איך וועל מיך בעיקר באציען צי שאלה נומער 3
לעווי האט געשריבן:3)פארוואס האט מען געטוישט די מנהג הקריאה פון דריי יאר אויף איין יאר אין חוץ לארץ און אזוי אויך שפעטער אין ארץ ישראל? און ווען איז דער טויש געווארן?
עס איז דא א הערליך ווערק פונעם חקרן 'אברהם יערי' עס הייסט 'תולדות חג שמחת תורה'. דער גאנצער חיבור איז געשטעלט אויף אלע ענינים און מנהגים וועגען שמחת תורה, אנפאנגעדיג פון ווען איז נולד געווארען דער יו"ט, ווען האט מען אנגעפאנגען צי רופען דעם יו"ט בשם 'שמחת תורה'. די אלע מנהגים פון די קריאה פון יענעם טאג. וזאת הברכה, בראשית, מפטיר, ווען איז נולד געווארען דער גאנצע מנהג פון חתנים. ווען האט זיך אנגעפאנגען דער מנהג פון יעדען אויפריפען פאר אן עליה, די פארשידענע מנהגים בעניני שמחה וואס מעפראוועט יענעם טאג...וכו'.. וכו'
עס איז א וואונדערבארער ארבייט.
דער ערשטע פרק פונעם ספר הייסט 'ראשיתו של חג שמחת תורה בבבל'
אונעם אריינפיר צום פרק שרייבט ער,
דער חג שמחת-תורה וואס מעהלט און א"י ביום שמיני פון סוכות, און און חוץ לארץ האלט מען ביום תשיעי ספק שמיני, איז א יו"ט וואס איז נולד געווארען און בבל.
און א"י איז בכלל נישט געווען דער יו"ט, און עס האט זיך ערשט אנגעפאנגען סוף תקופת הגאונים. ווען מעזאגט 'בכלל נישט געווען דער יו"ט' מיינט מען דער יו"ט פון מסיים וזאת הברכה. און בבל האט מען מסיים געווען די תורה איעדעס יאהר, האט מען געקענט באשטימען א ספעציעלען טאג פאר דעם סיום איז דער לעצטע טאג סוכות/שמיני עצרת געווען געווידמעט פאר דעם יו"ט
אן א"י האט מען מסיים געווען איינמאל און 3 יאהר, און און מאנכע קהילות האט מען מסיים געווען איינמאל און 3 און 1/2 יאהר, האט מען נישט געקענט באשטימען א ספעציעלען טאג וואס יעדער וועט פייערען דעם סיום.
דער הבדל צווישען די בני א"י און בני בבל בענין קריאת התורה, האט זיך געצויגען אפילו און די תקופת הגאונים און עס האט נאך אנגעהאלטען ביזען סוף פון דער תקופה פון די (CRUSADES) בימי הרמב"ם און זיין זיהן ר' אברהם.
דער רמב"ם און משנה תורה הלכות תפילה פי"ג הלכה ה'
"המנהג פשוט בכל ישראל שמשלימין את התורה בשנה אחת, מתחילין בשבת אחר סוכות וקוראין בסדר בראשית...וקוראין והולכין על הסדר הזה עד שגומרים את התורה בחג הסוכות. ויש מי שמשלים את התורה בשלש שנים ואינו מנהג פשוט"
אויף אזוי ווייט אז דער באוויסטער נוסע בנימין מטודילה, ער איז דורך געפארען און מצרים און 1170 למספרם און ער שרייבט אז און קאהיר איז דא צוויי בתי כנסיות איינס פאר די אנשי א"י און איינס פאר די אנשי בבל און זיי האבען נישט דער זעלבע מנהג לגבי וואס מעליינט בציבור. די אנשי בבל ליינען א פרשה איעדע וואך און די אנשי א"י פירען זיך נישט אזוי, נאר א יעדע פרשה איז ציטיילט און דריי צי ליינען און דריי שבתים און זיי פארטיגען די תורה איינמאל און 3 יאהר.
נאכען זמן פונעם רמב"ם ובנו ר' אברהם איז אינגאנצען בטל געווארען דער סדר פון 3 יאהר
בנוגע די שאלה, ווער איז דאס 'יניי', וועל איך אויך ווארטען אויף ר' גד