Car boost, any experience?

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

sharp
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:30 pm

Car boost, any experience?

תגובהדורך sharp » מאנטאג מארטש 14, 2016 11:34 pm

איך ברויך לעצטענס מאכן א boost פאר מיין קאר בערך יעדן טאג, שוין געווען ביים מקעניק דריי מאל שוין געטוישט בעטערי, געפיקסט פיוסעס סהאט אבער נאר געהאלפן פאר א וואך אין דערנאך אודך מיטן פראבלעם, דער קאר סטארט נישט.

אויב האט איר שוין עקספיריענסט אזא פראבלעם, בכלל אויב איינער ווייסט פון א גוטן מקעניק אין די ברוקלין עריע ביטע לאזט אייך הערן. ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג מארטש 15, 2016 12:15 am

מעגליך דיין סטארדער איז געגאנגען און דאס נאגט אויס דעם בעטערי, סיי איבערן נאכט און סיי ביים סטארדען בעצם.
נאט אייך א גרינע...

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דינסטאג מארטש 15, 2016 12:27 am

קען זיין די אלטערנעיטער (װאס טשארדשט די בעטערי בשעתען פארען, אבער א גוטער מעקאניק װאלט דאס סייװי געטעסט) טויג נישט

אפשר איז דא עפעס א באלב װאס בלייבט אנגעצינדען אין די קאר, װי אין די טיר אדער גלאװ קאמפארטמענט?

יאך פלעג נוצען ראסעל (ריפעירס אן װילס) אויף מעקדאנלט עװע. אויפן 24 שעה

קאטשי מאטשי
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 26, 2015 5:51 am
לאקאציע: דארט

תגובהדורך קאטשי מאטשי » דינסטאג מארטש 15, 2016 7:07 am

מענין לענין........ געזעהן אינטערסטעיט האט ארויס געשיקט א פיקטשער וויאזוי צו געבן א באאסט...
פראקטיש פאר די וואס ווייסן נישט וויאזוי זיך צו באגיין בעת צרה....
צוגעלייגטע
1234.jpg

sharp
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:30 pm

תגובהדורך sharp » דינסטאג מארטש 15, 2016 10:32 am

פליגל האט געשריבן:מעגליך דיין סטארדער איז געגאנגען און דאס נאגט אויס דעם בעטערי, סיי איבערן נאכט און סיי ביים סטארדען בעצם.

שכח. אבער וואס פונקטליך מייינסטו מיטן סטארדער?

sharp
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:30 pm

תגובהדורך sharp » דינסטאג מארטש 15, 2016 10:43 am

verveist האט געשריבן:קען זיין די אלטערנעיטער (װאס טשארדשט די בעטערי בשעתען פארען, אבער א גוטער מעקאניק װאלט דאס סייװי געטעסט) טויג נישט

אפשר איז דא עפעס א באלב װאס בלייבט אנגעצינדען אין די קאר, װי אין די טיר אדער גלאװ קאמפארטמענט?

יאך פלעג נוצען ראסעל (ריפעירס אן װילס) אויף מעקדאנלט עװע. אויפן 24 שעה

מיין מעקאניק האט מיר מסביר געווען אז סקען נישט זיין די אלטערנעיטער ווייל דאס וואלט געמאכט פראבלעמען אפילו ווען די קאר איז אנגעצינדן, משא״כ ביי מיר איינמאל איך האב בעטארי איז אלעס אוקעי.

Anyway Tnx for your help.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג מארטש 15, 2016 12:54 pm

sharp האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:מעגליך דיין סטארדער איז געגאנגען און דאס נאגט אויס דעם בעטערי, סיי איבערן נאכט און סיי ביים סטארדען בעצם.

שכח. אבער וואס פונקטליך מייינסטו מיטן סטארדער?

א סטארדער האט א העווי עלעקטריקעל סילינאוד, אויב דאס ווערט אויסגעברענט דאן קאן זיין אז דער זאל אדער אויסניצען די גאנצע עלעקטריק און עס אויסדרעינען.
נאט אייך א גרינע...

sharp
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:30 pm

תגובהדורך sharp » דינסטאג מארטש 15, 2016 1:45 pm

Will mention this to my mechanic. Thanks for your help!

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » דינסטאג מארטש 15, 2016 8:44 pm

sharp האט געשריבן:
verveist האט געשריבן:קען זיין די אלטערנעיטער (װאס טשארדשט די בעטערי בשעתען פארען, אבער א גוטער מעקאניק װאלט דאס סייװי געטעסט) טויג נישט

אפשר איז דא עפעס א באלב װאס בלייבט אנגעצינדען אין די קאר, װי אין די טיר אדער גלאװ קאמפארטמענט?

יאך פלעג נוצען ראסעל (ריפעירס אן װילס) אויף מעקדאנלט עװע. אויפן 24 שעה

מיין מעקאניק האט מיר מסביר געווען אז סקען נישט זיין די אלטערנעיטער ווייל דאס וואלט געמאכט פראבלעמען אפילו ווען די קאר איז אנגעצינדן, משא״כ ביי מיר איינמאל איך האב בעטארי איז אלעס אוקעי.

Anyway Tnx for your help.

לויט דיין צווייטע שאלה (אז די זוכסט א גוטע מ'קעניק) מוז נאך נישט ווער ווייסט זיין אפגעפרעגט .

בדידי הוה עיבדא אז מיין קאר פלעגט זייער אפט דארפן א באסט, אמאל איז עס געווען איבער נאכט און אמאל נאך פינף מינוט זיין אויסגעלאשן , בין איך געגאנגען צו א מ'קעניק און ער האט געטוישט אלטערנעיטאר [שוין נאכן טוישן בעטערי].

און וואונדער איבער וואונדער איך דארף שוין נישט באסטען מיין קאר .

sharp
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:30 pm

תגובהדורך sharp » מיטוואך מארטש 16, 2016 3:08 pm

פארוואס נישט האט געשריבן:

Who was your mechanic?

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » מיטוואך מארטש 16, 2016 3:57 pm

מיר דאכצעך אז זיי האבען געהאט א מאשין צו טעסטען די אלטערנעיטער.
װי עס זאל נישט זיין איז נישט קיין ראי-ה פון סתם פארען װאס דאן ציעהט די באטערי נאר א קליין פראצענט קייגען װען מען צינד עס אן
ועוד קען זיין אז דער אלטערנעיטער ארבעט א טראפ אבער נישט װי עס דארף צו זיין

#מקעניק אדער מעקעניש..

sharp
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:30 pm

תגובהדורך sharp » דאנארשטאג מארטש 17, 2016 9:43 pm

verveist האט געשריבן:מיר דאכצעך אז זיי האבען געהאט א מאשין צו טעסטען די אלטערנעיטער.
װי עס זאל נישט זיין איז נישט קיין ראי-ה פון סתם פארען װאס דאן ציעהט די באטערי נאר א קליין פראצענט קייגען װען מען צינד עס אן
ועוד קען זיין אז דער אלטערנעיטער ארבעט א טראפ אבער נישט װי עס דארף צו זיין

#מקעניק אדער מעקעניש..

At the end i went to your mechanic "repairs on wheels" they ran a test on the alternator, battery, starter and everything in bet. but everything came back positive, so they couldn't identify the problem.

So i'm still with the problem but it was good to know this mechanic as there service was really 5 stars.

Tnx!

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » פרייטאג מארטש 18, 2016 3:28 am

מיט פארגעניגען, אבער למעשה האבען זיי געהויבען הענט אדער זענען זיי געװען גרייט װייטער אריינצוקיקען דערין?

sharp
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:30 pm

תגובהדורך sharp » פרייטאג מארטש 18, 2016 11:37 am

געהויבן הענט.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג מארטש 18, 2016 2:45 pm

נעם א צווייטען אפיניען, אפשר וועט דאס א צווייטער טרעפן.

כ'אב א חשד אז ס'יז דער סטארדער, אפילו ער האט גארנישט געזען, מען זעט נישט גארנישט דערויף און פילייכט דערציילן'ס נישט די טעסטערס אויך נישט, עס'ז אן אינסייד זאך דער עלעקריטקעל סילינאוד איז אויסגעברענגט און אויב האט דאס נישט גאנצע 12 וואלטס דאן האט'ר נישט קיין כח צי סטארדען.

אויב ווייסטו נישט ווי ס'האלט דאן וואלט'ך אינוועסטעד אין א סטארדער.
נאט אייך א גרינע...

sharp
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:30 pm

תגובהדורך sharp » פרייטאג מארטש 18, 2016 3:29 pm

שכח @פליגל. העמער עס נעמען אין באטרכט

אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

תגובהדורך חכם ממה נשתנה » מוצ"ש מארטש 19, 2016 9:23 pm

איך האב געהאט אזאנס און עס איז געווען די סטארטער עס קען זיין פינף צו זיבן זאכן פארוואס א קאר סטארט זיך נישט
חכם מה הוא אומר מה ה.... וה..... "האלו" ואת אמר לו אין מפטירין אחר ה..... (הגדה של פסח)

ניק אחר
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 09, 2017 12:16 pm

תגובהדורך ניק אחר » זונטאג אפריל 07, 2019 1:31 am

א גוטע וואך

די קאר start זיך נישט, דער חבירים מעמבער וואס איז אראפגעקומען זאגט מיר אז די בעטערי איז גוט און עס איז א סטארטער פראבלעם.
איז דא א מעקענעיק אין די ברוקלין געגענט וואס וואלט אראפגעקומען? אדער מען דארף א towing truck?

