גיסן בליי פאר עין הרע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
טריסקער האט געשריבן:@דער עולם כ'וואלט דיר געראטן למען שמך הטוב צוריקצוגיין צום חתן אשכול.
ס'דא א גבול וויפיל מ'קען האקן אין יענעמ'ס קאפ, אז דו האסט נישט ווי צו האקן האק נישט דא, ס'דא א ספעציעלע אשכול פארדעם.
א איד מאכט פרנסה און דיר שטערט עס!! פיין!! גיי נישט צו אים!!!! ווער האט דיר געבעטן רעדן קעגן אים!!! דו ביסט געגאנגן אין קאלידזש זיך אויסלערנען צו האקן קעגן אלס און אלעמען????? ער איז שוין א רויבער געווארן! דו ביסט אויך אזא רויבער פונקט ווי אים!! דו רויבסט די ביסל רואיגקייט וואס איז נאך איבערגעבליבן אינעם וועלטל!! הער אויף!!!
שרייב שרייב, נאך אביסל וועסטו זיך זעהן מיט א שיינע פאר רינגלעך.
#אינאף מיט די קריטיקירער'ס
(כ'מיין אז מיט דאס קען מען דיר אפשר דן זיין לכף זכות)
יעצט @דער עולם גאו עהעד, האק (אויף דיין אייגענע אחריות).
עס איז דא א גבול וויפל מען קען ברויבן.
און אויב ער ברויבט מענטשן מעג מען אויפקלערן מענטשן, יא.
האיש עולם קטן
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
דער עולם האט געשריבן:נודה לך האט געשריבן:פון וואו ווייסטו אזוי גוט ווער סאיז א פשוטע רויבער און ווער סווייסט יא וויאזוי עס צו מאכן?
דער וואס האט א צעטל פון רבנים אז ער קען, דער קען.
נאך גוט אז דו האסט נישט געשריבן די לעצטע שורה ביי פתיחת האשכול, 90 פערצענט פון די נאכפאלגענדע דיסקוסיע וואלט ווען נישט געשעהן.
בערקע, ס'האט אונזער הכשר
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי

נו גילוי, מיין מאמע וועט וויסן ווער איך בין
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
אז מ'רעדט שוין פון עין הרע
לויט וויפיל איך ווייס איז די גיסן בליי, נישט קיין עין הרע רימאווער, דאס איז נאר א טעסט צו זעהן אויב עס איז פארהאן א עין הרע אויפן בר-נש
די עין הרע ווערט אראפגענומען מיט זאגן א געוויסע לחש פונעם הייליגן חידא, דאס איז עפעס וואס יעדער קען טוהן, איך זאג אסאך מאל די לחש (רוב מאל ווען די ווייב פגר'ט גענוג שטארק), און ס'איז דא צייטן וואס מ'קען תיכף זעהן א חילוק....
הגם איך בין נישט קיין שטארקע מאמין אין איינארע'ס, און אין פאקט האב איך גאנץ קנאפ געדולד עס צו זאגן, אבער מ'קען עס נישט אינגאנצן אוועקמאכן, נאר וואס דען, מ'דארף נישט באצאלן קיין תבין ותקילין פאר א פארפעשענאל בליי גיסער, געווענליך איז גענוג צו זאגן די לחש

בערקא האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון עין הרע

אפשר לייג דא ארויף דעם לחש?
אגב, אין עין הרע איז נישט שייך יא גלייבן צו נישט, סאיז א פאקט וואס די גמ' זאגט אז רוב מענטשן שטארבען פון דעם, און אינדערהיים האבן אלע נזהר געווען בענין זה, און ביז היינט זאגסטי אליין אז די האסט 22 קינדער בלי עין הרע... און דער וועלט האט א טעותת און מיינט אז מאן דלא קפיד לא קפיד, אבער סאיז נישט ריכטיג ווייל דאס שטייט נאר אויף זוגות אז מאן דקפיד קען איהם שאטן, אבער עיה"ר איז נישט קיין חילוק צו דו ביסט מקפיד צו נישט.
בערקא האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון עין הרע
לויט וויפיל איך ווייס איז די גיסן בליי, נישט קיין עין הרע רימאווער, דאס איז נאר א טעסט צו זעהן אויב עס איז פארהאן א עין הרע אויפן בר-נש
מוז איך דיר זאגן אז די ווייסט נישט גוט
אין צמח צדק (ליובאוויטש) געדענק איך נישט יעצט אויסענווייניג וועלכע סימן, שרייבט ער אז גיסן בליי איז א סגולה בדוקה, וואס דעריבער מעג מען גיסן בליי אפי' שב"ק, אויף אראפ צו נעמען א עין הרע
נישט חלילה איך גיי דא מתיר זיין גיסן בליי שב"ק וואס רוב רבנים האבן נישט מתיר געווען, אבער יא אויף ארויס צו ברענגען, אז גיסן בליי נעמט אראפ דעם עין הרע
איך קען אפאר וואס גיסן בליי, און קען דעם פראצעדור
מ'גיסט דעם בליי, און מען זאגט א געוויסן לחש (נישט לחש החיד"א) און דערמאנט דעם נאמען פונעם באטרעפנדער, דערביי קומט ארויס צורות פון אויגן א.ד.ג, וואס לויט דעם קען מען וויסן בערך ווי שטארק דער עין הרע איז, און פון וואס דאס קומט בערך, דערצו קען מען אויך צומאל זעהן צו ס'איז א געזונט פראבלעם
אויב איז דאס נאר א עין הרע, דעמאלט'ס גיסט מען אזוי לאנג, ביז די בליי פלאץ אויף און רייסט אויף (ווי א קליינע באמבע, און צומאל ווי א גרעסערע) וואס דערמיט ווערט דער עין הרע אינגאנצן אראפ גענומען, און דערנאך אויב גיסט מען נאכאמאל בליי, ווערט דאס סתם ווי א פלאכע בלעך
נאר אמאל אז ס'גייט שווער, זאגט מען אויך דעם לחש החיד"א (וואס גראדע הרה"ק רבי יהודה'לע דזיקוב'ער איז געווען דער וואס האט שטארק מפרסם געווען דעם לחש בעולם), וואס העלפט ארויס נאכדעם אז דאס בליי גיסן גייט גרינגער
העי, דו מעגסט שוין וויסן אז היינט זענען די קומפיוטערס תלמידי חכמים
איר צייכנט צו א צמח צדק ליובאוויטש
ווערט נישט דערמאנט דארט 'עין הרע' נאר עפעס אנדערש!!:

