ACN - עי סי ען
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן
- פארוואס נישט
- שר חמש מאות
- תגובות: 772
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
- לאקאציע: רינגס און ארום
ACN - עי סי ען
איך האב שוין לאנג געוואלט וויסן וואס עס ליגט אונטער די עי.סי.ען. ביזנעס , איך האב 2 חברים וואס ארבעטן דארט און זיי זאגן אז זיי מאכן געלט.
די וואך האט די מאמענט א באשרייבונג איבער דעם , אבער איך וויל הערן וואס די עולם דא זאגט.
[פאר דער וואס ווייסט נישט וואס עי.סי.ען איז :
עס קאסט פינעף מאות צו ווערן א אגענט דארט און מ'דארף ארבעטן אויף מענטשען אז זיי זאלן באצאלן זייער בילל'ס דורך ACN אזוי אויך קענען זיי פראסעסן קרעדיט קארדס, און די אגענט באקומט עפעס א פארצענט. דאס איז בערך וויפול איך ווייס].
ווייסט איינער ווי קראנט עס איז ?
(אויב עס איז שוין דא אזא אשכול ביטע צוצייכנען)

acn
איך בין א אגענט פאר acn אין איך קען זאגן אז גרויס כעלט מאכט מען נישט אפשר פעניס אין היינט קאסט עס נאר פיר מאות צי ווערן א מעמבער אין דאס איז א נייער זאך פון פאר דריי חדשים פאר עני שעלה פרעג איך וועל ענפערן
-
- שר מאה
- תגובות: 214
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 19, 2015 1:45 pm
די איינציגסטע קשיא וואס באדערט מיר איז פארוואס דארף מען צאלען 500 אדער 400 צי קענען ווערן א סעילס מאן פאר א קאמפעני?
און די וועלט פון סעילס ווען די פארקויפסט אן אייטעם באקומט מען קאמישאן דערויף, עס איז דא זאכן וואס כדי צי קענען באקימען ליגעל קאמישען דארף מען האבן לייסענס פאר די זאך אויף וואס מען וויל באקימען באצאלט. אבער מען הערט קיינמאל נישט אז מען זאל דארפען באצאלען א פי כדי מען זאל מיר לאזן האבן די מעגליכקייט צי קענען פארקויפן און קענען באקימען נאכדעם א קאמישען.
די איינציגסטע פלאץ ווי עס ארבעט אזוי איז ביי MLM און דעס פארשטיי איך נישט, ממה נפשך איז דא פלאץ פאר קאמישאן געב מיר מיין קאמישאן און א גיטן טאג, איז נישט דא פלאץ דעמאלט מהיכן ירק זה חי.

- יין המשומר
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 333
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 08, 2015 12:55 pm
בין איך אמאל געווען דערינען, וועל איך איבערגעבן אין קורצן.
מען 'קען' מאכן שיין געלט. אבער מען דארף האבן די ריכטיגע סעילס סקילס (און דערפאר טאקע האב איך איינגעזען אז מיין פלאץ איז נישט דארט...), פאר איינע וואס האט די ריכטיגע סקילס, קען עס זיין א גוטע אפארטיוניטי. איך קען עטליכע וואס האבן שיין געמאכט געלט, אבער באמת שיין, און זייער אינקאם וואקסט כסדר. אבער איך קען אסאך מער וואס האבן קיינמאל קיין פירות נישט געזען. (מעגליך אז ער האט צו שנעל באקומען קאלטע פוס, אדער איז נישט געמאכט געווארן צו רעדן צו מענטשן, באט יו געט די פוינט. מען דארף זיין געמאכט דערפאר).
וועגן די פראגע פארוואס מען דארף צאלן געלט, עס האט עטליכע סיבות. איינע פון די איז א סטראטעגישע/פסיכאלאגישע חשבון... ווען א מענטש אינוועסטירט אפאר הונדערט דאלער, וועט ער טון אלעס אין די וועלט ער זאל עס צוריק מאכן, בלייבן א לוזער וויל ער דאך נישט, און דערפאר וועט ער ארבעטן מער פלייסיג בכדי צוריקצוזען זיין געלט. משא"כ ווען עס קומט אומזיסט טראכט ער כ'האב נישט קיין געדולד יעצט זיך אפצוגעבן דערמיט, נעקסטע וואך וועל איך טון עפעס צו מאכן געלט... און די ענדע איז פארשטענליך פון זיך אליין..
איין זאך איז קלאר, כולל יונגעלייט זאלן זיך נישט איינרעדן אז דא גייען זיי מאכן פרנסה... ליבערשט גייטס ארבעטן ווי נארמאלע מענטשן, לערן דיך אויס אביסל וויזוי מען טוט ביזנעס אין די אלגעמיינע וועלט, און קריך אראפ פון די נערוון פון דיינע שוואגערס... נאכדעם וואס דו ביסט שוין א געהעריג געסעטלטע מענטש מיט א פול טיים דזשאב, און די שפירסט אז דו האסט גוטע סעילס סקילס, אז דו האסט נאך א שעה צוויי איבריג יעדן טאג, אז האסט אן איבריגע 5 מיאות אין טאש גרייט צו ריזיקירן דערמיט, טריי עס אויס. (און פארגעס נישט מיר צו שיקן קאמישאן ווען דו ווערסט אן עושר...)

ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען נישט אפנארן.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4655
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm
- פארוואס נישט
- שר חמש מאות
- תגובות: 772
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
- לאקאציע: רינגס און ארום
- אַבּערוואַס
- שר האלפיים
- תגובות: 2178
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm
יאפ, איך געדענק נאך דעם טעקסט מעסעדזש בערך אנדערהאלבן יאר צוריק, פין א חבר מיינער אויב איך ווילל אריבערקומען צו א "מיטינג", וואו מ'גייט פרעזענטירן ACN, און דארט טיילט מען דעם שליסל צו גליק.
זייענדיג בטבע נישט קיין שפרינגער. האב איך געמאכט מיין שנעלע ריסוירטש, נאך בערך צוואנציג מינוט, האב איך צוריקגעטעקסט דעם יונגערמאן מיט א קלארקייט: שטיי אוועק דערפין! און נער נישט אריין דיינע ידידים דערין, דאס איז גארנישט מער פין א לעגאל אויסגעארבעטע שווינדל, אדער ווי אנדערע גלייכן דאס צו רופן מיט א שענערע נאמען "מולטי לעוועל מארקעטינג"!
יא ברודערלעך, שמעקט'ס די קאווע! די בעסטע אויסדרוק אויף דעם איז א "ליגעל סקעם", היות אויב איינער הייבט היינט אן, איז בדרך הטבע כמעט נישט מעגליך צו מאכן געלט! אבער זיי האבן לויער'ס וואס ארבעטן אויס אלעס אז מ'זאל זיי נישט קענען סוען.
און אנדערע ווערטער, בדרך הטבע קען מען עט דיס סטעידזש נישט מאכן קיין גרויסע געלטער דערפין (אויב בכלל עפעס), און אויב איינער האט יא סעילס סקיל'ס זאל ער גיין פארקויפן סיי וואספארא אנדערע גוטע פראדוקט, און ער וועט מאכן אסאך מער. פינטל!
אבער לאמיתו של ענין, וואו אין דער וועלט נעמט א היימישע יונגערמאן די הארץ צו גיין איינרעדן מענטשן אריינצוגיין אין א זאך וואו (ער ווייסט אויך אז) רוב מענטשן דערלייגן זייער געלט, איז דאס דען נישט קיין גניבה? אין מיין דיקשאנערי יא! אויב נישט, דאן עכ"פ א דירעקטער גורם (גניבת דעת איז אפגערעדט)! איר ווילט מאכן גרינג געלט? מהיכי תיתי, בא'גנב'ע א באנק! וואס זענען אייערע אידישע קרובים און ידידים שולדיג אז איר קענט זיי?! אפגערעדט, אז צום סוף מאכן רוב פין די אגענטן אליינס נישט צוריק זייער געלט...
אגב, אפי' די אלע ביליגע געז און עלעקטעריק פארקויפעכט'ס וואס שטימען יא אויף פאפיר, איז לאוו דווקא ביליגער ביי די ענד אוו די דעי, צו ווייל די יוטיליטי קאמפאני קען צו-רוקן א דעליווערי טשארדזש, צו ווייל מ'דארף צאלן א קענסעלעישן פי אויב וויל מען אוועקגיין, צו ווייל מ'איז גע'לאק'ט אויך ווען די פרייזן גייען אראפ, וכו'. און וויפיל מאכט איר שוין אלס אגענט? איז דאס ווערט די ארבעט וואס איר לייגט אריין? איז דאס ווערט די שאדן וואס אסאך פין די אידן האבן סוכ"ס?
ביטע, טייערע ברודער! סיי וואס איר ווילט טון, מאכט עכ"פ אייער דו דילידזשענטס פאר איר דרייט אריין אנדערע. און עצה טובה קמ"ל, אויב ווילט איר מאכן געלט, דאן גייט זוכן א דזשאב... דעיר איז נאו שארט קאט'ס אוט דעיר!

ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
- לאנדאן שטופער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 352
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm
לעצטענס איז עס אריבער קיין ענגלאנד אויך, איך האב אפאר חברים וואס ארבעטן ביטער שווער פארדעם ווייל זיי גייט עס יא געלונגען זיי גייען מאכן טויזענטערס למעשה נאך אויסגעבן א שיינע פאר פונט זענען רוב ארויסגעפאלן, דער וואס זענען נאך אין דעם מאכן אויך פעניס ארום 50 פונט א חודש (נישט יעדער חודש) אבער נאכן פארלירן די כולל געלט לוינט עס נישט.
איך האב געזאגט פאר איינע פון מיינע חברים בלייב אין כולל וועסטו כאטש מאכן א הונדערטער יעדע וואך.

שוין גארנישט קיין שטופער...
קרעדיט: משהזוךמיר
קרעדיט: משהזוךמיר
- פארוואס נישט
- שר חמש מאות
- תגובות: 772
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
- לאקאציע: רינגס און ארום
-
- שר מאה
- תגובות: 108
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 07, 2018 3:02 pm
זייט דע שמועס וועגן עי סי ען דא אויפן וועלטעל איז שוין דורך א היבשע וויילע,
איך בין געווען ביי אזא מיטונג ביי מיין חבר אין שטוב אפאר טעג צוריק,
איך וויל הערן וואס דע עולם האלט צו עס איז כדאי זיך אריינצולייגן אין דעם פאר א סייד דזשאב,
איך בין נישט אין די ליין פון סעילסען, איך האב עס קיינמאל פרובירט, איז טאקע אזוי אז מען דארף זיין א גיטע סעלסמאן אריינצוגיין אין דעם??,
איך וויל הערן וואס דע עולם האלט דערוועגן,
א דאנק פון פאראויס.

