דער טשולענט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

Anonymous

דער טשולענט

תגובהדורך Anonymous » מאנטאג נובעמבער 06, 2006 4:57 pm

ווען מיר טראכטן דערפון שטייענדיגערהייט ווילט זיך אראפזעצן

ווען מיר שמעקן דערפון קוקן אונזערע אויגן גראד צום בית הכבוד, האפאנענדיג אז ס'איז אפן

ווען מיר וועלן אבער אריינטראכטן וואס געוויסע האבן ביי אונז איינגעפירט וועט עס נאר ארויפברענגן עסענישן געמישט מיט אומפארשטענדענישן

כבודם במקומם מונח, מיר אלע ווייסן אז דער טשולענט איז א מאכל וואס א אינו בן ברית האט נישט צודעם די זכי', אבער אונז אליין נאך א נשמת, קומט זיך אונז אזא פיינע געשמאקע מאכל

און על זה דוה לבינו, פארוואס האט מען דאס איינגעפירט צו עסן צום סוף פון די סעודה, רבוש"ע פארוואס?

עס פיט שוין גארנישט אריין נאך די חלה חלה מיט טמעטא דיפ, חלה מיט טחינה, פיש, אייער צוויבל, אנא יכנס כל הפשתן הזה האט יעקב געוויינט

פרובירנדיג צו גיין צווישן די טראפן מיטן שלום בית, צו עסן די טשאלענט גראד נאך קידוש, איז דאס קעגן די מסורה, און ווער סווייסט פרובירט ניטאמאל איבערצורעדן מיין ווייב זי זאל זיך מיט א ריר טוהן קעגן מסורת אבות

געשעט יעדן שבת דאס זעלבע, אויפשטייענדיג שבת צופרי פארן דאווענען, בייגט מען צו די אויער צום טאפ, הערן צו ס'זינגט די זמירות, צו ס'באבלט, און אך ווי געשמאק איז צו הערן ווי שיין און צוקערדיג זיס די בונדעלעך שפרינגן ארום אין טאפ מיטן ניגון פון וביום השבת טאנצן זיי

איז דאך פארט פארן דאווענען, א איד איז א איד, ווארט מען צו ביז נאך מוסף ווען אינמיטן ליינען בין גברא לגברא ווערט א שמועס איבער דעם טשולענט און איך קען מיט שטאלץ זאגן מייןס באבעלט אוועק אז סאיז א געשמאק נאר דורכצוגיין מיין טיר און עס שמעקן

ווער רעדט נאך און די וואכן ווען ספארמאגט א גוט שטיקל מארעך ביין, לית טב מיניה

קומט מען אהיים מיטן טלית אויפן איקסעל, און דא איז דער בראך, משמעקט בשמים ממאכט קידוש אבער פון די טשולענט קען מען פארגעסן, קען מען דען? אבער זי מיטן ווינק ווייזט נישט יעצט, יעצט גייט מען זיך וואשן, חלה פיש אייער, אהה יעצט ביסטו זאט, יא, פיל ביז אויבן? אויב נישט דא האט איר פצעי, יעצט איז דאס פיל? יעצט וועט מען דיר סארווירן א טעלערל

רינט א טרער נאך א טרער, מקען נישט מער, פרעג איך אייך אזוי דארף אויסקוקן א שבת טיש?

בנוגע די טענה וואס וועט מען סארווירן זונטאג ביי נאכטאמאל אויב מטיילט אויס די טשולענט פרי, זאג איך וואס איז שלעכט זונטאג צו געבן פיש מיט אייער צוויבעל?

איך ווייס עכט נישט וואס דא גייט זיך אויסקאכן

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

תגובהדורך פענסטער » מאנטאג נובעמבער 06, 2006 5:11 pm

עס איז אמאל געקומען א איד (דאכט זיך אז ס'געווען ביים קאזניצער מגיד) אז ער וויל זיך גט'ן, פרעגט אים די רבי וואס איז? אפשר קען מען עפעס אויסארבעטן? זאגט ער אים אז ער וויל שבת צופרי עסן קוגל תיכף נאך קידוש, און זיין ווייב טענה'ט אז קוגל עסט מען ביינאזאם מיט די טשולענט, אזוי שלאגט מען זיך ארום יעדע וואך ביז ער האט באשלאסן עד כאן, ער גייט זיך גט'ן און פטור א נייסעק.

בקיצור די רבי האט איר געלאזט רופן און מ'האט געמאכט א פשרה אז מ'גייט עסן צוויי מאל קוגל, איין מאל תיכף נאך קידוש אזויווי די מאן וויל, און נאכדעם ביי די טשולענט אזויווי די ווייב זיינע וויל, און כך הוה, זיי האבן געלעבט בשלום ווייטער צוזאמען.

פון דעמאלטס אן האט די רבי געהייסען אז יעדע וואך זאל מען ביי אים אין שטוב אויך געבן קוגל תיכף נאך קידוש, און מ'האט דאס גערופען די "שלום בית קוגל".

לענינינו, איך קאן אסאך שטובער ווי מ'סערווירט צוויי מאל טשולענט אויך, און א קלוגער מאן דארך זיין בכח דאס אויסצופירען, און אויב גייט דאס נישט ביי דיר, איך האב פאר דיר א גוטען שלום בית עקספערט, פארבינד דיך מיט מיר אין אישית...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג נובעמבער 06, 2006 8:20 pm

דער דאיען אפילו נאך עטליכע טעלער טשולענט ביי קידושים (קידישים?) און אפאר שאכטלן הערינג מיט אייער קיכלעך, און נאך דע פיש און חלה אייער צוויבל פצעי, עסט מען א געשמאקע טעלער טשולנט אזש א רויעך שלענגעלט זיך אויפ'ן גאנצן דארף.

