פריימערי - רואיגע ווינקל.

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

פריימערי - רואיגע ווינקל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

(שוין אפגעשריבן א פאר טאג צוריק, אפשר שוין נישט אזןי גילטיג, אבער כלייג עס נאך אלץ)


דיזע אשכול ווערט געעפנט מיט א ריין גוטע כוונה.

אין די גרויסע פריימערי אשכול, גייען פארשינדענע ניקס דורך א שווערע איבערגאנג, זיי מוזן איצט טראנספערמירן זייער שכל, זייערע בליקן, און זיך צוגעוויינען צום פריש אנטוויקלטן מציאות.

דעריבער בייזערן זיי זיך אויף יעדע קלייניקייט, ווי יענער אנגעווייטאגטער איד, וועלכער שרייט א גאנצן טאג, סאיז צו הייס, סאיז צו קאלט, מאך קלענער די עירקאנדישן, מאך גרעסער די ערקאנדישן, שטילער די מוזיק, העכער, נידעריגער, שרייען אויפן בעל תפלה, דאווען שטייטער, דאווען שנעלער, וועלכע ביישויער מיינען אז אט די קלייניקייטן זענען דאס וואס רייצן דעם אידנס קוריאזקייט.

נאדערווייל זענען דאס בלויז סימפטאמס פון אינערליכע אויפברויז, אמאל צוליב עפעס א איבערלעבעניש, אמאל צוליב א באגרעניצטקייט אין מח וכו'.

ע"כ, ביז אט די אלע חשוב'ע ניקס וועלן ענדיגן  צו צוגעוואוינען זייערע טראכט אפאראטן צום נייעם וועטער, ווער דורך הילף, און ווער דורכן אייגענעם אמיון סיסטעם, איז מיר באקוועמער צו שטיין דא אין א זייט, א שטילע ווינקל, אויסלופטערן מיינע מחשבות, (עס איז שטארק נישט מענטשליך צו שטיין פארנט פון א צווייטן און באטראכטן אים בשעת'ן אריבערגיין פיזישע אדער גייסטישע טוישונגען, למשל בשעל'ן עסן, שלאפן, הוסן, איבלען, פארשעמט ווערן, ביי א קראנקן אין שפיטאל בשעת'ן וכו', א כעס אויסברוך וכדו').

ע"כ, וועלן מיר שטיין דא אין די זייט און שמועסן רואיגערהייט, און לאזן די אידן דארט צו זיך קומען, רואיגערהייט.

און אדרבה, טראכט, און שרייבט און לייגט צו אייערע געדאנקען.


---


קודם מוז איך פארדאמען די ענגלענדער.

שטעלן זיך אויף עטליכע אראבישע פארלאמענט מיטגלידער, און פארלאנגען פון ענגלאנד, א דעמאקראטישע לאנד, אז מזאל נישט אריין לאזן טראמפ אין ענגלאנד.

די אבסורד איז מורא'דיג.

קודם, טראמפ איז גורם אז מזאל רודפ'ן די מוסלמענער, די פרידן געמיינדע מיטגלידער, כמיין די לעצטע טעראר אטאקעס פון ציווילע וועסטערן אראבער, דאס ברעגט זיי כבוד און עהרע, טראמפ וועלכער זאגט אז מזאל צייטווייליג נישט אריינלאזן מוסלמענער ביז אמעריקע וועט ארויסהאבן די נושא, דאס איז גורם שנאה אויף די אראבער .

כמיין די פאר אראבער דארט, האבן נישט קיין שום פראבלעם ווען מפירט איין שאריע געזעצן אין לאנדאן, זיי ווייסן אויך אז און די היינטיגע וועלט מיט א פוטין איראן וכו' מוז אייראפע נאכאמאל צוקומען צו נאטא, און אמעריקע איז די רוקן ביין פון נאטא, די חוצפה פון די פאר אראבער דארט איז געפערליך, זיי בעטן ענגלאנד, זאל זיך אננעמען פאר די אומשולדיגע אראבער, און זיך צוקריגן מיט אמעריקע!!

זיי ווייסן גאנץ גוט אז זיי האבן קיין סאך נישט צוגעגעבן אין ענגלאנד, יעדער נאמאלער ענגלענדער ציטערט אויף די צוקונפט פון ענגלאנד, זיי ווייסן גאנץ גוט אז א שיינע טייל פון די אראבער דארט ווילן ארויפצווינגען שאריע אויף ענגלאנד, זיי זענען אויך באוויסטזיניג אז די גרויזאמע תליינים פון אייסיס זענען פשוט'ע ענגלענדער !!