שו"ת צמח צדק (לובאוויטש) אורח חיים סימן לח
נשאלתי על חולה המסוכן מאד שנסתכן פתאום ורבים אומרים שהוא מתולעים אי שרי לעשות לו סגולה שקורין אוש גיסין עופרת שיש בזה מלאכה גמורה וחיוב חטאת כמ"ש הרמב"ם והביאו המג"א סי' שי"ח המתיך א' מכל מיני מתכות כו' והאיש היוצק העופרת אומר שריפא ושנה ושילש לחולי תולעים:
תשובת הצ"צ סימן ל"ח.
אבער סאיז דא אנדערע פוסקים וואס רעדן וועגן דעם און צייכענען יא צו עיה"ר, כ'געדענק נישט אויפן מינוט ווער, רי"מ רייזמאן האט געהאט א גאנצע שיעור דערוועגן, אפשר וועל איך עס באלד טרעפן.

- אטעטשמענטס
-
- צמח צדק עמוד 1078.pdf
- (167.42 KiB) געווארן דאונלאודעד 98 מאל
איך האב צוגעברענגט דעם צ"צ נאר אויף ארויסצוברענגען אז ס'איז נישט קיין טעסט
נאר א סגולה בדוקה
אויף עין הרע איז נישט דער צ"צ דער מקור, אבער ס'דא פילע מקורות (האב איך נישט יעצט ביי די האנט, מיט בערך 8 יאר צוריק בין איך געווען שטארק אריין געלייגט אין דעם, און געהאלפן פילע אידן דערמיט, האב איך דעמאלט'ס אוועק געלייגט פארשידענע מקורות פאר דעם, אבער יעצט גיי זיך דאס אויף, נאכ'ן שוין מאפן אפאר מאל צווישן)

קמח האט געשריבן:איך האב צוגעברענגט דעם צ"צ נאר אויף ארויסצוברענגען אז ס'איז נישט קיין טעסט
נאר א סגולה בדוקה
אויף עין הרע איז נישט דער צ"צ דער מקור, אבער ס'דא פילע מקורות (האב איך נישט יעצט ביי די האנט, מיט בערך 8 יאר צוריק בין איך געווען שטארק אריין געלייגט אין דעם, און געהאלפן פילע אידן דערמיט, האב איך דעמאלט'ס אוועק געלייגט פארשידענע מקורות פאר דעם, אבער יעצט גיי זיך דאס אויף, נאכ'ן שוין מאפן אפאר מאל צווישן)
איך וועל מחזק זיין זיינע ווערטער מיט א מעשה בדידי הוה עובדא לעצטע וואך, (איר קענט אלע לאכן פון היינט ביז מארגן... )
מיין טאכטער 2 אהאלב יאר, שוין וואכן לאנג וועקט זיך אויף כאטש איינמאל א נאכט מיט בכיות און זעקות, א מעשה פון עפ"י אוב אהאלבע שעה און אמאל ביז א שעה, איך ווייס נישט צו פחדים צו וואס, פשוט ווי משיגע וויל נישט הערן פון גארניש נאר שרייען און שטויסן, (בייטאג איז זי א רוהיגע זיסע מיידל), לעצטנס איז עס געווארן ערגער און ס'געווארן א סיסטעם פון צווישן 2 צו 3 מאל א נאכט, יעדע נאכט בלי יוצא מן הכלל!
נאך אפאר נעכט פון שלאפן ווייניג צוהאקטע שעות וועגן דעם האב איך געטראכט צו פראבירן ביי א אשה זקינה אין י-ם וואס האט בקבלה פון אירע עלטערן שוין דורות צו אפשפרעכן מיט בליי, זי האט גענומען די נאמען און געשפראכען וכו' (און געזאגט אז סאיז געווען א געוואלד אויגן וכו'), סאיז שוין אריבער א גאנצע וואך, און זייט דעמאלס האט זי זיך נישט אויף געוועקט אפילו נישט איינמאל!!!
יא דמיונות נישט דמיונות, פאקט איז פאקט, געווארן א נייע מענטש אפילו בייטאג! כל שכן ביינאכט!!!