- Horizontal
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 326
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
- לאקאציע: אין די ברייט
איך בין געווען דערין
גראדע פארמאג איך געוויסע סעילס סקילס אבער איך האב זייער שווער געארבעט און זייער ווייניג געלט געזען דערפון
איך קען אינגעלייט וואס האבן געמאכט געלט אבער מ'דארף באמת קענען און ס'איז נישט גרינג
איין זאך איז זיכער. אויב גייט מען אריין דערין אלץ א זייטיגע זאך גייט מען זיכער נישט מצליח זיין! מען דארף עס נעמען ווי א פול טיים דזשאב און גיין צו טרעינינג (זיי שטעלן געווענליך צו)
-----------
בקיצור נמרץ די סיבה (וואס איך האלט) פארוואס איך האב נישט מצליח געווען מיט זיי, איז ווייל זיי זענען בדרך כלל טייערער ווי אנדערע
ווען איך פארקויף סיי וואספארא אייטעם אדער סערוויס קען איך זאגן פאר'ן קאסטומער אז מיין סערוויס איז די בעסטע אדער לכה"פ בעסער ווי דעם ביליגן און היות ס'איז אמת בין איך באקוועם עס צו זאגן און דער קאסטומער שפירט עס
ביי יוטיליטיס אדער די אנדערע זאכן וואס ACN פארקויפט איז קיין שום חילוק נישט אין די קוואליטעט צווישן זיי און אן אנדערע פראוויידער סאו די איינציגסטע פלאץ וואו איך האב געקענט פארקויפן זייערע סערוויסעס איז געווען ווען איינער איז געווען ביי א גאר טייערע פראוויידער וואס דאן האב איך געקענט צושטעלן עפעס וואליא פארן קאסטומער (סתם בעטן מענטשן צו קויפן ביי מיר איז נישט קיין אפשען)
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אזוי
רוב מענטשן זענען געווען אויף עמביט אדער אנדערע ביליגע פראוויידערס און ס'וואלט מיר נישט בייגעפאלן זיי צו מאכן באצאלן מער (כ'וואלט עס אויך נישט געטון פאר א לא לנו ודי)
אסאך זענען געווען דירעקט אונטער קאן עדיסאן און נישט געוואלט אוועקגיין
געציילטע זענען געווען ביי גאר טייערע קאמפאניס און ווען איך האב זיי אויפגעקלערט זענען זיי אריבערגעקומען צו מיר (ACN) און נאך א שטיק צייט האט זיי איינער געוויזן אז ס'איז דא נאך ביליגער און זיי זענען אהינגעגאנגען
אפאר זענען גראד נאכן הערן פון מיר אז זיי זענען געווארן ריפּד אףף, געגאנגען טשעקן צו ס'איז דא ביליגערס (זיי האבן שוין געהאט געהערט דערפון אבער האבן נישט געוואוסט וויאזוי געוואר צו ווערן צי זיי צאלן אסאך) און טאקע געטראפן ביליגערס
איך האב מיר געמאכט א סך הכל אז די שעות וואס איך האב אריינגעלייגט זענען נישט ווערט געווען פאר די ריטורן
ס'קען זיין אז אויב איך וואלט ווען געבליבן דערין לענגער, וואלט איך בעסער געוואוסט וויאזוי צו טרעפן אזעלכע וואס צאלן איבער (כ'האב געטראפן ענליכקייטן צווישן אלע אבער איך געדענק שוין נישט) אבער כ'בין שוין געווארן אויסגעברענט. מעגליך ווייל כ'בין נישט געגאנגען צו קיין טרעינינג
אויך איז די עיקר סיבה פארוואס איך בין אריין דערין ווייל איך געוואלט האבן א ריזידזשועל (residual) אינקאם (כ'מיין אזוי הייסט עס) די אטאמאטישע אינקאם און איך האב למעשה געזען אז איך גיי אייביג דארפן ארבעטן און ברענגען נייע קאסטומערס צו רעפלעיסן די וואס גייען אוועק און כ'בין נישט געווען צו אינטערעסירט דערין
-------------
אז איך האב שוין די מייק אין די האנט וויל איך אויסשמועסן די עצם איידיע פון מלמ (Multi Level Market)
קודם די טייטש פון מלמ
א סעילסמען באקומט געווענליך א קאמישען. ווייל מ'וויל אים געבן א דרייוו צו פארקויפן ווי מער
יעצט לאמיר דיר פארשטעלן א סינעריא
ביזנעס איז באאמינג און מ'דארף נאך א סעילסמען און דער בעה"ב פרעגט דעם סעילסמען צו ער ווייסט פון איינעם וואס וואלט געווען א גוטער סעילסמען
יעצט טאמער (ראובן) דער סעילסמען ברענגט אריין (שמעון) א מער געשליפענעם סעילסמען ווי אים אליין האט ער זיך בידים אונטערגעהאקט די אייגענע פיס ווייל ער וועט אים אוועקנעמען אלע קאסטומערס און צוזאמען מיט דעם זיין קאמישען
וואס טוט א קלוגע בעה"ב? ער זאגט פארן סעילסמען אז יעדע סעילסמען וואס ער ברענגט אריין גייט ער אים געבן א קליינע קאמישען אויף אלעם וואס ער פארקויפט און אפילו אויב דער צווייטער ברענגט א דריטן אונטער זיך וועט ער נאכאלץ באקומען. יעצט וועט ראובן נישט האבן קיין פראבלעם צו ברענגען שמעון ווייל ס'איז דא גענוג פאר יעדן און ער ווייסט אז ווי מער שמעון וועט פארקויפן וועט ער מאכן געלט אן צולייגן א פינגער אין קאלט וואסער
ראובן'ען געפעלט די איידיע פון מאכן געלט אן ארבעטן און ער באשליסט צו גיין זוכן נאך גוטע סעילסלייט און אזוי בויט זיך די קאמפאני
שמעון קען אויך באשטיין צו מאכן א גרינגען דאלער און ברענגט אויך אריין לוי און די קאמפאני וואקסט ווי אויף הייוון און יעדער איז העפי
דאס איז טייטש מלמ
ס'גייט אבער ווייטער און יעצט ווערט א פראבלעם
לוי באשליסט פארוואס זאל איך ארבעטן ווען איך קען האבן יודא ארבעטן אנשטאט מיר און איך וועל מאכן געלט אזויווי ראובן און שמעון?
ער הערט אויף צו ברענגען סעילס און ברענגט נאר סעילסלייט
ראובן און שמעון טוהען די זעלבע
די פראבלעם איז צוויי פאכיג
1) די קאמפאני מאכט נישט קיין געלט ווייל אנשטאט ברענגען קאסטומערס און סעילס איז יעדער ביזי ברענגען סעילסלייט
2) די סעילסלייט גייען אויך קיינמאל קיין געלט נישט מאכן צוליב די זעלבע סיבה
פארדעם מאכט די קאמפאני א פאליסי אז כדי צו מאכן קאמישען מוז מען אויך אליינס ברענגען סעילס. יעצט זענען אלע פראבלעמען געקאווערט
דערווייל איז אלעס אקעי. רייט?
המשך יבוא אי"ה

כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
- Horizontal
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 326
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
- לאקאציע: אין די ברייט
יישר כח מיסטער הענדימאן זייער קלאר מסביר געווען, איך עדמייער דיין שטארקייט נישט צו בעטן א מענטש זאל צאלן מער בלויז ווייל עס לוינט זיך דיר... ווי פשוט עס הערט זיך איז ליידער דא צופיל וואָס זענען עובר אויף יעצנו רע אין גרויסן צו מאַכן א טאלער.
נאך שענער וואלט געווען ווען די סיינסט אויף אויך ביי ענביט, און די אנדערע פאר צו טאקע קענען אפפערן די בעסטע אויסוואל פארן קאסטומער.
בדרך אגב איך האב אפאר יאר ארומגעשפרינגן ביי עטליכע קאמפעני'ס, סוף דבר איז מיר אויסגעקומען אז בלייבן ביי די פירמע אליינס וואלט איך געשפארט איבער הונדערט דאלער אין איין יאָר! (קאנ-עדיסאן מיט נעשינעלגריד האָבן אזעכע קאַלקולאַטאָרס אנליין ווי מען קען פונקטליך זעהן די חילוק).
דאן האב איך מחליט געווען אז כ'לאז מיך מער נישט פארפירן פון די אגענטן און מ'בלייבט דיירעקט. דאָס האָט אנגעהאלטן ביז איינער האָט געבעטן ברחמים כ'זאל פשוט העלפן מיט די 'פרנסה'.. האב איך געזען אז דער האט געלייגט א דריטענס נאָמען אלץ מיין אגענט, דאס איז א שפּיל וואָס אסאך שפּילן כאילו מען האט אסאך אגענטן אונטער זיך, ריפורט מען יעדע פאר אקאונטס אונטער א צווייטע נאמען... עני וועי לאמיר האפ אז עס וועט מיר נישט צופיל קאסטן די נארישקייט און מענטשן זאלן זיך באזינן אז ס'איז נישט ריכטיג זיך ארויפצוזעצן אויף משפּחה אוו גוטע פריינט פאר אייגענע חשבונות.

- נישט שלאפן
- שר חמישים
- תגובות: 65
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2018 10:43 pm
איך בין איינע פון די יונגעלייט וואס האט אינוועסט אפאר מאות ''ווייל מ'גייט מאכן גרויס געלט''
איך האב געברענגט די הערשטע 10 קאוסטומערס,
געמאכט האב איך אפאר נארישע פעניס.
אפאר חברים וואס ווילן מער נישט רעדן מיט מיר.
אונדערנאך צוגעזעהן נעבעך ווי מיינע חברים, די גאר גרויסע טיעמס וואס איך האב געציעלט צו אויסזעהן ווי זיי, לאזן עס עס אפ אינמיטן א טאג, והנה חלום..
די פראבלעם פון זיי איז אז מ'מאכט 'יא' אפאר קליינע פעניס.
אזעלכע קליין געלט, פשוט א ליצנות!
און דאס איז די סיבה וועגן וואס ס'גייט נאך אן.
איך האב שוין נישט אזוי רחמנות אויף יידיש געלט וואס ווערט פארגאסן, ווי אויף תמימותדיגע יונגעלייט וואס כאפן אינמיטן א טאג ווי זיי האבן געפעגערט זייערע אלע חברים וקרובים, און יעצט, גרויסע בושות.

נישט שלאפן האט געשריבן:איך האב שוין נישט אזוי רחמנות אויף יידיש געלט וואס ווערט פארגאסן, ווי אויף תמימותדיגע יונגעלייט וואס כאפן אינמיטן א טאג ווי זיי האבן געפעגערט זייערע אלע חברים וקרובים, און יעצט, גרויסע בושות.
א אינגערמאן האצעכמער אמאל אויסגערעדט. ער איז געווען אין א מלמ און ער שעמט זיך פשוט צו באווייזן זיין פנים אין זיין ביהמ"ד. ער האצעך אזוי צונאר געלייגט
אגב. איך זעה איך בינאך שולדיג א המשך אבער וואזאלעך טון אז כאניש קיין צייט