דרעזנער האט בשעתו מעתיק געווען גאר אן אינטערעסאנטער שמועס צווישן בראדער און הרב ר' שלמה זלמן הורוויץ זצ"ל וועלכער איז געווען רב אינעם גאליציאנער שטעטל פאטיק, און שפעטער האט ער געוואונט דאהי אין ברוקלין. היינט האט ידידינו ר' הירשל ציג דערווישט דעם אריגינעלן רעקארדירונג מיטן פאטיקער רב, זעהט דא:
http://theantitzemach.blogspot.com/2014 ... st_22.html
-
אין אנדערן אשכול האט הרב זיידעניו מעתיק געווען וואס דער פאטיקער רב האט דערציילט ביי א געלגענהייט במחיצת דעם סקולענער רבי'ן זצ"ל:
זיידעניו האט געשריבן:רבי שלמה זלמן הורוויץ אב"ד פאטיק, האט דערציילט, ווען ער איז ביי די מלחמה יארן אנטלאפן פון די דייטשן ימש"ו, האט ער זיך אויפגעהאלטן ביים סקולענער רבי זצ"ל.
אין א דאנערשטאג נאכט איז די רעביצין אריין צו אים, און זי האט זיך פאר אים אפגערעדט, אז זי האט נישט קיין איין פרוטה צו מאכן שבת? און אין איר הויז, האבן זיך דעמאלט אויפגעהאלטן אסאך פליטים, קינדער און ערוואקסענע, און דער רבי זיצט זיך רוהיג ביי זיין צימער און לערנט און דאווענט, ווי גארנישט וואלט אים געהארט! צוליעב דעם, בעט זי, פון דעם פאטיקער רב, ער זאל אריין גיין צום רבי'ן, און ער זאל אים מעורר זיין אז מען דארף עפעס טוהן צו שאפן געלד אויף שבת!
דער פאטיקער רב איז אריין צום רבי'ן, און ער האט פאר'ן רבי'ן פארגעלייגט די טענות פון די רעביצין, פון ווי זאל זי נעמען צו מאכן שבת ?
דער רבי האט אים געזאגט מיט א שמייכל, זארגט זיך נישט, אין דעם זכות פון די קינדער יתומים, וואס זיי זענען ביי מיר, וועט דא גארנישט פעלן, ווייל די גמרא זאגט "תינוק וככר בידו", יעדעס קינד ווערט געבוירן, און ס'איז דא פאר אים ברויט, און דער טאטע פון די יתומים וואס דאס איז דער אויבערשטער, וועט זיכער נישט לאזן די קינדער הונגערן. און אין זייער זכות, וועלן אונז אויך האבן צו עסן. איז פארוואס דארף מען זיך זארגן? איצטער איז דאך נאר ליל שישי, און עס איז נאך דא צייט ביז שבת, מען דארף זעהן צו אריינטראכטן, און אנגרייטן א נייעם ניגון אויף "ישמחו במלכותך", לכבוד שבת.
דער פאטיקער רב, דערציילט, ווען איך האב געזען, ווי דער רבי רעדט מיט אזא גרויסן בטחון, האב איך אים מער נישט דערקוטשעט, איך האב נאר געווארט צו זעהן פון ווי וועט דער ישועה קומען!
פרייטיג פארטאג'ס, איז א איד געקומען צום רבי'ן, און האט אים געברענגט א גרויסן סכום געלד, ער האט געזאגט פאר'ן רבי'ן, אזוי ווי, ער וויל זיך אריבער שווערצן די גרעניץ פון רומעניא, און ווי ער הערט, האבן זיי לעצטנס געכאפט די וואס האבן זיך אריבער געשווערצט דעם גרעניץ, און זיי האבן פון יענעם אוועק גענומען אלעס וואס מען האט ביי אים געפונען, דעריבער האט ער מחליט געווען, זיך נישט אריבער שווערצן, מיט געלד און די הענט, ער האט געזאגט פאר'ן רבי'ן, "ס'איז מיר ענדערשט אז מיין געלד, זאל בלייבן ביים רבי'ן, ווי עס זאל חלילה אריינפאלן אין די הענט פון די קאמוניסטן" - נאר איין זאך בעט איך פונעם רבי'ן, ווען דער רבי וועט זיין אינדרויסן פון די קאמוניסטן, זאל ער דאס געלד מיר צוריק געבן.
דער רבי האט מסכים געווען צום געשעפט, ער. האט איבער גענומען דאס געלד פונעם איד, און ער האט געזאגט מיט א שמייכל צום פאטיקער רב, "איר זעהט, אז אין זכות פון די יתומים, וועלן מיר האבן צו מאכן שבת".
-
ווען איז דער פאטיקער רב אוועק, וואו ליגט ער און וואס איז געווען זיין יחוס למעב"ק?