אנקעטע - טוט איר אין חסידות

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

טוט איר אין חסידות?

איך ליג זייער שטארק אין חסידות, איך בין פיל עוסק דערין
18
20%
איך טו אביסל אין דעם
17
19%
איך האב א שיעור עטליכע מינוט א טאג
9
10%
איין מאל אין וואך לערן איך א חסידי'ש ספר
14
15%
איך לערן נישט קיין חסידות
12
13%
נשתכחה תורת הבעל שם טוב - נישטא אזא זאך
21
23%
 
סך הכול שטימען: 91

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

אנקעטע - טוט איר אין חסידות

תגובהדורך זיס » מיטוואך אוגוסט 25, 2010 10:48 pm

טוט איר אין חסידות?
לעצט פאראכטן דורך זיס אום דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 2:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

over night kugel
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

תגובהדורך over night kugel » דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 12:19 am

א גיטן רב זיס דיינע אנקעטעס זענען זייער שיין אבער ביטע ברייטער עס מער ארום מיט דאנק

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 2:45 am

לכבוד ר' אויבער נייט קוגל האב איך אויסגעברייטערט דער אנקעטע, אבער צו מיין שאק האב איך באמערקט אז אלע שטימען זענען אוועקגעפאלן.

איך בעט דעריבער דער ציבור זאלן וועלן פון פריש.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 11:32 am

over night kugel האט געשריבן:א גיטן רב זיס דיינע אנקעטעס זענען זייער שיין אבער ביטע ברייטער עס מער ארום מיט דאנק

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 11:49 am

ר' זיס. מזעהט אויך דיר אז די בוזט נישט קיין סאטמאר'ער.

אויף די אפשען וואס דו גיבסט "נשתכחה תורת הבעש"ט". וואס דו מיינט לכאורה דאס וואס רביה"ק מ'סאטמאר שרייבט אינעם ויוא"מ דרך הבעש"ט נשתכח לגמרי.
דער רבי שרייבט דאס ווארט "דרך" דער בעש"ט הק' האט געהאט א דרך וואס איז שוין היינט נישטא.
תורת הבעש"ט איז ווער עס לערנט חסידישע ספרים קען עס און ווער נישט נישט. און עס לערנט און חזר'ט נישט, פארגעסט.
עס איז קלאר אז דער רבי פלעגט נאכזאגן חסידישע שטיקלעך און פארלאנגט אז די בחורים זאלן לערנען חסידישע ספרים.

(דער רבי שרייבט נאכדעם, אז ווען משיח וועט קומען יתגלה תורת הבעש"ט, דאס מיינט נישט אז ביז דעמאלט דארף מען עס נישט לערנען. נאר די פנימיות וואס ליגט אין די הייליגע תורות וואס מיר זענען נישט זוכה צו פארשטיין)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 12:42 pm

למעשה זענען פאראן צוויי טפשים וואס האבן געשטימט אויף דעם. קוקט אויס אז נישט אלע לערנען אפ דער נשתכחה אזוי ווי דיר.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 6:10 pm

זיס האט געשריבן:למעשה זענען פאראן צוויי טפשים וואס האבן געשטימט אויף דעם. קוקט אויס אז נישט אלע לערנען אפ דער נשתכחה אזוי ווי דיר.

אזוי רעדט איינער וואס האלט זיך פאר אן ערפארענער אנקעטע נעמער?

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » פרייטאג אוגוסט 27, 2010 1:36 am

יא ווייל אז מ'פרעגט ווי א טיפש ענטפערט מען ווי א טיפש, ניין? (נאטינג פערסאנעל, די טינט פון מיין פעדער האצעך אויסגעגאסן און ס'האט גרינען ביז ווערטער האבן זיך אויסגעפארעמט, נישט איכאבעס געטון)
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג נובעמבער 15, 2015 11:22 am

געשטימט

שפיץ
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:55 am
לאקאציע: אויבען אפען שפיץ

תגובהדורך שפיץ » זונטאג נובעמבער 15, 2015 11:26 am

איך קוק די ווידיו פין דער חב"ד קאנוענטשאן...

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג נובעמבער 15, 2015 12:12 pm

די שאלה איז וואס עס מיינט חסידות, צו קבלה אדער חסידושע ספרים יעדער רופט אן חסידות עפעס אנדערש.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

ברעסלאבער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 08, 2015 10:12 am
לאקאציע: ביים רבי'ן אין אומאן

תגובהדורך ברעסלאבער » זונטאג נובעמבער 29, 2015 4:47 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:די שאלה איז וואס עס מיינט חסידות, צו קבלה אדער חסידושע ספרים יעדער רופט אן חסידות עפעס אנדערש.

די האסט לכאורה געשטימט טאקע פאר נישט
העיקר הוא החשק והרצון

אוועטאר
מענטשעלע
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 2:37 pm
לאקאציע: נישט דאס פלאץ...

תגובהדורך מענטשעלע » מאנטאג נובעמבער 30, 2015 2:20 pm

ליידער ליידער היינט ווייסט שוין קיינער נישט וואס מיינט חסידות
החותם בדמע...
א געוועזענע טראמפ שטיצער.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג נובעמבער 30, 2015 2:36 pm

נשתכחה מה היה בכלל תורת הבעש"ט, אזוי ווי די ראפשיצער האט געוואלט אז מען זאל זיך דינגען א פיאקער און ארום פארן ווערן מגידים.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט