לוי יצחק האט געשריבן:1345 - הרב יצחק זשינאגו פון צפת, איבער וואו געפונט זיך די בארג סיני, איבער עשרת השבטים, קבר אהרן הכהן, קבר אשר בן יעקב, און פערזענליכע איבערלעבענישן (דרעזנער)
וואו איז הר סיני?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4054
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
לגבי רייען ווייעט מיט זיינע בילדער איז א געוואלד מיט דמיון אדער גלאט ליגנט און עס איז בכלל נישט לימיטעד צו הר סיני נאר אויך תיבת נח, דעם ארון, בלוט פון אותו האיש וכו'.
די אויפשריפטען און די יב מזבחות ועמודים האט נאך קיינער אויסער ער אליין נישט געזען.
וואס שטייט אין יוסיפין דערוועגן ?
אויפן אינטערוויו פון רב זשאגעלאו ברענגט ער ארויס אז לפי בעל כפתור ופרח ורב סעדי׳ גאון איז עס זשאבאל מוססא

- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4054
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
ר׳ דן טענה׳ט אז עס איז דער בארג וואס הייסט היינט סט. קאטארינא אויף וואס עס איז דא אויפן שפיץ אן אלטן מאנאסטיר ווי געברענגט. דער זשאבאל מוססא אדער אויף לשון קודש הר משה וואס רב זשונאגל רעדט איז גאנץ נאנט אינעם זעלבן געגנט נאר אן אנדער שפיץ וואס איז נידריגער פונעם קאטארינא בארג.
דער ליאזני רבי גייט בכל תוקף מיט רייען ווייעט׳ס שיטה וואס לייגן דעם בארג אויפן אנדערן זייט ים סוף און איז נישט אינעם סיני פענינסולע נאר
מזרח מים סוף המזרחי. דער פענינסולא איז אינצווישן דעם ים סוף המערבי והמזרחי און דארט זענען ביידע בערג סיי מוססא סיי קאטארינא
דער ליאזני רבי גייט בכל תוקף מיט רייען ווייעט׳ס שיטה וואס לייגן דעם בארג אויפן אנדערן זייט ים סוף און איז נישט אינעם סיני פענינסולע נאר
מזרח מים סוף המזרחי. דער פענינסולא איז אינצווישן דעם ים סוף המערבי והמזרחי און דארט זענען ביידע בערג סיי מוססא סיי קאטארינא
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4054
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm
יהיה כן האט געשריבן:חיים של שמחה האט געשריבן:שטימט דאס מיט וואס עס שטייט און אלה מסעי פון הגה"ח הישיש ר' דן שווארץ שליט"א ?
וועמענס? דעם ליאזנער'ס? בכלל נישט! לויט ר' דן איז דער הר סיני דארטן וואו ס'הייסט היינט סיני פענינסולע (בערך וואו די אייסיס בארדערט ארום...), בכלל נישט אין די געגנט פון סאודי אראביע
ניין ! אדער האב איך נישט געוויסט אז ר' דן שווארץ פון ירושלים נ"י [משרידי תלמידי בעל שומר אמונים] בעל מחבר קן ציפור ווערט גערופן ליאזנער,
און ר' געוואלד אויב האסטע יא געמיינט איהם, ווי ווייטער זאל מען גיין, אז די זאגסט אז מ'קען נישט דארט בלייבן שטיין ?
און איז ר' דן זז"ג אויך מסכים מיט דעהם וואס שטייט דא ?
ווייל די ביאורים שטייט טאקע נישט דארט - האט ער עס פשוט נישט געשריבן מחמת טעמים אחרים אדער נישט אנגעקומען ?
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4054
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4054
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
מאפע מיט קאממענטס צו פארשטיין אביסל בעסער
- אטעטשמענטס
-
- sina.pdf
- (72.81 KiB) געווארן דאונלאודעד 353 מאל
-
- שר האלף
- תגובות: 1462
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm
Gevald Geshrigen האט געשריבן:ליאזני מיינט רב דויטש פון בארא פארק בעל ליווינג תורה מוזיעם. דער שיטה וואס רב דויטש האט אגענומען איז געווען אמאל באשריבן אינעם עמי מאגאזין
האט ער דאך אויב אזוי נישט ארויס געגיבן קיין ספר אלה מסעי איז וואס'שע מישט מען ?
לאלתר לחיים האט געשריבן:מ'האט עס לעצטנס איבער געדרוקט און ס'איז יעצט דא צובאקומען אין די ספרים סטארס.
