די אייבערשטער דארף דיין צוגארעטעל!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

די אייבערשטער דארף דיין צוגארעטעל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

הרב ר' עזריאל טויבער שליט"א פארציילט: איינמאל איז אים אויסגעקומען צו ארבעטן מיט א בחור וועלכער האט אינגאנצן אראפגעגליטש פון אידישן וועג ה"י, ער האט געבעטן דעם בחור זאל קומען מיט אים און מיטהאלטן א "שלהבת שבת". דער בחור האט פארשטייט זיך נישט געוואלט הערן דערפון ביז ר' עזריאל האט אים געזאגט אז ער קען קומען ווי אזוי ער וויל, ער דארף גארנישט מיטהאלטן, בלויז קום אהין אין דעם האטעל און זיי דארט מיט אונז.

דער בחור האט זיך געלאזט איבעררעדן, און ער האט מיטגעהאלטן דעם שבת, און ער איז אנגעגאנגען מיט זיינע זאכן, אינמיטן שבת זאגט דער בחור פאר ר' עזריאל ער וויל
ארויסגיין כאפן א ציגערעטל ה"י. ר' עזריאל איז געווארן פארלוירן וואס טוהט מען דא? ער מוז דאך אים לאזן ווייל אזוי האט מען זיך אויסגענומען, אבער ווי קען ער לאזן א אידיש
קינד מחלל שבת זיין רח"ל?

זאגט ער פארן בחור. "פיין קום ארויס אינדרויסן פון האטעל לאמיר גיין כאפן א שפאציר און דארטן וועסטו קענען כאפן א ציגערעטל", - אינדרויסן אויף די פרישע לופט רופט זיך ר' עזריאל אן: "דו ווייסט אז דער אייבירשטער איז א העווי סמאוקער?" - דער בחור קוקט אים אזוי אן - "און דער אייבירשטער דארף יעצט א ציגערעטל צו רייכערן, וואלטסטו אים אפשר געבארגט
דיין ציגערעטל?". - דער בחור ענטפערט - "אוודאי וואלט איך אים עס געגעבן!". - "און אפילו אויב דאס וואלט געווען דיין לעצטע ציגערעטל?" - "זיכער"!

זאגט ר' עזריאל פאר דעם בחור: "וויסן זאלסטו אז דער אייבירשטער בעהט יעצט פון דיר דעם ציגערעטל וואס דו האסט אין דיין האנט. און אויב דו האלטסט דיך איין און
דו גייסט נישט רייכערן דעם ציגערעטל דאן גיבסטו דעם ציגערעטל פארן אייבירשטן פאר א מתנה". דער בחור איז איבערגענומען געווארן און געגעבן דעם 'קרבן' פארן אייבירשטן, און
פון דעם קרבן איז ער שפעטער ב"ה געווארן א פולקאמע בעל תשובה.

***
לא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם. א"ר לוי ליבא ועינא תרין סרסורין דחטאה דכתיב תְּנָה בְנִי לִבְּךָ לִי, וְעֵינֶיךָ דְרָכַי תִּצֹרְנָה"
(משלי כג כו) אמר הקב"ה אי יהבת לי לבך ועיניך אנא ידע דאת לי. (ירושלמי ברכות ט). דער אייבירשטער בעהט זיך צו אונז,
"מיין קינד, גיב מיר דיין הארץ און היט דיינע אויגן! אויב גיבסטו מיר דיין הארץ און דיינע אויגן ווייס איך אז דו
ביסט מיינס!"

ווען עס קומט דיך אינטער א ראי' אסורה טראכט אריין א מינוט, אויב וואלט דער אייבירשטער זיך באוויזן צו דיר און
געבעטן געב מיר דיינע אויגן פאר אפאר מינוט, וואלטסטו אים עס געבארגט? זיכער אן קיין פראגע!
זאל איך אויפגעבן מיין סמארטפאון? זאל איך מאכן שטערקער מיין פילטער לעוועל? זאל איך נעמען א אידישע פילטער
אפילו עס קאסט טייערער? זאל איך אראפגיין פון וואטסעפפ? זאל איך אויפהערן קוקן די גוי'אישע נייעס סייטס? זאל איך
אויפהערן מיט אלע סאשיל מידיע עפפס און מעסעזשינג?

איז דאס בכלל א פראגע? איך בין דעם אייבירשטען'ס, און אויב איז דא א זאך וואס
קען מאכן אז איך זאל קענען אנהאלטן מיין סטאטוס פון "זיין דעם אויבירשטן'ס" דאן וועל
איך דאס טוהן. אויב איז דא עפעס וואס קען מיך שטערן פון "זיין דעם אויבירשטען'ס" -
די אלע טעכנאלאגישע כלים - דאן וועל איך זיכער מאכן אז איך שטיי ווייט דערפון און איך
טוה דאס עלימינירן אויפן שטערקסטן און בעסטן פארנעם.

איך ווייס אז דו ביסט מיינס!
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

הערליכע געדאנק! יישר כח א שטארקע חיזוק.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

הערליך שיין!
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

איבערגענומען. יישר כח פארן שרייבען.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ייש"כ
זייער שיין.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

למעלה משבעים האט געשריבן:הערליכע געדאנק! יישר כח א שטארקע חיזוק.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

א שטארקע שטופ אויף ווייטער
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

הערליך שיין שטארקע חיזוק!
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פער בריסטאו האט געשריבן:הערליך שיין!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

אסאך חיזוק געגעבן!
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

שיינע טויבער געדאנק.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

שיין שיין
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

ישר כח
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

@פריילאך געוואלדיגע געדאנק, הערליך אפגעשריבען!

אגב זעה איך אז איר האט כסדר הערליכע תורה'דיגע/מוסר'דיגע געדאנקען פון משפיעים און מחנכים. ווי לעצטענ'ס די ווארט פון ר' אלימלך בידערמאן ערגעץ ווי. שרייבט'ס ווי מער!
האסט פייער?
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 5:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט פייער? »

הלוואי הלוואי
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

הערליכע געדאנק, יישר כח.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

א בחור וואס קען זיין א מחלל שבת רח"ל האט נאך א געפיל צו געבן זיין ציגערעטיל פארן אייבערשטן?
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
די דיזיינער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 10:36 pm
לאקאציע: Boro Park

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די דיזיינער »

און הארץ אריין
מיר ברויכען נאך
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

קיינמאל נישט געוויסט די טיוגסט
אוועטאר
פלאטפארמע
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 7:57 pm
לאקאציע: מען געפינט זיך אויף מיר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטפארמע »

בן נון האט געשריבן:א בחור וואס קען זיין א מחלל שבת רח"ל האט נאך א געפיל צו געבן זיין ציגערעטיל פארן אייבערשטן?


ריקנין שבך מלאים מצוות כרמון
מערסטנס פון זיי וואלטן געוואלט זיין גוט
גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי שוין גיי »

שטארקע דבורים.
גיימער טון עפעס למעשה איה
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

למעלה משבעים האט געשריבן:הערליכע געדאנק! יישר כח א שטארקע חיזוק.
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7050
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

געוואלדיג!!!
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
bodi
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2015 12:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bodi »

עירמאנט'ער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:הערליכע געדאנק! יישר כח א שטארקע חיזוק.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”