נעבעך א רחמנות געווען צו זען ווי אלע פארלאמענט מיטגלידער האבן אין שרעק פארדאמט טראמפ, כמיין אויב טראמפ געווינט, ווייסן זיי אויך אז זיי גייען זיך מוזן אנטשולדיגן, אבער דאן ווארט זיי אפ די צארן פון די אראבער דארט, עניוועי, כוואלט געווען שטארק נייגעריג זיך אינטערצוהערן דעוויד קאמעראנס טעלעפאן צו טראמפ צו גראטולירן אויף די וואלן.

ענגלאנד איז אויף געהאקטע צרות.

וואס איך וואלט געזאגט פאר טראמפ, אז ביי זין איינשווערונג זאל דערמאנען אמעריקעס עלייס, און ווען ער וועט רעדן פון ענגלאנד, זאל ער פשוט אנשטעלן זיין פרצוף מיט איינע פון זיינע גאר מאדנע גרימאסן פאר גאנצע צוויי מינוט !!! ער ברויך גארנישט צולייגן !!!

אקעי, נעקסט.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

צווייפי, בייג דיך נענטער... נו... נענטער.. כ'וויל דיר עפעס זאגן, א סיקרעט... שטיללללל.... ששששששששש......

אט אזוי.
"עכעהם!"... אופס, כ'האב בטעות זיך צעהיסט הויעך אויפן קול...
הישגעפערליך. כ'זעה אז קיינער האט נישט געהערט...

נו גוט.

איז הערסטע צווייפי?
לאמעכדעך זאגן א שטילע "טהענקהס פפאהרן גייהן פתיהחה פהון דהי האשכול! גההאר אה גהוטע אהיידיהע!! טהענקס עהגעהן".
(סארי, די ה'ס זענען פשוט די ווארעמע לופט ווען מען זאגט עפעס שטאט און שטיל...)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

מיין מיינונג, אז די קאנסערוועטיווע זענען צו שפעט אין סטאפן טראמפ.

טראמפ זעט מיר אויס ווי א עליגעיטאר, וועלכע שלעפט אריין זיינע קרבנות פון די יבשה אין וואסער, און דארט איז ער שטערקער.- נישט פארגעסן, ווארפן שטיינער אויף א עליגעיטער וועט נישט העלפן, ער עסט די שטיינער, און דאס גיט אים מער וואג, וואס איז א הילף ביים אריינשלעפן די קרבנות אין וואסער.

טראמפ שלעפט אראפ זיינע קרבנות צו זיין לעוועל געפעכטן, ווי ער איז שטערקער, און די אלע נעגאטיווע עדס רוקן אים אראפ נידעריגער, ביינזאם מיט זיינע קרבנות, עס העלפט אים נאר.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

זאגבי פאללס

טראמפ 45

קרוז 13

רוביא 8

בוש 6

קארסאן 4
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

איך האלט אז טראמפ מוז געווינען.

ואפרש שיחתי.

אודה ולא אבוש, אז איך פלעג זיך פילן געטראפן פון די אבאמא קארטונען, במשך זיין פרעזידענטשאפט, א שמאלע לאנגע ברוינע פנים, מיט צוויי ריזיגע אויערן, זייער נישט פרעזידענטליך, מאלפיש, און אומבא'חנ'ט.

קרוז, וועט מען כסדר אראפמאלן מיט די קרומע מינע אויגן, און א אדלער נאז, נע, כהאב נישט קיין געדולד דאס צו זען די נעקסטע פיר יאר.

טראמפ, אהם כמיין די קארטונען פון טראמפ דאס איז סחורה... פרעזידענטליך, און קאמיש, טראמפ פאר פרעזידענט.

וועלכע קארטונס זענט איר אין די גיסטע צו זען די נעקסטע פאר יאר?

נאט עטליכע טיפיקל קארטונען, און באשליסט אליין.
אטעטשמענטס
images.jpg
images.jpg (12.59 KiB) געזען 5115 מאל
137952_600.jpg
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

דא מעג יעדער שרייבן ? אדער דאס איז צווייפעלס התבודדות צימער ?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

איך קלער אז טראמפ קען שפארן פאר אמעריקע מער ווי יעדע קאנדידאט.

קודם וועט ער נישט נעמען קיין געהאלט.

צווייטנס עיר פארס וואן קען מען קענסעלן.

דריטנס די העליקאפטער קען מען אויך פארקן, טראמפ האט א אייגענע, פיל שענער, אגב, לאקהיד מארטין ארבעט יעצט אויף א מארין 1 וועלכע גייט קאסטן 20B דאללער, אראפ דערמיט.

טעלעפראנטער, געקענסלט.

פרעסע צימער אין ווייסן הויז קען מען אפשפארן די עלעקטער און ארויסדרייען די באלבס, עס וועט זיין טוויטס, פעיס בוק. און קשיות פון רעפארטערס וועט מען ממילא נישט ענטפערן.

אינדער'אמת'ן אריין ברויך מען נישט די גאנצע ווייסע הויז, אויף די זעלבע גאס (נישט ווייט) האט טראמפ א הערליכע ווייסע האטעל.
לעצט פארראכטן דורך צווייפעל אום פרייטאג יאנואר 22, 2016 1:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

סמארט גאי האט געשריבן:דא מעג יעדער שרייבן ? אדער דאס איז צווייפעלס התבודדות צימער ?


יעדער, אבער רואיג.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

עס איז נאך פאר חמשה עשר בשבט, און עס פילט זיך אין די לופטן ווי ר"ח אדר.

די קינדער רעדן שוין פונעם פורים רב אין גרויסן, און דער פארצווייפעלטער מלמד פראבירט צו שרייען און סטראשענען, ווי מער פארצווייפלט ער ווערט, אלס מער קאנטראל פארלירט ער.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

קריעטיוו.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

זע איך אז פילע דענקער, געווענליך מיט א אייגענע איגאו, שרייבן (טעאריש) אז אויב טראמפ געווינט, מופן זיי ארויס פון אמעריקע (זיי האלטן לכאורה אז טראמפס איגאו גייט ווערן אזוי גרויס, אז עס וועט נישט זיין קיין פלאץ אין אמעריקע פאר קיין קלענערע איגאוס)...

דאס הייסט פונעם גוטן ווילן וועלן זיי צוזאמען מיט די 11 מיליאן גליקליכע איליגל אימיגראנטן פטור ווערן פון טראמפ.

טראמפ איז נישט געבוירן היינט, אין זיינע געשעפטן איז ער נישט קיין שלעכטער, עכ"פ עס איז נישט דא קיין אנדייטינג אז ער וויל ווערן א דיקטעיטער, (אנדערשט ווי פוטין, וועלכער איז די ערשטע האלב פון זיין לעבן געווען א KGB אגענט, און איז געקומען צו די מאכט אין א הפקר'דיגע מאפיא רוסלאנד, נאכמער, פוטין מוז זיין א דיקטעיטער צו זיין גרויס, ווס טראמפ וואס איז סיי ווי א ביליאנער) ע"כ איז נישט מסתבר אז עס גייט זיך עפעס טוישן אין אמעריקע.

אמעריקע האט א לאנגע היסטאריע פון דאמאקראטיע, עס ליגט אין די בלוט פון יעדן פאליס מאן, רעגירונגס אגענט, טראמפ גייט דאס נישט טוישן.

ווארשיינליך וועט ער אפשר פליקן און טשעפענען, חוזק מאכן און שרייען, אבער זאכן וועלן אנגיין.

ווייטער מיט אויסערן פאליטיק, דארט קען יא זיין טשענדזשעס, טראמפ קען ווערן ווילד, אנהייבן א מלחמה, אריינמארשירן אין קלענערע לענדער, סא לענ"ד שטעלט טראמפ א גרעסערע געפאר פאר אויסלאנד, ווי אין אמעריקע.

סא אט די איגאו געטריבענע מענטשן וועלכע וועלן מופן קיין רוסלאנד, כינע, אדער ענגלאנד, אויב טראמפ וועט דערקלערן קריג קעגן רוסלאנד, וואס איז בעסער דארט ווי דא?

אויב עפעס מיין איך אז אין אמעריקע איז מער סעיף, און בכלל, שטארבן אין די פרעמד?!

קען זיין אז די עגאיסטן זענען פאטריאטן, זיי ווילן ענדערש שטארבן פון אמעריקאנע נוקלערע וואפן ווי פון רוסישע אדער כינעזע.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

צווייפל! א העכסט געשמאקע אשכול! גיי אן!
הק' איש ימיני
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

אה טענק יו טענק יו טענק יו, יו אר היילי רעספעקטעד @גערעכטער, יו אר פינאמינעל.

די איינציגע אישו וואס אנדערע קענען ארויפברענגען איז וועגן דיין בירט סעטיפיקאט.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

מחותן קלאפט אויפן טיר, זאל איך אים אריינלאזן ?


אגב טראמפ מיט רואיג גייט נישט צוזאמען
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

צווייפל, איך מעג אריינקומען?







ווען טראמפ געבט זיין קאנסעסשאן רעדע?

אגב, עס וועט לכאורה ענהאלטן די מערסטע מיאוס׳ע לאזונגן אין די וועלטס רעקארד.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

זייער א זיסע אשכול.

טענקס צווייפל, און גיי אן. לאז דיך נישט פון די וואס ווילן צושטערן אזא רואיגע ווינקל.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

@סמארט גאי.

ווען איך בין געווען קליין, האב איך זייער נישט געגליכן צו גיין צו זיידי צווייפעל.

ער פלעגט שרייען אויף אונז, פלעגט ווערן נערוועיז ווען אונז פלעגן מאכן א רעש, אויב האט ער אבער נישט געהאט די מאשינדלעך אין די אויערן, דעמאלט איז געווען אקעי, דעמאלט האבן מיר אים נישט געבאדערד.

געדענק איך נאך ווי באבי צווייפעל פלעגט זיך בעטן ביי אים, וואס שטערט דיר אז זיי מאכן גרודער? דאס זענען דאך אונזערע אייניקלעך, ווער האט גע'חלומ'ט פאר 50 יאר צוריק אז מוועט נאך אלעס צוריק שטעלן? זייער גערודער איז ביי מיר דאס שענסטע געזאנג, אבער דער זיידע איז געווען אנדערשט.

די אלע נייע ניקס, וואס דרייען זיך דא, אפי' אמאל רעדן זיי אריין נישט פונקטליך צום פוינט, זענען די שענסטע מוזיק, זיי דרייען זיך דא, טרענען זיך איין צוביסעלעך, מטאר נישט ווערן נערוועיז.

סא מאך זיכער אז ער האט נישט די מאשינדלעך אין די אויערן, קענסטו אים אריין לאזן.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

דאלענד טראמפ, איז ווי באוויסט, געבוירן געווארן מיט א זעקסטע חוש.

סייענטיסטן מוטשענען זיך צו פארשטיין, צו ער האט פאר דעם חוש ממש נאך א אבר, אדער איינע פון זיינע ביז איצטיגע אברים איז געבענטשט מיט נאך א כח.

די חוש איז, ער קען דערשפירן טעראר אטאקעס פון פאראויס.

מיט אזא געבענטשטע חוש, קען מען אפשפארן די האומלענד סעקיוריטי, איז זיך שפארן פארטשענס מיט געלט, ביי אים וואלט פוירל הארבאר נישט פאסירט, 9/11 וואלט נישט געווען אין די היסטאריע פון אמעריקע, און דער בענגאזי אמבאסאדער וואלט נאך געקענט איצט אינדארסן קלינטאן.

נאט אייך א קלארע עקזעמפל, ווי טראמפ ווארנט פאראויס אויף א גרויסע אטאקע אויף אמעריקע, יוני 29 2015, נאך איידער איינער האט גע'חלומ'ט אפי' דערפון, זעלבסט פארטענדליך אז אבאמא וכת דיליה האבן נישט גענומען ערנסט יעמאלט די ווארענונג.

היינט זעט עס שוין יעדער בחוש.

טראמפ ווארנט אמעריקע
אטעטשמענטס
file.php.jpg
file.php.jpg (31.7 KiB) געזען 4982 מאל
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

זע איך אז דער טרוקענער בלומענבערג וויל לויפן פאר פרעזידענט.

בלומענבערג שפירט א גרויסע אחריות, טראמפ פון איין זייט, סענדערס פון די צווייטע זייט, אמעריקע איז אויף צרות.

טראמפס שטארקייט איז אז ער איז א ביליאנער, ער לויפט אויף אייגענע געלט, ער רעדט פון זיין סוקסעס און דער עולם האט א שוואכקייט צו געלט, רבי מכבד עשירים.