איי איי איי, מ'דארף פשוט וויסן צו פאקן אלעס מיט א סדר.

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » דינסטאג נובעמבער 07, 2006 7:11 am

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח סאכדעס
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » דינסטאג נובעמבער 07, 2006 8:49 am

דער מעשה וואס די האסט דא אראפגעברענגט מיין איך איז נישט פון קאזשניצער מגיד, נאר פון ר' מאטעלע הארנסטייפלער. די געשיכטע גייט נאך ווייטער. ר' מאטעלע האט נאך דעם וואס ער האט אזוי גע'עצה'ט דעם איד געזאגט אז ווי אזוי קען דאס זיין אז איך זאל זאגן א איד צוצולייגן נאך א מאכל צום סעודת שבת בעת וואס איך פיהר מיך נישט אזוי? האט ער פון דעמאלט אנגעהויבען אויך צוצוגרייטען א קיגעל אויף נאכן קידוש. איך קען אן אייניקל פון ר' מאטעלע וואס עסט טאקע יעדע וואך א קיגל גלייך נאך קידוש מהאי טעמא.
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג נובעמבער 07, 2006 12:09 pm

איך עס אויך קוגל גלייך נאך קידוש שבת אינדערפרי, און דאס איז פון די איינציגע מנהגים וואס איך האב מקבל געווען פון מיין שווער (ביי מיין טאטן האב איך דאס נישט געזען), און ער פון זיין שווער, עד השווער הראשון.

און די טעם דערפון איז... (דא וואלט איך געדרוקט ENTER X 27 אבער איך וואלט מצער געווען א קאלעגע קרעטשמע זיצער) "געוואלדיג"!

אוועטאר
קהל'ס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 11:38 am
לאקאציע: זיצענדיג אויפן טרעפ

תגובהדורך קהל'ס נאר » דינסטאג נובעמבער 07, 2006 12:44 pm

סאכדעס האט געשריבן:איי איי איי, מ'דארף פשוט וויסן צו פאקן אלעס מיט א סדר.


מדארף אבער קודם גענוג סטארעדזש ספעיס ווי ער דיאען...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג נובעמבער 07, 2006 2:32 pm

די אויבן דערמאנטע מעשה האט יא פאסירט ביים קאזשניצער מגיד, און איך ווייס פון זיינע אייניקלעך וואס פירן זיך טאקע אזוי.

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » דינסטאג נובעמבער 07, 2006 4:16 pm

איך הער,

איך הער!
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

תגובהדורך פענסטער » דינסטאג נובעמבער 07, 2006 4:45 pm

שכויח, איך הער!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג נובעמבער 07, 2006 10:51 pm

קען זיין עס איז געווען צוויי מעשה'ס
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » מיטוואך נובעמבער 08, 2006 9:28 am

מיט טשולענט אדער שלום בית קען זיך מאכן אפילו מער ווי צוויי

ניק
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2006 3:00 am

תגובהדורך ניק » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2006 12:17 pm

די היינטוגע פרישטיג איז געווען טשולענט
מארגן גייט אויך זיין טשולענט פאר פרישטיג
פרייטיג צו נאכטס אפשר אויך
שבת קודש ביי יד סעודה אויך
זינטיג ביי נאכט מאל גייט מען אויך עסן טשולענט

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2006 10:33 pm

הינדל,

האסט שוין געטראפן א עצה?

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » זונטאג פאברואר 15, 2009 9:27 am

איך הייב נישט אן צו פארשטיין די גאנצע מדובר דא? שבת קודש האט מען דאך א נשמה יתירה 'ומוכן לאכול ואין נפשו קצה עליו' ווי עס איז די לשון פון רש"י הק' אין מס' ביצה, ווי קען זיין אז ס'איז א פראבלעם צו עסן צוויי מאל טשולענט?

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » זונטאג פאברואר 15, 2009 10:32 am

פונקט זונטאג האב איך געמוזט דעם אשכול א עפן טוהן,

דערנאך וואס יעך האב דאנערשטאג ביי לאנטש געגעסן א פארעעוע טשולנט,

דאנערשטאג נאכט ביים לערנען אפיינע פליישיגע טשולנט,

פרייטאג פאר טועמיה ווידער אמאל טושלענט,

שבת נאכן דאווענען ביי א קידוש פון איינע פון מיינע ידידים אויך טשולנט,

שבת אינדערפרי ביי די סעודה זיכער געגעסן טשולנט,

און היינט פאר נאכטמאל זאגט מיר מיין ווייב אז ס'איז איבערגבליבן טשולנט,

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » זונטאג פאברואר 03, 2013 2:56 am

סארא טשולנט ס'געווען, קע"ה, אויף אלע מיינע גוטע פריינד געוואונטשן, ווער ס'וויל, קען נאך קומען באזוכן\פארזוכן.
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג פאברואר 03, 2013 3:23 am

שויתי'ניק האט געשריבן:ווער ס'וויל, קען נאך קומען באזוכן\פארזוכן.



באמת א גינעלער איינפאל אין א גוט הארציגקייט פון אייער זייט פארן ווארימען אפער!!

על הראשונים אנו מצטערן.. מיר ברויכען נאך קודם א פטור שאפן פארן ערשטען פארציאנען פון היינט מיטאג צייט.... גלייך דערויף לאזן מיר זיך אריבער צו שויתיניק.. פאר נאך!

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג פאברואר 03, 2013 6:35 pm

ב"ה די טשולנט די וואך איז געווען עפעס געוואלדיג, א_ווי יעדע וואך
kraitchmah עט גימעיל


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חטאת הקהל און 21 געסט