א ביזנעס זענען זיי מורא'דיג גוט אבער צו ראנען די ביזנעס אויב איז עס נישט קיין ביזנעס וואס לעבט, ווי עסקנות אדער קאנסאלטונג וכדומה יעדן טאג נייע טשעלענדזשעס מיט נייע ידיעות, דארפן זיי האבן איינעם וואס זאל זיי איבער נעמען און זיי זאלען זיין ביזי צו פארברייטערן די ביזנעס.
קומט אויס אז בעצם איז דער עידידי מענטש א מוצלח ממש ווען ער קומט צו זיין ריכטיגע פלאץ.
דער עידידי מענטש קען זיך נישט צושטעלן צו קיין סיסטעם צו דורך לערנען יעדן טאג איין בלאט פון א ספר, אבער אויב ציעט אים די ספר איז גארנישט ביי אים זיך צו אראפזעצן און דורך לערנען דעם ספר מדאשקע לדאשקע אין איין אטעם! און פארגעסן פון די גאנצע וועלט ארום.
קומט אויס אז פונקט אזוי ווי מ'קען זאגען אז די עידידי האבן א חסרון אז עס פעלט זיי אטענשען- קאנציטרעישאן צו טאן אדער לערנען זאכן וואס עס אינטרעסירט זיי נישט.
קען מען עס אנקוקון פונקט פארקערט און זאגן אז זיי האבן א מורא'דיגע קאנצעטרעישאן אין די זאכן וואס עס אינטרעסירט זיי יא! אזוי ווייט אז חוץ פון די זאך וואס אינטרעסירט זיי איז די וועלט געשטארבן, דו קענסט זיין נעבן זיי און שרייען און זיי זעהן דיך נישט און הערן דיך נישט! (אנדערש ווי די יודען מיט ADHD וואס זיי ווערן יא לייכט צוטומלט, וועגן א קליינע חילוק אין זייער מוח אנדערש ווי דער ADD).
קומט אויס לויט דעם אז ס'איז סבור להניח אז רוב עילויים און טיפע טראכטערס און מענטשן וואס זענען געווען דורכברעכערס אין די וועלט זענען געווען מענטשן מיט עידידי!!!
אויף איינשטיין איז קלאר אנגענומען אז ער האט געהאט עידידי ווי ערווענט אין אנדערע אשכול.
נאר די מענטשן מיט עידידי האבן א חסרון אז היות זייער גאנצע מאטאר ווענדט זיך אין זייער געשמאק, ממילא אין די מינוט וואס זייער געשמאק גייט אוועק אדער עפעס אנדערש איז מער געשמאק קענען זיי מער נישט טאן די ערשטע און זיי מוזן טאן די צווייטע, און אויב זיי האבן נישט קיין צווייטע וועלן זיי קלאצען און זיך פילען משוגע שלעכט און נישט גוט מיט זיך אליינס, און עס קען ברענגן ביז טיפע דיפרעשאן!! ווייל פון איין זייט האבן זיי אין זיך א מורא'דיגע מאטאר אבער פון די אנדערע זייט האבן זיי עס נישט ווי צו נוצן.
וועגן דעם כדי זיי זאלן קענען אנגיין פעלט אויס צוויי זאכן. 1. א פלאץ וואס וועט זיי אריין נעמען, דהיינו רוב סיסטעמאטישע פלעצער האט נישט קיין פלאץ פאר די פארשארטע עקסייטעד עילויישע מוחות פון עידידי.
2. א גבאי וואס זאל זיי שטעלן אין פלאץ, און זאל זיי העלפן אין די קליינע פרטים, און זאל אוועק נעמען די שטערונגען. ווייל ווען דער עידידי האלט אינמיטען עפעס טאן און א צווייטע זאך קומט אריין ווי למשל ער האלט אינמיטען שרייבן א אימעיל און אינמיטען באקומט ער א מעסעדזש אז ער קען מאכן א אפדעיט פארן קאמפיוטער , אויב האט ער געווארט אויף די אפדעיט אדער סתם עס געפעלט אים, קען ער תוך כדי דיבור עס טאן אינסטאלען די אפדעיט אין ריסטארטען די קאמפיוטער.. אינמיטען שרייבן די אימעיל, און נאכדעם קען ער זיין ביזי צו זעהן וואס איז בעסער מיט די קאמפיוטער, און אויפמאכן א פייל, און זעהן אז.. אוי.. ער דארף טאקע עפעס מאכן פאר יענקל אין די פייל, און הופס אנגעפאנגען צו טאן דאס און ער האט שוין לאאאאנג פארגעסן פון די אימעיל...
און הוא הדין אין יעדע פעלד, אויב קומט אריין א וויכטיגע אימעיל קען ער פארגעסן פון די גאנצע וועלט און זיין ביזי נאר מיט די אימעיל.. אפגערעדט אז פון ביזנעס שעות קען ער פארגעסן, די זייגער עקזיסטירט נישט ביי אים! אדער דארף מען עס נישט אדער העלפט עס נישט! וועגן דעם פעלט אויס זייער וויכטיג ער זאל האבן א גבאי- סעקרעטאר צו מאכן סדר, ער זאל נישט באקומען סתם אימעילס, מ'זאל נישט קענען סתם אזוי אריין גיין צום רעבין און אים משוגע מאכן מיט יעדע זאך און דער רבי מיט זיין אהבת ישראל זאל ווערן אריין געשלעפט אין יעדע פאליטיק וכדומה.
פונקט אזוי ווי מיר האבן יעצט געשמועסט אז דרויסנדיגע זאכן קענען אים מאכן זיין ביזי. מחשבות קענען אים מאכן אסאך אסאך מער ביזי וואס אויב איז זיין קאפ ביזי צו טראכטען עפעס קען ער גארנישט טאן!! זאל זיך די וועלט איבערדרייען ער איז נישטא!
און הוא הדין ווען ס'קומט צו דורכלערנען א זאך, ער האט זיך זיין אייגענארטיגע וועג פון לערנען א זאך לעמקה ולרחבה און אויב קען ער עס נישט לערנען פונקט אויף זיין וועג, פארלירט ער די חשק און ער קען נישט לערנען, און אויב האט ער יא א חשק קען ער נישט גיין שלאפן ביז ווילאנג ער פארשטייט נישט די סוגיא!
קומט אויס אז בעצם איז גארנישט אזוי שלעכט מיט די עידידי חברה, און אפילו אויב יא אויב וועט מען אריין טראכטען וועט מען אנפאנגען צו זעהן אויף אסאאאך גדולי ישראל אז לכאורה זענען זיי געווען פון די חברה.. און אפילו אויב נישט זייער אסאך גדלוש'ע מעשיות קען זיך דער עידידי אנרופן יא יא איך פארשטיי דעם גדול איך וואלט אויך אזוי געטאן. איי אויב אזוי טו עס דו אויך? נאר די פראבלעם איז נאר אז דער עידידי איז בדרך כלל נישט אין זיין ריכטיגע פלאץ ממילא קען ער עס נישט טאן, און ווען ער וואלט געהאט זיין פלאץ וואלט ער טאקע געווען א גדול...
וועגן די שוועריקייטען וואס די מענטשן האבן.
ווי אויך אויב איז דא אין די יודישע ספרים שאנק עפעס אן עצה פאר זיי
בעז"ה בההמשך