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אפריל 07, 2019 1:54 am

אויב איזעס די סטארטער קען געלונגען עס צו סטארטן דורך קלאפן אויפ'ן סטארטער בשעת'ן סטארטן אבער די טריק ארבעט געווענליך נאר איינמאל סאו טוה עס נאר ווען ביסט גרייט צו פארן צו מעקעניק

נישט אלע חברים מעמבער'ס קענען די טריק און ווייסן וויאזוי עס צו טוהן

איין מאל ווען איך האב געהאט א סטארטער פראבלעם האבעך געמאכט טריפל עי און די נעקסטע טאג גערופן צו טאוען. זיי טוהען עס לכתחילה
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

ניק אחר
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 09, 2017 12:16 pm

תגובהדורך ניק אחר » זונטאג אפריל 07, 2019 2:03 am

הענדימען האט געשריבן:אויב איזעס די סטארטער קען געלונגען עס צו סטארטן דורך קלאפן אויפ'ן סטארטער בשעת'ן סטארטן אבער די טריק ארבעט געווענליך נאר איינמאל סאו טוה עס נאר ווען ביסט גרייט צו פארן צו מעקעניק
איך וועל פרובירן, עני ספעסיפיק אינסטראקשען׳ס?
נישט אלע חברים מעמבער'ס קענען די טריק און ווייסן וויאזוי עס צו טוהן

איין מאל ווען איך האב געהאט א סטארטער פראבלעם האבעך געמאכט טריפל עי און די נעקסטע טאג גערופן צו טאוען. זיי טוהען עס לכתחילה

גוט צו וויסן

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אפריל 07, 2019 9:20 am

ניק אחר האט געשריבן:איך וועל פרובירן, עני ספעסיפיק אינסטראקשען׳ס?

שווער פאר מיר מסביר צו זיין

דארפסט וויסן וואו דער סטארטער איז און קלאפן דערויף בשעת'ן סטארטן. נישט שטארק זעצן.

ווי פארשטענדליך דארפסטו דערפאר נאך איינעם
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

ניק אחר
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 09, 2017 12:16 pm

תגובהדורך ניק אחר » זונטאג אפריל 07, 2019 9:27 am

הענדימען האט געשריבן:
ניק אחר האט געשריבן:איך וועל פרובירן, עני ספעסיפיק אינסטראקשען׳ס?

שווער פאר מיר מסביר צו זיין

דארפסט וויסן וואו דער סטארטער איז און קלאפן דערויף בשעת'ן סטארטן. נישט שטארק זעצן.

ווי פארשטענדליך דארפסטו דערפאר נאך איינעם

Ok א דאנק פאר די הילף

Clm
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

תגובהדורך Clm » זונטאג אפריל 07, 2019 9:46 am

פין מיין עקספיריענס:
מיין קאר האט געמאכט פראבלעמען מיטען סטארדען... חברים מעמבער האט מיר געזאגט אז אין ברויך א נייע בעטערי. האבען מיר געטראגען די אויטא צים דאקטער געטוישט די בעטערי אין שוין.....
אבער ליידער ליידער איז די פראבלעים ווייטער געוועזען איך פלעיג קענען טרייען צי סטארדען 20 מאל ביז ער האט מיר געפאלגט. אסאך מאל האט ער בכלל נישט געפאלגט נאר געדארפט ריפען חבירים...
טא מעק די לאנג סטארי שארט. בין ארימגעלאפען צי אלע דוקטוירים פין שטאט יעדער האט געזאגט אן אנדערע פראבלעים אבער גארנישט האט געהאלפען... ביז ב"ה' הרב הצדיק Kings county auto body
נאך גרויס מי אין פלאג זיכען אין זיכען אין נישט אויפגעבען האט ער געזאגט
אז די אלטע בעטערי האט געלאזט אזא שמיץ איך וויס נישט ווי אזוי דאס הייסט..... אין דאס שטערט די power פין די בעטערי.....

ניק אחר
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 09, 2017 12:16 pm

תגובהדורך ניק אחר » זונטאג אפריל 07, 2019 11:34 am

ניק אחר האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
ניק אחר האט געשריבן:איך וועל פרובירן, עני ספעסיפיק אינסטראקשען׳ס?

שווער פאר מיר מסביר צו זיין

דארפסט וויסן וואו דער סטארטער איז און קלאפן דערויף בשעת'ן סטארטן. נישט שטארק זעצן.

ווי פארשטענדליך דארפסטו דערפאר נאך איינעם

Ok א דאנק פאר די הילף

Wow
די קאר האט זיך אנגעצינדן, נאכן קלאפן מיטן האמער..
יישר כח הענדימאן

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אפריל 07, 2019 7:43 pm

Clm האט געשריבן:פין מיין עקספיריענס:

מיין מעקעניק קלינט טאקע דעם קלעמפ וואס גייט אויפ'ן טערמינאל און לייגט א ספעציעלע גריס

ניק אחר האט געשריבן:Wow
די קאר האט זיך אנגעצינדן, נאכן קלאפן מיטן האמער..
יישר כח הענדימאן

ב"ה און א יישר כח פאר'ן מודיע זיין. עס געט חיזוק
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט