אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע; בד"ה

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובה דורך תורה לערנער »

אגרי מיט היימישער
אמעריקע האט נישט ארויס געוויזן קיין שום געפיל מיט אידן בשעת די צווייטע וועלט מלחמה ווי באקאנט די מעשה פון ר' מיכאל בער
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

מייקל סעוועדזש האט געשריבן:איך מיין אז די perp walk רשעות קומט אויך פון אונזער פיינעם לאנד. ווען מ'ארעסטירט איינעם נאך פאר ער איז שולדיג אין קאורט מאכט מען אים א פערפ וואלק.
Innocent until perp walked

און וואס איז מיט ברוטאלע "סעל קאנפיינמענט" ןואס ווערט געטוען אין די אמעריקאנער תפיסות מדי יום ביומו ווען א וועכטער פאקט אן.

נאר ווען מען פייניגט קאליד מוהאמעד אין גיטמא האט מען א פראבלעם.

ברוך שלא נתננו מהם ןמהמונם.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובה דורך בן נון »

תורה לערנער האט געשריבן:אגרי מיט היימישער
אמעריקע האט נישט ארויס געוויזן קיין שום געפיל מיט אידן בשעת די צווייטע וועלט מלחמה ווי באקאנט די מעשה פון ר' מיכאל בער

און ווער האט אייגענטליך ׳געטון׳ די רצחות?
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובה דורך בן נון »

די סיבה פארוואס היינט איז נישטא קיין רציחות אין אנדערע לענדער איז וועגן אמעריקא.

אמעריקא איז די ערשטע לאנד וואס האט געהאט אזא באגריף ווי פרייהייט פאר רעליגיעזע. און די אנדערע לענדער האבן עס נאכגעטון.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובה דורך אויסגערעכנט »

זע לענדער ווי אין פראנקרייך ווי א יוד האט מורא צו גיין מיט א קאפל ווייל די שנאה דארט איז זייער גרויס, איי פארוואס?? ווייל אויב פון די רעגירונג פאמפט אנטיסעמעטיזים וואס פארלאנגסטע פון די בירגער, יא די אלע לענדער פאמפן אנטיסעמעטיזים פון די אעגירונג, קוק בעלגיע האלאנד די אלע וואס טרעפן יעדען טאג נייע געזעצן וואס שטערן אידישקייט דארט איז די אנטיסעמעטיזים גרויס, אפילו אין קאנאדע איז שווער געוויסע זאכן פארן יוד, טאקע קלייניגקייטן אבער אויך עפעס,
יעצט אמעריקע וואס שטעלט צו פאר יודן א יעדע קלייניגקייט פון גארביטש טראקס ערב פסח הארט פארן זמן ווייל מיר דיסיידן צו מאכן א פייער, ביז ארויף צו ערענסטע זאכן וואס פעלט אויס פאא אידישקייט.
יעצט ווען איינער באקומט א שווערערע פסק ווי וואס אים קומט זיך קען זיין אז דער שופט איז א שונא ישראל אבער דאס פסק׳נט נישט אפ די גאנצע מדינה,
און אויב זענען די אמעריקאנע געזעצן שווערער ווי אין אנדערע לענדער, איז דאס טאקע א פראבלעם אבער עס איז נישט אויס מלכות של חסד ווייל ווי שלעכט עס זאל נאר זיין, האבן זיי אסאך גוטע חלקים וואס אנדערע מעגן זיך לערנען
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

מען האט אנגעהויבן דא אז דער יוסטיץ סיסטעם אין אמעריקא שטינקט פון קאפ ביז פוס. דאס האט נישט דוקא מיט שנאת ישראל (זייער אסך מאל דאס אויך... מכח נאטירליכע בייעס וואס זשוריס האבן קעגן אידן ובפרט חסידים). עס איז דא אן א שיעור גוים וואס טענהן אז דער יוסטיץ סיסטעם איז קראנק.

יעצט איז אזוי, כלפי אמעריקא'ס באציאונגען צו אידן. עס איז טאקע דא זאכן וואס אמעריקא שטעלט זיך שיין צו, אפשר שענערע ווי אנדערע. אבער אראפצושטעלן אז אמעריקא איז דער אוהב ישראל און אנדערע זענען די שונאים איז א טאטאל פאלטשע בילד.

ווי געזאגט איז די צווייטע וועלט קריג גווען א שעת המבחן וועלעכע לענדער האבן ריכטיג מיטגעפיל מיט געליטענע וועם מען הרגט און פארגאזט. צוויי לענדער האבן געפעסד דעם טעסט. "דענמארק און שוועדען". זה הוא.

אויסער דעם איז יעדער גווען בערך די זעלבע, נישט אנגעגאנגען קיין כי הוא זה.

ובכללם דער "מלכות של חסד" אמעריקא.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובה דורך בן נון »

די שמועס איז פארפארן צו מלכות של חסד, איך רעד נישט יעצט פון די דשאסטיס סיסטעם.

יעצט, אמעריקא שטעלט זיך זייער זייער שיין צו. איך ווייס נישט וועגן אנדערע לענדער, אבער שרייען אז אמעריקא איז אנטיסעמיטיש און נישט קיין מלכות של חסד איז געשפיגן אין פנים פאר איינעם וואס האט דיר גוט געטון. נישט מענטשליך און נישט אידישליך.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובה דורך בן נון »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן: (גראדע האט אמעריקא "נישט ארויסגעוויזען גארנישט מער מיטגעפיל צו די 6 מיליאן אידן בשעתן קריג, ווי אנדערע לענדער).

דו מישט צאם צוויי זאכן.

אמעריקא פירט זיך אויף שיין צו אידן וואס וואוינען אין אמעריקא. פינטל.
די סיבה דערצו איז - אפילו רוב אמעריקאנע גוים ווייסן נישט וועלכע מין באשעפעניש א איד איז - איז אמעריקא א דעמאקראטיש לאנד, וואו עס איז דא פרייהייט פון רעליגיע, אריינגערעכנט די אידישע רעליגיע.

דאס וואס דו ברענגסט וועגן די צווייטע וועלט מלחמה וואלט געווען א הערליכע שיינע זאך ווען זיי טוען עס ווען. אבער אזויווי די אידן זענען נישט געווען קיין אמעריקאנע בירגער זענען זיי נישט געווען מחיוב דאס צו טון. פונקט ווי עס קומערט זיי נישט וואס אייסיס טוט צו די קורדן, און וויפיל שטארבן אין אפריקע.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

בן נון האט געשריבן:

קאנאדע, ענגלאנד, אוסטראליע, ועוד ועוד, פירן זיך אויך אויף זייער שיין צו אידן וואס וואוינען ביי זיי. פינטל. (פארשטייזעך מיר אלס אמעריקאנער בירגער, איז בירא דשתית מיניה לא תשדי ביה קלא).

איר האט אבער אראפגעלייגט פרישע פאנדאמענטען...

בן נון האט געשריבן:@ספוזמן דאס באדערט מיר ווען מען זאגט אז אמעריקא איז נישט א מלכות של חסד.

אמעריקא האט זיך אויפגעפירט די שענסטע צום אידישן פאלק (אפשר האלאנד בשעת גירוש שפאניע איז געווען בעסער). און אנשטאט מען זאל פילן דאנקבאר און טרעפן נאר גוטס, קומט מען שרייען ׳יא, דאס איז אמעריקא, די מלכות של חסד׳.

זאגט נאר, איר קענט היסטאריע? איר ווייסט א אייראפע ערד איז דורכגעווייקט מיט אידיש בלוט? וואו שעמט מען זיך נישט צו זיין אזעלכע כופי טוב? איז דאס מענטשליך? אידישלעך?

---
צו די דשאסטיס סיסטעם איז אויסגעהאלטן צו נישט איז א עקסטערע שמועס.