בלומענבערג איז א גרעסערע עושר, מסתם דריי פיר מאל די סייז פון טראמפ, א סטאבילער מענטש, ער שטעלט א טשענלענדזש פאר טראמפ פון דעם שטאנדפונקט.

וואלט ער געווען א רעפאבליקאנער, וואלט ער דעפענעטלי געטשעלענדזשט טראמפ, ער איז אבער א כוי, א אנדרוגינס, ער איז א ליבעראלער, א ביג גאווערמענט מענטש, אבער א שטיצער פאר וואל סטריט, סא נארמאל וועט ער אוועקנעמען פון ביידן אייניג, און נישט אנציען גענוג, סא מה הועילו חכמים בתקנתם?

אין דער'אמת'ן קען זיין אז ער נעמט נישט צו פון קיינעם גארנישט, ווייל ווען טראמפ לויפט קעגן סאנדערס, וועט א גרויס חלק פאלק בלייבן אינדערהיים און וויינען, סא אט די מענטשן קענען שטימען פאר אים.

בלומענבערג איז שוין 73 יאר, נייגעריג צו ער קען אויך ארויסלייגן אזא צעטל פון א דאקטער אז ער איז געזינט ווי טראמפ.

ער ווארט צו זען די אויסגאנג פון אייאווע, צו דערקלערן זיין קאנדידאטור, ער מוז ווי פריער באשליסן, אויב וויל ער קענען לויפן אין אלע 50 שטאטן, עס זענען דא דעדליינס.

איין זאך קען מען זיך רישן, איך גלייב אז דער רשע וועט זיך נעמען צו מציצה בפה, איבער גאנץ אמעריקע, מוועט מוזן פארן אויף טאהש צו מאכן ברית'ן.

דער וועט נאך אנהייבן שרייען אז די פיצקעלע ברוינפן גלעזלעך זענען צו גרויס, און וועט הייסן ערצייגן אזעלכע קליינע גלעזעלעך וואס מוועט נאר קענען אנכאפן מיט א צווענגל, און די ביז איצטיגע ברוינפן גלעזלעך וועט גיין פאר קאקע קולע.

עקסערסייז וועט ווערן א געזעץ, ווער עס האט נישט 600 שעה א יאר עקסערסייז וועט נישט ווערן געדעקט מיט מעדיקעד, און מוועט איין פירן קאר לעינס אין גאנץ אמעריקע, ווי קארן וועלן מעגן פארן.

ער האט סימפטאמס פון א גרעסערע דיקטעיטער ווי טראמפ, ער האט איבערגעמאכט מיט כח די טערמינען ווילאנג ממעג זיין מעיאר.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

זע איך אז דער בלומבערג איז צען מאל אזוי רייך ווי טראמפ, ער איז געשאצט אויף 41B, קעגן טראמפס 4.5B, טראמפ אין אזא פאל וואלט געזאגט אז זיין פארמעגן איז פינאטס קעגן בלומבערג.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

אין פאל טראמפ געווינט די נאמעני (ווי שוין געשריבן כמה פעמים, אז הגם ער איז מיין קאנדידאט, ווייס איך נישט צו איך וועל שטימען פאר אים, ווייל ער העצט קעגן רעליגיעס- דאס וועל איך דורך רעדן מיט מיין גוטער איד, אפשר מיט הגרז"ל פילאפף שליט"א- סא אויב די תשובה וועט זיין פאזיטיוו), וועט א בלומבערג קאנדידאטור אינקריסן די טשענסעס פון טראמפ.

ווייל אויב זאל טראמפ לויפן איינער קעגן סאנדערס, מוז ער האבן רוב פון גאנץ אמעריקע, נא, פיל מענטשן האלטן אז טראמפ איז א געפערליכע משוגענער, וועלכע טאר פאר קיין פרייז נישט געווינען, וועלן זיי אפשר שטיצן סאנדערס, אדער אינגאנצן נישט שטימען, וואס מיינט א אטאמאטישע אויבערהאנט פאר סאנדערס.

ווייטער מיט א דריטע קאנדידאט, ברויך מען שוין נישט אזא גרויסע רוב, מברויך בלויז די גרעסטע דריטל, און דאס קען ער לכאורה האבן גרינגערהייט.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

חחח!
עס איז קענטיגג אז זיידי צווייפעלס געשרייען האבן איינגעגעסן אינעם אייניקעל א דוקא'דיגע רואיגקייט...

