איך האב מיר בעז"ה איינגעהאנדלט א פרישן שטויס פון ניגוני התעוררות (אן מוזיק) וואס ווערן געזונגען אין באבוב, לאמיר זיי צונעמען אחת לאחת און ווער סקען ארויסהעלפן מיט סיי וועלכע ידיעות, ווער סהאט דאס פארפאסט, ווען מזינגט דאס, און אויב איז דא א געשיכטע אונטער דעם, ווערט געבעטן צו מיטטיילן.
1) א
ניגון וואס ווערט געזונגען אין פארשידענע פלעצער ביי שלש סעודות אויף מזמור לדוד ועוד, וויפיל איך ווייס שטאמט דאס פון צאנז, אין די
פאללמאן קאלעקציע הייסט דער ניגון "אמונים" לכאורה מיינט דאס אמונים אשר נאספו פון שחרית שמיני עצרת לפני שמו"ע, הייסט דאס אז מזינגט אמונים אויך חול המועד ? (וויבאלד די פאללמאן קאלעקציע איז רעקארדינגס פון די חוה"מ טישן).
2) א
ניגון וואס איך געדענק פון די עת רקוד אלבומ'ס, מי הוא מחברו ? האט דאס א ספעציעלע צייט ווען מזינגט דאס ?
3) א
ניגון וואס קלינגט זייער ענדליך צו דעם ניגון וואס ר' ירמי' דמן זינגט אויף עתיקא קדישא 3 אויף שיר המעלות, ביטע קלאר מאכן.
4) די
זשיקובער טל ניגון, די הויכע פאל ווערט געזינגען אביסל אנדערש אויף די אלבום ניגוני בית דזיקוב 1, זינגט מען דאס אין באבוב אויף טל ?
5) א
באקאנטע ניגון וואס מזינגט אין פארשידענע פלעצער, סאיז באקאנט אז ר' שאול פלעגט דאס זינגען, די שאלה איז צו ער האט דאס געברענגט קיין פשעווארסק אדער ער האט דאס אימפארטירט פון פשעווארסק.
6) די
ניגון פלעג איך הערן זינגען אין באבוב ביים טיש פרייטיג צונאכטס, דאכט זיך אז דער מחבר איז דער קדושת ציון ?
7) א
וועלט בארימטע ניגון, הרב רוס האט אמאל געהאט א שמועס אויף קול מבשר איבער דער מחבר דערפון און איז למעשה נישט צוגעקומען צו קיין החלטה, אין באבוב איז אנגענומען אז דער מחבר איז דער קדושת ציון, ריכטיג ?
8) א
ניגון וואס איך געדענק אויך פון עת רקוד, נא לציין המקור.
יישר כח פאר אלע מגיבים.