וואו איז הר סיני?

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

(קול מבשר)
לוי יצחק האט געשריבן:1345 - הרב יצחק זשינאגו פון צפת, איבער וואו געפונט זיך די בארג סיני, איבער עשרת השבטים, קבר אהרן הכהן, קבר אשר בן יעקב, און פערזענליכע איבערלעבענישן (דרעזנער)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

לגבי די קשיא (גאנץ אנהויב פונעם אשכול) אז עס איז נישטא קיין וואסער אונטערן בארג, קען מען לכאורה ענטפערן אז די רעדע איז פונעם "באר" וואסער, וואס איז דעמאלט דארט געווען מיט די אידן און איז היינט נישטא
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

לגבי רייען ווייעט מיט זיינע בילדער איז א געוואלד מיט דמיון אדער גלאט ליגנט און עס איז בכלל נישט לימיטעד צו הר סיני נאר אויך תיבת נח, דעם ארון, בלוט פון אותו האיש וכו'.
די אויפשריפטען און די יב מזבחות ועמודים האט נאך קיינער אויסער ער אליין נישט געזען.
וואס שטייט אין יוסיפין דערוועגן ?
אויפן אינטערוויו פון רב זשאגעלאו ברענגט ער ארויס אז לפי בעל כפתור ופרח ורב סעדי׳ גאון איז עס זשאבאל מוססא
חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של שמחה »

שטימט דאס מיט וואס עס שטייט און אלה מסעי פון הגה"ח הישיש ר' דן שווארץ שליט"א ?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

חיים של שמחה האט געשריבן:שטימט דאס מיט וואס עס שטייט און אלה מסעי פון הגה"ח הישיש ר' דן שווארץ שליט"א ?

וועמענס? דעם ליאזנער'ס? בכלל נישט! לויט ר' דן איז דער הר סיני דארטן וואו ס'הייסט היינט סיני פענינסולע (בערך וואו די אייסיס בארדערט ארום...), בכלל נישט אין די געגנט פון סאודי אראביע
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ר׳ דן טענה׳ט אז עס איז דער בארג וואס הייסט היינט סט. קאטארינא אויף וואס עס איז דא אויפן שפיץ אן אלטן מאנאסטיר ווי געברענגט. דער זשאבאל מוססא אדער אויף לשון קודש הר משה וואס רב זשונאגל רעדט איז גאנץ נאנט אינעם זעלבן געגנט נאר אן אנדער שפיץ וואס איז נידריגער פונעם קאטארינא בארג.
דער ליאזני רבי גייט בכל תוקף מיט רייען ווייעט׳ס שיטה וואס לייגן דעם בארג אויפן אנדערן זייט ים סוף און איז נישט אינעם סיני פענינסולע נאר
מזרח מים סוף המזרחי. דער פענינסולא איז אינצווישן דעם ים סוף המערבי והמזרחי און דארט זענען ביידע בערג סיי מוססא סיי קאטארינא
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

דער גאנצער שטח און לפי זה וויאזוי מען רעכנט די גבולות הארץ איז גאנץ פארוויקעלט און פארשטייט זיך קודם אנהייבן מיט ר׳ דן׳ס ספר וואס איז כהיום די בעסטע אין דעם נושא אבער מען קען נישט דארט בלייבן שטיין.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

ווי אזוי שטימט מדין מיט הר סיני?
משה רבינו געפינט זיך ביים שוער אין מדין, אבער פאשעט דמי שעף עטליכע הונדערט מייל אוועק, נאך א וואסער?

זעט בילד פון ר׳ דן׳ס ספר המפות
אטעטשמענטס
image.jpeg
חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של שמחה »

יהיה כן האט געשריבן:
חיים של שמחה האט געשריבן:שטימט דאס מיט וואס עס שטייט און אלה מסעי פון הגה"ח הישיש ר' דן שווארץ שליט"א ?

וועמענס? דעם ליאזנער'ס? בכלל נישט! לויט ר' דן איז דער הר סיני דארטן וואו ס'הייסט היינט סיני פענינסולע (בערך וואו די אייסיס בארדערט ארום...), בכלל נישט אין די געגנט פון סאודי אראביע

ניין ! אדער האב איך נישט געוויסט אז ר' דן שווארץ פון ירושלים נ"י [משרידי תלמידי בעל שומר אמונים] בעל מחבר קן ציפור ווערט גערופן ליאזנער,

און ר' געוואלד אויב האסטע יא געמיינט איהם, ווי ווייטער זאל מען גיין, אז די זאגסט אז מ'קען נישט דארט בלייבן שטיין ?
און איז ר' דן זז"ג אויך מסכים מיט דעהם וואס שטייט דא ?
ווייל די ביאורים שטייט טאקע נישט דארט - האט ער עס פשוט נישט געשריבן מחמת טעמים אחרים אדער נישט אנגעקומען ?
חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של שמחה »

נאטרויליסט
פון וועלכען ספר פון ר' דן קומט דאס בילד ?
ער האט ארויסגעגיבן באזונדרע בענדער פון מפות אליינ'ס ווייס איך, אבער כ'האב עס נישט געזעהן לעצטנס, אויך וויל איך טאקע וויסן וויפיל אזעלכע ס'דא,
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ליאזני מיינט רב דויטש פון בארא פארק בעל ליווינג תורה מוזיעם. דער שיטה וואס רב דויטש האט אגענומען איז געווען אמאל באשריבן אינעם עמי מאגאזין
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

מאפע מיט קאממענטס צו פארשטיין אביסל בעסער
אטעטשמענטס
sina.pdf
(72.81 KiB) געווארן דאונלאודעד 352 מאל
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

מ'האט עס לעצטנס איבער געדרוקט און ס'איז יעצט דא צובאקומען אין די ספרים סטארס.
חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של שמחה »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:ליאזני מיינט רב דויטש פון בארא פארק בעל ליווינג תורה מוזיעם. דער שיטה וואס רב דויטש האט אגענומען איז געווען אמאל באשריבן אינעם עמי מאגאזין

האט ער דאך אויב אזוי נישט ארויס געגיבן קיין ספר אלה מסעי איז וואס'שע מישט מען ?
לאלתר לחיים האט געשריבן:מ'האט עס לעצטנס איבער געדרוקט און ס'איז יעצט דא צובאקומען אין די ספרים סטארס.

וואס האט מען לעצטנס איבערגעדרוקט ?
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ווער מישט ? עס זענען געווען מאנכע וואס האבן גמיינט אז דער ליאזני רבי איז א ניקנעים פארן מחבר אלה מסעי האט מען דאס אויגעקלארט. עני אטהער קוועסטשונס ?
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

חיים של שמחה האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:מ'האט עס לעצטנס איבער געדרוקט און ס'איז יעצט דא צובאקומען אין די ספרים סטארס.

וואס האט מען לעצטנס איבערגעדרוקט ?

ארום א יאר ציריק, כ'האב עס געזען בערך אן האלב יאר ציריק אין בית הספר .
ר' דן (נישט דער ליאזנער) האט געזאגט בשעתו אויף א קול מבשר אינטערוויו אז מ'גייט עס איבער דריקען
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

נאטרוליסט האט געשריבן:ווי אזוי שטימט מדין מיט הר סיני?
משה רבינו געפינט זיך ביים שוער אין מדין, אבער פאשעט דמי שעף עטליכע הונדערט מייל אוועק, נאך א וואסער?

זעט בילד פון ר׳ דן׳ס ספר המפות

מיר האבן זייער גוטע קשיות אויף דעם שקרן ראן ווייעט, מיר לאכן אפ פון ליאזנער, אבער די קשיא איז זייער שווער:
משה רבינו האט דאך געוואוינט ביים שווער יתרו אין מדין, - יעצט וויאזוי איז ער אנגעקומען מיט זיינע שעף קיין הר סיני, וואס איז הונדערטער קילאמעטער אוועק, און נאך איבער א וואסער?

מדין איז דארט ווי סאודי אראביע איז היינט און הר סיני איז אריבער דעם וואסער, גאר טיף אראפ.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

נאטרוליסט האט געשריבן:

אז מען גייט ארום דעם ים סוף (פון מדין ביז מצרים און פון דארט אראפ צום מדבר) קען מען אנקומען צום מדבר דורך די יבשה, הגם עס איז א דוחק אז משרע"ה איז געגאנגען אזא מהלך, אפשר מיט קפיצת הדרך??
חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של שמחה »

יהיה כן האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:ווי אזוי שטימט מדין מיט הר סיני?
משה רבינו געפינט זיך ביים שוער אין מדין, אבער פאשעט דמי שעף עטליכע הונדערט מייל אוועק, נאך א וואסער?

זעט בילד פון ר׳ דן׳ס ספר המפות

מיר האבן זייער גוטע קשיות אויף דעם שקרן ראן ווייעט, מיר לאכן אפ פון ליאזנער, אבער די קשיא איז זייער שווער:
משה רבינו האט דאך געוואוינט ביים שווער יתרו אין מדין, - יעצט וויאזוי איז ער אנגעקומען מיט זיינע שעף קיין הר סיני, וואס איז הונדערטער קילאמעטער אוועק, און נאך איבער א וואסער?

מדין איז דארט ווי סאודי אראביע איז היינט און הר סיני איז אריבער דעם וואסער, גאר טיף אראפ.

אז מען גייט ארום דעם ים סוף (פון מדין ביז מצרים און פון דארט אראפ צום מדבר) קען מען אנקומען צום מדבר דורך די יבשה, הגם עס איז א דוחק אז משרע"ה איז געגאנגען אזא מהלך, אפשר מיט קפיצת הדרך??

דוכט זיך אז ר' דן זז"ג איז עס מסביר און ספר אויך מיט א בילד, כ'מיין נישט אז ס'שטייט ערגעץ אז ס'האט גענומען גאר א קורצע צייט ביז משה רבינו איז אנגעקומען ?
און חוץ מזה קען טאקע זיין מיט קפיצת הדרך וואס איז ניטאמאל אזא קלייניגקייט אז ס'דארף שטיין, בין מגדול ובין הים זאגן חז"ל [אדער און די ראשונים] אז ס'איז געוועהן מיט קפיצת הדרך,
מדין איז גראדע גלייך אנפאנג סאדי ארביע אבער ממש נעבן ירדן, קען מיט פון דארט אריבערגיין - אבער ווער זאגט אז מהאט נישט געקענט אריבער גיין דעהם ים סוף מזרחי מיט א שיף ?
לאלתר לחיים האט געשריבן:ארום א יאר ציריק, כ'האב עס געזען בערך אן האלב יאר ציריק אין בית הספר .
ר' דן (נישט דער ליאזנער) האט געזאגט בשעתו אויף א קול מבשר אינטערוויו אז מ'גייט עס איבער דריקען

דעהם עצם ספר אלה מסעי אדער די ספרי המפות וואס די עטליכע ? און ביטע טאקע זאגן די נעמען פון די בילדער ספרי המפות
לעצט פארראכטן דורך חיים של שמחה אום פרייטאג פעברואר 12, 2016 1:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

[size=10]ביטע מאכן א PDF פון די גאנצע שמועס מיט די ס"ה, און די אנדרע מאפע'ס PDF אדער בילדער וואס זענען שוין געוועהן דא - אריינגערעכנט, א גרויסען יישר כח ! חזק ואמץ.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יהיה כן האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:ווי אזוי שטימט מדין מיט הר סיני?
משה רבינו געפינט זיך ביים שוער אין מדין, אבער פאשעט דמי שעף עטליכע הונדערט מייל אוועק, נאך א וואסער?

זעט בילד פון ר׳ דן׳ס ספר המפות

מיר האבן זייער גוטע קשיות אויף דעם שקרן ראן ווייעט, מיר לאכן אפ פון ליאזנער, אבער די קשיא איז זייער שווער:
משה רבינו האט דאך געוואוינט ביים שווער יתרו אין מדין, - יעצט וויאזוי איז ער אנגעקומען מיט זיינע שעף קיין הר סיני, וואס איז הונדערטער קילאמעטער אוועק, און נאך איבער א וואסער?

