פדיון שבויים - הרה"ח ר' מרדכי יצחק בן פייגא יהודית

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הגאון
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:11 am

פדיון שבויים - הרה"ח ר' מרדכי יצחק בן פייגא יהודית

תגובהדורך הגאון » מיטוואך מאי 11, 2016 9:59 pm

באקומען אין אימעיל:


אידישע ברודער,

מיין טאטע ר' מרדכי יצחק בן פיגא יהודית איז איינגעזעצט געווארן אין תפיסה פאר מער פון 15 יאר צוריק. פראביר א מינוט, -אויב ס'איז בכלל מעגליך- זיך אריינצולייגן אין אונזער מצב. פופצען יאר אן א טאטע ביים סדר טיש! פופצען יאר פארפאסן אייגענע משפחה שמחות פון קינדער און אייניקלעך! נישט קיין ברית'ן, בר מצוות, חתונות, שבע ברכות!!! פופצען יאר דורך גיין יסורים טאג טעגליך וואס איז נישט מעגליך מסביר צו זיין!.

חז"ל זאגן הכסף יענה את הכל, מיט געלט קען מען אסאך אויפטוהן, צום ביישפיל מ'האט זיך לעצטענס אריינגעלייגט אז מען זאל קענען באקומען א קלעמענסי, וואס דאס דורכצופירן (Lobbyist), ציהט אריין אין שווערע טויזענטער דאללארן (וואס די עיקר השתדלות און הצלחה ווענדט זיך וויפיל געלט ס'איז דא) א.א.וו.

יעדער איד ווייסט די גרויסקייט פון צדקה, אבער אויף מצות פדיון שבויים וואס די שורש איז מצות צדקה, זאגן אונז חז"ל "מצוה רבה היא" ס'איז זייער א גרויסע מצוה!!! (בבא בתרא ט:), און דער רמב"ם דרוקט זיך אויס " ס'איז נישט דא נאך אזא גרויסע מצוה ווי פדיון שבויים" (רמב"ם, הלכות מתנות עניים, פרק ח, הלכה י). ביטע עפן דיין יודיש הארץ, העלף מיר, מיט מיין משפחה, און נעם א חלק אין די גרויסע מצוה פון פדיון שבויים, און די זכות פון העלפן א יוד ארויסגיין אויף דער פריי, וועט זיכער דער אייבישטער באפרייען גאנץ כלל ישראל,אמן!


פאר מער אינפארמאציע און גרעסערע נדבות פארבינט זיך מיט מיר אויף sametdonation@gmail.com

דיין פריינט
שלמה סאמעט

נ.ב. ביטע העלף מיר פארשפרייטן דעם מעסעדזש – דו קענסט גרינגערהייט האבן א זכות, מיט יעדע דאללער וואס דו העלפסט אריינברענגען.

--------------------------------------


Fellow Yid,

My father,RebMordcheYitzchok ben FaigaYides has been imprisoned more than fifteen years ago. Take a moment, andtry, if at all possible, to imagine what it must be like for me and for my entire family. Fifteen years no father at the Seder table. Fifteen years of missing out on children and grandchildren’s milestones and simchas. No Bar Mitzvhas, Brisin, weddings or ShevaBrachos.

The askanim involved are trying many avenues to help my family,after all these years, reunite with our father.Yet there is much more that can be done with additional funding. Specifically, the recent efforts we have taken to lobby on behalf of clemency. The amount of hishtadlus and success is dependent on the number of dollars we can raise, and we need tens of thousands of dollars just to get started.

While we all understand the greatness of tzedaka, the Rambam tells us, “There is no greater mitzvah than PidyonShevuyim.” (HilchosMatanosEvyonim 8:10)Please help me and my family pull through these difficult times. Visit my gofundme page to have a part in this great mitzvah.



For additional information and for larger donations please contact me at
sametdonation@gmail.com


Your Friend
ShlomeSamet

P.S. To get a free mitzvah please forward this message – you can gain a zechus for every dollar you help raise

נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך מאי 11, 2016 10:07 pm

ותקרא לשבויים דרור ולאסורים פקח קוח!
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

תגובהדורך יונהלע » זונטאג מאי 15, 2016 3:28 pm

זעהט אויס אז א מקוה אין פולין איז וויכטיגער ווי פדיון שבוים...
דא איז כמעט קיינער נישטא צוהעלפן
אינטערסאנט ווייל לויט שלחן ערוך דארף מען אפילו פארקויפען א ספר תורה פאר אזא צוועק,
רבותי ריפסט ענק אן ווארעם

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג מאי 15, 2016 3:41 pm

א גאו פאנד מי אקאונט אן קיין פעקל געבלאזענע מופתים איז היינט גארנישט ווערט.
נעמט א שרייבערל, הייסט אים באקן א פינעף זעקס מופתים, עפנט נאך א ניק עס צו באשטעטיגן און וואולא עולם גולם גייט גיסן געלט

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג מאי 15, 2016 4:04 pm

@ געלעגער, מען דארף נישט באקען קיין מעשות, איך ווייס ערשטהאנטיג צוויי אמת׳ע מעשות.

א איד האט זיך ל״ע געמיטשעט מיט א טאכטער, ער האט זי אסאך אויסגערעדט פאר׳ן מנהל בית רחל אש״ק, וואס איז אגב איז גאר א גרויסע עסקן פאר די משפחה,

איין טאג זאגט אים ר אלי שלמה, דו ווייסט דאך איך נעם צוזאם געלט פאר די משפחה, און מענטשן זעען דא אפאנע מותפים ווען זיי שטיצען השי״ת קינדער, ווארף אריין דא אפאר דאלער און השי״ת וועט העלפן.

יענער האט נישט געטראכט קיין צוויי און געגעבן אויפן פלאטץ 500 דאלער, ער האט תיכף אנגעהויבן צו זעען א שטארקע שינו, ביז צוויי וואכען האט ער געגעבן נאך 500 דאלער, היינט איז זיין טאכטער א אויסגעייכענטע בגשם וברוח.

צווייטע מעשה, אין קר״י איז דא עסן געשעפטסמאן דער אייגענוטמער מיטען נאמען **** (געהיטען אין פריוואט) ער האט זיך גאר שטארק געמיטשעט מיט די העלט דעפארטמענט, איין טאג זאגט אים חב״ג (גרויסע עסקן) אז ער זאל פראבירען צו ניצען די סגולה וואס צענדליגער אידן אין קר״י האבן שוין געניצט און געזען אפאנע ישועות, און ער זאל געבן געלט פאר השי״ת קינדער,

אומר ועושה ער האט געגעבן 1000 דאלער ביז א וואס באקימט ער א בריוו אז די קעיס קעגן אים איז געשלאסען.

אידן, אין קר״י ווארפט זיך ישיעות, מען דארף נישט פארען ביז פוילן אדער ביז ירושלים צו זעען א ישיעה, געטס די געלט דא אין שטאט און איר זענט א געהאלפאנער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג מאי 15, 2016 4:11 pm

פיין. נאך צוויי דריי אזאנע און די זאך איז אויף גוטע רעלסן

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » זונטאג מאי 15, 2016 4:17 pm

סאיז ברור כשמש אז סאיז אסאך א גרעסערע זכות ארויסציהעלפן דעים יוד ווי צו בויען און מגלעניץ'א מקוה וואס'קיינער'גייט נישט ניצן

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » זונטאג מאי 15, 2016 5:01 pm

געלעגער האט געשריבן:פיין. נאך צוויי דריי אזאנע און די זאך איז אויף גוטע רעלסן

חחח האסט מיך ארויסגעווארפן פון געלעגער....

רבותי ר' ... גיבט 1000 דאללער
ר' .... גיבט ח"י מאל ח"י הונדערט דאללער, ס'זאל זיי זיין צו זכות.

ווייטער, ווער איז נעקסט??

שוין צייט ער זאל באפרייט ווערן, דאס וועט זיין דער גרעסטער מופת!
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

תגובהדורך איד'ל מיטן פידל » זונטאג מאי 15, 2016 8:32 pm

מחותן האט געשריבן:@ געלעגער, מען דארף נישט באקען קיין מעשות, איך ווייס ערשטהאנטיג צוויי אמת׳ע מעשות.

א איד האט זיך ל״ע געמיטשעט מיט א טאכטער, ער האט זי אסאך אויסגערעדט פאר׳ן מנהל בית רחל אש״ק, וואס איז אגב איז גאר א גרויסע עסקן פאר די משפחה,

איין טאג זאגט אים ר אלי שלמה, דו ווייסט דאך איך נעם צוזאם געלט פאר די משפחה, און מענטשן זעען דא אפאנע מותפים ווען זיי שטיצען השי״ת קינדער, ווארף אריין דא אפאר דאלער און השי״ת וועט העלפן.

יענער האט נישט געטראכט קיין צוויי און געגעבן אויפן פלאטץ 500 דאלער, ער האט תיכף אנגעהויבן צו זעען א שטארקע שינו, ביז צוויי וואכען האט ער געגעבן נאך 500 דאלער, היינט איז זיין טאכטער א אויסגעייכענטע בגשם וברוח.

צווייטע מעשה, אין קר״י איז דא עסן געשעפטסמאן דער אייגענוטמער מיטען נאמען **** (געהיטען אין פריוואט) ער האט זיך גאר שטארק געמיטשעט מיט די העלט דעפארטמענט, איין טאג זאגט אים חב״ג (גרויסע עסקן) אז ער זאל פראבירען צו ניצען די סגולה וואס צענדליגער אידן אין קר״י האבן שוין געניצט און געזען אפאנע ישועות, און ער זאל געבן געלט פאר השי״ת קינדער,

אומר ועושה ער האט געגעבן 1000 דאלער ביז א וואס באקימט ער א בריוו אז די קעיס קעגן אים איז געשלאסען.

אידן, אין קר״י ווארפט זיך ישיעות, מען דארף נישט פארען ביז פוילן אדער ביז ירושלים צו זעען א ישיעה, געטס די געלט דא אין שטאט און איר זענט א געהאלפאנער


א דריטע מעשה וואס כ'האב לעצטענס געהערט איבער א ווייבל וואס ארבעט אין סקול האט געוואלט אויפגעבן איר פאסטן און ר' אלי' שלמה האט איר געבעטן ברחמים צו בלייבן אבער אן ערפאלג, די ווייבל האלט שוין א שיין ביסל יאר נאך די חתונה אבער נאך ליידער נישט זוכה געווען צו זש''ק, ר' אלי' שלמה רופט איר אן נאכאמאל בעטן און ער זאגט איר צו אז אין זכות פון רביה''ק וואס האט צוגעזאגט צו שטיין פאר די וואס טוען פאר זיינע מוסדות, וועט זי בלי ספק געהאלפן ווערן

זי איז געבליבן און ווייניגער ווי א יאר דערויף איז געווען א מזל טוב

אהבת קדומים
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2016 1:51 am

תגובהדורך אהבת קדומים » זונטאג מאי 15, 2016 8:36 pm

א איד פארציילט מיר היינט ער האט געהאט צו טון מיט א גוי א פריץ, ער איז געגאנגען וויינען צו ר׳ אלי׳ שלמה, ער האט אים געגעבן א קמיע און דעם נעקסטן טאג האט מען אים געטראפן הענגען פון דאך.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » זונטאג מאי 15, 2016 8:38 pm

איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:@ געלעגער, מען דארף נישט באקען קיין מעשות, איך ווייס ערשטהאנטיג צוויי אמת׳ע מעשות.

א איד האט זיך ל״ע געמיטשעט מיט א טאכטער, ער האט זי אסאך אויסגערעדט פאר׳ן מנהל בית רחל אש״ק, וואס איז אגב איז גאר א גרויסע עסקן פאר די משפחה,

איין טאג זאגט אים ר אלי שלמה, דו ווייסט דאך איך נעם צוזאם געלט פאר די משפחה, און מענטשן זעען דא אפאנע מותפים ווען זיי שטיצען השי״ת קינדער, ווארף אריין דא אפאר דאלער און השי״ת וועט העלפן.

יענער האט נישט געטראכט קיין צוויי און געגעבן אויפן פלאטץ 500 דאלער, ער האט תיכף אנגעהויבן צו זעען א שטארקע שינו, ביז צוויי וואכען האט ער געגעבן נאך 500 דאלער, היינט איז זיין טאכטער א אויסגעייכענטע בגשם וברוח.

צווייטע מעשה, אין קר״י איז דא עסן געשעפטסמאן דער אייגענוטמער מיטען נאמען **** (געהיטען אין פריוואט) ער האט זיך גאר שטארק געמיטשעט מיט די העלט דעפארטמענט, איין טאג זאגט אים חב״ג (גרויסע עסקן) אז ער זאל פראבירען צו ניצען די סגולה וואס צענדליגער אידן אין קר״י האבן שוין געניצט און געזען אפאנע ישועות, און ער זאל געבן געלט פאר השי״ת קינדער,

אומר ועושה ער האט געגעבן 1000 דאלער ביז א וואס באקימט ער א בריוו אז די קעיס קעגן אים איז געשלאסען.

אידן, אין קר״י ווארפט זיך ישיעות, מען דארף נישט פארען ביז פוילן אדער ביז ירושלים צו זעען א ישיעה, געטס די געלט דא אין שטאט און איר זענט א געהאלפאנער


א דריטע מעשה וואס כ'האב לעצטענס געהערט איבער א ווייבל וואס ארבעט אין סקול האט געוואלט אויפגעבן איר פאסטן און ר' אלי' שלמה האט איר געבעטן ברחמים צו בלייבן אבער אן ערפאלג, די ווייבל האלט שוין א שיין ביסל יאר נאך די חתונה אבער נאך ליידער נישט זוכה געווען צו זש''ק, ר' אלי' שלמה רופט איר אן נאכאמאל בעטן און ער זאגט איר צו אז אין זכות פון רביה''ק וואס האט צוגעזאגט צו שטיין פאר די וואס טוען פאר זיינע מוסדות, וועט זי בלי ספק געהאלפן ווערן

זי איז געבליבן און ווייניגער ווי א יאר דערויף איז געווען א מזל טוב

איך בין שוין אינגאנצן צומישט, ווער איז דער מירעקל מעיקער ? אש"ק, אדער די משפחה ?
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » זונטאג מאי 15, 2016 8:40 pm

אהבת קדומים האט געשריבן:א איד פארציילט מיר היינט ער האט געהאט צו טון מיט א גוי א פריץ, ער איז געגאנגען וויינען צו ר׳ אלי׳ שלמה, ער האט אים געגעבן א קמיע און דעם נעקסטן טאג האט מען אים געטראפן הענגען פון דאך.

;l;p-
איך שעם מיך צו לאכן אין אזא אשכול, אבער וואס זאל איך טון אז דא האט ער עס געשריבן.
לעצט פאראכטן דורך מושך חסד אום זונטאג מאי 15, 2016 8:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

תגובהדורך איד'ל מיטן פידל » זונטאג מאי 15, 2016 8:41 pm

נישט אש''ק און נישט די משפחה..

זכות מצוות פדיון שבוים און זכות רביה''ק מסאטמאר זי''ע

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג מאי 15, 2016 8:49 pm

ציפעדיגע שאלה איז געפרעגט געווארן דא.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » זונטאג מאי 15, 2016 9:00 pm

אויב איז אמת וואס ער שרייבט אז געלט קען העלפן רעדוצירן זיינע טאג און יארן אין תפיסה, איז א חיוב פאר יעדע איד צו געבן,
עס איז נישט דא קיין גרעסערע צדקה ווי דעם

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » זונטאג מאי 15, 2016 9:19 pm

שמן זית האט געשריבן:אויב איז אמת וואס ער שרייבט אז געלט קען העלפן רעדוצירן זיינע טאג און יארן אין תפיסה, איז א חיוב פאר יעדע איד צו געבן,
עס איז נישט דא קיין גרעסערע צדקה ווי דעם

אפילו מען זיעט נישט קיין שום מופתים,פשוט נאר ווייל דאס איז דער רצון השם
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
הגאון
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:11 am

תגובהדורך הגאון » זונטאג מאי 15, 2016 11:16 pm

איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:
א דריטע מעשה וואס כ'האב לעצטענס געהערט איבער א ווייבל וואס ארבעט אין סקול האט געוואלט אויפגעבן איר פאסטן און ר' אלי' שלמה האט איר געבעטן ברחמים צו בלייבן אבער אן ערפאלג, די ווייבל האלט שוין א שיין ביסל יאר נאך די חתונה אבער נאך ליידער נישט זוכה געווען צו זש''ק, ר' אלי' שלמה רופט איר אן נאכאמאל בעטן און ער זאגט איר צו אז אין זכות פון רביה''ק וואס האט צוגעזאגט צו שטיין פאר די וואס טוען פאר זיינע מוסדות, וועט זי בלי ספק געהאלפן ווערן

זי איז געבליבן און ווייניגער ווי א יאר דערויף איז געווען א מזל טוב


די מעשה איז 100% קראנט, איך בין פערזענדליך באקאנט מיט די פרטים, זי איז א גאר געלונגענע פרינציפאל, און געהאט א קינד 8 יאר נאך די חתונה.

אבער נישט דאס איז די נושא יעצט, דער עיקר רבותי רופט אייך אן ווארעם צום פדיון שבויים קאמפיין!

https://www.gofundme.com/pidyanshvuim-samet
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג מאי 16, 2016 2:25 pm

זכיתי להשתתף במצוות פדיון שבויים,
המקום ירחם עליהם....
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
י. ירושלמי
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 5:20 pm
לאקאציע: אין ירושלים ד'אמעריקע

תגובהדורך י. ירושלמי » מאנטאג מאי 16, 2016 4:39 pm

שיין משתתף געווען.

עס קען טאקע אויפטהון דאס וואס דער זון ארבעט ?
אז יא, ווי זענען געווען אלע עסקנים ביז היינט ???

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » מיטוואך מאי 18, 2016 12:32 pm

לויט ווי איך הער איז עס א זון וואס פרובירט וואס מעגליך

אבער עסקנים זעען נישט קיין גרויסע האפענונגען

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:10 am

ווייסע זאקן האט געשריבן:לויט ווי איך הער איז עס א זון וואס פרובירט וואס מעגליך

אבער עסקנים זעען נישט קיין גרויסע האפענונגען



כאשר רואה בת פרעה את התבה שולחת את ידה לעבר התבה כדי למשותה מהמים. מעיר החפץ חיים הרי המרחק בינה ובין התבה היה רחוק ולא היה שום סיכוי שתגיע אליה ומדוע הושיטה את היד?
אלא בת פרעה השתדלה להשיג את התבה.
היא ידעה שהתבה רחוקה אך השתדלה להשיגה ואז התחולל נס וידה התארכה והגיעה לתבה, או ששפחתה הצליחה להביא את התבה אליה.
מכאן, אומר החפץ חיים, עלינו לעשות את כל ההשתדלות הדרושה ורק לאחר שלא ניתן להשיג את המטרה על אף ההשתדלות הדרושה מופיע הנס בכל הדרו.
על האדם להשתדל רק
עד מקום שידו מגעת ואת השאר יעשה הקב״ה.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:32 pm


אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » דינסטאג מאי 08, 2018 12:51 pm

טייערע אידן!

מארגן גייט מען וואויטען פאר א ביל וואס קען בעז''ה העלפן אידן ארויסקומען שנעלער פון תפיסה.

די וואויט פון אונזער קאנגרעסמאן נעדלער איז שטארק וויכטיג אז די ביל זאל דורכגיין, ער באקומט פרעשור פון אלע זייטן, ער איז זייער שאקעלדיג,

אחב''י עס איז אן איינמאליגע געלעגענהייט אין פדיון שבויים,

רופט אריין קאנגרעסמאן נעדלער, אין פארלאנגט פון אים ער זאל וואויטען 'יא' פארן ביל,

רופט אים אין וואשינגטאן 202-225-5635 אויב איז דארט איבערגעפילט די ליין רופט אים אין ברוקלין 718-373-3198

מער פרטים קען מען הערן אויף קול מבשר 113 פון שמעון ראלניצקי מיט גערי אפעל אין משה מארגערעטען.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג מאי 08, 2018 12:58 pm

שרייב אביסל מער וואס פונקטליך מען זאל פארלאנגען ווען מ'ריפט.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » דינסטאג מאי 08, 2018 1:20 pm

מאנסי שטופער האט געשריבן:טייערע אידן!

מארגן גייט מען וואויטען פאר א ביל וואס קען בעז''ה העלפן אידן ארויסקומען שנעלער פון תפיסה.

די וואויט פון אונזער קאנגרעסמאן נעדלער איז שטארק וויכטיג אז די ביל זאל דורכגיין, ער באקומט פרעשור פון אלע זייטן, ער איז זייער שאקעלדיג,

אחב''י עס איז אן איינמאליגע געלעגענהייט אין פדיון שבויים,

רופט אריין קאנגרעסמאן נעדלער, אין פארלאנגט פון אים ער זאל וואויטען 'יא' פארן ביל,

רופט אים אין וואשינגטאן 202-225-5635 אויב איז דארט איבערגעפילט די ליין רופט אים אין ברוקלין 718-373-3198

מער פרטים קען מען הערן אויף קול מבשר 113 פון שמעון ראלניצקי מיט גערי אפעל אין משה מארגערעטען.


אפשר מאכן א נייע אימערשענסי אשכול


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מיגו און 39 געסט