יום העצמאות = ה' אייר

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

יום העצמאות = ה' אייר

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 13, 2008 8:34 pm

אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח !

אידן מאמינים בני מאמינים ווייסן און גלייבן אז מפני חטאינו גלינו מארצינו, אידן זענען פארטריבן געווארן פון הייליג לאנד ווייל זיי האבן געזינדיגט פארן באשעפער. שוין נאנט צו צוויי טויזענט יאר וואס מיר געפונען זיך אין גלות צווישן פארשידענע פעלקער, אין מיר האבן זיך געלאזט שחט'ן, פארברענען, כדי נישט צו פארלייקענען אין די אמונה. אידן אין אלע דורות האבן געליטן יסורים נאר צוליב דעם ווייל זיי זענען אידן, מען האט פון זיי געשפעט, אפגעלאכט פון די אידישע אמונה. מען האט זיי גע'רודפ'ט נישט צוגעלאזט צו גוטע פרנסות, עס זענען געווען פלעצער ווי אידן האבן געמוזט טראגן א געלע לאטע אלס א סימן אז זיי זענען אידן, אלע יסורים און פייניגונגען וואס זיי האבן געליטן האט זיי נישט אוועק גערירט פון די ריינע אמונה אין בורא כל עולמים. אדרבה די צרות האבן נאך מער געשטארק די אידן און זיי געגעבן קוראזש זיך צו האלטן פעסט ביי די אמונה אין ליב האבן דעם הייליגן באשעפער. אין די שווערסטע צייטן, די שווערסטע גזירות וואס אידן האבן נאר מיטגעמאכט, האבן זיי געווארט און געהאפט אז אט אט איז שוין נאנט דער טאג וואס השי"ת וועט שוין שיקן משיח צדקינו, מאמעס האבן איינגעפלאנצט אין זייערע קליינע קינדער, ווען זיי זענען נאך געווען אין וויגעלע דעם "אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח", און די אמונה האט זיי געגעבן כח און מוט אויסצוהאלטן די אלע ביטערע שווערע צייטן.

אידן האבן אבער אויך געוואוסט און געגלייבט אז אזוי ווי מיר ווארטן אויף ביאת המשיח, נאך פיל מער וויל השי"ת אונז אויסלייזן פון דעם שוערן גלות. די גמרא זאגט אז דריי מאל אין טאג שרייט כביכול דער באשעפער אזוי ווי א לייב "וויי איז צו די קינדער וואס צוליב זייערע עבירות האב איך חרוב געמאכט דעם בית המקדש, און איך האב זיי פארטריבן צווישן די פעלקער", ווען אידן זאגן אמן יהא שמיה רבה, זאגט השי"ת "וואס האט דען א טאטע פון דעם וואס ער האט פארטריבן זיינע קינדער פון זיין טיש" (דאס מיינט מען פון בית המקדש).

מיר גלייבן באמונה שלימה אין די ווערטער וואס משיח צדקינו האט געזאגט פאר ר' יהושע בן לוי, וואס האט אים געפרעגט "ווען קומט שוין דער הער משיח" האט משיח גע'ענטפערט "היום" היינט אויב די אידן וועלן תשובה טאן, דער רמב"ם זאגט "עס זענען שוין אדורך אלע פאראויס געזענע צייטן וואס די חכמים האבן געזאגט אז משיח וועט קומען און היינט ווענדט זיך דאס נאר אין אונז אויב מיר וועלן תשובה טאן, דעמאלט וועט משיח קומען במהרה !

דאס געוואלדיגע סכנה פון צואיילן די גאולה פאר די צייט

אין אלע דורות האבן כלל ישראל געוואוסט ווי גרויס עס איז די סכנה אויב אידן פראבירן זיך אליין אויסצולייזן פון גלות, און עס איז פאר ערליכע אידן אפילו נישט איינגעפאלן עובר צו זיין אויף
די הארבע שבועה פון שלא ידחקו את הקץ, וואס דער שטראף דערפון איז "אני מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה".

מיר ווייסן אז די "בני אפרים" האבן זיך געאיילט ארויסצוגיין פון מצרים פאר די צייט, און זיי זענען אלע גע'הרג'עט געווארן דורך די פלשתים, ווייל זיי האבן עובר געווען אויף די שבועה.
נאכ'ן חורבן בית המקדש איז געווען א אידישער קעניג מיטן נאמען בר כוזיבא (בר כוכבא) אידן האבן געמיינט אז ער איז משיח, און האבן מלחמה געהאלטן מיט די רוימער מלוכה, עס האט זיך אויסגעלאזט מיט שווערע שחיטות פון הונדערטער טויזענטער אידן.

