שובבי"ם (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #35)

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אויף וואס וואויט איר; אויף א סקעיל פון 1-5 וועלכע שטעלט איר עס?

די וואלן האבן זיך געשלאסן פרייטאג יאנואר 30, 2015 9:19 pm

פאעזיע
3
4%
אדער גראמען
15
19%
1)קריעטיוו
2
3%
2)
5
6%
3)
7
9%
4)
5
6%
5)
1
1%
1)פליסיקייט פון גראמען/פאעזיע
3
4%
2)
3
4%
3)
3
4%
4)
6
8%
5)
6
8%
1)אווער אל רעיטינג
3
4%
2)
5
6%
3)
3
4%
4)
6
8%
5)
4
5%
 
סך הכל שטימען: 80

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

שובבי"ם (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #35)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.



די ימי השובבי"ם תשע"ה,
טוהן מיר דערלעבן.

דארף מען א חשבון הנפש,
אין די טעג אפגעבן.

וויפל האב איך באצאלט,
גאט ב"ה אויף אלעס גוט.

וואס ער געט מיר שטענדיג,
און וואס ער טוט.



שווערע צייטן,
אדורך געגאנגען.

און די ריכטיגע ישועה,
געטון שטענדיג דערלאנגען.

די שטוב איז פיל ב"ה,
מיט זיסע קינדער.

מיר פארמאגן ב"ה,
אלעס גוט'ס אצינדער.



מיט וואס קען מען עפעס,
אביסעלע כאטש באצאלן.

ווען ס'איז אפי' נישט מעגליך,
מיט א פענע אלעס אפמאלן.

אויף יעדע ריר און טריט,
טוהט ער מיר באגלייטן.

שטענדיג אין די מינוט,
ער נישט קיין צווייטען.



די ווערטער זענען ארים,
צו קענען ארויסברענגען.

געפילן זענען צושטורעמט,
אויף דאס צו פארנעמען.

פארוואס האב איך דערצו,
זוכה געווען.

דעם יד ה',
שטענדיג צו זעהן.



אפי' איך ווייס ביי מיר,
אז איך בין דאס נישט ווערד.

ווען איך ליג באגראבן,
טיעף אין דער ערד.

אבער דאס איז זיכער,
אז מיר זענען קרוים בנים.

דעריבער פארשטיי איך,
אז איך באקום א מתנת חינם.



איז לאמיר דאנקען,
דעם גאט פון אויבן.

מיט א שבח והודיה,
איהם טוהן לויבן.

מיט פשוטע ווערטער,
זאגן א דאנק.

און זיך אונטער נעמען,
איהם צו געבן א געשאנק.



זיך אין די יעצטיגע טעג,
ווערן עטוואס בעסער.

און דערפרייען דערמיט,
דעם גרויסן באשעפער.

אין מיט א תחינה א קליינע,
ענדיגן מיינע ווערטער.

מיר זאלן אינגיכן דערלעבן משיח'ן,
בעת קיבוץ הנפוצות פון אלע ערטער.
לעצט פארראכטן דורך נישט אום דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

זייער ווארעם, און הערליך שיין, פיינע געדאנק!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ווארימע הארציגע רייד!! פאדערט אויף למעשה, שיין אראפגעלייגט!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

איי שובו בנים שובבים איי איי איי...
דיבורים וויכטיג
אין זמנים ריכטיג
מעורר די מחשבה
פארעכטען דעם עבר
מיט קבלות פרישע
בטהרה וקדושה.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

סזאל עכט האבן א השפעה אויף מיר וועל איך עס מוזן איבערליינען נאכן פארמעסט.

יעצט רעדט מען נאר פון די געלונגענקייט פון די ארטיקל.

קיין פאעזיע איז עס נישט, אבער גוטע ווארימע גראמען איז עס יא.

יישר כח.
אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרוץ מחומר »

זייער שיין און הערליך צולייגט.
ווי אויך א געוואלדיגע רעיון ארויסגעברענגט, אז דער שובו בנים קומט מחמת אהבה צום בורא עולם על כל החסד אשר עשה עמנו.

יא יא אידעלעך, ימים נשגבים
געשמאקע טעג נעימים ונאהבים
ולהטיב מעשינו אנחנו חייבים
כמו שנ' "שובו בנים שובבים"
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

צווייפל, איך רוק אים יא נענטער צו פאעזיע. ווארעם, געפיליש, שיינע גראמען
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

גערעכטער האט געשריבן:זייער ווארעם, און הערליך שיין, פיינע געדאנק!

יעצט געלייענט, זייער שיין.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

זייער גוט געשריבן. א שיין שטיקל מוסר, אראפגעגעבן אויף א בא'טעמ'טן אופן. (כ'האב מיך געטראפן דערין)
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

ידיד האט געשריבן:זייער גוט געשריבן. א שיין שטיקל מוסר, אראפגעגעבן אויף א בא'טעמ'טן אופן. (כ'האב מיך געטראפן דערין)

זיך אויך געטראפן, בה
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מה אשיב לה', אויף זיינע חסדים אזא פארנעם, גויל אילו רקיע, און יעדער וואלט געמאכט א יגיעה, איז פארט ידועה, אוממעגליך צו באשרייבען יעדע ישועה, וואס גאט ב"ה איז משפיע.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

זייער שיין און ווארים !!
הלואי זאל מיר קענען שיקן עפעס א געשאנק פאר אונזער פאטער אין הימל.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
שלאק שמש
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלאק שמש »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:איי שובו בנים שובבים איי איי איי...
דיבורים וויכטיג
אין זמנים ריכטיג
מעורר די מחשבה
פארעכטען דעם עבר
מיט קבלות פרישע
בטהרה וקדושה.


קוק דא וויאזוי צדיקים האבן אראפגעלייגט א שובבי"ם
viewtopic.php?f=5&t=29247&hilit=%D7%A9%D7%95%D7%91%D7%91%D7%99+%D7%9D#p1173263
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”