שלאפן טיף

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פלאטפארמע
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 7:57 pm
לאקאציע: מען געפינט זיך אויף מיר.

שלאפן טיף

תגובהדורך פלאטפארמע » דינסטאג יוני 21, 2016 10:11 am

לעצטענס קען איך נישט שלאפן ביינאכט טיף, איך שלאף "אויבערפלעכליך", איך שטיי טאקע אויף גרינג פארטאגס, אבער בלייב מיד איבערן טאג

האט מיר איינער אן עצה צו שלאפן טיפער? ווער עס ווייסט עפעס ווערט געבעטן עס מיטצוטיילן.

ייש"כ!

teglas
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:41 pm

תגובהדורך teglas » דינסטאג יוני 21, 2016 10:25 am

גם אני מצטרף, זיך איך אויך פאר אן עצה

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » דינסטאג יוני 21, 2016 10:56 am

עס קען זיין אז די האסט sleep apnea

צוקערדיג
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 10, 2012 10:41 am

תגובהדורך צוקערדיג » דינסטאג יוני 21, 2016 10:58 am

א גלעזעלע משקה פארן שלאפן

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דינסטאג יוני 21, 2016 2:06 pm

אפשר קען מען אויסארבעטען א דיעל, איך שלאף אזוי טיף, ס'איז מיר גארנישט גרינג צו אויפשטיין צופרי, ס'שייך אונז זאלען עפעס זיך טיילען? 8.)

אור
שר האלף
תגובות: 1687
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג יוני 21, 2016 3:15 pm

לעצטענס געליינט אז טרינקן פארן שלאפן העלפט טאקע איינצושלאפן אבער נישט צו שלאפן רואיג!
מ'שטייט נישט אויף אויסגערוהעט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20543
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 21, 2016 3:17 pm

פון עקספיריענס, ס'איז מעגליך דיין עסן געוואוינהייטן וואס זענען דאס גורם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פלאטפארמע
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 7:57 pm
לאקאציע: מען געפינט זיך אויף מיר.

תגובהדורך פלאטפארמע » דינסטאג יוני 21, 2016 3:49 pm

קלוגער האט געשריבן:אפשר קען מען אויסארבעטען א דיעל, איך שלאף אזוי טיף, ס'איז מיר גארנישט גרינג צו אויפשטיין צופרי, ס'שייך אונז זאלען עפעס זיך טיילען? 8.)



מסכים, אבער איך דארף אויך אביסל פון "קלוגערס" שכל...
:lol: :lol:

אוועטאר
פלאטפארמע
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 7:57 pm
לאקאציע: מען געפינט זיך אויף מיר.

תגובהדורך פלאטפארמע » דינסטאג יוני 21, 2016 3:51 pm

farshlufen האט געשריבן:פון עקספיריענס, ס'איז מעגליך דיין עסן געוואוינהייטן וואס זענען דאס גורם.



יא, "פארשלאפן" האט עקספיריענס...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג יוני 21, 2016 4:21 pm

חלה האט געשריבן:עס קען זיין אז די האסט sleep apnea
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
פלאטפארמע
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 7:57 pm
לאקאציע: מען געפינט זיך אויף מיר.

תגובהדורך פלאטפארמע » דינסטאג יוני 21, 2016 11:12 pm

איך גלייב שווער, אין אמתן ווייס איך ניטאמאל גענוי וואס דאס מיינט... איך פיל גארנישט שלעכט ביים שלאפן.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג יוני 21, 2016 11:41 pm

סליפ עפניע מיינט, אז אינמיטן שלאף הערט די מענטש אויף צי אטעמען פאר עטליכע סעקונדעס, און דערנאך גיבט מען א לענגערע שטערקערע אטעם - כאילו מען כאפט זיך דאס אטעם - דאס מאכט אז מען קען נשיט איינשלאפן טיף ווייל די קערפער וועקט זיך אויף יעדע פאר סעקונדעס זיך צי כאפן דאס אטעם.

סליפ עפניע קען מען נישט אליינס פיהלן ווייל די מענטש שלאפט, נאר נישט טיף ווייל עס ווערט כסדר איבערגעהאקט. אסאך מענטשן ליידן דערפון (אסאך ווייסן נישט אז זיי ליידן דערפון) ספעציעל ביי איבערוואגיגע.

די גרינגסטע וועג צי געוואויר ווערן - עכ"פ צי די חשד קען עפעס האבן אין זיך - איז צי הייסן די בני בית אמאל זיך צוצוהערן און צולייגן קאפ אינמיטן די נאכט וכדו' ווען מען שלאפט צי די אטעם איז רעגולער, נישט געהאקט, אדער צוריקגעכאפט.