מיט ליינען בכובד ראש דיינע זאפטיגע געדאנקן!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

צווייפעל.

ווי זענען דיינע קאמענטארן אויף די 'שיסן' פליטת פה פון טראמפ ?

מ'שטיינס געזאגט, ער האלט דיך פאר אזא בהמה אז דו וועסט אים שטיצן, אפי' ער הרג'ט מענטשען אויפן גאס?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

איך האב זייער הנאה פון דיין בלומבערג אנאליז.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

@סמארט

בנוגע דאנאלדס שיסן סטעיטמענט.

דריי פוינטס.

1) די עצם גוזמא, אז ער קען שיסן און קיינער וועט אים נישט אפלאזן.

איז אויבנאויף זייער נאריש, ווייל אפי' לו יצוייר עס איז אמת, זאגט מען דאס נישט פארן חסיד, דאס לאכט מען שטילערהייט בסוד שיח מיט א צווייטן רבי'ן.

2) צו דאס גייט אים שאטן.

מיט נייע וויילער זע איך נישט אז דאס גייט ספעציעל אויסמאכן, כמיין ער האט שוין געזאגט גענוג פאריקטע סטעיטמענטס, סא אין א פאר טאג ארום וועט דאס בלויז זיין איינע פון די פערדערייען.

און פאר זיינע אקטיווע שטיצער, דער שכל זאגט אז דאס גייט זיי מאכן פילן, אז ער ערלויבט זיך צופיל, און עס גייט זיי מאכן טראכטן צו אפשר האט ער עס שוין טאקע געטון, (כמיין געטון זאכן וואס זענען די זעלבע נישט נארמאל) און זיי שטיצן אים בלינדערהייט.

אבער די היסטאריע זאגט אז הגם עס באדערט זיי, וועלן זיי נאכאלץ נישט נעמען קיין אלטערנאטיוו, פשוט ווייל זיי זענען שוין געלעיבלטע טראמפיסטן, סא ער וועט ביי די נעקסטע ראלי בלויז דארפן אביסל חוזק מאכן און אוועקמאכן די קאמענט, אז זיי זאלן אים מוחל זיין.

3) לגבי מיר, אלץ איד, צו עס שטערט מיך און צו איך וועל נעמען א צווייטן אנשטאט.

די תי' איז יא און ניין, איך האב שוין לאנג אבגעמאכט אז ער האט קאמפיין פראבלעמען, ער ווייסט נישט געהעריג וויזוי מקאנווינסט מענטשן, ער זאגט וואס איז אים אויפן לונג, ער איז נישט דער טיפיקל קאנדידאט וואס מען איז צוגעוואוינט, ע"כ קוק איך נישט יעדן טאג וואס ער זאגט, זיינע לאזונגען האבן נישט ביי מיר די פולע געוויכט ווי א צווייטע קאנדידאט.

צו דאס וועט מיך מאכן נעמען א צווייטן קאנדידאט.

איז אזוי, אויב פאלט ער און סאנדערס ארויס פון די נאמינאציע, וועל איך לכאורה נישט נעמען קיין צווייטן, די וואלן אינטערסירן מיך מער נישט.

אויב איז עס סאנדערס, וועל איך יא נעמען דעם קעגנער, סיי ווער עס איז, ווייל איך בין נישט גרייט פאר קיין סאשעליסט, ער האט געברויכט קומען פאר איך בין אריין אין ביזנעס, ווען איך בין נאך געווען ארבייסלאז, דעמאלט וואלט איך אים געוועלקאמט, איך האב שוין צו שווער געארבייט און אינוועסטירט אין מיין ליין, אז איך זאל דאס אוועקגעבן פאר די רעגירונג.

ווייטער אויב איז עס טראמפ קעגן א צווייטן, הגם איך שטיץ זייער זיין קאנדידאטור, קען אבער זיין אז ער איז נישט דער ריכטיגער מענטש פאר זיין פלאטפארמע, די פלאטפארמע איז צו גרויס פאר אים, זיין רעטאריק קעגן די מוסלמענע געמיינדע שטערט מיך זייער, אבער דאס וועל איך שוין רעדן מיט א דעת תורה, די איבעריגע נארישע לאזונגען, כמיין פארן וועלן וועל איך שנעל איבעלויפן אלע לאזונגען, כגלייב שווער אז איינס וועט מיך צוריקהאלטן פון שטימען.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”