
דער איד איז געווען א שטיק ברענעדיג אידישקייט
געקומען אלס 8 יעריג אינגעל מיט א ברכה פון גארליצער רב ער זאל זיין א ירא שמים
איז געווען מקושר צום קלויזעבורגער רב זי"ע
צום סוף פון ביך איז דא א פאר מרגלי בפומי
ואתם הדבקים אונזער אטאם איז הדבקים לה' ....
-
אמאל עסענדיג א פלוים זאגט ער פאר זיין איידים
א פלאם און א קער
א דארף פלאמען און זיך קערען צום רבש"ע
השקו הצאן טרינקט א לחיים ולכו רעו אחוה וריעות
ימים נוראים צייט האט ער געבעטען קופערנע פעניס
copper = כפר