וואס האט מען לעצטנס איבערגעדרוקט ?
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4054
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1462
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm
חיים של שמחה האט געשריבן:לאלתר לחיים האט געשריבן:מ'האט עס לעצטנס איבער געדרוקט און ס'איז יעצט דא צובאקומען אין די ספרים סטארס.
וואס האט מען לעצטנס איבערגעדרוקט ?
ארום א יאר ציריק, כ'האב עס געזען בערך אן האלב יאר ציריק אין בית הספר .
ר' דן (נישט דער ליאזנער) האט געזאגט בשעתו אויף א קול מבשר אינטערוויו אז מ'גייט עס איבער דריקען
נאטרוליסט האט געשריבן:ווי אזוי שטימט מדין מיט הר סיני?
משה רבינו געפינט זיך ביים שוער אין מדין, אבער פאשעט דמי שעף עטליכע הונדערט מייל אוועק, נאך א וואסער?
זעט בילד פון ר׳ דן׳ס ספר המפות
מיר האבן זייער גוטע קשיות אויף דעם שקרן ראן ווייעט, מיר לאכן אפ פון ליאזנער, אבער די קשיא איז זייער שווער:
משה רבינו האט דאך געוואוינט ביים שווער יתרו אין מדין, - יעצט וויאזוי איז ער אנגעקומען מיט זיינע שעף קיין הר סיני, וואס איז הונדערטער קילאמעטער אוועק, און נאך איבער א וואסער?
מדין איז דארט ווי סאודי אראביע איז היינט און הר סיני איז אריבער דעם וואסער, גאר טיף אראפ.
נאטרוליסט האט געשריבן:נאטרוליסט האט געשריבן:ווי אזוי שטימט מדין מיט הר סיני?
משה רבינו געפינט זיך ביים שוער אין מדין, אבער פאשעט דמי שעף עטליכע הונדערט מייל אוועק, נאך א וואסער?
זעט בילד פון ר׳ דן׳ס ספר המפות
מיר האבן זייער גוטע קשיות אויף דעם שקרן ראן ווייעט, מיר לאכן אפ פון ליאזנער, אבער די קשיא איז זייער שווער:
משה רבינו האט דאך געוואוינט ביים שווער יתרו אין מדין, - יעצט וויאזוי איז ער אנגעקומען מיט זיינע שעף קיין הר סיני, וואס איז הונדערטער קילאמעטער אוועק, און נאך איבער א וואסער?
מדין איז דארט ווי סאודי אראביע איז היינט און הר סיני איז אריבער דעם וואסער, גאר טיף אראפ.
אז מען גייט ארום דעם ים סוף (פון מדין ביז מצרים און פון דארט אראפ צום מדבר) קען מען אנקומען צום מדבר דורך די יבשה, הגם עס איז א דוחק אז משרע"ה איז געגאנגען אזא מהלך, אפשר מיט קפיצת הדרך??
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm
יהיה כן האט געשריבן:נאטרוליסט האט געשריבן:נאטרוליסט האט געשריבן:ווי אזוי שטימט מדין מיט הר סיני?

דוכט זיך אז ר' דן זז"ג איז עס מסביר און ספר אויך מיט א בילד, כ'מיין נישט אז ס'שטייט ערגעץ אז ס'האט גענומען גאר א קורצע צייט ביז משה רבינו איז אנגעקומען ?
און חוץ מזה קען טאקע זיין מיט קפיצת הדרך וואס איז ניטאמאל אזא קלייניגקייט אז ס'דארף שטיין, בין מגדול ובין הים זאגן חז"ל [אדער און די ראשונים] אז ס'איז געוועהן מיט קפיצת הדרך,
מדין איז גראדע גלייך אנפאנג סאדי ארביע אבער ממש נעבן ירדן, קען מיט פון דארט אריבערגיין - אבער ווער זאגט אז מהאט נישט געקענט אריבער גיין דעהם ים סוף מזרחי מיט א שיף ?
לאלתר לחיים האט געשריבן:ארום א יאר ציריק, כ'האב עס געזען בערך אן האלב יאר ציריק אין בית הספר .
ר' דן (נישט דער ליאזנער) האט געזאגט בשעתו אויף א קול מבשר אינטערוויו אז מ'גייט עס איבער דריקען
דעהם עצם ספר אלה מסעי אדער די ספרי המפות וואס די עטליכע ? און ביטע טאקע זאגן די נעמען פון די בילדער ספרי המפות
לעצט פארראכטן דורך חיים של שמחה אום פרייטאג פעברואר 12, 2016 1:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 345
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am
יהיה כן האט געשריבן:נאטרוליסט האט געשריבן:נאטרוליסט האט געשריבן:ווי אזוי שטימט מדין מיט הר סיני?
משה רבינו געפינט זיך ביים שוער אין מדין, אבער פאשעט דמי שעף עטליכע הונדערט מייל אוועק, נאך א וואסער?
זעט בילד פון ר׳ דן׳ס ספר המפות
מיר האבן זייער גוטע קשיות אויף דעם שקרן ראן ווייעט, מיר לאכן אפ פון ליאזנער, אבער די קשיא איז זייער שווער:
משה רבינו האט דאך געוואוינט ביים שווער יתרו אין מדין, - יעצט וויאזוי איז ער אנגעקומען מיט זיינע שעף קיין הר סיני, וואס איז הונדערטער קילאמעטער אוועק, און נאך איבער א וואסער?
מדין איז דארט ווי סאודי אראביע איז היינט און הר סיני איז אריבער דעם וואסער, גאר טיף אראפ.
אז מען גייט ארום דעם ים סוף (פון מדין ביז מצרים און פון דארט אראפ צום מדבר) קען מען אנקומען צום מדבר דורך די יבשה, הגם עס איז א דוחק אז משרע"ה איז געגאנגען אזא מהלך, אפשר מיט קפיצת הדרך??
אן אנדערע השערה האב איך צו פארענטפערן די קשיא ווי אזוי איז משרע"ה אנגעקומען פון מדין צום מדבר, אז בימים מקדם איז געווען א שטיקל חיבור פון יבשה, צווישן מדין און דעם מדבר (און אולי האט די שטיקל יבשה געהייסן 'אחר המדבר' וואס ווערט דערמאנט אין פסוק פרשת שמות), אריבער דעם ים סוף המזרחי, (אזוי ווי געוויסע חוקרים האלטן איבער אלאסקא אז ס'איז געווען אמאל מחובר צו סיביר-רוסלאנד, און דורך דארט זענען די ברואים אריבער פון אזיע קיין אמעריקא), און ברבות הימים האט עס דער ים סוף פארשוועמט
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm
די קשיא וואס איך האב שוין יארן! האיך יתכן אז די אנגענומענע בעל מוזשא איז די ריכטיגע בארג סיני, אמער, בארג סיני איז דאךגעווען א קליינע בארג און בעל מוזשא איז דאך די גרעסטע בארג אין די געגנט???
הרב שמואל פוקס אויף קולמע ווייזט אויף מיט הוכחות ברורות אז די גאנצע מקור אז די בארג סיני איז די בעל מוזשא שטאמט "נאר" פון די נוצרים, און עס איז קיינמאל נישט געווען אנגענומען ביי כלל ישראל אז דאס איז די בארג!
ער רעדט דארט זייער צו דער זאך, אנווייזנדיג אז ווען א זאך איז "באקאנט" מיינט דאס נאכנישט אז ערליכע אידן האלטן אויך אזוי, און נישט אלעמאל מיינט דאס אז עס איז באקאנט געווארן דורך א אמת'ע מקור.
ער ציטירט דארט א יעב"ץ וואס זאגט קלאר אז דאס איז נישט דער בארג ווי די גוים האבן אנגענומען, וואס דאס מיינט דער בארג.
איי די שטיינער, די באקאנטע בארג סיני שטיינער, טענה'ט ער אז די גאנצע מדבר סיני איז פיל מיט אזעלכע בערג וואס האבן די שטיינער אויף זיך.

EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
יעצט ערב שבועות האט קולמע געהאט אן אינטערוויו מיט ר' יצחק זשנאגעל וואס לויט ווי ער זאגט שטייט דאס שוין אינעם ספר כפתור ופרח (מתלמידי הרא"ש) פרק ו' אז די הר סיני איז "ידוע". איז לכאורה מיינט ער די פלאץ ווי עס איז געווען ידוע שוין דאן מצד הנוצרים אויף דעים בעל מוזשא.
למעשה האב איך דאס געזיכט אין כפתור ופרח און נישט געטראפן. און אפילו אויב יא איז נישט זיכער צו מען קען דערויף בויען, וויבאלד לויט ווי עס ווייזט אויס איז דער כפתור ופרח אליין נישט געווען אויף דעים פלאץ, און שרייבט נאר אז עס איז ידוע.