מדין איז דארט ווי סאודי אראביע איז היינט און הר סיני איז אריבער דעם וואסער, גאר טיף אראפ.

אז מען גייט ארום דעם ים סוף (פון מדין ביז מצרים און פון דארט אראפ צום מדבר) קען מען אנקומען צום מדבר דורך די יבשה, הגם עס איז א דוחק אז משרע"ה איז געגאנגען אזא מהלך, אפשר מיט קפיצת הדרך??

אן אנדערע השערה האב איך צו פארענטפערן די קשיא ווי אזוי איז משרע"ה אנגעקומען פון מדין צום מדבר, אז בימים מקדם איז געווען א שטיקל חיבור פון יבשה, צווישן מדין און דעם מדבר (און אולי האט די שטיקל יבשה געהייסן 'אחר המדבר' וואס ווערט דערמאנט אין פסוק פרשת שמות), אריבער דעם ים סוף המזרחי, (אזוי ווי געוויסע חוקרים האלטן איבער אלאסקא אז ס'איז געווען אמאל מחובר צו סיביר-רוסלאנד, און דורך דארט זענען די ברואים אריבער פון אזיע קיין אמעריקא), און ברבות הימים האט עס דער ים סוף פארשוועמט
חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של שמחה »

פארוואס קען נישט זיין מיט א שיף ?

און וויפיל מאהל האט משה רבינו געדארפט אריבערגיין דעהם מהלך, אז מ'דארף רעכנען אז ס'איז ממש געוועהן א קורצע צייט ?
כ'פארשטיי אפילו פאר די איינצלע מאהל איז אויך א חידוש אז ס'זאל זיין ווייט עכ"ז.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

די קשיא וואס איך האב שוין יארן! האיך יתכן אז די אנגענומענע בעל מוזשא איז די ריכטיגע בארג סיני, אמער, בארג סיני איז דאךגעווען א קליינע בארג און בעל מוזשא איז דאך די גרעסטע בארג אין די געגנט???

הרב שמואל פוקס אויף קולמע ווייזט אויף מיט הוכחות ברורות אז די גאנצע מקור אז די בארג סיני איז די בעל מוזשא שטאמט "נאר" פון די נוצרים, און עס איז קיינמאל נישט געווען אנגענומען ביי כלל ישראל אז דאס איז די בארג!

ער רעדט דארט זייער צו דער זאך, אנווייזנדיג אז ווען א זאך איז "באקאנט" מיינט דאס נאכנישט אז ערליכע אידן האלטן אויך אזוי, און נישט אלעמאל מיינט דאס אז עס איז באקאנט געווארן דורך א אמת'ע מקור.

ער ציטירט דארט א יעב"ץ וואס זאגט קלאר אז דאס איז נישט דער בארג ווי די גוים האבן אנגענומען, וואס דאס מיינט דער בארג.

איי די שטיינער, די באקאנטע בארג סיני שטיינער, טענה'ט ער אז די גאנצע מדבר סיני איז פיל מיט אזעלכע בערג וואס האבן די שטיינער אויף זיך.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

יעצט ערב שבועות האט קולמע געהאט אן אינטערוויו מיט ר' יצחק זשנאגעל וואס לויט ווי ער זאגט שטייט דאס שוין אינעם ספר כפתור ופרח (מתלמידי הרא"ש) פרק ו' אז די הר סיני איז "ידוע". איז לכאורה מיינט ער די פלאץ ווי עס איז געווען ידוע שוין דאן מצד הנוצרים אויף דעים בעל מוזשא.

למעשה האב איך דאס געזיכט אין כפתור ופרח און נישט געטראפן. און אפילו אויב יא איז נישט זיכער צו מען קען דערויף בויען, וויבאלד לויט ווי עס ווייזט אויס איז דער כפתור ופרח אליין נישט געווען אויף דעים פלאץ, און שרייבט נאר אז עס איז ידוע.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אויפן אינטערוויא זאגט ער אויך אז רבינו עובדי׳ מברטנורא זאגט אויך אז עס אז יענער בארג.
דארף מען דאס אויך נאכזוכן.
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”