שמחת חיים, וויאזוי באקומט מען דאס?!

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

הערליך שיין!! יישר כח!
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

אין אן אנדערע אשכול האט fiena nieas געשריבן אזוי:
אין די חסידישע ספרים טרעפט מען מער רוחניתדיגע געפילן מען טרעפט נישט אזוי סך וויזוי צו היילן גשמיותדיגע געפילן ווי למשל "מענטשן קיקן מיך אראפ" "איך פיל טרעפט" "איך האב נישט קיין ענערדזי" וכו' , אין ספרי חסידות רעדט מען מער מער די געפילן אין עבודת השם וויזוי צו דערהייבן , נישט אזוי?


כדי צו ענטפערן די תגובה וויל מאכן א שטיקל הקדמה.

אין די חסידישע ספרים טרעפן מיר הפלגות אויפן בעש"ט און אויף זיין דרך, ווי אור שבעת הימים, אורו של משיח, און אין די באקאנטע בריוו פון דעם בעש"ט וואס איז געדרוקט אין פורת יוסף פון תולדות, זעהן מיר אז משיח האט גענטפערט פארן בעש"ט וואס האט אים געפרעגט אימתי קאתי מר, ווען קומט משיח? האט ער געזאגט, לכשיפוצו מעיינותיך חוצה, ווען דיינע קוועלער וולען זיך צושפרייטען, און יעדער וועט זיך אויסלערנען צו דינען דעם אייבערשטן ווי דו לערנסט אויס. וואס איז די קשר פון דרך הבעש"ט מיט אורו של משיח, און פארוואס איז דאס מקרב די גאולה?

בעצם טרעפן מיר בכלל אויף די ענין פון פנימיות התורה, אז די לימוד איז מקרב משיח, ווי ס'שטייט אין זוהר "בזוהרא דא יפקון מגלותא", אז דורך די זוהר הקדוש וועט מען זוכה זיין צו די גאולה, און ווי באקאנט אז די דרך החסידות אן ענף פון תורת הפנימיות, דארף מען פארשטיין וואס האט פנימיות בכלל און תורת החסידות בפרט מיט די גאולה.

נאר ווי באקאנט, (זעה הכשרת האברכים, מבוא השערים, און אין שארית ישראל ועוד הרבה מקורות), איז די חילוק פון דרך החסידות (געבויעט אויף פנימיות, איך וועל נישט אריין גיין דא וואס איז די שייכות און די חילוקים פון תורת הפנימיות און חסידות) און די פריערדיגע דרך וואס איז געווען אין כלל ישראל אזוי.

די פשוטע וועג איז געווען, צו קוקן אויף דעם מענטש אזוי ווי ער איז. מ'האט געזעהן מעלות און חסרונות, און מ'האט אויס געלערנט ווי אזוי זיך צו שטארקען אויפן יצה"ר, און טוהן מצוות ומעש"ט.

אבער די דרך הבעש"ט איז אנדערש.

ווי עס איז באקאנט, ווען משיח וועט קומען, וועט נתגלה ווערן כבוד שמים אין די גאנצע וועלט, און די רע גמור וועט בטל ווערן, און די אנדערע חלקים וועלן נתקרב ווערן צו די קדושה, און דעמאלס וועט יעדער איינזעהן, אז יעדע זאך אין די וועלט, האט צוגעברענגט צו גילו כבוד מלכותו, אפילו די רע וואס איז דא אין די בריאה, ווי דער רמח"ל איז מאריך אין דעם אין דעת תבונות.

יעצט ס'איז באקאנט אז די זעקס טויזנט יאר איז ווי די ששת ימי המעשה, און ימות המשיח איז אקעגען יום השבת, ווען מ'וועט זיך אפרוען פון די שווערע ארבעט, און שעפן דעם תענוג פון וואס מ'האט זיך אזוי שווער אנגעארבעט.

יעדער ווייסט די דין פון תוספות שבת אז מ'קען שוין מקבל שבת זיין אפילו פרייטאג, און עס ווערט א חלק פון דעם יום השבת, דאס איז די ענין פון אחישנה, אז משיח קען שוין קומען אפילו פאר די צייט, אויב מיר וועלן זוכה זיין.

נאך א זאך איז דא ערב שבת וואס דאס איז "טועמיה חיים זכו", אז היות עס איז שוין דא א התנוצצות פון שבת, הגם מען האט נאך נישט בפועל מקבל שבת געווען, אבער מען קען שוין טועם זיין פון די קדושת שבת, וועגן דעם איז דא א ענין צו טועם זיין פון די מאכלי שבת, און דאס איז חוץ פון פשוט צו זעהן אויב די עסן איז גוט אויס געקומען,וואס דאס איז אלס הכנה, ווי די משנה ברורה ברענגט אראפ די צוויי זאכן.

דאס איז די אורו של משיח, וואס דער בעש"ט האט מגלה געווען. דהיינו נישט אז מיר שפירען שוין אז אלעס איז טוב גמור, און די רע איז שוין באמת בטל, ווייל בפועל איז משיח נאך נישט געקומען, נאר אזויפיל איז די וועלט שוין מזוכך, אז מיר קענען שוין זוכה זיין צו 'טועם' זיין פון די אור הגאולה, דהיינו מיר קענען שוין פארשטיין און לעבן, אויף די אופן ווי מיר וועלן לעבן אין די ימות המשיח.

און דאס איז די פשט פון די געוואלדיגע חיזוק וואס מיר טרעפן אין די חסידישע ספרים, ווי אויך די דערהויבנקייט וואס מיר טרעפן אין די חסידישע ספרים.

ווייל דער בעש"ט האט מגלה געווען די אור, און מזכך געווען די בריאה, אז מיר זאלן שוין קענען אנפאנגען צו לעבן מיט אונזערע אמת לאמיתו.

דהיינו יעדער מענטש האט א גוף און א נשמה. למעשה זענען ביידע אמת, ביידע זאכן האט דער אייבערשטער באשאפן, כדי ס'זאל זיין א בחירה, הן דעם יצר הרע און הן דעם יצר טוב. אבער לעתיד לבא וועט נתגלה ווערן, אז דער אמת'ר אמת איז געווען דער יצר טוב, און דער יצר הרע איז אויך געווען בשורש טוב, נאר עס איז געווען ערגעץ פארדרייט, וואס דאס האט געברענגט אז ס'זאל אויס זעהן רע. (שבירת הכלים).

ממילא טוישט זיך די גאנצע צוגאנג צו עבודה. ווייל פאר דעם בעש"ט איז געווען די שפראך פאר א מענטש א בעל עבירה, "דו ביסט שלעכט" און "דו דארפסט תשובה טאן". נאך דעם בעש"ט איז געווארען די שפראך, "ס'איז דיר שלעכט" און "דו דארפסט דיך העלפען" און תשובה טאן לטוב לך כל הימים.

דהיינו דער בעש"ט האט געזאגט דו דארפסט דיך נישט אויסארבעטען צו ווערן גוט, דו ביזט שוין גוט! געב א קוק אויף דיין רצון ווי שטארקע געגועים און רצונות האסטו צו זיין ערליך, ווי דער נועם אלימלך זאגט אז אויב א מענט וויל וויסן ווי זיין דרגא איז באמת, זאל ער קוקען וואס זיינע רצונות זענען. נאר וואס דען, אויף דיין גוטסקייט איז דא א שיכט שאור שבעיסה, וואס דו אליינס ווילסט פטור ווערן פון דעם, דאס ביסטו נישט אליינס, בשום אופן! און דאס דארף מען אוועק נעמען, אז די שאור שבעיסה, זאל דיך שוין נישט אזוי שטארק שטערן.

ממילא אנשטאט א גאנצען טאג צו קוקן אויף די נישט גוטע חלק, קוק אויף די גוטע חלק וואס דו האסט, וואס דאס ביסטו באמת, דהיינו פאנג אן צו לעבן דיין אמת'דיגע אמת וואס איז ריין און לעכטיג, און דאס זאל דיך געבן א כח צו פארטרייבען די שיכט וואס קומט דיר שלעכט מאכן.
(און אפילו דער מענטש שפירט דאס נישט, אבער היות דאס איז די אמת, איז דא א ענין צו לעבן מיט די אמת אפילו מ'שפירט נאכנישט, אבער דאס איז יעצט נישט די נושא דא אין תניא איז דא אפרק אויף די נושא)

ע"כ ההקדמה.

יעצט ווען א מענטש פילט אז: "מענטשן קוקן מיר אראפ", אדער "איך האב נישט קיין ענערדשי" וכדומה. איז די ערשטע זאך וואס חסידישע ספרים וועלן אים העלפן איז, אז ער זאל טוישן די שפראך און די בליק, אנשטאט צו זאגן מענטשן קוקן מיר אראפ, וואס מיינט אין אנדערע ווערטער "איך בין גארנישט ווערט" און איך האב נישט קיין פלאץ אין די בריאה, זאל דער מענטש זאגן, און נישט סתם זאגן, נאר טאקע שפירען, "איך בין זייער חשוב, איך בין א חלק אלוק ממעל, און מלאכים און שרפים ציטערן פון מיין פשוטע עבודת השם", און נישט נאר פון מיין עבודת השם נאר אפילו פון מיין נשמה אליינס סתם אזוי אויך, ווי דער תניא שרייבט אין איינע פון די ערשטע פרקים, און אין די אגרות שרייבט ער מער מפורש, אז די מלאכים קענען נתבטל ווערן במציאות, פון די קדושה וואס איז שורה, אין א פלאץ ווי א מנין יודען זענען אפילו זיי לערנען נישט, נאר די עצם מציאות פון זייערע הייליגע נשמה, קענען די מלאכים נישט אויסהאלטען!

יעצט ווען "איך בין עפעס" און נישט סתם געזאגט, נאר איך פיל טאקע ווי חשוב איך בין, איך ווייס פונקטליך וואס איז מיין פלאץ און תפקיד, איך ווער נישט אויס מענטש פון די און פון יענע מוצלח! ווייל מיין מעסטער איז נישט וואס מענטשן אין ביהמ"ד זאגן, נאר איך האב א אנדערע מעסטער אויף די זאכן, די מעסטער איז די שמחת חיים וואס איך שפיר ווען איך טו מיין תפקיד עלי אדמות, אפילו אנדערע מענטשן ווערן עפעס נישט אזוי נתפעל פון מיר.

יעצט קען דער מענטש אנפאנגען צו מטפל זיין מיט די פראבלעם, וואס ער האט, למשל אז היות מענטשן האלטען נישט פון אים באקומט ער חלישות הדעת, א געוויסע שטערונג אין עבודת השם און אין שמחת החיים. פון די פראבלעם ווערט אסאך גערעדט אין חסידישע ספרים, ווער נאך ווי אונזערע רבי'ס די הייליגע צדיקים, האבן געהאט רדיפות און מתנגדים, און עס האט זיי בפירוש וויי געטאן און געשטערט אנצוגין אין עבודת השם, און זיי האבן אסאך גערעדט פון די נושאים, יעדער קען טרעפן אין נועם אלימלך אסאך שטיקלעך אז דער צדיק ליידט זיך אן פון רדיפות פון מענטשן, און דער קאמארנער איז דאך אפגערעדט וויפיל ער רעדט פון די נושא, זאל מען נאר אויפמאכן דעם נתיב מצוותיך, און כאפן א בליק דארט, וויפיל סודות פון חדר דערציילט ער וויפיל צדיקים האבן געליטען פון רדיפות.

און די זעלבע איז מיט די אנדערע נושאים, "איך האב נישט קיין ענערדזשי", וואס מיינט אין אנדערע ווערטער "איך האב נישט קיין שמחת חיים", ווייל איך ווייס נישט פונקטליך מיין פלאץ עלי אדמות, אין עבודת השם, אדער איך האב "סטרעס" פון אנדערע זאכן הן בעניני רוחניות, אינקלאדעט אין דעם איך ציטער פון יענע וועלט וואס ווארט מיר אפ דארט, און בכלל אנדער פראבלעמען אין עבודת השם, וואס ליגט באגראבן ערגעץ אין מיר וואס איך קען עס אליינס נישט טרעפן דארט.

און הן בגשמיות, ווייל איך האב מיך אמאל איינגערעדט אז איך וועל זיין א איש מכובד, איך וועל האבן געלט וכדומה, "אלעס לשם שמים", און ביז דערווייל וויל דער באשעפער פון מיר, "גאר א צווייטע לשם שמים", עפעס וואס נישט נאר ס'שמעקט מיר נישט, נאר איך בין בכלל נישט גרייט, אפילו נאר צו געבן איין טשענס, אז 'דאס טאקע' איז מיין תפקיד דא אויף די וועלט.

קומט קודם חסידות זאגן פאר א מענטש, דו דארפסט פארשטיין אז דיין גאנצע בליק, סיי אויף די וועלט בכלל, און סיי אויף דיר בפרט איז פאלש! און וועגן דעם קענסטו נישט אננעמען דיין מצב, און וועגן דעם באקומסטו ענעקזייעטי און סטרעס, קום לאמיר דיך געבן אביסעלע אורו של משיח, און טוישן דיין בליק אויפן לעבן, וועסטו קודם באקומען די כוחות אנצונעמען דיין מצב בכלל, און דו וועסט אנפאנגען צו לעבן באמת, און נאכדעם וואס 'דו' וועסט שוין לעבן נאר 'דו וועסט האבן א פראבלעם' פון ענעקזייעטי אדער די זאכן וואס ברענגען די ענעקזייעטי, אה 'דאס' וועט מען בעז"ה סאלווען, צו דורך די חסידישע ספרים זעלבסט אדער מיט הילף פון א טעראפיסט.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

א ריזיגען דאנק אייך פאר די ארטיקל, זייער אינהאלטרייך, און איך זעה אז איר האט א גרויסע ידיעה און בהירות אין די ענינים,

1) אויב מעגליך ביטע שרייבט צו מקורות, ווייל איך וואלט געקענט ביישטיין נאכצוקוקן, (איך זעה אז ביי טייל זאכן האט איר געשריבן,)

2) איך מוטשע מיך שוין זייער לאנג צו פארשטיין, וואס הייסט א חסידיש ספר ?? איך האב געפרעגט אפאר יודן וואס ליגן דערין, זיי זאלן מיר מסביר זיין פונקטליך וועלכע ספר זיי האלטן פאר חסידות, און קיין קלארן תירוץ האב איך נישט באקומען,
איך וועל פרעגן מיין קושיא מער ספעציפיש. וואס איז אנדערש דער חתם סופר, -וועם קיינער איז נישט חושד אין חסידות- פון דער ישמח משה א גרויסע רבי ? איז עס מוסר ? ניין! דאס פארקויפן די נישט-רעביס אויכעט. איז עס דער חלק הנסתר ? קען אויך נישט זיין, דער גר"א אין חתם סופר זענען פיל דערמיט, סארי, פארן פרעגן אן עמעראצישע שאלה, איך זעה אבער אז א רוב 'חסידישע אידן' קענען אויך נישט דעם תירוץ!

אונז אלע פאררוף מיר זיך חסידישע אידן, אונז זענען מקפיד צו גיין מיט די שמונה בגדים, און מקיים חסידישע מנהגים, מ'זאגט נישט קיין תחנון ביי רעבישע יארצייטן ועוד ועוד, אבער רוב פון אונז קענען דאס אפי' נישט אפטייטשען, (איך מיין אז ברסלב און חב"ד זענען יא אביסל מער אויסגעקאכט, און האבן יא א שטיקל השגה וואס זיי זענען, אסער זיי זענען א קליינע פראצענט פון דעם אלגמיינעם חסידין אידנטום),

איך מיין אז ס'איז אבסורד!

3) איר האט זייער שיין צולייגט וויאזוי א אויסגעארבעטע יוד וואס קוקט אויף זיין תפקיד און ציהל, קען זיך בעסער ספראווען מיט די נפשיותדיגע פראבלעמען, אבער איך מיין אז ס'דארף נישט זיין געבינדן צו אידישקייט בכלל.
איז דען נישט דא קיין נפשיותדיג געזונטע גוים ? אטעאיסטן ?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

סמארט גאי האט געשריבן:א ריזיגען דאנק אייך פאר די ארטיקל, זייער אינהאלטרייך, און איך זעה אז איר האט א גרויסע ידיעה און בהירות אין די ענינים,

1) אויב מעגליך ביטע שרייבט צו מקורות, ווייל איך וואלט געקענט ביישטיין נאכצוקוקן, (איך זעה אז ביי טייל זאכן האט איר געשריבן,)
איך האב שוין געשריבן אויבן א תגובה וועגן דעם.

2) איך מוטשע מיך שוין זייער לאנג צו פארשטיין, וואס הייסט א חסידיש ספר ?? איך האב געפרעגט אפאר יודן וואס ליגן דערין, זיי זאלן מיר מסביר זיין פונקטליך וועלכע ספר זיי האלטן פאר חסידות, און קיין קלארן תירוץ האב איך נישט באקומען,
איך וועל פרעגן מיין קושיא מער ספעציפיש. וואס איז אנדערש דער חתם סופר, -וועם קיינער איז נישט חושד אין חסידות- פון דער ישמח משה א גרויסע רבי ? איז עס מוסר ? ניין! דאס פארקויפן די נישט-רעביס אויכעט. איז עס דער חלק הנסתר ? קען אויך נישט זיין, דער גר"א אין חתם סופר זענען פיל דערמיט, סארי, פארן פרעגן אן עמעראצישע שאלה, איך זעה אבער אז א רוב 'חסידישע אידן' קענען אויך נישט דעם תירוץ!

אין איין ווארט: חסידות איז נישט קבלה, אבער חסידות האט גענומען די קבלה'דיגע מושגים, און עס אראפ געברענגט אויף די וועלט, דהיינו מסביר געווען ווי אזוי יעדער יוד, לעבט א הייליג לעבן, ער מאכט יחודים מיט יעדע זאך וואס ער טוט, אבער זיי האבען געטוישט די נאמען פון 'יחודים' צו 'גילו כבוד מלכותו' אדער 'דבקות בה'' און לויט די לימוד האט זיך געטוישט זייער אסאך מושגים וויאזוי צוצוגיין צו עניני החיים ועניני עבודה.

ממילא קען זיין אז געוויסע ספרים וועלן רעדן פול מיט קבלה, און נישט זיין קיין חסידישע ספר, אבער אנדערע ספרים וועלן גארנישט רעדן קבלה, אבער זייער נגלה וועלן זיין געבויעט אויף חסידישע יסודות, און ממילא וועט עס זיין א חסידישע ספר, נאר פארשטייט זיך אז ס'וועט זיין א באהאלטענע חסידישע ספר, דהיינו נישט גענוג מסביר געווען די תורת החסידות, אבער למעשה איז עס א חסידישע ספר.

פאר א הקדמה כללית אויף די נושא פון חסידות, זעה אין הכשרת האברכים די חלק מבוא השערים, קענסט אנפאנגען קודם מיט די ג' מאמרים סוף פון חובת התלמידים, נאכדעם וואלט איך געראטען מכתבים פון תורת א' (ער איז מער אין די עבודה חלק, לאו דוקא אין די כלליות החסידות), פון תניא קען מען אויך ארויס זעהן די יסודות גוט.

אונז אלע פאררוף מיר זיך חסידישע אידן, אונז זענען מקפיד צו גיין מיט די שמונה בגדים, און מקיים חסידישע מנהגים, מ'זאגט נישט קיין תחנון ביי רעבישע יארצייטן ועוד ועוד, אבער רוב פון אונז קענען דאס אפי' נישט אפטייטשען, (איך מיין אז ברסלב און חב"ד זענען יא אביסל מער אויסגעקאכט, און האבן יא א שטיקל השגה וואס זיי זענען, אסער זיי זענען א קליינע פראצענט פון דעם אלגמיינעם חסידין אידנטום),
איך מיין אז ס'איז אבסורד!

די נקודה באופן כללי איז, אז אין יודישקייט איז דא צוויי חלקים, די עצם תורה און מצוות, און די פנימיות פון דעם. דאס איז זיכער אז וואס חסידות איז געקומען טוישן בעיקר די פנימיות פון א יוד, און מיט דעם איז אטאמאטיש מיטגעקומען אויך הידורים אין מצוות און מע"ט בפועל, ווייל ווען איינער טוט די מצוות מיט א חיות וועט ער אוודאי צולייגען הידורים.

אבער למעשה אויך אין די פשוטע חלק פון תורה און יודישקייט ליגען חסידישע יסודות אריינגעקנאטען, אן רעדן צו סאך פון דעם, ווען דו וועסט טרעפן א אויבערלענדישער יוד וואס איז אויסגעקאכט אין חת"ס, לעומת א סאטמארער יוד וואס איז אויסגעקאכט אין ישמח משה, אדער א בעלזער יוד וואס קען די תורות פון די בעלזער רבי'ס, וועסטו באלד זעהן א געוואלדיגע חילוק אפילו אין די חיצוניות'דיגע יודישקייט, ווייל אויף וואס מ'זאל לייגען דעם דגוש דאס איז געבויעט אויף די פנימיות. מ'קען עס צושטעלן צו הלכה, אונטער יעדע הלכה ליגט מקורות, און אמאל קען זיין א געוויסע הלכה וואס גאנצע תשובות שטייען אונטער דעם, איז הגם אז די סתם יודען ווייסן בכלל נישט די סוגיא, און די מחלוקת צווישן די פוסקים, אויף די הלכה. אבער די דיינים וואס פסק'נען זיי גייען יא מיט א געוויסע מהלך.

עס איז געווען א שטיקל חילוק צווישן די רבי'ס וואס מען זאל כסדר רעדן, פון די פנימיות האדם, וואס דאס איז בעצם די עיקר החסידות, אפילו עס קען אמאל זיין א חשש, אז אין די אנדערע יסודות היהדות, זאל קענען אמאל פעלן עפעס, ווייל שלימות איז אין ערגץ נישט דא.

אדער צו מ'זאל בעיקר לייגען דעם דגוש אויף די עיקר תורה ומצוות מעשיות, פארשטייט זיך געבויעט אויף די יסודות החסידות, אבער נישט אויסגעשמועסט אזוי שטארק, אזוי אז דער יוד וואס האט נישט געלערנט די סוגיות פון אינעווייניג, זאל גארנישט כאפן וועלכע זאך איז וואס דער רבי זאגט כסדר איז גאר א חסידישע יסוד, און דאס אלעס, כדי די עיקרי היהדות פון תורה און מצוות זאלען בלייבן שטארק.

דאס איז די מהלכים צווישן די חסידות וואס מיר זעהן, און דער וואס קוקט גוט קען טאקע זעהן ביי יעדע חסידות די מעלות אקעגן די חסרונות, וואס ביים אנדערן איז נישטא.

נאך א חשש איז אייביג געווען אקעגן די פנימיות'דיגע מהלכים אין יודישקייט, פון די צייטען פון שבתי צבי ימ"ש, וואס האט אויסגעריסען הלכות אין די תורה זאגענדיג אז עפ"י קבלה איז עס מותר צו טוהן, און נאך פארקערט עס איז גאר א מצוה, (די אלע רעסטריקשנס אויף לערנען קבלה קומט בעיקר פון נאך די פרשה פון שבתי צבי, און ביי די ספרדים איז נישט אריין געקומען די רעסטריקשנס אין קבלה). פון דעמאלס און ווייטער האבן גדולי ישראל אייביג מורא געהאט פון די פראבלעם.
די מתנגדים אויף חסידות האבן בעיקר מורא געהאט פון דעם, און ביז דורינו זה איז אייביג דאס געווען דער חשש, (אפילו אין ויאמ"ש איז דאס די חשש, אז מ'וועט אויסרייסען יסודות אין יודישקייט געבויעט אויף מימרות פון צדיקים, וואס מ'פארשטייט בכלל נישט וואס דארט שטייט, נאכדעם וואס די סוגיות זענען נשתכח געוארען פון די עולם, ווי מ'זעהט ממש בחוש אז כמעט קיינער לערנט נישט קיין חסידישע ספרים געהעריג, און פון די וואס לערנען יא, איז אויך דא אסאך וואס פארשטייען נישט, ווייל זיי האבן נישט די ריכטיגע ספרים און מורי דרך אויף דעם).
וועגן דעם האבן אונזערע רבי'ס נישט אזוי סאך גערעדט פון די סוגיות ברבים, נאר באופן כללי געהייסען לערנען חסידישע ספרים, און עס געלאזט אפען, אזוי ווי אנדערע חלקים אין די תורה אז יעדער לערנט ווי זיין מדרגה איז.


3) איר האט זייער שיין צולייגט וויאזוי א אויסגעארבעטע יוד וואס קוקט אויף זיין תפקיד און ציהל, קען זיך בעסער ספראווען מיט די נפשיותדיגע פראבלעמען, אבער איך מיין אז ס'דארף נישט זיין געבינדן צו אידישקייט בכלל. איז דען נישט דא קיין נפשיותדיג געזונטע גוים ? אטעאיסטן ?


עס איז דא געזונטע גוים און אויך געזונטע יודען. אבער די יודען וואס מוטשענען זיך קענען ווערן אויסגעהיילט מיט חסידות, און וועגן די גוים וואס מוטשענען זיך, זעה אויבן האב איך געשריבן א תגובה וועגן דעם.



לעצט פארראכטן דורך האנטעך אום מאנטאג יולי 20, 2015 9:18 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

וואו זענען די עסקנים?... כ'מיין וואו זענען די PDF מאכער'ס, עס איז שוין דא היפש סחורה זינט די לעצטע פדפ. עס קוקט אויס גאר הייסע ווארע, מען מוז דאס ארויספרינטן און ליינען מיט ישוב הדעת.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30501
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גלייכגילטיג האט געשריבן:וואו זענען די עסקנים?... כ'מיין וואו זענען די PDF מאכער'ס, עס איז שוין דא היפש סחורה זינט די לעצטע פדפ. עס קוקט אויס גאר הייסע ווארע, מען מוז דאס ארויספרינטן און ליינען מיט ישוב הדעת.

די עסקנים זענען דא...
דא איז א PDF פון אלעס פון דער פאריגער PDF ביז איצטער:
שמחת החיים, וויאזוי באקומט מען דאס - חלק ב.pdf
(145.92 KiB) געווארן דאונלאודעד 393 מאל
(מהדורא ב' - צוגעלייגט די שאלות פון שוועמל און די תשובות)

און אז מען לייגט שוין וועלעך איבערלייגן דער פאריגער PDF פאר די וואס האבן עס נאכנישט:
שמחת החיים, וויאזוי באקומט מען דאס.pdf
(115.37 KiB) געווארן דאונלאודעד 307 מאל
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

גענומען פון דא:

עס איז ראטזאם צוצולייגען דא א נקודה, וואס דער שער התפילה שרייבט (ש"א אות ז'), אז די וועג צו איבער דרייען דעם יצר הרע אז עס זאל ווערן א יצר טוב, איז דורך לעבן בשמחה, קוקן פאזיטיוו אויף יעדע זאך, און די סיבת הדברים זעה אין ספר בעש"ט על התורה פרשת פנחס אות ז' [מורא'דיגע ווערטער לדעתי דארף עס יעדע חסידישע יונגערמאן לערנען אינעוויניג!]. אז בעצם יעדע זאך האט דאך אין זיך טוב, אבער אויף די טוב האט עס א לבוש פון רע, און ווען דער מענטש נוצט זיין 'חכמה' צו זעהן דעם טוב פון די זאך, איז מיט דעם אליינס איז ער עס מעלה צו טוב, אזוי ווי דער זוהר שרייבט וכולם בחכמה איתברירו, (וואס דאס איז אויך די מקור פאר דעם וואס מיר האבן יעצט געלערנט אין תניא), ווייל די חכמה איז דאך טוב און הייליג, און ווען די חכמה פון דעם מענטש טרעפט די טוב איז מצא מין את מינו און די רע פאלט אוועק.

"און די זעלבע זאך איז ביי יעדע מענטש, ווען א מענטש איז זיך מבזה אין זיין הארץ, און ער איז מחליט אין זיין הארץ אז זיין לערנען און זיין דאווענען איז גארנישט ווערט, אזא מענטש פאלט פון זיין מדריגה צו א ערגערע מדריגה, און ער ער גייט וועגן דעם ארום אין עבודת השם ווי א בהמה אן קיין שכל, אזוי עס שטייט 'נבזה בעיניו' אויב איינער איז נבזה אין זיינע אייגענע אויגן, 'נמאס' ווערט ער מיאוס!

און וועגן דעם פלעגן זיך צדיקים און חסידים זיך אליינס אויסרימען, ווייל ווען זיי זעהן אז האבן נישט קיין התלהבות אין עבודת השם און זיי זענען אראפ געפאלען פון זייערע מדריגה, בארימען זיי זיך פאר מענטשן, און פון דעם באקומען זיי מער יראת שמים און אהבת ה', און דאס איז געווען די סיבה פארוואס די תלמידים פון רשב"י האבן אים משבח געווען, ווען ער האט געהערט, ווייל רשב"י היות ער האט דאך אויפגעהויבן די גאנצע וועלט, האט ער זיך דאך געמוזט אראפ לאזען צו זייערע מדריגה, כדי זיי אויפצוהייבען, ממילא האבן זיי אים געדארפט משבח זיין אים צו העלפן צוריק צו שטייגען אין עבודת השי"ת".
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

יש איזה מימרא: אפי' הצדיק הגדול ביותר צריך שיאמרו לו 'רבי, צדיק אתה'. און דאס ממש וואס אונזער אלונטית [=האנטעך] המכבס לבבות ישראל - שרייבט.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

שקויעך פאר די PDF
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

האנטעך האט געשריבן:אין איין ווארט: חסידות איז נישט קבלה, אבער חסידות האט גענומען די קבלה'דיגע מושגים, און עס אראפ געברענגט אויף די וועלט, דהיינו מסביר געווען ווי אזוי יעדער יוד, לעבט א הייליג לעבן, ער מאכט יחודים מיט יעדע זאך וואס ער טוט, אבער זיי האבען געטוישט די נאמען פון 'יחודים' צו 'גילו כבוד מלכותו' אדער 'דבקות בה'' און לויט די לימוד האט זיך געטוישט זייער אסאך מושגים וויאזוי צוצוגיין צו עניני החיים ועניני עבודה.

ממילא קען זיין אז געוויסע ספרים וועלן רעדן פול מיט קבלה, און נישט זיין קיין חסידישע ספר, אבער אנדערע ספרים וועלן גארנישט רעדן קבלה, אבער זייער נגלה וועלן זיין געבויעט אויף חסידישע יסודות, און ממילא וועט עס זיין א חסידישע ספר, נאר פארשטייט זיך אז ס'וועט זיין א באהאלטענע חסידישע ספר, דהיינו נישט גענוג מסביר געווען די תורת החסידות, אבער למעשה איז עס א חסידישע ספר.

איך האב אמאל געהערט פון א חסידי׳שן איד אזוי: ביז חסידות זענען די ערליכע דערהויבענע אידן געווען פארנומען מיט די אייגענע נשמה - וואו האלט איך אויף דער וועלט? וואס וועט זיין מיט מיין חלק התיקון? וואו וועל איך אנקומען בעולם הבא? - אלעס האט זיך געדרייט ארום די אייגענע תפקיד און נשמה.
מ׳רעדט נישט פון די אידן אויף וועמען די ספה״ק שרייבן אז זיי מיינען זיי דינען דעם רבש״ע, דערווייל אבער זענען זיי נאך אין קליפת נוגה און דינען זיך אליין - מ׳רעדט אמת׳ע ערליכע אידן וואס האבן באמת געזוכט מתקן צו זיין זייער נשמה עד השורש פון נשמת אדם הראשון.
נאך חסידות אבער איז געווארן דער תפקיד פונעם חסיד׳ישן איד: וואו האלט איך לגבי מגלה זיין כבוד מלכותו יתברך בעולם? וואו האלט דער אויבערשטער אויף דער וועלט? וואס און וויפיל קען איך טון אז דער עולם הזה זאל זיין ראוי להשראת השכינה, וויפיל קען דער אויבערשטער וואוינען אין מיר? אלעס האט זיך געדרייט ארום דעם רבש״ע און די תכלית הבריאה לשכון כבודו בתחתונים.
האנטעך, נעם איבער דאס ווארט...
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

@הרב האנטעך מיר האבן שטארק הנאה פון דיינע ווערק, זיי ממשיך מיט די עבוה"ק.
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

בטחון און השתדלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

בס"ד

אמאל קען א יוד האבן הארץ עסענישען אויף זיך אליינס, צו טוה איך גענוג השתדלות? דהיינו דער מענטש פילט אז עס איז נישט פאר זיין כחות אדער מצב צו מאכן א געוויסע סארט השתדלות, וואס פאר אנדערע איז עס בהחלט יא בגדר השתדלות, און דער מענטש ווייסט נישט ביי זיך צו איז ער טאקע נישט מחוייב צו טאן די השתדלות אדער ער איז פשוט פויל, און ער באדעקט זיין פוילקייט מיט א שלייער פון בטחון.

די הארץ עסענישען און ספיקות און זעלבסט באשולדינגען, איז מצוי סיי פארן טוהן בפועל די השתדלות, דהיינו ווען דער מענטש טוט טאקע נישט די השתדלות, אבער מיט א שווער הארץ. און סיי נאכדעם ווען עס איז שוין נישט שייך צו טאן מער די השתדלות, דעמאלס פארשטארקט זיך די שווערע געפילען נאך אסאך מער, דו לא יוצלח, פוילאק איינער.. וואס גייט זיין מיט דיר? דו האלסט נישט ביי גארנישט, ווען דו וואלסט געוואלט וואלסטו שוין געווען אן עושר, איי אלעס איז באשערט? אבער ס'שטייט דא וברכתיך בכל אשר תעשה, נישט זאלסט סתם אפוילעצען די צייט, און ווארטען ס'זאל רעגענען געלט פון הימל...

די סוגיא באמת וואס מען איז יא מחוייב צו טאן אלס השתדלות, און וואס מ'איז שוין פטור מדין השתדלות, דאס איז א שווערע סוגיא וואס האט באמת נישט קיין ריכטיגע הגדרות, נאר הכל לפי מה שהוא אדם, און אפילו ביי דעם מענטש אליינס ווענדט זיך אין זיין מצב.

אבער כדי צו ווערן אביסל קלארער לאמיר קודם זעהן וואס איז בטחון.


דער חובת הלבבות לייגט אראפ אז בטחון איז איין זאך, 'מנוחת הנפש' דהיינו דער מענטש זאל גלייבן און שפירען אז דער אייבערשטער וואס איז דער כל יכול, זארגט זיך פאר אים, און ער שטעלט אים אלעס צו, מיט א ליבליכקייט, און וואס עס קומט אויף דעם מענטש איז נאר לטובתו, און ער דארף נישט שטיין על המשמר אז דער איבערשטער זאל אים נישט ערגעץ אריינכאפן אין זאק.. נאר ער קען רואיג רילעקסען און דער אייבערשטער וועט שוין זארגען אז אלעס זאל קלאפען אויפען בעסטן אופן.

ווען דער מענטש איז זיך מתבונן אין דעם, און אויך אין די פאקטען אז נאר דער אייבערשטער איז דער כל יכול, און אז דער איבערשטער איז טאקע בפועל משגיח אויף די וועלט, און ער שטעלט צו אז אלעס זאל קלאפן אויפן האר. ער איז משגיח און פירט אלע ברואים אפגעזעהן פון זייער השתדלות, די זוהן שיינט אן קיין שום השתדלות, עס רעגענט און עס וואקסט, די זומער און ווינטער קומען רעגלמעסיג, עס איז דא אקסינדזשען אין די לופט, די פארדייאונג סיסטעם פון א מענטש ארבעט נארמאל ב"ה, מענטשן וואקסען הערן זעהן וכו'. דער אייבערשטער זארגט זיך פאר אלע זיינע ברואים פותח את ידיך ומשביע לכל חי רצון.

ווען א יוד לעבט מיט דעם באקומט ער א מורא'דיגע רואיגקייט, אזוי ווי א קינד אינדערהיים וואס זארגט זיך נישט אויף נאכטמאל, ווייל ער האט א מאמע וואס גיבט נאכטמאל, און ער דארף נאר א טובה טוהן די מאמע און אריינעמען עפעס אין מויל.. די זעלבע זאך דער יוד וואס גלייבט אז דער אייבערשטער וואס האט אים ליב און מיינט זיין גוטס, אפגעזעהן פון זיין מצב, און ער שפייזט אלע זיינע ברואים מיט א באוויליקייט, דער באשעפער האט אים אויך אינזינען און זיין עסן און פרנסה איז שוין אפגעשריבען נישט קיין חילוק וואס עס וועט פאסירען.

אויב אזוי וואס איז השתדלות?


דער אייבערשטער האט וועגן זיינע סיבות אזוי געמאכט אין די בריאה אז געוויסע זאכן זאלען דארפן קומען מיט א סיסטעם, דהיינו אנדערש ווי רעגן וואס קומט דירעקט פן די וואלקענעס, אבער פרנסה דארף מען ארבעטן אז עס זאל קומען, אזוי ווי ווען מען האט שוין די טעלער פאר זיך דארף מען נאך טוען השתדלות אז די עסן זאל אריין קומען אין די קערפער, עס וועט נישט אליינס אריין גיין, די זעלבע זאך דארף מען טוהן השתדלות אויף פרנסה דהיינו ארבעטען אז מען זאל מאכן געלט.

אויב אזוי וואס טוט מען אויף מיט די גאנצע בטחון, אויב למעשה דארף מען ארבעטן, איז דאך א חילוק פון די זאכן וואס דער אייבערשטער טוט דירעקט ווי רעגן און די איבריגע זאכן וואס איך האב פריער אויסגערעכנט, און די זאכן וואס דער מענטש דארף טאן השתדלות, אויב אזוי וויאזוי קען דער מענטש רילעקסן און זיין רואיג, ער דארף דאך 'טוהן' השתדלות?

אויף דעם איז דער חובת הלבבות מסביר, אז בעצם אויף צו מאכן השתדלות אויף פרנסה, איז גענוג ממש א קלייניקייט, אזוי ווי מ'מאכט ממש א קלייינע אנשטרענגונג אויף השתדלות צו נעמען פון דעם טעלער אין מויל אריין. די זעלבע אויך אויף פרנסה בעצם דארף מען מאכן א קליינע השתדלות, ווייל פארן אייבערשטן איז נישט קיין חילוק וועלכע כלי דער מענטש האט אנגעגרייט, עס זאל קומען אין דעם די פרנסה, און דער זעבער באשעפער וואס גיבט פרנסה אין די מעכטיגע ביזנעס גיבט אוך פרנסה אין די פשוטע קליינע ביזנעסלעך.

נאר עס איז דא נאך סיבות פארוואס מען דארף ארבעטען וואס האט גאר נישט קיין שייכות צו פרנסה, למשל אויב וועט דער מענטש האבן צופיל צייט קען עס אים ברענגען צו זינדיגען ווי די משנה זאגט בטלה מביאה וכו', און אויך ווייל ארבעט איז א גרויסע מקום בחירה, ווי א מענטש האט נסיונות און ער דארף עס כסדר ביישטיין, ווי יעדער איינער קען זיך עס אליינס איבערצייגען וויפיל נסיונות איז דא אין ביזנעס כסדר.

די זעלבע זאך ווערט מער אויסגעשמועסט אין חסידישע ספרים אז ארבעטן איז אן עבודה פון בירורים, אז ווען דער מענטש האנדעלט ערליך על פי תורה, דערהייבט ער אלע זיינע זאכן מיט וואס ער האנדעלט, הן זיין געלט און הן זיינע זאכן וואס ער טוט. כידוע האבן צדיקים געהייסן אינזינען האבן פאר מענטשן, למשל אז איינער ארבעט מיט שיך, זאל ער אינזינען האבן אז יודישע קינדער זאלען האבן גוטע שיך, און בעטן א תפילה אז יודען זאלען נישט האבן קיין פראבלעמען מיט גיין, און זיי זאלען נאר גיין אין גוטע פלעצער וכדומה.

קומט אויס אז איינער וואס ארבעט מיט שיך, ארבעט בעצם אין גמילות חסד צו צושטעלן שיך פאר יודישע קינדער, נאר פשוט כדי ער זאל נישט אינטער ברעכן פון אזויפיל מעשי חסד, מוז ער נעמען א מינימאלער אפצאל, פשוט כדי די עסקנות זאל נישט אינטער גיין! און די זעלבע ביי יעדע אנדערע ביזנעס, עס איז פשוט בירורים, צו אריין ברענגען נכסים אין יודישע הענט, און זיי אזוי אריין ברענגען אין די קדושה, און אויך דורך האנדלען ערליך, און טוהן חסד פאר יודען, איז מען מברר די ניצוה"ק, עד כדי כך אז דער בעש"ט האט געזאגט א קל וחומר (דער מאור עינים ברענגט עס אראפ אין ישמח לב מס' שבת, נשאת ונתת באמונה), מה-דאך איינער וואס לערנט המחליף פרה בחמור האט א מצוה פון לימוד התורה, איז דאך א כש"כ איינער וואס איז מחליף דעם פרה בחמור בפועל ממש, טוט ער דאך זיכער אסאך מער אויף!

ווי אויך האבן די חסידישע ספרים א שמועס אז ווען איינער ארבעט נישט עפ"י תורה אדער מיט אן ערליכע כוונה, האט ער דאך נישט מברר געווען זיינע נכסים עפ"י תורה, מז ע אנקומען צו א דין תורה, אז דעמאלטס זאל נאכאמאל נתברר ווערן וועמענס עס געהער עפ"י תורה, אז די נכס זאל האבן די ריכטיגע תיקון. (וועגן דעם עצם קל וחומר האט שוין דער יושר דברי אמת א שמועס אז אין פשוטען זין פון ווארט איז עס געזאגט געווארען פאר צדיקים וקדושים 'הבנים יוצאין בקשרים', און דער פשוטער יוד זאל זעהן ווי מער צו עוסק זיין בפועל בתורה ומצוות, אבער למעשה אזוי פיל קענען מיר זעהן פון דעם די דערהויבענע תפקיד וואס בעלי עסק האבן, אויך דער בעל התניא האט א שטארקע שמועס וועגן די גרויסע עבודה פון די בעלי עסק, אין תורה אור פרשת נח ד"ה מים רבים).

איז למעשה קען מען עס צוטיילען אין צוויי באזונדערע זאכן. די ערשטע זאך איז פרנסה, אויף דעם פעלט זיך אויס א מינומים השתדלות. און וועגן דעם זאגט דער חובת הלבבות אז א מענטש זאל זיך אויס וועלן א מלאכה וואס איז אים צום הארצען, וואס ער האט טאלאנטען צו טוהן די מלאכה, אפילו מ'מאכט נישט קיין סאך געלט פון די דזשאב עפ"י דרך הטבע, ווייל פרנסה איז אנגעשריבען פון אויבן, און פארן אייבערשטען איז נישט קיין חילוק וואס דער מענטש טוט, און אין יעדע פאך קען ער אים אריין שיקען פרנסה.

נאכדעם וועגן זיין חובת השתדלות וויפיל זאל ער ארבייטען, דאס איז שוין א אנדערע סוגיא בכלל, אויב א מענטש זעהט אז ער דארף ארבעטען מער שעות כדי צו זיין באשעפטיגט זאל ער ארבעטען מער, און אויב האט ער די כוחות זיך אפצוגעבען מער שעות מיט רוחניות אל ער זיך אפגעבן מער שעות מיט רוחניות, און ווייניגער מיט ארבעט, און ער זאל זיך נישט זארגען אויף זיין השתדלות, ווייל זיין פרנסה וועט ממילא קומען, און וויפיל השתדלות צו טאן האט נישט קיין שייכות בכלל צו פרנסה נאר צו אנדערע זאכן בכלל.

איי פרעגט דער חובת הלבבות אונז זעהן דאך, אזויפיל יודען וואס האבן נישט געארבעט פלייסיג און זיי האבן טאקע נישט געהאט קיין געלט, אפילו זיי האבן עוסק געווען אין רוחניות, און פארקערט אזויפיל האבן יא געארבעט פלייסיג און יא געהאט געלט?

די שאלה זאגט ער איז א אנדערע סוגיא בכלל, דאס איז א סוגיא פון יסורים און כפרת עוונות, פארוואס די ערליכע יודען האבן נישט געהאט קיין געלט, איז דא א חשבון אז זיי זאלען ווערן אויסגעלייטערט אויף די וועלט, און פארקערט פארוואס אנדערע האבן יא געלט איז אויך חשבונות פון הימל, צו עס איז זיי א נסיון העושר, צו אמאל ערגער ח"ו פון ומשלם לשונאיו על פניו, בכלל פירט ער אויס, די סוגיא איז בהדי כבשי דרחמנה, וואס אפילו די נביאים האבן עס נישט ארויס געהאט ריכטיג ווייל דאס האט שוין צו טאן מיט די שרשי נשמות און זייערע תיקונים.

קומט אויס למעשה.

בטחון מיינט 'רואיגקייט' אז דער אייבערשטער האט מיר ליב און ער וועט מיר צושטעלן אלעס וואס איך דארף האבן. פארשטייט זיך אז עפעס א קלייניקייט דארף איך טאן, אבער פונקטליך וויפיל, 'דאס איז שוין א אנדערע סוגיא, וואס האט צו טאן מיט מיין עבודת השם', ממילא אפילו אויב האב איך נישט געטאן פונקטליך וויפיל איך דארף, איז עס נישט הארבער ווי סתם א עבירה, וואס איך דארף תשובה טאן אויף דעם.. אבער צו מיין פרנסה האט עס נישט קיין שייכות.

צדיקים האבן געזאגט (אפשר אפילו אין חובת הלבבות, איך געדענק נישט פונקטליך) אז די הגדרה פון השתדלות איז, אזוי ווי איינער איז אויף פעיראל ביי א בעל הבית, ער דארף טוהן אבער ער פאלגט אויס אנווייזונגען, און די פרעשור איז אויפען בעה"ב. אויב איינער האט פרעשור פון זיין ביזנעס איז ער שוין איבער געגאנגען די רויטע ליין!

יעצט אויב איינער האט פרעשור, ווייל סוכ"ס איז ער א בשר ודגים, און ער קען נישט זיין רואיג, ווען עס ברענט אין די ביזנעס, זאל ער זיך אויס וויינען פארן איבערשטן, אז ח"ו ער איז נישט מקטני אמנה נאר וואס זאל ער טאן, אז ער האלט עס נישט אויס.. אבער חס ושלום האלטען אז האבן פרעשר איז נאך אויסגעהאלטען, און איז א חלק פון מצות השתדלות! עס איז קלאר נישט, נאר פארקערט עס איז א סתירא צו בטחון!

ממילא אויב א יוד שפירט אז לויט זיין מצב קען ער נישט, אדער ער האט נישט קיין כח צו טאן א געוויסע זאך אין זיין ביזנעס, דעמאלס דארף ער עס נישט טאן! און אפילו אויב ער דארף עס בעצם יא טאן, וועט ער אמאל תשובה טאן אויף חוסר השתדלות, אבער חס ושלום זאגען אז ער איז זיך אליינס שולדיג אז ער האט נישט קיין געלט, ווייל כל עוד ער טוט א נארמאלע השתדלות, ער ארבעט געהעריג און א געשעפט וואס על פי דרך הטבע קען עס ברענגען פרנסה, האט ער יוצא געווען די חובת השתדלות אויף וויפיל עס פעלט זיך אויס צו זיין פרנסה.

און די געוויסן ביסען וואס ער האט, איז נאר יסורים, אויף וואס ער דארף זאגען ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי, אבער חס ושלום נישט באמת ווערן איבער גענומען פון דעם.
לעצט פארראכטן דורך האנטעך אום מאנטאג יולי 27, 2015 12:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

א דאנק דיר האנטעך מיר האבן שטארק הנאה פון יעדע שיעור קיעפ איט קאמינג.
אוועטאר
מזויף מתוכו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
לאקאציע: דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזויף מתוכו »

געוואלדיגע חיזוק! כה לחי!
אוועטאר
מזויף מתוכו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
לאקאציע: דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזויף מתוכו »

הרב האנטעך האסט אונז שוין געספוילט מיר ברויכען נאך!
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

יאוש, די עצה אויף שמחת חיים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

א יונגערמאן איז אמאל אריין געקומען צו הרב פדווא ז"ל דער לאנדאנער רב, און זיך אפגערעדט אז ער האט שלום בית פראבלעמען, און ער וויל רעדן פון א גט. האט אים דער רב גענטפערט, "איך פארשטיי נישט! וועגן דעם זאלסטו דיך גט'ן? ווער האט דען נישט קיין שלום בית פראבלעמען?! און מ'דערציילט אז די יונגערמאן האט אויפגעשטעלט א בית נאמן בישראל.

ווען מ'איז יונגער מיינט מען אז ס'איז דא בעצם א מהלך החיים וואס די גאנצע וועלט לעבט, און יעדער איז ב"ה צופרידען. נאר איך האב עפעס א פראבלעם פארוואס איך קען מיך נישט מסדר זיין. נישט קיין חילוק אין וועלכע נושא, צו שלום בית, פרנסה, חינוך, אדער אפילו יראת שמים און שמחת החיים. קודם פרובירט מען אביסל אליינס, און אויב ס'גייט נישט וועט מען דארפן גיין צו א פסיכאלאג וכדומה, מ'קען עס נישט לאזען אזוי ווייטער אנגיין וכו'.

אבער די פראבלעם איז ווען מ'ווערט אביסל עלטער זעהט מען, אז זאכן זענען בכלל נישט שווארץ און ווייס, זאכען זענען זיך נישט מסדר אזוי לייכט, טויזנטער מענטשן ליידען פון זאכן, אן קיין שום וועג צו וויסן מאין יבא עזרי.

און די זאך איז אין יעדע שטח אין לעבן, אמאל האט מען געמיינט אז ווער איז קראנק זאל גיין אין שפיטאל און דארט וועט מען שוין זארגען אז ער זאל זיין געזונט, אבער ווען מ'ווערט עלטער זעהט מען אז עס איז בכלל נישט אזוי פשוט די מצב. נישט אז מ'זאל נישט גיין אין שפיטאל, אבער מ'דארף גרויס סייעתא דשמיא אז מ'זאל צוקומען צו די ריכטיגע שליח, און מ'זאל כאפען פונקטליך וואס איז די פראבלעם, און נישט מאכן קיין טעותים, דאס אלעס איז חוץ פון די סתם נאכגעלאזטקייט וואס קען אמאל זיין, און אויסער די אלע קאנספיראציעס מעשיות פון עלטערע מענטשן וואס שטארבן אין שפיטאל, פלוצלינג, סתם אזוי אן א פארוואס.

די זעלבע איז אין יעדע שטח, כמעט יעדער וואס איז דורך געגאנגען א שווערע זאך, קען מעיד זיין אז ווען נישט השגחה פרטיות'דיגע זאכן אויפן וועג, וואלט ער נאך עד היום זיך געמוטשעט מיט זיין פראבלעם, זאכן גייען בכלל נישט מיט קיין סיסטעם,און עס איז נישט דא קיין דרך המלך, וויאזוי צו מסדר זיין פראבלעמען. און נאך מער, קיינעם גייט נישט אן דיין מצב באמת, און אפילו אויב יא קען ער דיך אויך נישט העלפען.

טויזנטער דאלארען און שעות אריכות ווערן היינטיגע טעג, אויסגעגעבן אויף פסיכאלאגישע הילף, און וויפיל טויזנטער יודען טאפן נאך א וואנט נאך אלעם. אין די פסיכאלאגישע וועלט איז אויך נישט אלעס שווארץ אויף ווייס, ווי למשל האסט א סטרעפ נעם פענעצילען וכדומה. וויפיל טויזנטער ליידנדע איז דא אין די וועלט, נאך אלע פסיכאלאגישע הילף, בעצם איז די גויאישע נפשיות'דיגע וועלט באנקראט, אן קיין וועג ארויס ואין כאן המקום להאריך.

דער מענטש וואס קוקט זיך צו, צו די זאך פאנגט אן צו קומען צו א יאוש צוביסלעך. יעדער איינער קען מעיד זיין ווי יעדעס יאר וואס גייט דורך, פלאצט נאך א דמיון וואס ער האט געהאט, אין יעדע פעלד, פון ידיעת התורה און לערנען בהתמדה, ביז פרנסה שוין אפגערעדט פון עשירות.

ווען מ'איז יונג מיינט דער מענטש אז בעצם איז ער שוין א עושר, מיט אלע זיינע געניטע מהלכים אין ביזנעס, נאר גראדע האט ער נאך נישט געהאט די געלעגענהייט עס צו אויספירען, אבער היינט מארגען איז ער א עושר. אבער ווי א יאר גייט דורך, פאנגט אן דער יאוש געפיל צו נעסטיגען אין זיין הארץ. איך רעד שוין נישט וועגן מיליאנען, אבער צו וועט נאך אמאל קומען א טאג וואס איך וועל קענען ענדיגען דעם חודש מיט א לייכטע הארץ, אדער צו וועל איך קענען חתונה מאכן מיינע קינדער רואיגערהייט, יעדער לפי דרגא דילי' פאנגט אן צו זעהן אז זאכן זענען בכלל נישט סטרעיט פאוערד, ווי מ'האט געמיינט.

אויב אזוי וואס בלייבט יא איבער צו טאן? איין זאך, זיך מייאש זיין אינגאנצען!!

איינער האט אמאל געפרעגט ר' יעקב מאיר שכטר שליט"א וויאזוי ער קען אנגיין מיט די אלע יסורים וואס ער האט געליטען אין זיין לעבן? האט ער גענטפערט אז ער קען טאקע נישט אנגיין, האט ער זיך מייאש געווען פון אלעם און פארטיג!

יעדער ווייסט די ווארט "אין שום יאוש בעולם כלל" לכאורה וואס אין שום יאוש, ס'איז דאך יא דא אזא זאך ווי יאוש, ממילא אסור לייאש עצמו קען איך נאך פארשטיין אבער אין שום יאוש כלל?

נאר וואס מיינט יאוש? יאוש ביי אבידה איז, ווען איינער האט עפעס געהאט און ער האט עס פארלוירען, זוכט ער עס ביז ער איז זיך מייאש און ער הערט עס אויף צו זוכען. אבער וואס טוט זיך ווען איינער האט געטראכט א גוטע פלאן, ער וועט זוכן נעבן דעם ים, און אלע זאכן וואס דער ים שפייט אויס, וועט זיין זיינס, און ער פאנגט אן צו זוכן, און ער טרעפט גארנישט.. ביז איין טאג איז ער זיך מייאש. דער מענטש האט זיך נישט מייאש געווען, ער איז געקומען צום שכל!

עס איז נישט דא קיין יאוש כלל, עס איז דא התבגרות, נאר דער שוטה ווען ער זעהט די אמת, ווערט ער אויס מענטש, און ער פאלט אריין אין דיפרעסיע, אבער דער חכם פאנגט אן צו לעבן ריכטיג, אן קיין דמיונות. אבער יאוש איז נישט דא, עס איז דא ריאליטעיט!!!

מיר לעבן נישט אויף די וועלט אויף אייביג, אונז זענען דא אויף א שטיקל צייט, זיך אנצוגרייטען שפייז אויף נצח נצחים! נאר ווען אונז זענען יונג, מאכן מיר אפ וואס איז וויכטיג און ריכטיג, לויט די כיתה פון 25 בחורים וואס לערנען דארט, וואס מיינט תורה ווענדט זיך לויט די 5 גוטע בחורים, וואס מיינט תפילה ווענדט זיך און די 5 עובדים, וואס מיינט הצלחה אין לעבן, וכו' אלעס גייט מיט א קינדישע בליק וואס איז געבויעט אויף גארנישט, און צוביסלעך פלאצען די דמיונות.

און נישט נאר ביי די וואס זענען נישט אנגעקומען, נאר אויך ביי די וואס זענען יא אנגעקומען.
איינער הארעוועט יארען צו זיין א תלמיד חכם אדער א עושר, און ענדליך איז ער אנגעקומען דארט, אויב איז ער אין א רואיגע מינוט, פרעגט ער זיך אליינס, דאס איז אלעס? אנצוקומען דא האב איך געשטרעבט אלע יארען? און יעצט?

דער חת"ס שרייבט אז אין זיין געגענט האט געוואוינט א מיליאנער וואס האט זיך גענומען דאס לעבן ווייל גארנישט האט אים נישט געפעלט, און ער האט נישט געהאט פארוואס צו אויפשטיין מער!

די סטאטיסטיק איז, אז אין די מערב וועלט לענדער איז דא סאך מער זעלבסטמארדן ווי אין די דריטע וועלט לענדער, זאגען די חוקרים אז די סיבה איז, אין די דריטע וועלט לענדער איז טאקע נישט דא מיט וואס צו לעבן, אבער אין די מערב וועלט לענדער איז נישט דא פארוואס צו לעבן!.

נאר ווען דער אייבערשטער העלפט, און מ'איז זוכה צו זיך מייאש זיין באמת, דעמאלס קען מען אנפאנגען צו לעבן ווי א נארמאלע מענטש מיט א שמחת החיים! ווען איינער וועט אנפאנגען צו ציילען וויפיל מצוות ער נעמט צוזאם במשך דעם טאג, וועט ער דאך שטראלען פון גליק, און אנפאנגען צו פיילען איינס אויפן צווייטען. אויב דאווענען מיינט 'זיין א עובד השם', איז יעדן טאג א דיזעסטער, אבער אויב כנראה, גייט ער שוין ממילא גארנישט אויסוואקסען אין די גלגול, דעמאלס ווערט ער פריילעך פון יעדע ווארט וואס ער האט געהאט א זכי' ארויס צו זאגען מיט זיין מויל, און כש"כ אויב האט ער אינזינען געהאט פירוש המילות.

וואס א גליק איז א יוד זוכה אז ער מאכט איין ברכה נאכן צווייטען טעגליך, אויף יעדע צעד ושעל פון זיין טאג, האט ער א זכי' צו קלויבן נצח נצחים מינוטלעך! איי וויאזוי זעהט אויס דיין ברכות? קאם אן! הער אויף, דאס בין איך, א שאד די צייט צו וועלן עפעס בעסערס, ס'איז גענדיגט מיט מיך בויען! יעצט קען מען רעדן פון קעש נאך א מצוה און נאך א מצוה.

אויב איינער וויל זיין א ריכטיגע ערליכע יוד, קען אמאל זיין אז גיין אין גאס, איז א נושא וואס מ'דארף נאך אמאל ארבעטען אויף דעם, אבער אויב איז ער מיואש, מאכט ער א פשוטע חשבון, כ'האב יעצט פינעף מינוט צו גיין אין גאס, איך קען מרויח זיין א מצות לא תעשה אויף יעדע פרוי וואס גייט דורך און איך קוק איר נישט אן, א גוט געשעפט, וואס איז יעצט א חילוק וועלכע פילטער איך האב וכדומה?

איך ווייס שוין ווילאנג מיינע קביעת עיתים האלט אן, ס'זעהט מיר נישט אויס אז איך וועל אזוי שנעל קענען מסדר זיין אז איך זאל האבן א שיעור ביינאכט, אקעי יעצט האב איך 5 מינוט, איך קען יעצט לערנען איין משנה. אויב האלט ער שוין נאך יאוש וועט ער זיך צו כאפען דערצו, ווייל ממילא וועט ער שוין קיין געהעריגע שיעור נישט האבן..

אזוי צוביסלעך ווערט דער מענטש א עניו און א מכיר את מקומו, ער ווערט א יוד וואס איז רודף אחר המצוות, ששכר מצוה מצוה, און איין מצוה ברענגט דעם צווייטען, און דער יוד פאנגט אן צו ווערן פריילעך און צופרידען אויף יעדע מינוט וואס ער לעבט אויף די וועלט און ער איז זוכה איר צו פאראייביגען אויף נצח נצחים, דורך קליינע מצוה'לעך שהאדם דש עליהם בעקביו!
לעצט פארראכטן דורך האנטעך אום פרייטאג אוגוסט 14, 2015 10:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

האנטעך האט געשריבן:א יונגערמאן איז אמאל אריין געקומען צו הרב פדווא ז"ל דער לאנדאנער רב, און זיך אפגערעדט אז ער האט שלום בית פראבלעמען, און ער וויל רעדן פון א גט. האט אים דער רב גענטפערט, "איך פארשטיי נישט! וועגן דעם זאלסטו דיך גט'ן? ווער האט נישט קיין שלום בית פראבלעמען?! און מ'דערציילט אז די יונגערמאן האט אויפגעשטעלט א בית נאמן בישראל.

ווען מ'איז יונגער מיינט מען אז ס'איז דא בעצם א מהלך החיים וואס די גאנצע וועלט לעבט, און יעדער איז ב"ה צופרידען, נאר איך האב עפעס א פראבלעם פארוואס איך קען מיך נישט מסדר זיין, נישט קיין חילוק אין וועלכע נושא, צו שלום בית, פרנסה, חינוך, אדער אפילו יראת שמים און שמחת החיים. קודם פרובירט מען אביסל אליינס, און אויב ס'גייט נישט וועט דארפן גיין צו א פיכאלאג וכדומה, מ'קען עס נישט לאזען אזוי ווייטער אנגיין וכו'.

אבער די פראבלעם איז ווען מ'ווערט אביסל עלטער זעהט מען, אז זאכן זענען בכלל נישט שווארץ און ווייס, זאכען זענען זיך נישט מסדר אזוי לייכט, טויזנטער מענטשן ליידען פון זאכן, אן קיין שום וועג צו וויסן מאין יבא עזרי.

און די זאך איז אין יעדע שטח אין לעבן, אמאל האט מען געמיינט אז ווער איז קראנק זאל גיין אין שפיטאל און דארט וועט שוין זארגען אז ער זאל זיין געזונט, אבער ווען מ'ווערט עלטער זעהט מען אז עס איז בכלל נישט אזוי פשוט די מצב. נישט אז מ'זאל נישט גיין אין שפיטאל, אבער מ'דארף גרויס סייעתא דשמיא אז מ'זאל צוקומען צו די ריכטיגע שליח, אז מ'זאל שוין כאפען פונקטליך וואס איז די פראבלעם, און נישט מאכן קיין טעותים, דאס אלעס איז חוץ פון די סתם נאכגעלאזטקייט וואס קען אמאל זיין, און אויסער די אלע קאנספיראציעס מעשיות פון מענטשן וואס שטארבן סתם אזוי אן א פארוואס.

די זעלבע איז אין יעדע שטח, כמעט יעדער וואס איז דורך געגאנגען א זאך, קען מעיד זיין אז ווען נישט השגחה פרטיות'דיגע זאכן אויפן וועג, וואלט ער נאך עד היום זיך געמוטשעט מיט זיין פראבלעם, זאכן גייען בכלל נישט מיט קיין סיסטעם, און קיינעם גייט נישט אן דיין מצב, און אפילו אויב יא קען ער דיך אויך נישט העלפען.

טויזנטער דאלארען און שעות אריכות ווערן היינטיגע טעג, אויסגעגעבן אויף פסיכאלאגישע הילף, און וויפיל טויזנטער יודען טאפן נאך א וואנט נאך אלעם, און די פסיכאלאגישע וועלט איז אויך נישט אלעס שווארץ אויף ווייס, האסט א סטרעפ נעם פענעצילען וכדומה. וויפיל טויזנטער ליידנדע איז דא אין די וועלט, נאך אלע פסיכאלאגישע הילף, בעצם איז די גויאישע נפשיות'דיגע וועלט באנקראט, אן קיין וועג ארויס ואין כאן המקום להאריך.

דער מענטש וואס קוקט זיך צו, צו די זאך פאנגט אן צו קומען צו א יאוש צוביסלעך. יעדער איינער קען מעיד זיין ווי יעדעס יאר וואס גייט דורך, פלאצט נאך א דמיון וואס ער האט געהאט, אין יעדע פעלד, פון ידיעת התורה און לערנען בהתמדה, ביז פרנסה שוין אפגערעדט פון עשירות. וען מ'איז יונג מיינט דער מענטש אז בעצם איז ער שוין א עושר, מיט אלע זיינע געניטע מהלכים אין ביזנעס, נאר גראדע האט ער נאך נישט געהאט די געלעגענהייט עס צו אויספירען. אבער ווי א יאר גייט דורך, פאנגט אן דער יאוש געפיל צו נעסטיגען אין זיין הארץ. איך רעד שוין נישט וועגן מיליאנען, אבער צו וועט נאך אמאל קומען א טאג וואס איך וועל קענען ענדיגען דעם חודש מיט א לייכטע הארץ, אדער צו וועל איך קענען חתונה מאכן מיינע קינדער רואיגערהייט, יעדער לפי דרגא דילי' פאנגט אן צו זעהן אז זאכן זענען בכלל נישט סטרעיט פאוערד, ווי מ'האט געמיינט.

אויב אזוי וואס בלייבט יא איבער צו טאן? איין זאך, זיך מייאש זיין אינגאנצען!!

איינער האט אמאל געפרעגט ר' יעקב מאיר שכטר שליט"א וויאזוי ער קען אנגיין מיט די אלע יסורים וואס ער האט געליטען אין זיין לעבן? האט ער גענטפערט אז ער קען טאקע נישט אנגיין, האט ער זיך מייאש געווען פון אלעם און פארטיג!

יעדער ווייסט די ווארט "אין שום יאוש בעולם כלל" לכאורה וואס אין שום יאוש, ס'איז דאך יא דא אזא זאך ווי יאוש, ממילא אסור לייאש עצמו קען איך נאך פארשטיין אבער אין שום יאוש כלל?
נאר וואס מיינט יאוש? יאוש ביי אבידה איז ווען איינער האט עפעס געהאט און ער האט עס פארלוירען, זוכט ער עס ביז ער איז זיך מייאש און ער הערט עס אויף צו זוכען. אבער וואס טוט זיך ווען איינער האט געטראכט א גוטע פלאן, ער וועט זוכן נעבן דעם ים, און אלע זאכן וואס דער ים שפייט אויס, וועט זיין זיינס, און ער פאנגט אן צו זוכן, און ער טרעפט גארנישט.. ביז איין טאג איז ער זיך מייאש. דער מענטש האט זיך נישט מייאש געווען, ער איז געקומען צום שכל!

עס איז נישט דא קיין יאוש כלל, עס איז דא התבגרות, נאר דער שוטה ווען ער זעהט די אמת, ווערט ער אויס מענטש, און ער פאלט אריין אין דיפרעסיע, אבער דער חכם פאנגט אן צו לעבן ריכטיג, אן קיין דמיונות. אבער יאוש איז נישט דא, עס איז דא ריאליטעיט!!!

מיר לעבן נישט אויף די וועלט אויף אייביג, אונז זענען דא אויף א שטיקל צייט, זיך אנצוגרייטען שפייז אויף נצח נצחים! נאר ווען אונז זענען יונג, נעמען מיר די מהלכים פון וואס איז וויכטיג און ריכטיג, לויט די כיתה פון 25 בחורים וואס לערנען דארט, וואס מיינט תורה ווענדט זיך לויט די 5 גוטע בחורים, וואס מיינט תפילה ווענדט זיך און די 5 עובדים, וואס מיינט הצלחה אין לעבן, וכו' אלעס גייט מיט א קינדישע בליק וואס איז געבויעט אויף גארנישט, און צוביסלעך פלאצען די דמיונות.
און נישט נאר ביי די וואס זענען נישט אנגעקומען נאר אויך ביי די וואס זענען יא אנגעקומען.
איינער הארעוועט יארען צו זיין א תלמיד חכם אדער א עושר, און ענדליך איז ער אנגעקומען דארט, אויב איז ער אין א רואיגע מינוט, פרעגט ער זיך אליינס, דאס איז אלעס? אנצוקומען דא האב איך געשטרעבט אלע יארען? און יעצט?

דער חת"ס שרייבט אז אין זיין געגענט האט געוואוינט א מיליאנער וואס האט זיך גענומען דאס לעבן ווייל גארנישט האט אים נישט געפעלט, און ער האט נישט געהאט פארוואס צו אויפשטיין מער!

די סטאטיסטיק איז, אז אין די מערב וועלט לענדער איז דא סאך מער זעלבסטמארדן ווי אין די דריטע וועלט לענדער, זאגען די חוקרים, אז די סיבה איז, אין די דריטע וועלט לענדער איז טאקע נישט דא מיט וואס צו לעבן, אבער אין די מערב וועלט לענדער איז נישט דא פארוואס צו לעבן!.

נאר ווען דער אייבערשטער העלפט, און מ'איז זוכה צו זיך מייאש זיין באמת, דעמאלס קען מען אנפאנגען צו לעבן ווי א נארמאלע מענטש מיט א שמחת החיים! ווען איינער וועט אנפאנגען צו ציילען וויפיל מצוות ער נעמט צוזאם במשך דעם טאג, וועט ער דאך שטראלען פון גליק, און אנפאנגען צו פיילען אינס אויפן צווייטען, אויב דאווענען מיינט זיין א עובד השם, איז יעדן טאג א דיזעסטער, אבער אויב ער גייט שוין ממילא גארנישט אויסוואקסען כנראה, אין די גלגול, דעמאלס ווערט ער פריילעך פון יעדע ווארט וואס ער האט געהאט א זכי' ארויס צו זאגען מיט זיין מויל, און כש"כ אויב האט ער אינזינען געהאט פירוש המילות.

וואס א גליק איז א יוד זוכה אז ער מאכט איין ברכה נאכן צווייטען טעגליך אין יעדע צעד ושעל פון זיין טאג, ער האט א זכי' צו קלויבן נצח נצחים מינוטלעך! איי וויאזוי זעהט אויס דיין ברכות? קאם אן! הער אויף דאס בין איך, א שאד די צייט צו וועלן עפעס בעסערס, ס'איז גענדיגט מיט מיך בויען! יעצט קען מען רעדן פון קעש נאך א מצוה און נאך א מצוה.

אויב איינער וויל זיין א ערליכע יוד, איז גיין אין גאס א נושא וואס מ'דארף נאך אמאל ארבעטען אויף דעם, אבער אויב איז ער מיואש, מאכט ער א פשוטע חשבון, כ'האב יעצט פינעף מינוט צו גיין אין גאס, איך קען מרויח זיין א מצות לא תעשה אויף יעדע פרוי וואס גייט דורך און איך קוק איר נישט אן, א גוט געשעפט, וואס איז יעצט א חילוק וועלכע פילטער איך האב?

איך ווייס שוין ווילאנג מיינע קביעת עיתים האלט אן, ס'זעהט מיר נישט אויס אז איך וועל אזוי שנעל קענען מסדר זיין אז איך זאל האבן א שיעור ביינאכט, אקעי יעצט האב איך 5 מינוט, איך קען יעצט לערנען איין משנה. אויב האלט ער שוין נאך יאוש וועט ער זיך צו כאפען דערצו, ווייל ממילא וועט ער שוין קיין געהעריגע שיעור נישט האבן..

אזוי צוביסלעך ווערט דער מענטש א עניו און א מכיר את מקומו, און א יוד וואס איז רודף אחר המצוות, ששכר מצוה מצוה, און איין מצוה ברענגט דעם צווייטען, און דער יוד פאנגט אן צו ווערן פריילעך און צופרידען אויף יעדע מינוט וואס ער לעבט אויף די וועלט און ער איז זוכה איר צו פאראייביגען אויף נצח נצחים, דורך קליינע מצוה'לעך שהאדם דש עליהם בעקביו!

רבי האנטעך איר זאגט זייער גוט, מען קען דאס זען אויפן אומגעדילדיגקייט פונעם עולם.
Keep it coming..
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8096
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

רבי האנטעך, איך דארף אייך זאגן אז איר זענט גוט?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

ענדע צדיק! האט געשריבן:רבי האנטעך, איך דארף אייך זאגן אז איר זענט גוט?

ענדע צדיק, אינעם נעקסטען "מי" מנוחות מאך זיכער אז עס איז דא א "האנטעך" אפטיילונג
אוועטאר
מזויף מתוכו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
לאקאציע: דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזויף מתוכו »

Wow!

יעדעס ווארט גינגאלד! געשעפט הויפענעס פון חיזוק..

רבותי מ׳דארף איינטוישן די האנטוכער אין די ישיבות וועט די פארלאנג פאר פסיכאלאגן נישט זיין אזוי גרויס.

בד׳וו די פשט אויף אין שום ייאוש בעולם כלל איז די ווארד אויף די וויק!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

האנטעך איר זענט מתוק, אבער לאמיר אייך פרעגן איר זאגט דאך אליינס אז מען ההאלט און אין איין געוואר ווערן דוריכן לעבן די דימיונות און ס'פלאצט ווי א באבל , נו דאס איז טאקע די ארבעט צו איינזעהן די דמיון שבו ,שטעלט זיך די שאלה וויזוי זעהט מען עס איין ? דאס איז טאקע די ארבעט פון די פסיכאלאגן
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ווען גייט מען ווייטער רבי?
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

שיעורים ביז אהער (1).
אטעטשמענטס
שמחת חיים 1.pdf
(237.87 KiB) געווארן דאונלאודעד 406 מאל
לעצט פארראכטן דורך האנטעך אום דינסטאג יוני 21, 2016 9:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

נאכנישט געווען קיין פי די עף אויף די גאנצע ביז יעצט (2).
אטעטשמענטס
שמחת חיים 2.pdf
(194.13 KiB) געווארן דאונלאודעד 420 מאל
לעצט פארראכטן דורך האנטעך אום דינסטאג יוני 21, 2016 9:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

wow!!!
זעהט אויס גיטע סחורה
וועל מיר עס דארפען א דורך לערנען / ליינען

א גרויסען שכח
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”