אברך האט געשריבן:שאלה #1כווייס נישט אלעס האט געשריבן:א
פיינע מענטש האט געשריבן:מיין ערשטע שאלה איז ווי באקום איך אינפארמעשאן, אין וועלכע מיוטשל פאונדס עס איז די בעסטע צו אינוועסטן
Morningstar, is a good place to look, they keep track of the performance of each fund
זייער גוט געענטפערט דירעקט צו די שאלה, מיין עדווייס וואלט אבער געווען: אנלעס דו ווילסט מאכן ריסערטש פאר די פאן אוו איט איז א שאד די צייט, א דייווערסיפייד פארטפאליא גייט נישט אנדערפערפארמען און גיין שאפפינג פאר א בעסערע ווי די עס ענד פי וועסטו לכאורה נישט אווערפערפארמען.
ווי איך האב שוין געשריבן, פאר א בעגינער איז דאס בעסטע אז מען גייט צו א אנליין ראבא עדווייזער וואס זיי שטעלן דיר אויס א פארטפאליא פון 5/6 מיוטשעל פאנדס no decisions to make.
אז מיר האבן שוין יא אשכול מיוחד פאר מיוטשעל פאנדס, איז אין פלאץ אביסל טערמינאלאגי.
א מיוטשעל פאנד איז נישט לימיטעד צו סטאקס, עס זענען פארהאן מיוטשעל פאנדס וואס אינוועסטן אין ריעל עסטעיט, באנדס און נעטשרעל ריסורסעס.(גאלד, זילבער, אויל וכדו')
ווי אויך זענען דא אקטיוו מענעדשד מיוטשעל פאנדס,פאנדס מיט לאודס דאס מיינט אז ווען דו אינוועסט די ערשטע מאל דערין דארפסטו צאלן א לאוד, א קאמישן פאר דעם בראוקער וואס האט דיר עס פארקויפט.
גי אינוועסטמענט פון וואס יעדער רעדט דא איז טעקניקלי קאלד א ETF exchange traded fond, דאס איז א פאסיוו מענעדשד פאנד וואס טרעקט א אינדעקס, דאס איז וואס די פיינענשל עדווייזערס רעקאמענדירן צוליב די נידעריגע קאסטן ווי אויך ווייל היסטאריקלי קומט מען בעסער אן ווען מען טרעקד אן אינדעקס ווי ווען מען פרובירט יעדעס יאר נאכצולויפן די בעסטע סטאקס, די ראבא עדווייזערס אינוועסטן אויך נאר אין ETF's.
איך עגרי מיט אלעס, גוט גענטפערט, כוואלט נאר צוגעלייגט אז סאיז נישט כדאי צו האבן עקספאשער צו קאמאדעטיס, גאלד, זילבער, אויל, פאר די לאנג טערם ( מיין אפיניען )וועט א בלויז סטאקס פארטפאליא טוהן בעסער.