דער דאקטאר וועט - אין רוב פעלער - אויב איז ער חושד אז ס'איז דאס - שיקן צי א שלאף צענטער (געזעהן לעצטענס אדווערטייזד 'ראקלענד סליפ סענטער' א אידישע פלאץ) וואו מען שלאפט איבער א נאכט מיט א ספעציעלע מאשין וואס מאניטערט די שלאף/אטעם.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג יוני 21, 2016 11:46 pm

יאפ, דער עולם עלטערט זיך..
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1945
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מיטוואך יוני 22, 2016 1:51 am

גראדע האט מיר איינער געפרעגט א פערקערטע שאלה מיט א 7 יעריג קינד האט פלוצלונג אנגעהויבן נעצן ביינאכט, דאס קינד שלאפט אזוי טיף אז ווען מ'וועקט אים אויף צו גיין פריער איז ער ממש נישט ביי זיך, פון וואס קומט דאס? גארנישט אויסטערליש אינמיטן טאג.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך יוני 22, 2016 2:02 am

זאל ער קומען האט געשריבן:גראדע האט מיר איינער געפרעגט א פערקערטע שאלה מיט א 7 יעריג קינד האט פלוצלונג אנגעהויבן נעצן ביינאכט, דאס קינד שלאפט אזוי טיף אז ווען מ'וועקט אים אויף צו גיין פריער איז ער ממש נישט ביי זיך, פון וואס קומט דאס? גארנישט אויסטערליש אינמיטן טאג.

ער זאל טשעקן אויב די קינד סטרעפ
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1945
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מיטוואך יוני 22, 2016 2:34 am

א דאנק, ער האט געמיינט אפשר געזונט, אבער ציעט זיך שוין חדשים.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
פלאטפארמע
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 7:57 pm
לאקאציע: מען געפינט זיך אויף מיר.

תגובהדורך פלאטפארמע » מיטוואך יוני 22, 2016 7:09 pm

וואס זאגט די עולם אויף בענעדריל?

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » מיטוואך יוני 22, 2016 11:55 pm

פלאטפארמע האט געשריבן:וואס זאגט די עולם אויף בענעדריל?

איינצושלאפן ?
חס ושלום

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דאנארשטאג יוני 23, 2016 12:09 am

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
פלאטפארמע האט געשריבן:וואס זאגט די עולם אויף בענעדריל?

איינצושלאפן ?
חס ושלום

פארוואס חס ושלום? דר. מייזלין האט מיר געזאגט אז די קינדער האבן שוועריקייטן איינצושלאפן קען איך געבן בענעדריל
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » דאנארשטאג יוני 23, 2016 12:21 am

איך שלאפ אלס איין שווער ס׳נעמט געווענטליך בערך א שעה ביז איך שלאפ איין, איך האב שוין געטרייט ווייטעמינס אין אנדערע עצות ס׳האט מיר גארנישט געהאלפן, איך האב מיך שוין צי דעים ציגעוואינט, איך שלאפ איין מיט קולמע כמעט יעדע נאכט.... די איינציגסטע צייט וואס איך קום אן צי הערן אביסל קולמע

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג יוני 23, 2016 12:30 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
פלאטפארמע האט געשריבן:וואס זאגט די עולם אויף בענעדריל?

איינצושלאפן ?
חס ושלום

פארוואס חס ושלום? דר. מייזלין האט מיר געזאגט אז די קינדער האבן שוועריקייטן איינצושלאפן קען איך געבן בענעדריל

מען קען שטארבען דערפון

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דאנארשטאג יוני 23, 2016 12:40 am

משנה מקום האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
פלאטפארמע האט געשריבן:וואס זאגט די עולם אויף בענעדריל?

איינצושלאפן ?
חס ושלום

פארוואס חס ושלום? דר. מייזלין האט מיר געזאגט אז די קינדער האבן שוועריקייטן איינצושלאפן קען איך געבן בענעדריל

מען קען שטארבען דערפון

שטארבן? די רעדסט פון עקספיריענס?...

Tylenol PM איז בענעדריל געמישט מיט טיילענאל, סא מען שטארבט נישט, מען קען רואיג ניצן.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10908
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג יוני 23, 2016 12:44 am

טשאקלעט האט געשריבן:איך שלאפ אלס איין שווער ס׳נעמט געווענטליך בערך א שעה ביז איך שלאפ איין, איך האב שוין געטרייט ווייטעמינס אין אנדערע עצות ס׳האט מיר גארנישט געהאלפן, איך האב מיך שוין צי דעים ציגעוואינט, איך שלאפ איין מיט קולמע כמעט יעדע נאכט.... די איינציגסטע צייט וואס איך קום אן צי הערן אביסל קולמע

דיין ניק נאמען זאגט אויס דעם סוד. שאקאלאדע פארמאגט אין זיך באשטאנדטיילן וואס האלטן דעם מענטש וואכזאם (אזוי ווי קאפיען).
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג יוני 23, 2016 12:46 am

שוין געווען קינדער וואס זענען געשטארבען פון א קליינע אווערדאוס סאו עס איז נישט קיין מוציא מיט האניג

און סינק וואסער איז דא בליטש סאו מען קען רואיג טרינקען בליטש קיינער שטארבט נישט דערפון...

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דאנארשטאג יוני 23, 2016 1:36 am

מען דארף אויסטרינקען א האלבע באטל בענעדריל פאר אן אווערדאוס, אינטער 150 מג איז בכלל נישט קיין אווערדאוס, די רעגולער דאוס פון טשילדרענס בענעדריל איז 12.5 מג.

און סאיז נישט טויטליך אפילו אן אווערדאוס,
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעל דמיון און 8 געסט