מיין שפאציר און די פרוכט געשעפט - כי האדם עץ השדה.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

מיין שפאציר און די פרוכט געשעפט - כי האדם עץ השדה.

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך פאברואר 03, 2016 10:16 pm

כי האדם עץ השדה, די מענטש צו פירות איז גע'גליכען,
טראכט אריין, וואס פאר א שייכות, צווישען זיי איז
פארהאנען?...

כי האדם עץ השדה, לאמיר זיך און דעם פארטיפען,
קום, וועל איך דיר אנפלעקען, מגלה זיין דעם סוד
דעם זיסען...

און געשעפט, אויף א שפאציר, אסאך סאָרטן פירות
איך זעה פאר מיר,
נאר צו זעהן, אזוי באקוועם, און זייער איינגענעם...

ס'טיט בארירען, פול קאָלירן, שאפט א אטמאספערע
אזא זיסן,
איך ווער פאר'מוח'עט און פארטראכט, מיינע אויגן
צו געמאכט...

יעדע פרי, האט זיין איינגשאפט, פאר עפעס וויכטיג
איז געמאכט,
איינער איז גיט צו קאכען, איינע צו טריקענען, א דריטער
אויס צו קוועטשען...

יעדע פרי, האט זיך זיינע טאלאנטען, אויף וואס ער טיט
ציניץ קימען,
און נאר ווען יעדער צוזאמען, טיט זיך דאס זייניגע, שאפט
דאס אלע טעמים....

כי האדם עץ השדה, טראכט גיט און דעם אריין,
יעדע מענטש, איז מיט טאלאנטן געבענטשט, און
טיט זייער וויכטיג זיין...

כי האדם עץ השדה, טראכט גיט און דעם אריין,
יעדע מענטש, איז מיט טאלאנטן געבענטשט, און
טיט זייער וויכטיג זיין...
---

און געשעפט, האט זוך מיר אנטפלעקט, נאך א רעיון,
נאך א ענין,
געוויסע פירות, יעצט און ווינטער, זענען בכלל נישט
צו געפונען...

דער געשעפט'ס מאן, טיט מיר ערקלערען, איך טי
געוואר ווערען,
געוויסע פירות, איז נישט יעצט די סיזען, און מען קען
זיי נישט באקומען...

געוויסע פירות, און די ווינטער, אינגאצען גייען אינטער,
אן קיין אנדענק, קיינער געדענקט, און ניטאמאל קיינער
בענקט...

איך טראכט אריין, וואס וועט דא זיין, צי וועט מען זיי נאך
אמאל זעהן?
איך ווער באנומען, טרערן רינען, איך קען נישט צו זיך
קומען...

כי האדם עץ השדה, טראכט מיט א טיפען בליק,
אמאל עליות, אמאל ירידות, אסאך מאל גייט נישט
גוט...

אסאך מאל זמנים, איז פארהאנען, וואס די גוטע טעג
ווערען פארגעסן,
די האלטסט נישט אויס, ס'קיקט גאר אויס, אז גוטע טעג
וועט שוין נישט קומען,

כי האדם עץ השדה, אט קימט שוין די זומער,
פון דאס ניי זיך גענימען, מיט א פריש'קייט אלעס טיט בליען,
אלזא, וויש דיר אפ דיינע טרערן...
---

כ'האב היפש אביסעל צייט גע'ארבעט אויף דעם, און ווי איר קענט זיך פארשטעלען, האב איך עס אנגעפאנגען צו שרייבען חמשה עשר בשבט, אבער עס נאר שפעטער אנגעקימען עס צו ענדיגען, עכ''ז איז דער מעסעדזש גיט צו אלע צייטען, האב איך אפגעמאכט עס ארויף צו לייגען, אפשר וועלען אנדערע קענען ארויס נעמען א חיזק, אדער כאטש הנאה האבען פון דעם,
קריטיק אדער פידבעק איז very welcome
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
נער הייתי
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 5:12 pm

תגובהדורך נער הייתי » מיטוואך פאברואר 03, 2016 11:20 pm

סאיז זייער שיין שכח, "אפילו סאיז שוין נאך די סיזען "

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך פאברואר 03, 2016 11:37 pm

#גראמטיקעל!
ווערי נייס.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 12:35 am

גאלדענע, א שיין שטיקל, א הערליכע רעיון.
הק' איש ימיני

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 10:36 am

גערעכטער האט געשריבן:גאלדענע, א שיין שטיקל, א הערליכע רעיון.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 11:21 am

ווען עס גייט א טרערל,
מ'פיעלט זיך טרוקען ווי א קערל...

טוט גאלדענע דערמאנען,
מען זאל ווייטער שפאנען,
ווייל עס זענען גוטע טעג פארהאנען...

ישר כח!

פאעזיע צו גראמען,טוט מיר נישט אזוי אינטרעסירן,
די עיקר די הארץ זאל שפירן....

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג ינואר 20, 2019 9:46 pm

ארויף
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג פאברואר 10, 2020 2:33 pm

דאס געשריבען אין א יאר ווען איך אדורך א געוויסע שווערקייט. אפשר וועלן אנדערע אויכעט א חיזוק ארויס נעמען לכבוד חמשה עשר.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
אלטער
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » מאנטאג פאברואר 10, 2020 8:36 pm

זייער שיין, סברענגט ארויס זייער א שטארקע חיזוק גוט אוועקצולייגן....

די באהאלטענע גראמען צווישן די שירות איז אויך זייער שיין
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

Haklal
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מאנטאג פאברואר 10, 2020 10:24 pm

Wow, א געוואלדיגע רעיון אין חיזוק


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: button און 16 געסט