אין די צייטן פון רמב"ם איז אויפגעשטאנען א מענטש אין לאנד תימן און האט זיך פאררופן אלס משיח, ער האט באוויזן גרויסע מופתים, האט דער רמב"ם אפגעשריבן א בריוו צו די אידן פון תימן, און האט זיי געווארענט אז דער איז א פאלשער משיח און מען זאל זיך אפשאקלען פון אים ווייל אויב נישט וועט מען ליידן ביטערע צרות. אזוי איז טאקע געווען, דער פאלשער משיח האט פאראורזאכט גרויסע צרות פאר די אידן אין תימן, אין די אלע קהלות וואס האבן מיט אים מיטגעהאלטן זענען ר"ל פארניכטעט געווארן.

אזוי זענען געווען נאך עטליכע משיחי שקר וואס ווערן באשריבן אין סדר הדורות, דור אחר דור און נאך פון וועלכע עס האט זיך נאר אויסגעלאזט צרות פאר כלל ישראל.

דער גרויסער אומגליק וואס איז געקומען אויף כלל ישראל דורך דעם משיח שקר באקאנט מיט די ראשי תיבות ש"ץ ימ"ש, וועלכער האט פארנארט א גרויס טייל פון אידישן פאלק צו גלייבן אין אים, און האט באוויזן אותות ומופתים. ביז השי"ת האט געהאלפן און די אמת'ע צדיקי הדור האבן אויפגעוויזן אז ער איז מזלזל אין איסורי דרבנן, האבן זיי באשלאסן אז ער איז א פאלשער משיח. און צוביסלעך טאקע איז אנדעקט געווארן אז ער איז א מסית ומדיח און טוט אפ אלע עבירות שבתורה. און צום סוף האט ער זיך טאקע גע'שמד'ט, אבער ליידער האבן די אידן געליטן גרויסע צרות פון די כת ש"ץ נאך אסאך דורות דערנאך, און ליידער אן א שיעור אידן זענען געווארן מינים און אפיקורסים.


די ציוניסטישע באוועגונג

אין אלע דורות האבן אידן געוואוסט אז דאס איז א מורא'דיגע סכנה און א הארבער איסור אז אידן זאלן זיך נעמען א גאולה פאר די צייט.

די ציוניסטישע באוועגונג איז געגרינדעט געווארן מיט נאענט צו הונדערט יאר צוריק, דורך אן אסימילירטער איד מיט'ן נאמען טיאדאר הערצל שר"י, ער האט געפלאנט איבער צו ארבעטן דאס געשטאלט פון אידישן פאלק אז אידן זאלן זיך מער נישט פירן איינזאם און אנדערש ווי אלע פעלקער פון דער וועלט. ער האט פעסטגעשטעלט אז די גאנצע שנאה פון די גוים צו די אידן איז נאר דערפאר ווייל די אידן פירן זיך אנדערש, זיי האלטן א תורה און מישן זיך נישט אויס מיט די גוים.

דער אפיקורס הערצל שר"י האט אויסגעארבעט א פלאן אז אלע אידן זאלן זיך אפ'שמד'ן און ווערן קריסטן, אין זיינע בריוו'ן שרייבט ער, ער שטעלט זיך שוין פאר דעם טאג ווען די גלעקלעך פון דעם קלויסטער אין וויען וועלן קלינגען און די אידן וועלן זיך טובל'ן צו ווערן קריסטן.

ווען דער עוכר ישראל האט געזען אז זיין פלאן איז נישט מעגליך דורכצופירן, דאס אידיש פאלק וועט קיינמאל נישט אויפטוישן זייער אמונה, האט ער זיך געטראכט א פרישן פלאן. אידן זאלן באקומען א אייגענע מלוכה, אהין וועלן זיי אויסוואנדערן פון אלע לענדער, דארט וועלן זיי אראפווארפן פון זיך דעם שווערן עול (יאך) פון תורה, זיי וועלן מער נישט זיין אונטערדריקט
אונטער די גוים זיי וועלן הייבן קעפ און זיין גלייך ווי אנדערע מענטשען, א אייגן לאנד, א אייגענע שפראך, מיט א מיליטער מיט א פאן.

צו זיין נייעם פלאן האט דער עוכר ישראל צוגעצויגן א צאל אסימילירטע אידן פון די משכילים און צוזאם האבן זיי געגרינדעט די ציוניסטישע באוועגונג און האבן אנגעהויבן צו פרעדיגן זיין פינסטערן פלאן אין די עפענטליכקייט.

צוליב זיינע פארבינדונגען מיט מלוכה הויפטן האט ער געוואלט אויספועלן אז אידן זאלן באקומען דאס לאנד אונגאנדע, א לאנד אין די שווארצע אפריקע, דארט האט ער געפלאנט צו באזעצן דאס אידישע פאלק.

אזוי ווי די פירער פון די ציוניסטישע באוועגונג האבן פארשטאנען אז אידן וועלן נישט וועלן אהין גיין, האבן זיי אונטערגעהעצט די מלוכה לייט און גוי'שע מאסן אין די אייראפעאישע מדינות אויף די אידן. זיי האבן אויפגעהעצט די געמיטער פון די אנטיסימיטישע עלעמענטן אין יעדן לאנד אז אידן זענען נישט געטרייע בירגער, זיי בונטעווען, זיי זענען שפיאנען, און גראבן אונטער די זיכערהייט אין זייער מדינה. און דאס האט דערפירט צו פילע צרות און הריגות און פארשידענע לענדער אין אייראפע.

די פירער פון ציוניזם הערצל שר"י און נורדיו שר"י, האבן שפעטער איינגעזעהן אז זייער פלאן צו פירן אידן קיין אוגאנדע וועט זיך נישט איינגעבן, האבן זיי באשלאסן צו טוישן דעם פלאן אז אידן זאלן גיין קיין ארץ ישראל און דארט אויפשטעלן א אזוי גערופענע אידישע מדינה. זיי האבן געוואוסט אז אידן גליסטן און שטרעבן צום הייליגן לאנד, האבן זיי געהאפט אז דער צי קראפט פון ארץ ישראל וועט צוציען אלע אידן פון אלע לענדער, ארויפצוקומען קיין ארץ ישראל.

אזוי ווי דאס רוב פון אידישן פאלק זענען נאך דעמאלט געווען שומרי תורה ומצוות, און דער רשע האט פארשטאנען אז זיי וועלן נישט האבן קיין צוטרוי צו אים ווייל ער איז געווען א גוי גמור, האט ער באשלאסן צו צוציען צו זיך א טייל פון די פרומע רבנים, און דורך זיי וועט ער קענען צוקומען צו די פרומע ערליכע אידן. ער האט געוואוסט אז אין ארץ ישראל וועט די מאכט זיין ביי די פרייע וועלכע זענען פעאיגער צו פירן די מלוכה און זענען מער באקאנט און דיפלאמאציע. ער האט געוואוסט זיכער אז די פרומע וועלן ממילא זיין אונטערטעניג פאר די פרייע, דאס איז דער הויפט ציל פון די ציונים.

אלע גדולי ישראל די אמת'ע גאונים און צדיקים וועלכע האבן געלעבט אינעם דור ווען די ציונים האבן זיך געגרינדעט, זענען ארויסגעקומען מיט גרויסע איסורים אויפן שטארקסטן אופן קעגן די נייע טומאה. די גאונים און צדיקים האבן געציטערט פון די באוועגונג און פאראויס געזאגט אז אויב עס וועט פארוויקליכט ווערן זייער פלאן און זיי וועלן גרינדן א אידישע מדינה, איז דאס א מורא'דיגע סכנה פאר כלל ישראל. א דאפעלטע סכנה, סיי בגשמיות - פון די ארומיגע לענדער וועלכע וועלן פירן מלחמות און פארגיסן אידיש בלוט, און ווער ווייסט וויפיל אידישע קרבנות וועלן פאלן צוליב דעם עובר זיין אויף די שבועה "שלא יעלו בחומה" אזוי ווי חז"ל האבן געווארענט "אני מתיר את בשרכם" ח"ו אז אידיש בלוט וועט ווערן הפקר. און א סכנה ברוחניות - אז די ציונים וועלן אויסרייסן די אמונה פון די אידישע הערצער און וועלן איבער מאכן דאס געשטאלט פון כלל ישראל, צו ווערן ר"ל א פאלק אזוי ווי אלע פעלקער אן קיין תורה און אן קיין אמונה.
די גדולים פון יענעם דור האבן קלאר געזאגט "דער ציל פון די ציונים איז נישט געווען צו האבן א מדינה און אלס מיטל צוצוקומען דערצו האבן זיי אויסגעריסן די תורה און אמונה פון אידן",
נאר זייער ציל איז געווען אויסצורייסן תורה און אמונה פון אידישע קינדער, און די מדינה איז א מיטל זיי זאלן דאס קענען דורכפירן.

דער בוכ"ע זאל העלפן במהרה אז דורכ'ן מלך המשיח זאלן זיי בטל ווערן (ווייל דורך די אומות איז דאך א סכנה פאר אידן, דער בוכ"ע זאל זיך מרחם זיין) אבער אין דעם קען גארנישט מסופק זיין ווער עס גלייבט אז ס'איז דא א באשעפער, אז פאר ביאת המשיח מוז דאס בטל ומבוטל ווערן כעפרא דארעא די גאנצע מלוכה. (מדברי רבינו הק' זי"ע ס"ג נשא תשכ"ז)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 13, 2008 8:35 pm

כה תאמרון לאדוני לעשו

עס שטייט אין ספר הקדוש נועם אלימלך "כה תאמרון" "לאדוני" לעשו, יעקב אבינו האט געוואלט אויסלערנען פאר די אידישע קינדער פאר די שפעטערדיגע דורות ווען אידן וועלן זיין אין גלות אונטער די הערשאפט פון די אומות, אז מען זאל זיין אונטערגעווארפן און אונטער טעניג אונטער זיי, ביז דער אויבערשטער וועט העלפן און אונז ארויס נעמען פון גלות. און מען טאר נישט טון קיין שום מעשים אראפ צו ווארפן דעם עול פון דעם גלות.