איר האט אראפגעלייגט אזוי יסוד, אז אמעריקא איז עפעס סופיריאר ווען עס קומט צו הומאנטעריע, און צום אידישן פאלק. אויף דעם האב איך געזאגט....
..לא דובים...ולא יער.
---
און יא, אמעריקא איז די "איינציגסטע" מערב וועלט לאנד וואס האט אזוי "רשעותדיגע" יוסטיץ סיסטעם.
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובה דורך קעלנער »

היימישער ענגלאנד פירט זיך אויף שיין צו אידן? דא אין אמעריקע האלט מען אויך אויף א בר מינן וואס מ'ווייסט נישט געהעריג די טויט סיבה פאר א וואך אזויווי דארט?
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

בן נון האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן: (גראדע האט אמעריקא "נישט ארויסגעוויזען גארנישט מער מיטגעפיל צו די 6 מיליאן אידן בשעתן קריג, ווי אנדערע לענדער).

דו מישט צאם צוויי זאכן.

אמעריקא פירט זיך אויף שיין צו אידן וואס וואוינען אין אמעריקא. פינטל.
די סיבה דערצו איז - אפילו רוב אמעריקאנע גוים ווייסן נישט וועלכע מין באשעפעניש א איד איז - איז אמעריקא א דעמאקראטיש לאנד, וואו עס איז דא פרייהייט פון רעליגיע, אריינגערעכנט די אידישע רעליגיע.

דאס וואס דו ברענגסט וועגן די צווייטע וועלט מלחמה וואלט געווען א הערליכע שיינע זאך ווען זיי טוען עס ווען. אבער אזויווי די אידן זענען נישט געווען קיין אמעריקאנע בירגער זענען זיי נישט געווען מחיוב דאס צו טון. פונקט ווי עס קומערט זיי נישט וואס אייסיס טוט צו די קורדן, און וויפיל שטארבן אין אפריקע.

רבונו של עולם, איר קענט היסטערי? פליז איר אמאל געהערט פין ״קארדעל האלל״ דער סעקרעטערי אוף סטעיט בשעת די צווייטע וועלט מלחמה? צי ווייסט אפשר אז ער האט פונקטליך געוויסט ווי מען פירט די אידן. אנדריש ווי ביי אייסיס, איז נישט געווען קיין שום פלאץ ווי צו אנטלויפן. צו ווייסט איר אפשר אז דעם דעמאלסדיגן פרעזידענטס ווייב, האט געארבעט אינטערן רוקן פין איר מאנ׳ס אדמינסראציע צו ראטעווען ווי מער אידן? דאס איז גארנישט אזא פשוט׳ער ענין. בכלל זענען אידן בכלל נישט קיין פארגלייך צו אראבער. אראבער זענען נישט פין די פרידליכטסטע מענטשען משא״כ אידן. פליז פאר מען שרייבט די אויבערמאנטע דארף מען קענען אביסל היסטערי אין אסאך התבוננת, ויותר ממה שכתבתי לפניכם.... בקיצר נמרץ עס האט נישט געשטעקט קיין כרטיס צדקות אונטער דעם צוריקשיקן דעם דאזיגן שחף.
לעצט פארראכטן דורך פאליטקלי קארעקט אום מיטוואך מאי 04, 2016 11:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובה דורך בן נון »

פאר איבער 200 יאר צוריק ווען אידיש בלוט האט זיך געגאסן ווי וואסער איז אמעריקא געווען די ערשטע און איינציגסטע לאנד וואס האט געגעבו גלייכבארעכטיגונג פאר אידן. עגרי?

אין די היסטאריע פון אמעריקא איז כמעט נישטא קיין אידיש בלוט. יא, מען קען זוכן און טרעפן פעלער וואו אנטיסעמעטיזם האט געשפילט א ראלע און פארגיסן אידיש בלוט (קעפיטאל פאנישמענט פאר די רז"ב קאפעל, די שיף ביי די צווייטע וועלט מלחמה, א.א.וו.). אבער אמעריקא האט די ריינסטע היסטאריע. עגרי?

יעצט, איך עגרי צו דיר אז היינט איז שוין נישט אזא גרויסע חילוק ווי מען וואוינט.

נעמט דאס אבער אוועק פון די פאוינט אז אנשטאט צו זיין דאנקבאר פאר דיין גאסטגעבער ווערסטו קיינמאל נישט צופרידן און די שפייסט אים אין פנים?

---

ווי שוין עטליכע מאל געזאגט, יוסטיץ סיסטעם וועט מען עקסטער אויסשמועסן. איך דיסעגרי מיט דעם אויך.

---
מען האקט
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובה דורך בן נון »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן: (גראדע האט אמעריקא "נישט ארויסגעוויזען גארנישט מער מיטגעפיל צו די 6 מיליאן אידן בשעתן קריג, ווי אנדערע לענדער).

דו מישט צאם צוויי זאכן.

אמעריקא פירט זיך אויף שיין צו אידן וואס וואוינען אין אמעריקא. פינטל.
די סיבה דערצו איז - אפילו רוב אמעריקאנע גוים ווייסן נישט וועלכע מין באשעפעניש א איד איז - איז אמעריקא א דעמאקראטיש לאנד, וואו עס איז דא פרייהייט פון רעליגיע, אריינגערעכנט די אידישע רעליגיע.

דאס וואס דו ברענגסט וועגן די צווייטע וועלט מלחמה וואלט געווען א הערליכע שיינע זאך ווען זיי טוען עס ווען. אבער אזויווי די אידן זענען נישט געווען קיין אמעריקאנע בירגער זענען זיי נישט געווען מחיוב דאס צו טון. פונקט ווי עס קומערט זיי נישט וואס אייסיס טוט צו די קורדן, און וויפיל שטארבן אין אפריקע.

רבונו של עולם, איר קענט היסטערי? פליז איר אמאל געהערט פין ״קארדעל האלל״ דער סעקרעטערי אוף סטעיט בשעת די צווייטע וועלט מלחמה? צי ווייסט אפשר אז ער האט פונקטליך געוויסט ווי מען פירט די אידן. אנדריש ווי ביי אייסיס, איז נישט געווען קיין שום פלאץ ווי צו אנטלויפן. צו ווייסט איר אפשר אז דעם דעמאלסדיגן פרעזידענטס ווייב, האט געארבעט אינטערן רוקן פין איר מאנ׳ס אדמינסראציע צו ראטעווען ווי מער אידן? דאס איז גארנישט אזא פשוט׳ער ענין. בכלל זענען אידן בכלל נישט קיין פארגלייך צו אראבער. אראבער זענען נישט פין די פרידליכטסטע מענטשען משא״כ אידן. פליז פאר מען שרייבט די אויבערמאנטע דארף מען קענען אביסל היסטערי אין אסאך התבוננת, ויותר ממה שכתבתי לפניכם.... בקיצר נמרץ עס האט נישט געשטעקט קיין כרטיס צדקות אונטער דעם צוריקשיקן דעם דאזיגן שחף.

איך קען היסטאריע, און פאר די סעיק אף די ארגומענט וועל איך דיר געבן גערעכט.

יעצט, וואס? עס האט עפעס געטוישט מיין ארגומענט אז מען דארף זיין דאנקבאר?
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

קעלנער האט געשריבן:היימישער ענגלאנד פירט זיך אויף שיין צו אידן? דא אין אמעריקע האלט מען אויך אויף א בר מינן וואס מ'ווייסט נישט געהעריג די טויט סיבה פאר א וואך אזויווי דארט?

אמעריקא פירט זיך אויף שיין צו אידן???

אין לאנדאן האט מען אויך געדארפט אינטערשרייבן פאר יעדען ברית מיט מציצה בפה??

--
באטאם ליין עס איז איבעראל דא באמפס אן די ראוד. אמאל א קארענער, אמאל טאמאס פרידן וכולי, עס איז נישט קיין כלל.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

בן נון האט געשריבן:פאר איבער 200 יאר צוריק ווען אידיש בלוט האט זיך געגאסן ווי וואסער איז אמעריקא געווען די ערשטע און איינציגסטע לאנד וואס האט געגעבו גלייכבארעכטיגונג פאר אידן. עגרי?

אין די היסטאריע פון אמעריקא איז כמעט נישטא קיין אידיש בלוט. יא, מען קען זוכן און טרעפן פעלער וואו אנטיסעמעטיזם האט געשפילט א ראלע און פארגיסן אידיש בלוט (קעפיטאל פאנישמענט פאר די רז"ב קאפעל, די שיף ביי די צווייטע וועלט מלחמה, א.א.וו.). אבער אמעריקא האט די ריינסטע היסטאריע. עגרי?

יעצט, איך עגרי צו דיר אז היינט איז שוין נישט אזא גרויסע חילוק ווי מען וואוינט.

נעמט דאס אבער אוועק פון די פאוינט אז אנשטאט צו זיין דאנקבאר פאר דיין גאסטגעבער ווערסטו קיינמאל נישט צופרידן און די שפייסט אים אין פנים?

---

ווי שוין עטליכע מאל געזאגט, יוסטיץ סיסטעם וועט מען עקסטער אויסשמועסן. איך דיסעגרי מיט דעם אויך.

---
מען האקט

200 יאר צוריק אידיש בלוט ווי וואסער...אין וועלכע מערב וועלט לאנד קען איך אפשר וויסן?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובה דורך מי חכם »

SPUSMN האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:וואס פאלט דיר ביי אז קארופציע איז די זעלבע עולה ווי רציחה? אוודאי און אוודאי אז א 'מערדער' באקומט פיל א הארבערע שטראף ווי א שווינדלער און קארופטירטע פאליטישאן.

פארשטייט זיך אז נישט יעדער וואס איז געווען פארמישט אין א מארד, בשוגג ובאונס צי אפילו ברצון באקומט די זעלבע, עס איז דא פארשידענע דעגרי'ס פון רציחה, אבער א ריכטיגער מערדער באקומט געווענליך לייף.

The mean prison sentence for murder and nonnegligent manslaughter was nearly 20 years and 8 months; the median was 24 years and 3 months. Life sentences are rare among convicted felons, whether measured as a percentage of all sentences (0.4%) or as a percentage just of prison sentences (1%)

http://www.bjs.gov/content/pub/ascii/Fssc00.txt
--
א דאנק אייך היימישער; כאטש אויב וואלסט נישט מיט געשטימט מיט מיר וואלט איך דיר פינקט אזוי געשעצט.

ווייטער פון דארט:

However, among the 8,600 persons
convicted of murder or nonnegligent manslaughter, 23.3% were
sentenced to life in prison.

נאך 2 פראצענט האבן באקומען דעט פענעלטי.

און די 8,600 נעמט אריין אלע דעגרי'ס פון מארד, און אפילו איין דרגא פון מענסלאוטער. דער רעפארט - אויף וויפיל כ'האב געקוקט - גייט נישט אריין אין די פונקטליכע דרגות, אבער ס'איז מסתבר אז צווישן די 25 פראצענט וואס האבן באקומען טויט שטראף אדער לייף איז דער חלק הארי די העכסטע דרגא פון מארד, און די איבריגע פון אנדערע קלאגעס האבן באקומען ווייניגער.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובה דורך בן נון »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:פאר איבער 200 יאר צוריק ווען אידיש בלוט האט זיך געגאסן ווי וואסער איז אמעריקא געווען די ערשטע און איינציגסטע לאנד וואס האט געגעבו גלייכבארעכטיגונג פאר אידן. עגרי?

אין די היסטאריע פון אמעריקא איז כמעט נישטא קיין אידיש בלוט. יא, מען קען זוכן און טרעפן פעלער וואו אנטיסעמעטיזם האט געשפילט א ראלע און פארגיסן אידיש בלוט (קעפיטאל פאנישמענט פאר די רז"ב קאפעל, די שיף ביי די צווייטע וועלט מלחמה, א.א.וו.). אבער אמעריקא האט די ריינסטע היסטאריע. עגרי?

יעצט, איך עגרי צו דיר אז היינט איז שוין נישט אזא גרויסע חילוק ווי מען וואוינט.

נעמט דאס אבער אוועק פון די פאוינט אז אנשטאט צו זיין דאנקבאר פאר דיין גאסטגעבער ווערסטו קיינמאל נישט צופרידן און די שפייסט אים אין פנים?

---

ווי שוין עטליכע מאל געזאגט, יוסטיץ סיסטעם וועט מען עקסטער אויסשמועסן. איך דיסעגרי מיט דעם אויך.

---
מען האקט

200 יאר צוריק אידיש בלוט ווי וואסער...אין וועלכע מערב וועלט לאנד קען איך אפשר וויסן?

זעה איך אז דו הערסט נישט וואס מען רעדט.

וועל איך גיין שטייטעלעך און צוביסעלעך.

אמעריקא האט פאר 200 יאר צוריק געסטאפט אידישע רציחות. און אנדערע מערב וועלט לענדער האבן עס נאכגעטון מיט די צייט. עגרי?
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

בן נון האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:פאר איבער 200 יאר צוריק ווען אידיש בלוט האט זיך געגאסן ווי וואסער איז אמעריקא געווען די ערשטע און איינציגסטע לאנד וואס האט געגעבו גלייכבארעכטיגונג פאר אידן. עגרי?

אין די היסטאריע פון אמעריקא איז כמעט נישטא קיין אידיש בלוט. יא, מען קען זוכן און טרעפן פעלער וואו אנטיסעמעטיזם האט געשפילט א ראלע און פארגיסן אידיש בלוט (קעפיטאל פאנישמענט פאר די רז"ב קאפעל, די שיף ביי די צווייטע וועלט מלחמה, א.א.וו.). אבער אמעריקא האט די ריינסטע היסטאריע. עגרי?

יעצט, איך עגרי צו דיר אז היינט איז שוין נישט אזא גרויסע חילוק ווי מען וואוינט.

נעמט דאס אבער אוועק פון די פאוינט אז אנשטאט צו זיין דאנקבאר פאר דיין גאסטגעבער ווערסטו קיינמאל נישט צופרידן און די שפייסט אים אין פנים?

---

ווי שוין עטליכע מאל געזאגט, יוסטיץ סיסטעם וועט מען עקסטער אויסשמועסן. איך דיסעגרי מיט דעם אויך.

---
מען האקט

200 יאר צוריק אידיש בלוט ווי וואסער...אין וועלכע מערב וועלט לאנד קען איך אפשר וויסן?

זעה איך אז דו הערסט נישט וואס מען רעדט.

וועל איך גיין שטייטעלעך און צוביסעלעך.

אמעריקא האט פאר 200 יאר צוריק געסטאפט אידישע רציחות. און אנדערע מערב וועלט לענדער האבן עס נאכגעטון מיט די צייט. עגרי?

עמממממ....וועלעכע מערב לענדער האבן געהאט אידישע רציחות פאר 200 יאר צוריק?
איך בין עפעס אומקלאר דא, איר האט עפעס א בליק אויף היסטאריע וואס איך האב נישט פונקליך ארויס.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובה דורך לאלתר לחיים »

וואס אונז אידן דארפן ארויס נעמען פון זיין גאנצע ארעסט אז דער אויבערשטער פארשווייגט נישט און שוינט נישט איינעם וואס איז מרבה נארישע געזעצן בפרט אז ער איז א איד וואס די חילול ד' איז אסאך גרעסער,
ער גייט און זיין חבר גייט און דער גאווענער וועט נאך אויך האבן זיין סוף...די דריי שותפים וועלן פעסט יושב'ן און דארט קענען זיי טוהן וואס מ'וועט זיין הייסן...
לעצט פארראכטן דורך לאלתר לחיים אום דאנערשטאג מאי 05, 2016 5:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

תגובה דורך סמארט גאי »

לאלתר לחיים האט געשריבן:וואס אונז אידן דארפן ארויס נעמען פון זיין גאנצע ארעסט אז דער פארשווייגט נישט און שוינט נישט איינעם וואס איז מרבה נארישע געזעצן בפרט אז ער איז א איד וואס די חילול ד' איז אסאך גרעסער, ער גייט און זיין חבר גייט און דער גאווענער וועט נאך אויך האבן זיין סוף...די דריי שותפים וועלן פעסט יושב'ן און דארט קענען זיי טוהן וואס מ'וועט זיין הייסן...

דאס איז אמאל זיכער אז דער אייבערשטער איז א שונא זימה, ער האט דאך איבערגעדרייעט סדום וועגן דעם.

אבער ס'איז אינטערסאנט אז די שרייבסט בנוסח נבואה אז דאס איז טאקע זיין עונש, ווארום איז קען עטליכע אידן וואס איך בין נישט מסופק אין זייער התנגדות צו תועיבה, אין זיי יושב'ן ליידער
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

לא נביא אני ולא בן נביא אני.
קען מען אבער זאגן עס איז מידה כנגד מידה
ער האטגעברענגט א גרויסער חרון אף אויף א זאך וואס גייט ארויס פון מענטשליכע נארמאלע גדרים האט ער באקומע א שטראף גייט ארויס פון מענטשליכע נארמאלע גדרים
אוועטאר
אמצעי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:53 pm

תגובה דורך אמצעי »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:לא נביא אני ולא בן נביא אני.
קען מען אבער זאגן עס איז מידה כנגד מידה
ער האטגעברענגט א גרויסער חרון אף אויף א זאך וואס גייט ארויס פון מענטשליכע נארמאלע גדרים האט ער באקומע א שטראף גייט ארויס פון מענטשליכע נארמאלע גדרים

זייט די ביזט אויבן אין הימעל און די ווייסט פארוואס עס קימט זיך איהם, אפשר קיקסטו שוין ווער עס גייט זיין דע נעקסטע פרעזידענט, פארשטייט זיך אויך פארוואס..................
איידער די ענטפערסט גיב מיר די 1% טשאנס אז אפשר בין איך גערעכט
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובה דורך אט אזוי »

Please stop with the nonsense
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובה דורך לאלתר לחיים »

אמצעי האט געשריבן:זייט די ביזט אויבן אין הימעל און די ווייסט פארוואס עס קימט זיך איהם, אפשר קיקסטו שוין ווער עס גייט זיין דע נעקסטע פרעזידענט, פארשטייט זיך אויך פארוואס..................

איז דאס די וויכטיגסטע זאך וואס די דארפסט וויסן פון הימל וועלעכער ערל עס גייט זיין דע נעקסטע פרעזידענט,... אוי לו לאותה..
אוועטאר
אמצעי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:53 pm

תגובה דורך אמצעי »

לאלתר לחיים האט געשריבן:
אמצעי האט געשריבן:זייט די ביזט אויבן אין הימעל און די ווייסט פארוואס עס קימט זיך איהם, אפשר קיקסטו שוין ווער עס גייט זיין דע נעקסטע פרעזידענט, פארשטייט זיך אויך פארוואס..................

איז דאס די וויכטיגסטע זאך וואס די דארפסט וויסן פון הימל וועלעכער ערל עס גייט זיין דע נעקסטע פרעזידענט,... אוי לו לאותה..

נו שוין! יהי רצון כאילו איך האב גענטפערט
איידער די ענטפערסט גיב מיר די 1% טשאנס אז אפשר בין איך גערעכט
פארשפארט

צוריק צו “פאליטישע נייעס”