ווי עס ווערט דערציילט אין מדרש

א גרויסע פריינדשאפט האט געהערשט צויישן רבינו הקדוש, וואס ער איז געווען דער נשיא פון די אידן אין ארץ ישראל, און דעם רוימישן קעניג אנטונינס.

דער קעניג אנטונינס פלעגט קומען באהאלטענערהייט דורך א הייל, צו רבינו הקדוש לערנען תורה, און ער האט ארויסגעוויזן גרויס רעספעקט פאר רבי. ער האט אים באדינט מיט גרויס איבערגעגעבענקייט.

איינמאל האט רבי געבעטן ר' אפס ער זאל אים שרייבן א בריוו צום קעניג אנטונינס אין זיין נאמען, ר' אפס האט אנגעהויבן דעם בריוו מיט דעם אריינפיר, פון דעם נשיא רבי יהודה, צו דעם הויכגעשעצטן הער, דער קעניג אנטונינס אא"ו.

ווען רבי האט איבערגעליינט דעם בריוו, און דערזעהן דעם טיטל וואס ר' אפס האט אויף אים געשריבן, האט ער גענומען דעם בריוו און עס צוריסן, און געזאגט צו ר' אפס; שרייב איבער דעם בריוו, און פאנג אן אזוי: פון דיין קנעכט יהודה, צו דעם הויכגעשעצטן מאיעסטעט, דער קעניג אנטונינס פארוואס טוט דער רבי גרינגשעצן אין זיין כבוד, און זיך דערנידערן ? האט ר' אפס געפרעגט פארוואונדערט. מיט וואס בין איך דען בעסער פון מיין זיידן ? האט רבי געענטפערט, "האט דען יעקב אבינו נישט באפוילן צו עשו'ן אז מען זאל אים זאגן - כה אמר "עבדך" יעקב דיין קנעכט יעקב. און אז ער האט פארשטאנען ארויסצואווייזן רעספעקט און הכנעה פארן גוי אין זיינע צייטן, דארף איך זיך אויך אזוי פירן, האט רבי געענטפערט.

נאך ווערט דערציילט אין מדרש - אז אין איינע פון די טעג וואס רבינו הקדוש האט זיך געדארפט טרעפן מיטן קעניג אויסצופועלן געוויסע טובות פארן כלל ישראל, האט רבינו הקדוש געבעטן מען זאל אים ברענגען א חומש, זאגענדיג אז יעקב אבינו האט אונז אויסגעלערנט וויאזוי מען דארף זיך פירן ווען מען דארף צוקומען צו די טובות פון די אומות העולם, און ער האט דורך געלערנט פרשת וישלח, וואס דארט זעהט מען מיט וואס פאר א הכנעה אין ביטול יעקב האט זיך געפירט לגבי עשו הרשע.

פאר דעם האט יעקב געזאגט "כה תאמרון" אזוי זאלט עטס זאגן "לאדוני" דו ביסט מיין הער, און דעמאלס וועלן זיי נישט קענען שעדיגן כלל ישראל, ווייל חלילה וחס ווען מיר וועלן נישט אזוי טון נאר מיר וועלן אראפ ווארפן דעם עול הגלות, וועלן מיר חלילה פארווארפן ווערן און פארלענדעט ווערן ח"ו, אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא, הקב"ה האט באשוואוירן כלל ישראל מיט דריי שבועות.


א. מען זאל נישט ארויף גיין קיין ארץ ישראל מיט א שטארקע האנט. (אפילו אויב די מלוכה ערלויבט עס, און עס איז נישט דא קיין מרידה באומות).

ב. מען זאל נישט ווידער שפעניגן אין די גוים, ווען מען איז ביי זיי אין גלות.

ג. מען זאל נישט פרובירן צו דערנענטערן מיט אייגענע פעולות די גאולה, אפילו מיט שמות הק' אדער מיט אזא תפלה וואס איז מכריח די גאולה

(עיין ויואל משה מ"א סי' כ"ח כ"ט ל')

השי"ת האט געזאגט פאר די אידן; אויב וועט איר איינהאלטן די דריי שבועות איז גוט, און אויב נישט בין איך מפקיר ענקער פלייש אזוי ווי די פלייש פון הערשן און אינדן.
(כתובות דף קיא.)

רביה"ק פלעגט זאגן, עס איז נישט קיין שום ספק אז די ציונים מיט דעם וואס זיי טראגן ארויף וואס מער אידן קיין ארץ ישראל, זיי רייצן און טשעפענען זיך דארט מיט די גוים, מיט דעם זענען זיי עובר אויף אלע דריי שבועות. וואס די גמרא זאגט דערויף זייער א ביטערן עונש, דערפאר איז געקומען די ביטערע שטראף אז עס זענען נעבעך אומגעקומען אזויפיל מיליאנען אידן ה"י....
(ויואל משה - הקדמה).

נאך פלעגט רביה"ק זי"ע שטענדיג זאגן; עס איז זיכער אז ווען נישט די ציונים, וואלט שוין דער גואל צדק לאנג דא געווען ! זיי זענען מעכב די גאולה.... (עיין ויואל משה, הקדמה דף ח: - מאמר ב' סימן קמ"ה ועוד).

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 13, 2008 8:36 pm

די שרעקליכע מרידה באומות וואס ווערט אנגעפירט דורך די ציונים שר"י

אין יאר תרנ"ו, איז אויפגעשטאנען א גע'שמד'טער רשע - וואס זיין טאטע איז געווען א גוי און זיין מאמע א אפשטאמיגע פון אידן, מיטן נאמען הערצל ימ"ש. ער האט געוואלט אויס'שמד'ן דאס גאנצע כלל ישראל ר"ל... צו זיין אייניג מיט אלע פעלקער, מען זאל נאר טראגן דעם נאמען "איד", וואוינען אין א אייגן אידיש לאנד און רעדן א אייגענע שפראך, אבער נישט האלטן די תורה ומצות ר"ל, ער האט גענומען פארשפרייטן זיין נייע שיטה ארומפארענדיג פון שטאט צו שטאט מסביר צו זיין זיינע אפיקורס'ישע דיעות, כדי צו האבן וואס מער נאכשלעפער.

אלע ערליכע אידן גדולי ישראל וצדיקי הדרות האבן אין דעם געזען א געוואלדיגע סכנה. זיי זענען ארויס געגן אים מיטן פולסטן שארפקייט, און אין וועלכע שטאט דער רשע האט געוואלט קומען, האבן די גדולי ישראל לוחם געווען מיטן מסירת נפש ממש, אים נישט אריין צולאזן דרש'ענען וכדומה, און האבן אים פארטריבן בחרפות ובזיונות.

ויהי היום - אינעם ביטערן טאג ה' אייר תש"ח, נאך א לענגערע בלוטיגע מלחמה מיט די ענגלענדער, איז דערגרייכט געווארן דער ציל פונעם מייסד הציונות הערצל שר"י, אויסצורייסן די אמונה אין השי"ת און אין ביאת המשיח, דורכן אויפשטעלן זייער אייגענע מדינה הציונות וואס איר עצם עקזיסטענץ איז מרידה אין השי"ת.

דאן האבן די ציונים געמאכט די געזעצן פון דעם לאנד קעגן די תורה הק', זיי האבן ארויף געברענגט טויזענטער קינדער פון תימן, איראן, טעהעראן, און פון נאך לענדער, און האבן זיי אפגע'שמד'ט אויף א מערדערליכן אופן מיטן גרעסטן מאס רציחה, קעגן דעם ווילן פון זייערע עלטערן. אזוי ארום האבן זיי זיך געמאכט א גרויסן מיליטער פון די אלע קינדער. שפעטער האבן זיי געוואלט אויך האבן די ערליכע אידן אונטער זייער השפעה, האבן זיי אנגעהויבן צו געבן גרויסע געלטער פאר די תלמוד תורה'ס און ישיבה'ס, כדי מען זאל אזוי ארום זיין אונטער געווארפן אונטער זייער כח.

ליידער זענען דעמאלס אלע ערליכע אידן געווען צובראכן פיזיש און גייסטיש, נאך די גרויסע מלחמה ווען רוב כלל ישראל איז אומגעקומען, די מוחות זענען געווען צומישט, מען האט נישט געוואוסט וואס צו טאן. דעמאלס האט זיך רביה"ק זי"ע ארויס געשטעלט ווי א גבור מלחמה און געווארנט אלע אידן אז דאס איז א חורבן... ער האט כסדר געשריגן; מען זאל זיך חלילה נישט לאזן פארפירן פון די ציונים. מען זאל נישט נעמען פון זייערע געלטער כדי מען זאל נישט פארכאפט ווערן אונטער זייער השפעה, ווייל דאס איז מינות ואפיקורסת, וואס עס האט א כח המושך. אויך האט רביה"ק זי"ע מחבר געווען ספעציעל צוליב דעם - זיין ספר ויואל משה, וואס דארט ווערט קלאר מבואר די אלע ענינים און דארט ווערט אפגעווענדט די טענות פון אלע ציונים.מען זאל חלילה נישט פארכאפט ווערן דורך זייערע כוחות, כדי מיר זאלן קענען מקבל זיין פני משיח צדקינו און זיך נישט דארפן שעמען פאר די פריערדיגע צדיקים. אזוי ווי רביה"ק זי"ע האט געזאגט; משיח וועט ווייזן מיטן פינגער - "די אלע אידן האבן צוגעהאלפן איך זאל קענען קומען" ויה"ר שנזכה לזה בב"א.
לעצט פאראכטן דורך זיידעניו אום דינסטאג מאי 13, 2008 9:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 13, 2008 8:37 pm

ווען איינער פון די ציוניסטישע שלוחים וואס זענען ארום געגאנגען פון שטאט צו שטאט מסביר זיין זייער אפיקורס'ישע שיטה, איז געקומען קיין "סיגעט", האט דער הייליגער עצי חיים זי"ע, אנגעזאגט אז מען זאל אים נישט לאזן האלטן קיין דרשה, דער ראש הקהל דארט איז אבער געווען א פרייער איד און ער האט אים יא געלאזט רעדן. האט דער עצי חיים אים אראפגעווארפן פון זיין אמט אלץ ראש הקהל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 13, 2008 8:37 pm

כ"ק הגה"ק בעל ברך משה זי"ע דערציילט וואס ער האט אליינס בייגעוואוינט יענעם פרייטאג ביינאכט ביים פירות טיש פון זיין טאטן דער עצי חיים, דער אפיקורס איז געקומען און זיך גענומען מסביר צו זיין פארן עצי חיים אז עס וועט ארויס קומען א גרויסע טובה פארן כלל ישראל אז די אידן וועלן זיך באזעצן אין ארץ ישראל. אויף דעם האט דער הייליגער עצי חיים זיך אנגערופן; איך פארשטיי נישט, ווי אזוי איר ווייגט ארויף צו שיקן אידן וואוינען קיין ארץ ישראל ? ארום און ארום ארץ ישראל וואוינען דאך די אראבער וואס זענען רוצחים, אז איר וועט זיך רייצן מיט זיי וועלן זיי אין איין נאכט חלילה אומברענגען אלע אידן פון דארט... איר זיצט זיך רואיג אין לאנדאן, און איר שיקט יעדן אין א מקום סכנה ? האט דער שליח גע'ענטפערט וועלנדיג זיך ווייזן אלץ א בעל בטחון - עס איז דא א גרויסער באשעפער ער וועט אונז שוין היטן ! האט זיך דער עצי חיים אויפגערעגט און געשריגן - איר גלייבט דאך נישט אין באשעפער...! און מיט דעם האט זיך גע'ענדיגט דער שמועס.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 13, 2008 8:37 pm

כ"ק רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע, דערציילט אז דער עצי חיים האט דאס געזאגט מיט אזא ברען אז עס האט יעדן ארום גענומען א מורא'דיגן פחד וואס עס ליגט אים נאך ביז היינט פאר די אויגן... אויך פלעגט דערציילן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע שטענדיג וויפיל צרות די ציונים ימ"ש האבן אויסגעטיילט פאר זיין טאטן דעם עצי חיים, זיי האבן אים ממש אומגעברענגט פון די וועלט... ווייל עס איז אים געגאנגען בנפשו.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 13, 2008 8:37 pm

הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע האט געהאט א מנהג אז יעדן פרייטאג צונאכטס פארן טיש איז דער גבאי אריין אין שטוב אים איבערגעבן וועלכע רבנים עס זענען געקומען צום טיש. דער בעלזער רב האט אליינס געזאגט וואו יעדער זאל זיצן, ווער דער ערשטער און ווער דער צווייטער וכו' איינמאל האט דער גבאי אויסגערעכענט צווישן די נעמען אויך איין רב וואס האט געהאט א שייכות מיט די מזרחי. ווען דער בעלזער רב האט געהערט אז ער איז געקומען צום טיש, האט ער געזאגט פארן גבאי; איך קום נישט אריין צום טיש ווילאנג ער גייט נישט ארויס פון בית המדרש...! דער גבאי איז ארויסגעגאנגען איבער געבן די ווערטער פונעם בעלזער רב, אבער דער מזרחי רב האט זיך געבעטן אז מען זאל אים נישט פארשעמען ברבים, ער וועט שוין שפעטער ארויס גיין, ווען דער גבאי איז צוריק געקומען צו בעלזער רב זיך איינטענה'ן ער זאל אים נישט פארשעמען ברבים, האט דער בעלזער רב שארף גע'ענטפערט; ווילאנג ער איז דארט גיי איך נישט אריין צום טיש...! דער מזרחי'ניק האט נישט געהאט קיין ברירה און האט געמוזט פארלאזן דאס בית המדרש, הערשט דעמאלס איז דער בעלזער רב אריין געקומען צום טיש.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 13, 2008 8:38 pm

הרה"ג הצדיק ר' יוסף אלימלך כהנא ז"ל דער אונגווארער רב, איז אמאל אין די פארטאגס שעה'ן געגאנגען אין די מקוה באגלייטענדיג דורך איינע פון די בחורים, צוריק קומענדיג פון די מקוה האבן זיי באגעגנט א ערל וואס איז געווען שיכור - דער ערל האט אנגעהויבן צו שרייען און איז געלאפן קעגן דעם רב, אנקומענדיג נאענט צום רב האט דער גוי אים אנגעשפיגן, אזוי ווי דער בחור האט דאס געזעהן איז ער זייער אויפגערעגט געווארן אויפן גוי און האט אים געשלאגן - דער אונגווארער רב האט אויפן פלאץ גארנישט געזאגט פארן בחור.

ווען זיי זענען אנגעקומען אין די ישיבה האט דער רב גערופן דעם גבאי פון די ישיבה און אים געהייסן זאגן פאר דעם בחור ער זאל זיך צוזאם פאקען זיינע זאכן און אהיים פארן, דער בחור האט נישט געוואוסט וואס ער האט חוטא געווען, און ער האט געשיקט דעם גבאי'ן זאגן אז ער ווייסט נישט וואס ער האט געטון און ער בעט אז דער רבי זאל אים לאזן בלייבן אין די ישיבה, אבער דער אונגווארער רב האלט זיך ביי זיינס, און ער זאגט אז דער בחור מוז שוין פארלאזן די ישיבה, ווען דער בחור איז אריין געקומען זיך געזעגענען פון זיין רבי'ן און גלייכצייטיג געוואר ווערן פארוואס דער רבי שיקט אים אהיים, האט זיך דער רב אויפגעהויבן זיין קול און געזאגט פאר דעם בחור - דו ווייסט דען נישט אז מיר זענען אין גלות און מיר טארן נישט טאן פאר קיין שום גוי קיין שלעכטס אפילו ווען דער גוי טוט אונז שלעכטס, דעמאלס האט דער בחור פארשטאנען וואס עס איז געווען די סיבה אז דער רבי איז געווען אויף אים ברוגז, און האט צוגעזאגט אז ער וועט דאס מער קיינמאל טוהן, און דער רב האט אים געגעבן רשות צו בלייבן זיין תלמיד אין די ישיבה.
( הסיפור נשמע מהבחור הבעל מעשה)

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג מאי 13, 2008 8:54 pm

עטליכע משיחי שקר זענען שיין באשריבען אין מעשה טוביה לר' טוביה הרופא.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מאי 13, 2008 10:54 pm

זייער שיין, זיידעניו.

(מיין נישט אז דו רעדסט צו זיך אליין.)
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך מאי 14, 2008 9:43 am

מאשקע האט געשריבן:זייער שיין, זיידעניו.

(מיין נישט אז דו רעדסט צו זיך אליין.)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מאי 14, 2008 10:58 am

זיידעניא, א שיינעם דאנק פאר אייערע באשרייבונגען, איך האב זייער הנאה דערפון.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » זונטאג אפריל 26, 2009 8:15 pm

הערליך שיין באשריבן ר' זיידל! ;l;p-

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מאנטאג אפריל 27, 2009 12:12 pm

ר' זיידל איך ווער מער און מער געוואר וואספארא טויגליכע שרייבערס מיר האבן דא אין די קרעטשמע, עס איז הערליך שיין באשריבן, קיפ אן.

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » זונטאג אפריל 18, 2010 11:20 am

מעלין

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אפריל 18, 2010 1:58 pm

זיידעניו, איך ווייס נישט צו די ביסט נאך דא אפצו נעמען די יישר כח, אבער דאס אמאל זיכער אז מיר שפירן זייער דיין אפוועזנהייט.

געליינט דעם ארטיקל און זייער הנאה געהאט.

אוועטאר
הער שליוואוויץ
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2010 11:41 pm

תגובהדורך הער שליוואוויץ » מיטוואך מאי 12, 2010 11:24 pm

שמעתי אזוי וי ס'איז מרומז בא"ת ב"ש א' פסח = תשעה באב, ב' פסח = שבועות, אזוי אויך ז"ע, ד.ה. ז' פסח = עצמאות, ס'געפאלט אינם זעלבן טאג פונם וואך ווי שביעי של פסח.
זה לעומת זה....

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » דאנארשטאג מאי 13, 2010 1:09 am

צייטליך האט געשריבן:זיידעניא, א שיינעם דאנק פאר אייערע באשרייבונגען, איך האב זייער הנאה דערפון.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג מאי 09, 2011 4:18 pm

לצינותא דעבודה זרה.
וויאזוי גיבן זיך די דתיים-לאומיים א עצה היי יאר ווען די יום העצמות געפאלט אין תענית שני קמא? מ'פאסט און מ'זאגט הלל?

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » מאנטאג מאי 09, 2011 7:13 pm

היי יאר אזוי ווי פאראיאר איז ה' אייר א נדחה (אינטערסאנט פארוואס זיי זענען נישט מדחה דעם תענית פון בה"ב)

די אפיקורסים פייערן ו' אייר דעם יאר.

וכיון דאידחי אידחי, זאל זיי שוין טאקע נדחה ווערן אינגאנצן, און נדחי ישראל יכנס.

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » זונטאג מאי 04, 2014 10:58 pm

אין וומ''ס אין פרדס זאל ווערט יעצט אפגעראכטען דער יערליכער צוזאמקום איבער'ן טאג ה' אייר גדולי רבנים זענען משמיע די חובת השעה


ארץ הקודש מתעטף באבלות ביום גבר האויב ותבקע העיר (רשימה חלקית )‎

ירושלים 
יום שני יום המר והנמהר ה' אייר 
בית הכנסת הגדול זכרון משה בשעה 6.45 מנחה וקריאת ויחל
בית הכנסת אהל רחל בשעה 6.30 אחה"צ ודרשות מחאה מנחה וקריאת ויחל
בית הכנסת "פרושים בתי וארשא בשעה 2.15
ישיבת תורה ויראה, תהילים 6.00, מחנה ויחל 6.50 
ישיבת פאר התורה של כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א בשעה 1.15 מנחה וקריאת ויחל
בית הכנסת משכנות הרועים בשעה 6.00 
בית הכנסת אהל שרה בשעה 5.40 תהילים, 6.30 מנחה וקריאת ויחל
בית הכנסת אהל לאה רח' זוננפלד בשעה 1.00 מנחה וקריאת ויחל
בבית המדרש "תפארת הנח"ל בית שמש בשעה 6.30
בבית הכנסת ברך משה בשעה 6.00 דרשת מחאה מפי הרה"ג ר' יצחק ברוך ברוין שליט"א
 
ביום שלישי יום אידם של הציונים 
בית הכנסת הגדול ישועות יעקב - מאה שערים, תהילים 5.20, מנחה וקריאת ויחל 6.15 
ואח"כ יוצאים לרחובה של עיר לזעוק זעקה גדולה ומרה לבושי שק 
 
 
בית שמש 
ביום שני יום המר והנמהר ה' אייר 
בי"כ שערי רמ"א יום שני 6.00 תהילים 6.30 מנחה וקריאת ויחל
ישיבת בית הלוי - בית שמש בשעה 7.00
בית הכנסת תורה ויראה רח' אבא שאול שכונת קנה בשם, תהילים 6.00, מנחה וקריאת ויחל 6.50 
 
עצרת מחאה הגדולה תתקיים בשעה 9.00 בראשות מרנן ורבנן שליט"א
 
ביום שלישי יום אידם של הציונים 
כולל בני ירושלים בבית הכנסת תפארת ירושלים רח' רבי אלעזר 49
בשעה 6.00 תהילים 6.30 מנחה ויחל 
 
 
בני ברק 
ביום שני יום המר והנמהר ה' אייר 
דרשות מחאה בבית הכנסת הגדול "ויואל משה" דסאטמאר רח' קדושת יו"ט 7
ביום שני בשעה 8.30 בערב 
ידרוש הרה"ג ברוך יצחק ברוין שליט"א והרה"ג ר' צבי ראובן דוידוביץ שליט"א 
 
ביום שלישי יום אידם של הציונים 
בבית הכנסת סאטמאר רח' נחמיה 15 קרית יואל, 1.10 תהילים, 1.30 מנחה ויחל 
 
תהלוכת מחאה תצא בשעה 2.15 בצהריים יוצאים לרחובה של עיר 
משערי שיכון סאטמאר רח' חזון איש פינת רח' ישמח משה 
למחאה גדולה מול גבעת הישיבה המניפה דגל הכפירה והמרידה 
 
כמו"כ יתקיימו עצרות מחאה וקינה, תעניות קריאת ויחל
בערי ארץ הקודש צפת, מירון, קוממיות, פתח תקוה, ועוד
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » זונטאג מאי 04, 2014 11:00 pm

זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » זונטאג מאי 04, 2014 11:05 pm

זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

עמרם יודא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 26, 2014 11:30 am

תגובהדורך עמרם יודא » מאנטאג מאי 05, 2014 12:38 am

איז אמת די ווארט פין בעלזער רב זי״ע ווי וואלטן די אידן געגאנגען אן די מדינה (נאך די מלחמה) נאר א שאד עס איז געקימען פין זיי ??

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

תגובהדורך קהלס נאר » מיטוואך אפריל 22, 2015 1:08 pm

געליינט דעם ארטיקל און זייער הנאה געהאט.
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט